איז קנעכטשאפט מאראליש?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

איז קנעכטשאפט מאראליש?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

איך בין אויפגעוואקסן מיט די הנחה אז אלעס וואס די תורה הקדושה זאגט איז 100% פראצענט אמת און אויסגעהאלטן מיט די העכסטע מאראלישע סטאנדארט'ן.
איז, וויאזוי איז קנעכטשאפט אויסגעהאלטן? נישט די וועג וויאזוי מ'כאפט קנעכט, און נישט וועם מ'כאפט, די עצם געדאנק פון עבדות, מעג מען האבן קנעכט אדער מעג מען נישט?

פליז נישט פאליטיק'ס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ניין עס איז נישט אויסגעהאלטן. דאס איז פון די באקאנטע טענות קעגן די עטיקס אין די תורה בכלל און די שוועריקייטן דערמיט מיט וועלכע גלויביגע (בימינו) דארפן זיך ספראווען (מיט עפאלאדזשעטיקס וכדומה). ענליך צו די שמועסן דא איבער די עטישע/מאראלישע שוועריקייטן מיט מצות מחיית עמלק און דזשענאסייד בהתורה וכדומה (מיט קנעכטשאפט איז אפשר א משהו גרינגער אלס די היסטארישע קאנטעקסט, אבער פארט גאר א שטארקע פראבלעם. ובפרט אז אן עיקר יסוד אין די קאלעקטיוו זיכרון פון כלל ישראל בהתורה איז דאך דאס יציאה מעבדות לחירות ממצרים).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קודם דארף מען דעפינירן פונקטליך וואס גייט אריין אין קנעכטשאפט און וואס נישט. און וויאזוי מען דארף זיך באגיין מיט קנעכט. און צו ס'היינט באמת נישטא קנעכטשאפט. און דערנאך וועט מען קענען דן זיין פונקטליך מיט וואס די תורה איז מער אדער ווייניגער מאראליש פון אונז און אונזערע סיסטעמען היינט ווען ס'איז שוין כלומרשט נישטא קיין קנעכטשאפט....
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין יעדעס ציוויליזירטע לאנד כהיום פארשטייט מען אז עס איז אימאראליש צו אויׁנען א מענטש כמו נכס גמור [chattel]: וועמען מ'קען פארקויפן און מנחיל זיין לבניו אא"וו אא"וו, ואפילו ווי די קינדער פון דעם עבד זענען אבסאלוט "דיינע". דאס איז די הגדרה פון אן "עבד". (ביטע קום נישט זאגן אז יעדעס שכיר/קבלן און ארבעטער צו א בעה"ב איז אן "עבד", ווייל אפילו די תורה והתלמוד אליין פארשטייט א חילוק צווישן די צוויי, ופשוט.) און דאס איז אפילו ווען מען "טריִט" דעם עבד "שיין" וכדרך התורה. (הגע בעצמך. דו וואלסט געוואלט אז דו אדער דיינע קינדער זאלן זיין אזעלכע סארט קנעכט צו איינעם? אדער וואלסטו געשריגן אויף אזא איינעם וואס פארקנעכטעט זיי אפילו על זה הדרך אז ער איז אן אימאראלישער רשע? אויב איז עס דאס צווייטע ביסטו מודה צו דעם. ותו לא מידי.)

צי עס איז נאך דא איבער די וועלט כהיום זאגט אבסאלוט גארנישט איבער דאס מאראלישקייט דערפון (אזוי ווי עס איז נאך פארהאן אסאך אנדערע אימאראלישקייטן אויף די וועלט כהיום).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זאגסט אז דער גאנצער מאראלישע פראבלעם איז די ירושה חלק און דער א.ג. אבסאלוט, אבער אָן ירושה און פופציג פראצענט עבדות איז יא עטוואס מאראליש? אדער ווילט איר פשוט זאגן אז די תורה איז פשוט 'מער' אומאראליש?
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

האט נישט יובל באפרייט קנעכט? דהיינו די עבדות איז טאקע אריבער בירושה אבער מיט א גבול.
ובפרט אז אן עיקר יסוד אין די קאלעקטיוו זיכרון פון כלל ישראל בהתורה איז דאך דאס יציאה מעבדות לחירות ממצרים).
דיין נקודה איז ריכטיג, אבער די יציאה מעבדות מצרים לחירות איז כולל סאך מער ווי פשוט’ע עבדות. הריגות, מיעוט ד”א, עבודת פרך און גזירות חדשות מדי יום ביומו וכו’.
צו זיך פרייען מיט א יציאה לחירות פון דעם מצב, איז נישט סותר דאס אז אין די תורה איז דא א מציאות, צו גאר חיוב צו האבן עבדים.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

קורקלענד האט געשריבן:זאגסט אז דער גאנצער מאראלישע פראבלעם איז די ירושה חלק און דער א.ג. אבסאלוט, אבער אָן ירושה און פופציג פראצענט עבדות איז יא עטוואס מאראליש? אדער ווילט איר פשוט זאגן אז די תורה איז פשוט 'מער' אומאראליש?
אָן זיין יענעם׳ס א נכס וואו איז די ״עבדות״? דא רעדט מען דאך פון slavery. (עבד עברי איז טאקע אזא סארט אינטרעסאנטע קעיס אין דעם. נישט אבער פון דעם איז די טענה כנגד די עטיקס פון די תורה. דאס איז מער אַן indentured servant ווי איידער א slave.)

לגבי רייטן אויף א שכיר/ארבעטער (ונמי לגבי עבד עברי) באנו לטענות נגד קאפּיטעליזם בכלליות - די bourgeois נגד די proletariat וכו׳. ער איז אבער למעשה נישט יענעם׳ס א נכס און האט בעצם די פרייהייט, לגבי די בעה״ב, צו אוועקגיין (עס קען טאקע זיין אז מצבו איז מכריחו און ער האט דערין נישט קיין ברירה ״חופשית״, אבער דאס איז נישט דירעקט מצד די בעה״ב.)

ולסיכום, אויב האלט מען א מענטש אלס נכס איז דאס אימאראליש (ווי דו ביסט מודה און אזוי ווי די gauntlet איך האב געשטעלט פריער). און אויף דעם איז די טענה נגד די תורה וואס מען דארף זיך ספראווען מיט (און נישט מיט׳ן לייקענען און זאגן אז עס איז יא בעצם מאראליש). אגב, די עצם עפענען אזא אשכול מיט אזא שאלה צייגט אליינס לכאורה אז דאס איז בעצם קעגן מוסרי הטבעי.
מתבודד האט געשריבן:האט נישט יובל באפרייט קנעכט? דהיינו די עבדות איז טאקע אריבער בירושה אבער מיט א גבול.
כנ״ל איז די טענה פון עבד כנעני וואס ביי דעם איז לעולם בהם תעבודו און עס מיינט נישט יובל (ועיין בקידושין כב: ובת״י שם ד״ה ת״ל).
מתבודד האט געשריבן:דיין נקודה איז ריכטיג, אבער די יציאה מעבדות מצרים לחירות איז כולל סאך מער ווי פשוט’ע עבדות. הריגות, מיעוט ד”א, עבודת פרך און גזירות חדשות מדי יום ביומו וכו’.
צו זיך פרייען מיט א יציאה לחירות פון דעם מצב, איז נישט סותר דאס אז אין די תורה איז דא א מציאות, צו גאר חיוב צו האבן עבדים.
יתכן. אבער דאן איז די פאקוס נישט אויף די חלק הבן חורין, נאר אויפ׳ן חלק פון נישט זיין ״די סארט״ עבד. אין אנדערע ווערטער, די טענה נגד פרעה איז נישט געווען אז ער איז נישט משלח בני ישראל, נאר אז ער איז זיי מעבידם בפרך און נישט געבליבן בפה רך. ווען ער נעמט זיך ווען נאר דאס אליין ווען אונטער, זיי צו טריִטען אזוי ווי עבדים כנעניים בהתורה והלכה, און האלט דאס טאקע איין וואלט נישט געווען קיין טענה קעגן אים. אביסל שווער צו זאגן ואולי אבסורד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאפיטאליזם איז גראדע ס'ווייניגטע עבדות. ווארים,די גאנצע אידיי פון יסודי היסודות אין קאפיטאליזם איז טאקע אט דאס אז דער אינדיווידואלער האט פרייהייט וואס איז נישטא אונטער קיין איין אנדערע סיסטעם. למשל קאמיוניזם אדער סאציאליזם מיסודם שטעלן אוועק דער מענטש אלס א נכס און בארויבן איהם פון רוב פון זייערע פרייהייטן.

סתם א ארבייטער איז ניט קיין קנעכט ווארים ער קען אייביג זיכן א פרישע פאזיציע. אבער די קאנצעפט פון אינקאם טעקס איז שוין יא למחצה לשליש וכו' עבדות. ווארום די ווערסט יענעם'ס אמנכס פרטי. ווען איינעם 'ס געזונט (העלט אינשורענס) איז אנגעהאנגען אין זיין ארבעט איז ווידער א פארמאט פון קנעכטשאפט.

הלוואי ווען ס'וואלט נאך היינט געווען אזא זאך ווי קאפיטאליזם....... למעשה זענען מיר היינט פארקנעכטעוועט.

דער זעלביקער עיברעהעם לינקאלן וואס האט באפרייט די ביסל קנעכט איז אט דער זעלביקער וואס האט איינגעפירט א אינקאם שטייער וואס האט פארקנעכטעוועט ס'גאנצע לאנד!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

נוח האט געשריבן:מ'זעט אין חז"ל און אין די ראשונים אז ס'איז מעגליך אזא מושג אז עפעס אין די תורה איז נאר בדיעבד, און דאס אז די תורה אדרעסירט ווי אזוי עס צו טוהן איז נישט קיין אנדייטונג אז די תורה וויל אז מ'זאל עס טוהן.
יא יא. ובפרט ווען מען שטעלט דאס צאם מיט׳ן היסטארישן קאנטעקסט. הגם אויפ׳ן גמרא בלייבט נאך אלס שווער פון (ברכות מז: גיטין לח:) המשחרר עבדו עובר בעשה.

***

אינקאָם טעקס זעה איך נישט ס׳זאל זיין בעצם גניבה (ו״עבדות״ מאן דכר שמיה) (איך ווייס נישט צי ס׳איז דומה צו די גובאי מכס בזמן הש״ס און אין יענע היסטארישע תקופה), וואו דו ווילסט האבן amenities פון אט די רעגירונג און א פאליטישע געפירעכץ [סעניטעישאן, פאליציי, דעפענס, וכו׳ וכו׳ וכו׳, ואפילו וועלפעיר וואס שטיצט די וואס דארפן עס, וואס געבט למעשה צו צום סאציאלן סטאבּיליטעט]; די געדאנק איז די מאס דערין, און אז עס זאל זיין עפעקטיוו אָן קיין קאראפציע אא״וו. איך קען מיך נישט אויס גוט אין די נושא, און ס׳פארפארט סיי ווי פונעם שמועס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

נוח האט געשריבן:מ'זעט אין חז"ל און אין די ראשונים אז ס'איז מעגליך אזא מושג אז עפעס אין די תורה איז נאר בדיעבד, און דאס אז די תורה אדרעסירט ווי אזוי עס צו טוהן איז נישט קיין אנדייטונג אז די תורה וויל אז מ'זאל עס טוהן.
לדוגמא, יפת תואר, אפשר אויך עבד עברי. עבד כנעני מיין איך, איז נישט אריינגערעכנט אין דעם כלל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

די אמת איז אז אין די תורה איז דא, וואס מיר רופן היינט, ראסיזם. ובגדול.
איך מיין אז דאס איז די יסוד, און ערשטע הנחה ווען ס’קומט צו רעדן אין די נושא פון עבדות עפ”י תורה.

אלזא דארף מען אריינקוקן און זען אויף וועלכע לעוועל שטייען די אידן, בניגוד צו עמלקים, כנעניים, עמון ומואב, מצריים וכו’
ביי א טייל האט די תורה געהייסן נקמה נעמען, ווידער ביי אנדערע האט די תורה געהייסן זיי כובש זיין, וואס דאן זענען די שבויים אטאמאטישע עבדים. וואס פון א היסטארישע שטאנדפונקט איז דאס געווען די נארם. צוריק צו ”תמחה את זכר עמלק” איז עס לכאו’ מצד וואס די תורה האט געזען אין זיי רעה במהותם ועצמוייתם.
בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביבל סדר תע”ב
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ס׳איז כלל נישט שייך דן צו זיין אין דעם ענין איידער מ׳האט ארויס דאס לעבן פון יענע צייט, די טייטש פון ׳מאראל׳ טוישט זיך לפי המצב.

• צו זיין א בעה״ב אויף ארבייטער איז נאך מאראליש היינט, פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז סוכ״ס איזעס פאר די בענעפיט פון די מענטשהייט בכלליות.
• צו זיין א קעניג אויף א פאלק און טון מיטן לאנד כאדם העושה בתוך שלו איז שוין היינט נישט מאראליש (אמאל האט מען גע׳חלש׳ט צו האבן א קעניג), פארוואס? ווייל אונז האלטן אז דעמאקראטיע ארבייט בעסער פאר די מענטשהייט בכלליות.
אזוי קעמען דן זיין אויף טריט און שריט: איקוויל רייט׳ס פאר פרויען, א רבי אויף חסידים, פאליס פאר פארברעכער, האלטן מענטשן פארשפארט אין איין בנין פאר יארן (דזשעיל), רבי/טיטשער אויף תלמידים, לאזן האומלעס מענטשן אינטערן ברידזש אָן מחייב זיין יעדן צו ביישטייערן לטובתם, וכו׳ וכו׳

די כלל איז: אויב פארן קיום המין פעלט אויס צו מאכן א געוויסע סדר אין ראנג, איינער העכער איינער נידריגער הייסטעס נאך מאראליש עד היום הזה.

יעצט, אז מ׳טראכט אריין אינעם סדר החיים בימים ההם, ווען ביטער שווערע פעלד ארבייט ׳פון מערערע מענטשן׳ איז געווען קריטיש וויכטיג, פשוט פאר ׳סורווייוועל׳ און א גרויס חלק פונעם מענטשהייט האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן א גרויסן פעלד און עס בארבייטן צו קענען לעבן דערפון, לפי זה איז דער קנעכט סיסטעם פשוט געווען א סורווייוועל מעטאד סיי פאר די בעלי בתים און סיי פאר די קנעכט.

ובכלל, אונז קוקמער פון אונזער גלעזער, פון אונזער לעבנס שטייגער און אונז שוינען געפערליך דעם קנעכט. ווייל למשל ער קעניש פליען צו די לבנה אויב ער וויל, ער קען אפילו נישט גיין און ספרים סטאר קויפן די נייע סידי. היינט ווען ׳פרייהייט׳ איז דער ציל (צו וואס דען דארפסטו נאך און נאך געלט אין דיין באנק?) איז ׳קנעכטשאפט׳ זייער שרעקעדיג. אמאל איז געווען איין ציל ׳סורווייועל׳, אז מ׳האט געהאט צום ׳לעבן׳ איז מען געווען צופרידן. נו, איז נישט געווען אזא ריזיגן חילוק בעצם פונעם בעה״ב ביזן קנעכט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: איז קנעכטשאפט מאראליש?

שליחה דורך החוקר »

@קורקלענד איך בין מסופק צו דו פארשטייסט די אפטייטש פון די מושג "קנעכט". נישט פשוט די טייטש פון דאס ווארט, נאר דאס מציאות'דיגע, פראקטישע באדייט.

אייגעטליך ניין, איך בין נישט מסופק. דו פארשטייסט נישט דאס דערהער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מי אני האט געשריבן:
אינקאָם טעקס זעה איך נישט ס׳זאל זיין בעצם גניבה (ו״עבדות״ מאן דכר שמיה) (איך ווייס נישט צי ס׳איז דומה צו די גובאי מכס בזמן הש״ס און אין יענע היסטארישע תקופה), וואו דו ווילסט האבן amenities פון אט די רעגירונג און א פאליטישע געפירעכץ [סעניטעישאן, פאליציי, דעפענס, וכו׳ וכו׳ וכו׳, ואפילו וועלפעיר וואס שטיצט די וואס דארפן עס, וואס געבט למעשה צו צום סאציאלן סטאבּיליטעט]; די געדאנק איז די מאס דערין, און אז עס זאל זיין עפעקטיוו אָן קיין קאראפציע אא״וו. איך קען מיך נישט אויס גוט אין די נושא, און ס׳פארפארט סיי ווי פונעם שמועס.
יעדע זאך וואס איז געצווינגען אויף א מענטשן דארף שוין האבן גענוג סיבה. אינקאם שטייער איז אזא פאל. פעדעראלע אינקאם שטייערן גייען נישט פאר סעניטאציע און נישט פאר פאליציי וכו' און אויב דעפענס דעפינירט מאסן מארדן אין מיטל מזרח און אוקריינא דאן איז די קשיא נאך גרעסער.

איך מיין אז איך האב שוין געמאכט מיין פוינט און כדאי צו לאזן די אשכול צענטראל אויף די נושא וועל איך עס לאזן דא.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

החוקר האט געשריבן:@קורקלענד איך בין מסופק צו דו פארשטייסט די אפטייטש פון די מושג "קנעכט". נישט פשוט די טייטש פון דאס ווארט, נאר דאס מציאות'דיגע, פראקטישע באדייט.

אייגעטליך ניין, איך בין נישט מסופק. דו פארשטייסט נישט דאס דערהער.
ווען איר וועט פארשטיין דער באדייט פון קאפיטאליזם וועל איך אפשר פארשטיין דער באדייט פון קנעכט.

אבער באמת גערעדט. איך מוטשע זיך שוין יארן מיט פארשטיין אדער דער באדייט פון קנעכט און וואטעווער ס'מיינט צו ס'איז טאקע אזויפיהל אפגערוקט פון וואס א גרויס חלק פון דער וועלט איז נאך היינט אונטערטעניג.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

@בְּתוֹךְ עַמִּי׳ס תירוץ גייט מיט וואס איך האב דערמאנט בנוגע זיין cognizant צום היסטארישע קאנטעקסט (וואס אגב גייט בכלל אין איינקלאנג מיט דעם רמב״ם׳ס פירוש בסיבות מצות התורה אינעם צווייטן האלב פון ח״ג במו״נ). עס גייט מיט א יוּטיליטעריען מהלך אין עטיקס וואו די הגדרה פון מאראל/עטיקס איז אָנגעוואנדן אין וואס ברענגט דאס גרעסטע צופרידענהייט על הכלל כולו. דאס איז אבער נישט אזוי פשוט, ווייל מ׳פארשטייט אז אויב וועט, למשל, הריגת נקיים ברענגען אזא סארט איבערוויגענדע צופרידענהייט להכלל, מאכט דאס אבער דאס נאך אלס נישט בעצם ״מאראליש״. וכן הוא לגבי פארקנעכטעווען מענטשן. צו משווה זיין, אפילו אין יענע עפאכע ולגבי ״סורווייוועל״, אַן עבד ואדוניו איז אבסורד. און די דמיון צו א בעה״ב אויף א שכיר איז נישט אין פלאץ, וואו עס איז מבחירת שניהם און עפ״י אייגענע merit או עכ״פ ירושה פון דאס געלט, וואס ער האט א רעכט דערצו. (וכ״ש אז עס איז נישט אין פלאץ מדמה צו זיין צו א רבי ותלמידים אדער צו יוסטיץ אויף פארברעכער; אזויפיל יא איז אז מ׳קען אריינגיין אינעם דיון ווי אזוי צו פראקטיצירן יוסטיץ ועונש פאר דער וואס האט זיך דאס פארדינט מרוע בחירתו וכו׳.) ואפילו בימי אריסטו (ארום די צייטן פון גלות בבל), וואו און ווען עס איז געווען אָנגענומען קנעכטשאפט, האט דאס געדארפט פארטיידיגן מיט די הנחה אז זיי די קנעכט זענען בעצם ״נאטורליך״ קנעכט. דאס איז נישט עפעס צו וואס מ׳וועט מסכים זיין ואפילו דאס צו זאגן אויף בימיו.

די דמיון צו די פאליטישע אינסטיטושאן פון א מלך בהעבר קען גענוצט ווערן אלס א ראיה לחוב. והיינו, היינט פארשטייט מען, ולכאורה אפילו פון אַן אבּיעקטיוון מבט, אז דאס איז א פּרימיטיווע ״נישט גוטע״ מהלך פון רעגירונג; זיכער ביחס צו דעמאקראטיע. (והגם דעמאקראטיע קען טאקע זיין און ווערן קארופטירט, איז כ״ש וכ״ש ק״ו בן בנו של ק״ו ביי אַן autocratic מלך.) וימי הביניים (וקודם) יוכיחו. וכן הוא לגבי עבדות - מ׳פארשטייט, ואפילו פון אַן אבּיעקטיוון מבט, אז דאס איז evil.

א בעסערע דמיון וואלט געווען לגבי עסן בע"ח און וויאזוי מ'וועט דאס באטראכן אינעם עתיד פון א מאראלישן קוק-ווינקל, ווי אויסגעשמועסט אין די אשכול. און דאס איז שוין ווי מ'קען מאכן א חילוק במין (וכעין מה שרצה אריסטו לעשות לגבי עבדים כנ"ל) און ווי זיי אליין טוהן נישט דן זיין איבער מאראלישע מעשים צו אנדערע (וע"ש במה שציינתי בזה מדר. פּיטער זינגער).

כמובן, דאס אבער צו נעמען אינגאנצן צו מאראלישע רעלאטעוויזם, מיינענדיג אז עס איז בעצם באמת געווען מאראליש דעמאלטס, ווייל מאראל בעצם איז נאר רעלאטיוו ובפרט לגבי די עפאכע, איז נישט אזוי פשוט. פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז וויבאלד מלחמות זענען דאן געווען א ברוטאלע affair און אזוי זענען זיי דעמאלטס געפירט געווארן בחרם גמור בהריגת ושביית נשים וטף, מאכט דאס׳ן דאס טוהן דעמאלטס נאך אלס נישט גערעכט ואפילו דעמאלטס. וואס מ׳קען יא זאגן ביי עבדות איז אז עס איז געווען בלית ברירה ממש: עס איז טאקע אימאראליש בעצם אבער פארפאלן ההכרח לא יגונה. אבער אפילו אויף דעם קען מען זיך דינגען: איז טאקע געווען לית ברירה ממש? מ׳דארף געדענקן אז דאס איז געווען איינע פון די טענות וואס די דרום שטאטן אין אמעריקע האבן טאקע גע׳טענה׳ט פאר׳ן בירגער קריג, לגבי דאס׳ן פירן זייערע plantations.

הגם, זאגן אז מאראל איז נאר רעלאטיוו צום תקופה אזוי ווי @בְּתוֹךְ עַמִּי׳ס מהלך, ראטעוועט פון צוויי שוועריקייטן ואפילו מיט די מאראלישע רעלעטאוויזם מהלך. איינס, אז מ׳זאגט נישט אז עס איז אָנגעוואנדן לפי די פּערספּעקטיוו פונעם קולטור [ווייל דאן טוהט מען דאך ריינוואשן די קנעכט-פארמאגער אין אמעריקע פאר 300 יאר צוריק, ואפילו בעצם די נאציס]. צוויי, מען זאגט נישט אז עס איז נישטא על הכלל כולו קיין פאזיטיווע מאראלישע פּראגרעס אין היסטאריע; עס איז יא בעצם בעסער, ווייל כנ״ל איז קנעכטשאפט בעצם יא אימאראליש אפילו דעמאלטס נאר לפי הזמן האט מען דאס געמוזט אָננעמען בלית ברירה ובהכרח.


אבער לאחרי הכל איז די תירוץ לענ״ד בעצם א גוטע.

***
מתבודד האט געשריבן:בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביסל סדר תע”ב.
״מאכן סדר״ אין דעם, ואפילו ״אביסל״, איז א מסכת. והרבה קולמוסין וכו׳.

א חשוב׳ע מיטגליד האט מיר א שטיק צייט צוריק געשיקט אַן אישי:
חשוב׳ע מיטגליד האט געשריבן:איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן אויף עפעס וואס באדערט מיר שוין לאנג, בנוגע אומאראלישע זאכן וואס שטייען אין די תורה.
דאס איז וואס איך האב דאן גע׳ענטפערט:
מי אני האט געשריבן:עס איז טאקע אַן ערענסטע פראבלעם. ועכ״כ אז, ווי איך ברענג צו אין מיין אשכול איבער הרעות אז אפילו חז״ל זענען געווען אומבאקוועם מיט די מאראלישע פראבלעמען און דאקטרינעס בהתורה וואס איז געווען נגד זייער מוסרי הטבעי עכ״פ שבזמנם (למשל דא ווי הרב דר. נתן לאָפּעס קארדאָזאָ רעדט ארום איבער די עטישע פראבלעמען בהתורה און ווי אזוי הלכה רבנית איז אויסגעשטעלט דאס טאקע צו פאררעכטען). און זיי האבן טאקע געזוכט צו באזייטיגן די סארט מצות וואס זענען (עכ״פ אין זייערע אויגן) אימאראליש (און דערנאך אָנגעגעבן אז ״דאס איז דאך מעיקרא וואס דאס האט באמת געמיינט״). און יא, אין א וועג זענען חז״ל טאקע געווען ״רעפארמער״ אין דעם געדאנק. ועכ״כ אז דר. דוד ביאלע טענה׳ט טאקע אז סעקולעריזם, זיין אינדעפּענדענט פון סקריפּטשור, און זיך ארויסדרייען פון עסטעבּלישד דאקטרינעס איז אינהערענט ממש אין יהדות רבנית, און איז וואס די רעפארמער משכילים ודכוותייהו זענען באאיינפלוסט געווארן פון און האבן זיך באנוצט מיט (עכ״פ בלא יודעים).

לגבי די פראבלעם פון דזשענאָסייד בהתורה, עמלק וז׳ עממין בעיקר, הא׳ביך אראפגעברענגט מהלכים דערין. לדוגמא דא [צי עס האט טאקע פאסירט, ומה כוונתם]. ועיין ג״כ כאן. און נאך פלעצער (אדרבא, מאך א search אין יענעם אשכול אויף די ווארט ״עמלק״.)

לגבי מיתת בי״ד (אויף בין אדם למקום עבירות) הא׳ביך דא געשריבן דערויף אינעם דערמאנטן אשכול.

דא הא׳ביך צוגעברענגט א מאמר פון הרב דר. נארמאן סאלאמאן (דאכט זיך מיר נישט אַן ארטאדאקסישע רב) איבער דעם.

וואס מ׳קען אבער נאך אלס פרעגן איז אז פיין, איה״נ אז יהדות רבנית האט אינערהאלב זיך מעכאניזמס ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון די נארמאטיווע מאראלישע פראבלעמען בהתורה אויף למעשה. אבער דאס פארענטפערט נאך נישט (עכ״פ געהעריג) פארוואס שטייט עס דאך אין די תורה בכלל? כמובן איז די שאלה נאר טאמער נעמט מען נישט אָן אז חז״ל׳ס פירוש איז טאקע די אריגינעלע פשט ממש. אויב יא ווערט אבער דאן נתעורר די קושיות פון עמלק ויהושע וואס זיי האבן למעשה יא פארשטאנען כפשוטם אז זיי האבן פאסירט, ווי אויך לדוגמא הלכות אמה העבריה אא״וו.. איז מיין פערזענליכע מהלך אין דאס אלעס אז איה״נ. די תורה איז געשריבן געווארן אלס די לעגענדעס והלכות וכו׳ דורך פאָליבּל מענטשן און אין זייער עפאכע מיט זייערע (אובער)גלויבונגען, פארשטאנד אין מהו מאראליש אא״וו אא״וו. (דאס איז ל״ד א סתירה מיט׳ן אכטן עיקר של הרמב״ם, ולדוגמא כדהבאתי מדר. שמואל פליישהאקער אדער דר. יהודה [דזשערוים] געלמאן ואכמ״ל.) דעמאלטס פאלט דאך אַבּוויִעסלי אוועק די מאראלישע קושיא. וואס געבט דאס ״הייליגקייט״ און ״געטליכקייט״ איז אונזער סמכות דערצו ועפ״י די פראצעס פון הלכה רבנית וכעין דברי הרב דר. קארדאָזאָ הנ״ל. דאס איז די געדאנק פון דעם אז ״ג-ט״ [וואס מ׳קען נישט דעפינירן] איז ״נותן״ [וואס איז צום מערסטענסט א לשון מושאל] התורה.

איך ווייס אז דאס איז לכאורה צי קורץ געשריבן ויש להאריך בזה טובא. איך ריר אָן אויף דעם אלעם אין מיין סאָבּמיטעד ארטיקל און פאָרגעגרייטן אשכול דערויף.

איך דארף ווען ענטפערן אסאך אסאך מער באריכות. איך האב אבער באמת נישט קיין צייט (איך בין ביי די ארבעט און שפעטער דארף איך נאך כאפן מיין עמוד). ואתך הסליחה.

אגב, בנוגע די מעשה פונעם חת״ס וואס האט גע׳הרג׳עט דעם עמלקי הא׳ביך דאס געוואלט באשרייבן אין מיין אשכול איבער מעשיות וואס מאכן נישט קיין סענס עפ״י מאראל ואפילו הלכה, אבער דערנאך הא׳ביך געזעהן אז ס׳דא וואס פארציילן עס בתורת סעלף-דעפענס.
אין די בלאט איך האב צוגעלינקט אין מיין ערשטע תגובה זענען דא אסאך ארטיקלען איבער זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם בכלליות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

מתבודד האט געשריבן: בקיצור ווער ס’קען אריינקומען מאכן אביבל סדר תע”ב
ייש”כ מי אני פאר דיין הערליכן ענטפער, אפי’ כ’האב דיך געטעגט נאר במחשבה און נישט בדיבור...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

עס איז זייער קלאר אז די תורה שטופט שטארק צו ווערן מער מאראליש, די אלע דינים זענען געווען חידושים 3 טויזנט יאר צוריק. מען גייט ארויס נאך 6 יאר, מען מעג נישט מאכן ארבעטן צו שווער, ווען מען באפרייט א קנעכט דארף מען אים געבן געלט, ווען א טאטע פארקויפט זיין טאכטער קען די קונה נישט טון מיט איר וואס ער וויל, ועוד ועוד.

דאס אלעס נעמט זיך אן פאר די רעכטן פון די ארימע, און פארשטייט זיך אז די אלע הלכות ווערן געזאגט ווייל עס איז געווען איינגעפירט צו טון מיט א קנעכט וואס מען וויל, און דאס איז א גרויסע סטעפ אין די ריכטיגע דירעקציע.

צו זאגן אין יענע צייטן אז קנעכטשאפט איז נישט מאראליש בכלל, איז אזויווי רעדן צו די טאליבאן וועגן equal pay, אדער רעדן צו חרדים וועגן...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. די געדאנק פון זיין באוואסטזיניג צום היסטארישן קאנטעקסט.
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:צו זאגן אין יענע צייטן אז קנעכטשאפט איז נישט מאראליש בכלל, איז אזויווי רעדן צו די טאליבאן וועגן equal pay, אדער רעדן צו חרדים וועגן...
משם ראיה: קיינער גייט נישט זאגן אז פאר די טאליבאן איז נישט equal pay פּער סע באמת מאראליש/ריכטיג און נישט אימאראליש/אומריכטיג. זייער נישט האבן די יכולת מחמת איזה סיבה צו באגרייפן די קאנצעפט (אויב ס'איז טאקע אזוי, אבער נניח) קען זיין איז אן אמתלא אויף זייער געפירעכץ, אבער די (cultural) "אומר מותר" זאגט גארנישט לגבי די עצם מאראלישקייט און רעכט דערפון. וה"ה הכא. (אחוץ טאמער נעמט מען אָן א שטארקע מאראלישע רעלאטעוויזם וואס האט זיך אירע שוועריקייטן וכנ"ל.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און אוודאי אויב מען פרעגט די שאלה פון די אשכול קעפל "איז קנעכטשאפט מאראליש?" איז די תשובה קלאר אז נישט.

אבער איך מיין אז די נידון פון די אשכול איז נישט אויב קנעכטשאפט איז מאראליש, נאר די שאלה איז, איז די תורה מאראליש? און עס שטערט @אלע צוזאמען פארוואס די תורה שרייבט זאכן וואס זעט אויס נישט מאראליש. און די תשובה איז אז די תורה איז זייער מאראליש ווען עס קומט צו די נושא פון קנעכטשאפט, און דאס וואס די תורה שרייבט איז די בעסטע וואס האט געקענט געשריבן ווערן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ריכטיג. און דעריבער האב איך טאקע צוגעצייכענט צום רמב"ם וואס זאגט דאס בכלל לגבי המצות שצותה (א באקאנטע דוגמא לגבי קרבנות בפל"ב שם).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ייש״כ @מי אני פאר׳ן מיר (האלבוועגס) אפפרעגן, ווייל יעצט אז כ׳בין זיך מתבונן אינעם יסוד השאלה, וואס קומט בעצם צושטאנד דורך די הנחה פונעם פונעם פותח האשכול, אז:
איך בין אויפגעוואקסן מיט די הנחה אז אלעס וואס די תורה הקדושה זאגט איז 100% פראצענט אמת און אויסגעהאלטן מיט די העכסטע מאראלישע סטאנדארט'ן.
זעי איך אז די קשיא הייבט זיך כלל נישט אן, ווייל כאטש מ׳זעט אז רוב מצות בין אדם לחבירו איז געבויט אויף מאראליש׳קייט קעמען נישט זאגן אז דאס איז די יסוד, ווי מ׳זעט קלאר דא:
משנה: האומר על קן צפור יגיעו רחמיך ועל טוב יזכר שמך, מודים מודים משתקין אותו. גמרא: בשלמא מודים מודים משתקין אותו משום דמיחזי כשתי רשויות, ועל טוב יזכר שמך נמי משמע על הטובה ולא על הרעה, ותנן: חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה. אלא, על קן צפור יגיעו רחמיך מאי טעמא? פליגי בה תרי אמוראי במערבא, רבי יוסי בר אבין ורבי יוסי בר זבידא; חד אמר: מפני שמטיל קנאה במעשה בראשית, וחד אמר: מפני שעושה מדותיו של הקדוש רחמים, ואינן אלא גזרות" (ברכות, לג ע"ב)
השתא דאתית להכי, וואלטיך געזאגט אז די קשיא איז ׳פארקערט׳ אויב איז די תורה גזירות, פארוואס איז דא אזויפיל מצות בין אדם לחבירו וואסיז פארשטענדליך פאר׳ן שכל אנושי, מאראל וכו׳

אבער באמת וואלטיך געזאגט אז למעשה זעט מען אז די תורה וויל חסד און אז אידן זאלן טון גוט׳ס און זך פירן מאראליש איינע מיט די אנדערע, (ובעצם קען זיין אז ׳אינן אלא גזירות׳ איז נאר לגבי דעם ענין וכדו׳ אבער מצות שכליות אשר בין אדם לחבירו איז יא פארהאן א מאראל סארט טעם) איי די ענין פון עבדים פ״וו די תורה האט עס נישט גע׳אסר׳ט טאטאלי? מיינעך אז נאך מיין (האלבע) תירוץ, ועוד ענינים וואס חברים האבן שוין דערמאנט איזעס מער נישט קשה... אבער כ׳גיי צולייגן בדרך אפשר, נאך א טעם:

כידוע איז די תורה נתחלק אויף די 4 חלקים פרד״ס, יעצט די מאראלישע עספעקט פון די תורה איז בדרך ׳פשט׳, אבער על פי ׳סוד׳ איז די גאנצע ענין פון תכלית הבריאה פיל טיפער און העכער פונעם ׳מאראל׳ געדאנק. איז דארט ווי ס׳פעלט זיך אויס געוויסע פעולות למען התכלית (למשל מחיית עמלק) קומט די ווארט ׳מאראל׳ בכלל נישט אריין פונקט ווי ס׳קומט נישט אריין ווען עמיצער שניידט אריין מיט א מעסער אין א לעבעדיגע מענטש, ווייל עריז א דאקטאר אין מאכט יעצט אן אפעראציע... יעצט היות די יסוד פונעם התחייבות פונעם עם ישראל צו טון דעם רצון השם איז געבויעט אויף ׳כי לי בני ישראל עבדים עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים וגו׳, איז דאס אליין גענוג סיבה אז ס׳זאל זיך אויספעלן דעם געדאנק פון עבדות, ודו״ק כי קצרתי.
יעצט קעמען אפשר מוסיף זיין אז די סיבה פון התבטלות הענין של עבדות, און מיט דעם איז טאקע בטל געווארן דעם טיפן דערהער פון אן ׳עבד׳ השם, איז פארדעם ווייל ס׳פעלט זיך אויך אויס צו דינען דעם רבוש״ע בבחינת ׳בן׳.....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם ״מדותיו של הקדוש רחמים אינן רחמים אלא גזרות״ איז גוט טאמער זענען זיי בעצם נייטראל אין וועליוּ - נישט ״גוט/רחמים״ און נישט ״שלעכט״. טאמער אבער זענען זיי דייקא ״שלעכט״ ממבט נארמאטיווע מאראל ערוועקט דאס א סתם אזוי א פראבלעם כלפי דאס אַמניבּענעוואלענס פון ג-ט בכלליות; זיין זיין כביכול ״טוב״ ממש.
לצרף בהן את הבריות (ב״ר מד א) זעהט טאקע אויס שווער אבער ווי דער מתנות כהונה איז דארט מפרש איז דאס אבער נאר אלס׳ן שוועריקייט אויפ׳ן מענטש לקיימן בסתם. זיי זענען אבער נאך בעצם נייטראל אין וועליוּ (צי אפילו ״גוט״); זיי זענען נישט בעצם ״שלעכט״ ע״ש.

לגבי די געדאנק פון ״סוד״ נעם איך אָן ווי לדוגמא דער מ״א זאגט באו״ח סימן רפה ס״ק א אין לי כאן עסק בנסתרות, בפרט וואו ס׳קען גיין קעגן דער מוסרי הטבעי ה״פשוט״. עס דערמאנט טאקע פון הרב דר. נתן סליפקין׳ס אנאליז אין די חילוקים צווישן די ראציאנאלע צוגאנג און מיסטישע/זוהר צוגאנג טאקע צום מצוה פון שילוח הקן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט