תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע

שליחה דורך זר זהב »

איך זוך ארום אינעם גאנצן שטיבל וואו מ'קען שרייבן א רעקוועסט אויף וואס מ'וואלט ווען געוואלט זעהן באשריבן, נישט געטראפן. אזוי ווי ס'דא א דף היומי אשכול וויל איך ס'זאל זיין א חומש/חק אשכול וואו ידענים וועלן שרייבן שיינע פשטים אויף די פרשה פון די וואך, אדער קען מען עס איינשטעלן ס'זאל גיין לויט'ן סדר פונעם חק (דאן וועט דארנשטאג זיין אן איבערפליס...) אדער בעסער סתם אויף די פרשה.
ס'קומען שיינע סדרות אבער אויך שווערע, ס'וואלט געווען א גוטע זאך. -- אבער ס'טאר נישט אריינגיין אין חקירות איבער אמונה אד"ג! בלויז ווי ערליכע אידן לערנען חומש רש"י, יעדער זאגט וואס ער האט געזען דער אין כלי יקר דער אין רבינו בחיי דער פון חזקוני יענער פון מהר"ם ט"ב אא"וו. אלעס איז פעיר געים.

ס'וועט העלפן אידן לערנען חו"ר. כאב געעפענט אן אשכול פרשת תצא וועגן בן סורר ומורה פאר א וויץ, למעשה איז 'גאלד' געקומען און געשריבן א שיינע שטיקל פונעם כלי יקר, איך האב עס נאכגעקוקט און הנאה געהאט.

די ספרים אויף די פרשיות זענען פיהל מיט חיזוק און אמונה.

זאל איינער עפענען דעם חומש אשכול, און די אשכול פארמעקן (אדער נישט)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר