https://www.dictionary.com/e/slang/throuple/מי אני האט געשריבן:און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.עצי שטים האט געשריבן:קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throupleקאצקע ציקער האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
אומבאקאנטע ווערטער פון @מי אני, און זייער באדייט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
מענין לענינא דיומא. חז”ל האבן אין א איינציגע אויסנאמס פאל אריינגעלייגט אין א תפילה א ווארט פון לשון יווני, ווייל קיין אנדערע לשון הקודש ווארט האט עס געקענט אזוי ארויסברענגען.מי אני האט געשריבן:און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.עצי שטים האט געשריבן:קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throupleקאצקע ציקער האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
אויסגעשניטן פון המבשר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לכבוד די אשכול פון שמעקעדיג, האב איך נעכטן דורכגעטון די נושא פון ביאת המשיח עפ”י השקפת ניקי קאווע שטיבל. בין איך אנגעקומען צו די געלינקטע תגובה, און ווי אייביג בין איך סטאק געבליבן ביי אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער. מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאס מער נישט קיין פראבלעם. איך שלעפ אהער די תגובה מיט א בקשה צום רבי’ן צו מסביר זיין די אומפארשטענדליכע ווערטער וואס כ’האב אנגעצייכענט אין באלד.
אגב, ליינענדיג די אשכולות, שרייט זיך ארויס די השתוקקות צו די גאולה פון חברינו שמעקעדיג. באמת, האט ער דאך א ניצוץ פון משיח, והריחו ביראת ה’...
איינמאל איך פארשטיי די ווערטער, האב איך א צוויי נקודות אויסצוקלארן. יישר כח.מי אני האט געשריבן:דא הא׳מיר אראפגעברענגט אז בעצם, לפי הרמב״ם, איז די געדאנק פון ״משיח״, ״ימות המשיח״, ״אחרית הימים״ אא״וו א ריין ראציאנאלע אידעאל צו וואס די מענטשהייט בכלליות גרייכט, ועכ״פ דארף צו גרייכן, אלס נענטער און נענטער אסימפּטאטיש. ובאמת לפי״ז איז איה״נ אז די ״טראדיציאנאלע״ קאנסעפּשאן פון ביאתו ווערט אָטיִאָס. ווען די גאנצע וועלט קומט אלס נענטער און נענטער צו תכלית פּאָטענשׁאל האדם פון השגת המושכלות וממילא הקב״ה על האמת [התפתחות בחכמה ובמאראל וכו׳ וכו׳], פאלט טאקע אלס מער און מער אוועק די ״אויבערהאנט״ וואס אידן האבן אין דעם רעגארד נגד שאר בני אדם, וממילא קען מען טעקניקעלי טאקע בלייבן וואו אימער מ׳איז אויף די וועלט; די ווארט איז טאקע נישט ״דייקא״ א״י (דאס נעמט דעם ויואל משה׳ס צווייטע מאמר נאך ווייטער...). אין קורצן עס איז א סארט גלאבאליסטישע יוּטיִאָפּיִען יוּמעניסם אלס אן אידעאל.
איי וואס דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים (ריש) פי״א ופי״ב? איז קען מען ענטפערן אז עס איז טעארעטיש עפ״י ראציאנאל אויב קומט אפיר א כאריזמאטישע פירער ביי אידן פאר די וועלט איז לגמרי גרייט דערפאר; עס איז נאך אלס מער טרייבּעליסט. אין אזא פאל זענען די פראקטישע הלכות אזוי ווי ער לייגט עס אראפ. די ״מאמין בו ומחכה לביאתו״ איז אויף די עצם אידעאל הנ״ל; התפתחות ותיקון העולם בכלל. (דאס איז בפרט לפי דעם וואס ער זאגט דארט אין פי״ב ה״ב; דאס איז לכאורה ״כלל הדבר״ (אחוץ דעם ענין פון דייקא ״קיבוץ״ ומלך בא״י לישראל דוקא ובנין המקדש) - ״לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד״ והיינו השגתו באמת. והיינו לגבי די פסוקים/יעודים וואס ער צייכענט צו אינעם פריערדיגן פרק איז ווי ווייט די משלים, וואס ער זאגט אין פי״ב אז די פסוקים זענען, טוהן גייען.).
ואגב, דאס אז די וועלט ווערט מער און מער אטעאיסטיש איז ל״ד א סתירה דערצו. פונקט אזוי ווי מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.
אגב, ליינענדיג די אשכולות, שרייט זיך ארויס די השתוקקות צו די גאולה פון חברינו שמעקעדיג. באמת, האט ער דאך א ניצוץ פון משיח, והריחו ביראת ה’...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
1). אַן אַסימפּטאָט [asymptote] איז א סארט מאטעמאטישע/algebraic ליניע אויף א גרעף צו וואו א פאָנקשען וואס דרייט זיך קומט אלס נענטער און נענטער צו (עד אינפיניטי) אבער גרייכט דאס למעשה קיינמאל נישט (חוץ עפ״י די קאלקולוס לומדות פון א לימיט). דא זעהט מען דאס בשתי בערב ובאלכסון: די רויטע ליניע איז די אַסימפּטאָט און די בלויע איז די פאָנקשען.
אין די קאנטעקסט איז מ׳גרייכט אלס נענטער און נענטער (עכ״פ על הכלל כולו) צו דעם לגמרי׳דיגן שלימות׳דידן אידעאל אבער למעשה וועט מען דאס קיינמאל נישט ממש גרייכן. (ועיין כאן וואו @רביה״ק זי״ע האט גערעדט דערפון ווען איך האב דאס אראפגעברענגט.)
2).
Otiose = serving no practical purpose or result
3).
Utopia = an imagined place or state of things in which everything is perfect
4). יוּמעניזם איז א ליבעראלע סארט פילאזאפיע וואס (אין גאר קורצן) שטעלט דעם עיקר דגוש אויף דער מענטש און דאס איז קובע ווירדן: דעם מענטש׳נס פרייהייט, כבוד, אינדיווידועליטי, פּאטענציאל, וואס דער יחיד וויל וכו׳ וכו׳. דעם בין אדם לחבירו איז די עיקר שבעיקרים.
5).
Tribalism = the behavior and attitudes that stem from strong loyalty to one's own tribe or social group
איך נוץ עס אינעם דעראגעטאריווע סענס פון א סארט גזענות פון ״אונז זענען בעסער ווי זיי״.
2).
Otiose = serving no practical purpose or result
3).
Utopia = an imagined place or state of things in which everything is perfect
4). יוּמעניזם איז א ליבעראלע סארט פילאזאפיע וואס (אין גאר קורצן) שטעלט דעם עיקר דגוש אויף דער מענטש און דאס איז קובע ווירדן: דעם מענטש׳נס פרייהייט, כבוד, אינדיווידועליטי, פּאטענציאל, וואס דער יחיד וויל וכו׳ וכו׳. דעם בין אדם לחבירו איז די עיקר שבעיקרים.
5).
Tribalism = the behavior and attitudes that stem from strong loyalty to one's own tribe or social group
איך נוץ עס אינעם דעראגעטאריווע סענס פון א סארט גזענות פון ״אונז זענען בעסער ווי זיי״.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
יישר כחך להגדיל חכמה ולהאדירה.
וואס האט לקרוא כולם בשם השם מיט השגת המושכלות? מיט דעם ביזטו מסביר פארוואס א אטעאיסט העוסק בחכמה קען גאר זיין א גרעסערער עובד השם. אויב ה’ איז חכמה, איז ער נישט קיין אטעאיסט...
לפי זה קען א גוי אויך זיין משיח, פארוואס דארף עס זיין מזרע דוד?
אפשר פעלט אויס די תנאי פון ארץ ישראל ווייל דארט איז די מקום מוכשר להשגת החכמה (וכעין אוירא דארץ ישראל מחכים).
ולפי זה, ריכטיג מקיים זיין דעם ”צפית לישועה” דארף מען זיין א מבקש להשיג חכמה...
וואס האט לקרוא כולם בשם השם מיט השגת המושכלות? מיט דעם ביזטו מסביר פארוואס א אטעאיסט העוסק בחכמה קען גאר זיין א גרעסערער עובד השם. אויב ה’ איז חכמה, איז ער נישט קיין אטעאיסט...
לפי זה קען א גוי אויך זיין משיח, פארוואס דארף עס זיין מזרע דוד?
אפשר פעלט אויס די תנאי פון ארץ ישראל ווייל דארט איז די מקום מוכשר להשגת החכמה (וכעין אוירא דארץ ישראל מחכים).
ולפי זה, ריכטיג מקיים זיין דעם ”צפית לישועה” דארף מען זיין א מבקש להשיג חכמה...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לויט דער רמב״ם איז דאס היינו הך. (ועיין לדוגמא בהקדמתו לפירוש המשניות וואו די תכלית האדם (ממבט האדם) איז קניית המושכלות, און די העכסטע דרגא דערין און דעם ענדגילטיגן ציל דאך פילאזאפיע/מעטאפיזיקס/ידיעת חכמת האלקיות.)חדשים האט געשריבן:וואס האט לקרוא כולם בשם השם מיט השגת המושכלות?
איה״נ. דאס רירט אָן אויף ווי אזוי מ׳איז מגדיר מהו ״ג-ט״ (דאס איז עפעס וואס איך ריר אָן אין מיין פאָרגעגרייטן אשכול אויף מיין סאָבּמיטעד ארטיקל. ואגב עיין כאן). מ׳האט טאקע תופס געווען אויפ׳ן רמב״ם בזה.חדשים האט געשריבן:מיט דעם ביזטו מסביר פארוואס אן אטעאיסט העוסק בחכמה קען גאר זיין א גרעסערער עובד השם. אויב ה’ איז חכמה, איז ער נישט קיין אטעאיסט...
אויב איז מען למשל מגדיר ״ג-ט״ אלס ״פּרינציפּ אָוו בּיִאיִנג״ וכדומה איז דאך נישט אזוי שווער. ואכמ״ל…
הא׳מיר דאך יעצט געזאגט אז לפי״ז איז דאך די גאנצע געדאנק פון ״משיח״ בעיקר דעם אידעאלישן עסכעטאלאגישע/אחרית הימים ״ימות המשיח״ - די עפאכע דערפון אָן קיין שום ״מלך״. איי דאס וואס דער רמב״ם רעדט איבער הלכותיו אא״וו? הא׳מיר דאך טאקע דאס געזאגט אז דאס איז קאי אויף ווען מ׳האלט נאך נישט נעבן דארט אין דעם רעספּעקט; טאקע ווייטער אבער פארט נישט דארט.חדשים האט געשריבן:לפי זה קען א גוי אויך זיין משיח, פארוואס דארף עס זיין מזרע דוד?
און דאס פירט אריין:
ווי דר. מנחם קעלנער איז מאריך אין עטליכע פלעצער האט דער רמב״ם נישט געהאלטן אז ס׳איז דא עפעס בעצם ״אינטרינסיקלי״ בעסער מיט אידן וה״ה מיט א״י (ווי דער כוזרי האט געהאלטן כידוע). גראדע האבן/היטן אידן די תורה וואס איז (אליביה) די דרך לקנות המושכלות און גראדע זענען זיי אין א״י, וואס אלס פאליטישע מאכט דארט (קודם די וועלטליכע יוּטאָפּיע וכנ״ל) קענען זיי דארט איינפירן מצות התלויות בארץ שלהם וואס דאס העלפט אלס דערצו וכנ״ל (און איינמאל דאס איז געווארן ״ארץ ישראל״ איז דאס שוין געבליבן אזוי, און דאס איז וואס מאכט דאס ״הייליג״). ווען גוים האבן דאס די זעלבע זענען זיי פונקט די זעלבע אויך.חדשים האט געשריבן:אפשר פעלט אויס די תנאי פון ארץ ישראל ווייל דארט איז די מקום מוכשר להשגת החכמה (וכעין אוירא דארץ ישראל מחכים).
איה״נ וכנ״ל. א צפיה אז דאס מענטשהייט זאל צוקומען אלס מער און מער צו איר אינטעלעקטשואלע שלימות. וכעין א האפענונג אז דאס מענטשהייט זאל צוקומען צו אלס א העכערע לעוועל אויפ׳ן און אין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל.חדשים האט געשריבן:ולפי זה, ריכטיג מקיים זיין דעם ”צפית לישועה” דארף מען זיין א מבקש להשיג חכמה...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
מהו עסכעטאלאגישע?
איך רעד ווען מ'האלט נאכנישט נעבן דארט. דאס וואס די קעניג דארף טון, קען דאך די גוי אויך? חוץ אז ער מיינט דאס וואס דו שרייבסט נאכדעם אז אידן היטן די תורה וואס איז (אליביה) די דרך לקנות המושכלות. ואולי לויט די פיצי אותיות אין די תגובה מוז מען בע"כ צוקומען צו די מהלך.
וואו קומט אריין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל?
איך רעד ווען מ'האלט נאכנישט נעבן דארט. דאס וואס די קעניג דארף טון, קען דאך די גוי אויך? חוץ אז ער מיינט דאס וואס דו שרייבסט נאכדעם אז אידן היטן די תורה וואס איז (אליביה) די דרך לקנות המושכלות. ואולי לויט די פיצי אותיות אין די תגובה מוז מען בע"כ צוקומען צו די מהלך.
וואו קומט אריין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Eschatology = a branch of theology concerned with the final events in the history of the world or of humankindחדשים האט געשריבן:מהו עסכעטאלאגישע?
אין דעם איז נכלל די לעהרע פון "אחרית הימים", וואס איך האב טאקע צוגעלייגט נאך די סלעש.
איה"נ. די געדאנק איז פאר אידן א קעניג פון אידן. ס'דאך נאך דא די טרייבעליזם/נאציאנאליזם (אען איר דעראגעטיוו סענס) וכנ"ל - מ'האלט נאך נישט דארט דערנאך דערפון.חדשים האט געשריבן:איך רעד ווען מ'האלט נאכנישט נעבן דארט. דאס וואס די קעניג דארף טון, קען דאך די גוי אויך?
דאס איז דאך א סקעיל אין די פארגעשריטענקייט פון ציוויליזאציעס. די פארגעשריטענקייט גייט, כמובן, מיט מיט א געוואלדיגע אינטעלעקטשואלע התפתחות בקרבתן לשלימות בזה. און ווי איך האב געהערט איינער דאס מסביר זיין אז א סקעיל 3 ציוויליזאציע וואלטן אונז זיי באטראכט און משיג געווען ווי געטער - אונז וואלטן זיי נישט געקענט משיג זיין. איז די האפענונג טאקע אז אונז זאלן אלס וואקסן און וואקסן אלס א ציוויליזאציע בזה.חדשים האט געשריבן:וואו קומט אריין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל?