אומבאקאנטע ווערטער פון @מי אני, און זייער באדייט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

ווי געשריבן דא איז שוין העכטס צייט צו עפענען אזא אשכול, קוק נאר וויפול לייקס איך האב באקומען אויף דעם תגובה...
אונזער חכם הרזים @מי אני פילט טעגליך אהן אונזער שטיבל מיט קליגע אינהאלטסרייכע און באלערנדע תגובות. אבער דא עקא אז ער שרייבט אויף זייער א הויעכע לעוול, מיט אסאך אומפארשטענדליכע ווערטער, וואס מאכט אסאך שווערער צו פארשטיין זיין -שוין אזוי אויך- קאמפלעצירטע הארות.
וועלן מיר דא עפענען דעם אשכול דורכצוטון און מבאר זיין מקחו של צדיק, און אויסקלארן די אומפארשטענדינישן, און פראבירן צו ווערן קליגער.
און איך פיר אויס מיט א בקשה צו מי אני, אז די זאלסט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם, און פראבירן צו ניצן ווי מער פשוטע ווערטער אין דיינע תגובות...

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בלי"נ.
איך וועל אויך בלי"נ פרובירן צו שטעלן דא אין דעם אשכול (עכ"פ מהיום והלאה) דעפיניציעס פון טערמינען וואס איך באנוץ.
ארבעטענדיג אין עדיוקשעיאן לערן איך אויס מיינע תלמידים אז עס זענען דא (כאטש) 5 וועגן ווי אזוי געוואויר צו ווערן דאס באדייט פון א נייע ווארט/טערמין וועלכע זיי באגעגענען בשעת'ן ליינען:
1). דער שרייבער אליין, גראד נאך דעם ווארט, געבט די באדייט
2). דער שרייבער שרייבט טאקע נישט די באדייט אבער געבט א משל וואס פון דעם קומט ארויס וואס דאס באדייט
3). דער שרייבער געבט נאך דעם ווארט א סינאנים - א ווארט וואס איז גאר ענליך אין באדייט
4). דער שרייבער געבט נאך דעם ווארט אַן ענטאנים צו שולל זיין פארקערט - א ווארט וואס איז דאס היפך פונעם באדייט
5). קאנטעקסט - מ'קען פארשטיין דעם ווארט לויט די ארומיגע קאנטעקסט פונעם גאנצן פאראגראף וכדומה (אפילו אָן א דירעקטע משל)
איך גלייב אז דאס קען העלפן פאר מיינע ווערטער אויך בכלל.
***
אויף אנצוהויבן מיט די שאלה וואס איז טאקע געווען די אימפּעטוס/גורם פאר'ן אשכול:
טעאיסטיק/טעאלאגישע עקזיסטענשאליזם - דאס איז, כמובן, בתוך די ברייטערע פילאזאפישע פעלד/צוגאנג פון עקזיסטענשאליזם. יעצט, איך זעה אז @מאטי האט געלייקט אט די תגובה מיינע (פאר'ן רעדאגירן), איז לינק איך צו צו זיינס א תגובה וואו ער איז דאס אביסל מסביר. די געדאנק דערפון, אין גאר קורצן, איז מיט'ן דגוש אויף דעם מענטש'נס אייגענעם אינדיווידואלן סאבּיעקטיוון צוגאנג צו זיין "עקזיסטענץ" בהאי עלמא און וואס ער שפירט דאס באדייט פאר אים און איר מיִניִנג פאר אים. (לדוגמא, מ'קען מאכן א סערשט פאר "סארטרע" בתוך מיינע תגובות פאר מער בזה.)
טעאיסטיק/טעאלאגישע עקזיסטענשאליזם איז ווען מען שטעלט דאס צאם און מ'אינקארפּארעיט דאס בתוך טעאיזם אין א מענטש'נס צוגאנג צו ג-ט/געטליכקייט ודכוותיה. (ועיין ג"כ לדוגמא במה שכתבתי כאן אין פונקט 8.)
אגב, אט דאס איז טאקע א משל פונעם צווייטן און פיפטן וועג פון פארשטיין דעפיניציעס דורך א משל און/אדער קאנטעקסט: איך האב דאך געשריבן דארט אז @מונטסורי'ס ארטיקל איז אט דאס "בתפארתו".

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
wanted
Job details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנסQualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.
Full time job
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
איך וואלט געראָטן אז נישט אונזער דערהויבענער @מי אני זעלבסט זאל אויסקלארן זיינע הויכגעשפיצטע קאמפליצירטע טערמינען און על הדרך תוך כדי דיבור נוצן נאך א פיר-פינעף פון זיי...
נאר די פשוטי עם וואס ווילן זיך מתנדב זיין, אז ווען איינער פרעגט א שאלה אויף א באגריף צי טערמין, צו מאכן דאס מינימאלע ריסערטש און פרובירן צו מסביר זיין בלשון פשוטי בני אדם.
ולמסביר ולנסבר שלומים תן כ@מי אני
נאר די פשוטי עם וואס ווילן זיך מתנדב זיין, אז ווען איינער פרעגט א שאלה אויף א באגריף צי טערמין, צו מאכן דאס מינימאלע ריסערטש און פרובירן צו מסביר זיין בלשון פשוטי בני אדם.
ולמסביר ולנסבר שלומים תן כ@מי אני
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש"כ פאר די קאמפּלימענט!שאלתיאל האט געשריבן:wantedJob details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנס
Qualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.
Full time job
ולוואי וואלט איך טאקע געווען אזוי. ונחמתי היא אז דאס עצם (באמת) ווילן אליינס איז שוין א מעלה בחכמה, וכדהבאתי מהרבינו יונה בריש פ"ד באבות. (ועיין כאן.)
ואפילו אין נאר די חכמה פון מאטעמאטיקס ווערט הענרי פּאנקארעי (געשטארבן אין 1912) פאררעכענט ווי "דער לעצטער פּאַלימעט" - א חכם וידען וואס קען גוט וידיו רב לו אין א ברייטע אויסוואל פון פעלדער פון חכמה. און דאס איז נאר בתוך די חכמה פון מאטעמאטיקס. ואנן מה נענה וכו'.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
אהאה קיינמאל נישט געוויסט אז דו ארבעטסט אין עדיוקעישען.מי אני האט געשריבן:בלי"נ.
איך וועל אויך בלי"נ פרובירן צו שטעלן דא אין דעם אשכול (עכ"פ מהיום והלאה) דעפיניציעס פון טערמינען וואס איך באנוץ.
ארבעטענדיג אין עדיוקשעיאן לערן איך אויס מיינע תלמידים אז עס זענען דא (כאטש) 5 וועגן ווי אזוי געוואויר צו ווערן דאס באדייט פון א נייע ווארט/טערמין וועלכע זיי באגעגענען בשעת'ן ליינען:
איז מעגליך צו באקומען מער פרטים (הלוואי וואלט איך געהאט אזא עדיוקעיטאר)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש"כ!
ס'איז אבער נישט מוכרח אז איך בין טאקע א גוטע עדיוקעיטאר. מ'האט דאך טענות אויף מיר אז איך האב די "קללה פון מדע" און איך רעד אויף צי א הויכע לעוועל וואס מענטשן וואס ווילן זיך דאס אויסלערנען זאלן קענען פארשטיין. דאס באדייט אז עס פעהלט מיר אין מיין פּעדאַגאָגיקעל קאַנטענט נאַלעדזש - ווי אזוי צו מאכן די קאנטענט צוגענגליך ובהדרגה פאר די וואס ווילן דאס לערנען.
דא (דא און דא) האב איך אביסל געשריבן איבער אלגעמיינע עניני חינוך.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ספּעשל עד (ווי געשריבן אין מיין אינטערוויוּ). 1:1 צי קלענערע גרופעס. פון פּרי-סקוּל ביז היי-סקוּל (ועד בכלל).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .
נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
יישר כח עצי שיטים פאר די לאנג געברויכענדע אשכול. מי אני איז א אומשאצבארע אוצר פאר אונזער דור און פאר די קוראי וחברי השטיבל בפרט. איך בין נישט דער חכם צו קענען אפמעסטן זיין אינטילעגענץ אבער איך ווער נתפעל פון זיין ענוה און מידות. ער לאזט זיך אראפ צו יעדן איינעם, א ריכטיגער לומד מכל אדם. מ’וועט נישט ליינען קיין איין תגובה פון אים וואס האט א נדנוד כל שהוא פון מצער זיין א צווייטן.
א מילתא דבדיחותא וואס איך האב מיר יעצט דערמאנט. איך האב אמאל אינטערגעהערט א שמועס צווישן צוויי אידן וואס האבן גערעדט וועגן א געוויסע אדמו”ר אויב ער קען לערנען. די אדמו”ר’ס הויף געט ארויס א בלעטל פון די רבי’נס שמועסן מיט אנדערע אדמורי”ם. רופט זיך אן ראובן- אז מ’ליינט דעם בלעטל, זעט מען ער קען ניטאמאל א בלאט גמרא. רופט זיך אן שמעון- קען זיין ער קען נישט קיין איין ווארט, אבער ער פאפט אונז גוט אויס... לענינינו, ביז יעצט האט ער עס גוט געמאכט, דער עולם האט סייווי נישט פארשטאנען. יעצט ווען דער עולם וועט פארשטיין וועט מען קענען אפשאצן וואס דא טוט זיך... just kidding, לא תתני חכמה דאיכא מ”י אנ”י.
א מילתא דבדיחותא וואס איך האב מיר יעצט דערמאנט. איך האב אמאל אינטערגעהערט א שמועס צווישן צוויי אידן וואס האבן גערעדט וועגן א געוויסע אדמו”ר אויב ער קען לערנען. די אדמו”ר’ס הויף געט ארויס א בלעטל פון די רבי’נס שמועסן מיט אנדערע אדמורי”ם. רופט זיך אן ראובן- אז מ’ליינט דעם בלעטל, זעט מען ער קען ניטאמאל א בלאט גמרא. רופט זיך אן שמעון- קען זיין ער קען נישט קיין איין ווארט, אבער ער פאפט אונז גוט אויס... לענינינו, ביז יעצט האט ער עס גוט געמאכט, דער עולם האט סייווי נישט פארשטאנען. יעצט ווען דער עולם וועט פארשטיין וועט מען קענען אפשאצן וואס דא טוט זיך... just kidding, לא תתני חכמה דאיכא מ”י אנ”י.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
עקזעקטלי, האפענטליך וועט עס אויפהייבן די קוואליטעט פון די שטיבל.מתבודד האט געשריבן:Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .
נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...
מי אני ציין לתגובה מחכם אחד (בהאשכול היאך יכולים לרומם איכות השטיבל) שהתלונן על תגובות מי אני שהעולם לא מבינים מה שכותב. אפשר מה שחשבה לרעה יהי’ טובה. דאם העולם יבין חכמתו (ע”י אשכול זה) יתקיים היגדיל חכמה ויאדיר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אזוי ווי שאלתיאל האט דא אויסגערעכנט 20 פון די שבע חכמות וואס מ'דארף האבן כדי צו קענען קארעספאנדירן מיט דעם חכם הרזים מי אני, וועל איך דא ברענגען א שאלה וועלכע אינוואלווד 2 פון די שבע חכמות. מאטעמאטיק/ס און פיזיק/ס.שאלתיאל האט געשריבן:wantedJob details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנס
Qualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.
Full time job
וואס איז די רילעישאנשיפ/שייכות/באציאונג פון אינדאקטענס מיט אינדאקטיוו ריעקטענס. אויך וואס איז די רילעישאנשיפ וכו' פון קעפעסיטענס מיט קעפעסיטיוו ריעקטענס.
וויאזוי ווערט עס אויסגעדרוקט אין מאטעמאטישע טערמינען (נישט די פארמולא/ס. אפשר שפעטער. די פארמולאס אויך. אן נאכקוקן אין גוגל אדער וויקיפעדיע. ווייל איך האב אויך נישט נאכגעקוקט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך וואלט גע’עצה’ט ווייניגער צי שרייבן ענגלישע ווערטער אדער פאר-אידישען ענגלישע ווערטער נאר שרייבן די ווארט מיט ענגלישע בוכשטאבן זאל ווער ס'וויל זיך דאס גאגלעןמתבודד האט געשריבן:Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .
נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...
אויב שוין יא אידיש קען דאס זיין מיט א הייפער לינק צים גויאישע וויקיפידיע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארטעצי שטים האט געשריבן:ווי געשריבן דא איז שוין העכטס צייט צו עפענען אזא אשכול, קוק נאר וויפול לייקס איך האב באקומען אויף דעם תגובה...
אונזער חכם הרזים @מי אני פילט טעגליך אהן אונזער שטיבל מיט קליגע אינהאלטסרייכע און באלערנדע תגובות. אבער דא עקא אז ער שרייבט אויף זייער א הויעכע לעוול, מיט אסאך אומפארשטענדליכע ווערטער, וואס מאכט אסאך שווערער צו פארשטיין זיין -שוין אזוי אויך- קאמפלעצירטע הארות.
וועלן מיר דא עפענען דעם אשכול דורכצוטון און מבאר זיין מקחו של צדיק, און אויסקלארן די אומפארשטענדינישן, און פראבירן צו ווערן קליגער.
און איך פיר אויס מיט א בקשה צו מי אני, אז די זאלסט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם, און פראבירן צו ניצן ווי מער פשוטע ווערטער אין דיינע תגובות...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throupleקאצקע ציקער האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארטעצי שטים האט געשריבן:ווי געשריבן דא איז שוין העכטס צייט צו עפענען אזא אשכול, קוק נאר וויפול לייקס איך האב באקומען אויף דעם תגובה...
אונזער חכם הרזים @מי אני פילט טעגליך אהן אונזער שטיבל מיט קליגע אינהאלטסרייכע און באלערנדע תגובות. אבער דא עקא אז ער שרייבט אויף זייער א הויעכע לעוול, מיט אסאך אומפארשטענדליכע ווערטער, וואס מאכט אסאך שווערער צו פארשטיין זיין -שוין אזוי אויך- קאמפלעצירטע הארות.
וועלן מיר דא עפענען דעם אשכול דורכצוטון און מבאר זיין מקחו של צדיק, און אויסקלארן די אומפארשטענדינישן, און פראבירן צו ווערן קליגער.
און איך פיר אויס מיט א בקשה צו מי אני, אז די זאלסט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם, און פראבירן צו ניצן ווי מער פשוטע ווערטער אין דיינע תגובות...
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
ברשות החכם מורינו מי אני, און אוודאי ידידנו ר' עצי שיטים:
לכאו' וואלט מען געדארפט עפעס מער ווי א דיקשאנערי פאר די אלע מושגים וואס מיר אידענטיפירן אלץ "מי-אני מושגים",
נעמליך, היינט צוטאג זענען מיר דאך געבענשט מיט דעם וואונדערליכע "וויקי-אנציקלאפידיע", וואס געבט צו פארשטיין די אלע מושגים, נאר לצערינו איז דערווייל נאך נישט דא א (נארמאלע) יידישע וויקיפידיע,
וואלט דאך געווען א געוואלדיגע זאך אויב וואלטן חכמי שטיבלנו זיך אריינגעלייגט דערין, און אפשר קען מען גאר גרינדן אן "אנציקלאפידיע" אפטיילונג דאהי אין קאווע שטיבל, וואס זאגט איר צו דעם!!??

טיילונג איצט!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.עצי שטים האט געשריבן:קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throupleקאצקע ציקער האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אויבנאויף, ווי ווייט איך ווייס, איז נישטא קיין נפק"מ צווישן זיי צוויי.
ואולי, לפימש"כ כאן, קען מען מאכן א חילוק צווישן זיי ביידע וואו מ'טאקע פאזיטירט מער ענטיטיס וכדומה אבער דאס פארענטפערט אסאך מער קושיות און פענאמענא וכו' אויף איין מאל אין איין שאס, און וואו מ'טאקע פאזיטירט ווייניגער ענטיטיס בכלליות. ביידע האבן א קלעים צו "פשטות". אבער וועלכע באדייט וועלכע?
ואולי, לפימש"כ כאן, קען מען מאכן א חילוק צווישן זיי ביידע וואו מ'טאקע פאזיטירט מער ענטיטיס וכדומה אבער דאס פארענטפערט אסאך מער קושיות און פענאמענא וכו' אויף איין מאל אין איין שאס, און וואו מ'טאקע פאזיטירט ווייניגער ענטיטיס בכלליות. ביידע האבן א קלעים צו "פשטות". אבער וועלכע באדייט וועלכע?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
@מי אני וועגן דעם פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט פון די הויעכע לעוועל פון עברית למשל ווען ביבי געט א דרשה , דאס איז וויבאלטד ער רעדט נישט קיין עברית נאר רוב ווערטער זענען ענגליש איבערגעטייטשט אויף די עבריתישע אקצענט .
ממילה וואלט איך געוואלט בעטן פון כבודו נאר צו שרייבן יודיש והכול על מקומו יבא לשלום