מעשיות וואס איך און דיך וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אנאנאמיס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

מעשיות וואס איך און דיך וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי

שליחה דורך אנאנאמיס »

עפעס וואס באדערט מיך שוין לאנג איז מעשיות וואס מען פארציילט אויף גרויסע אידן אדער סתם אויף אידן וואס האבן געטוהן עפעס מורא׳דיגע מעשים וואס זענען ווערט צו פארציילען, אבער ווען מען שטעלט זיך אפ פאר א סעקונדע באמערקט מען אז די מעשה איז דברים שבכל יום ויום וואס איך און דיר וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי.

אפאר משלים;

אין איינע פון די מאגאזינען איז געווען באשריבען די פטירה פון גאבד ירושלים און די שרייבער האט געברענגט סיפורים פון די געוואלדיגע מידות בין אדם לחברו וואס דער גאבד האט זיך אויסערגעווענטליך מציין געווען, איך וועל אראפברענגען צוויי מעשיות.

די שרייבער פארציילט אז די גאבד פלעגט האבן ביי זיך יעדע שבת בחורים וואס האבן געגעסן ביי אים סעודת שבת, אמאל נאכן ענדיגן זאגן דבר תורה האט די גאבד באמערקט אז איינע פון די בחורים פארשטייען נישט קיין אידיש און מסתמא האט נישט געקענט מיטהאלטן די דבר תורה. די גאבד זייענדיג א גאון און מידות טובות האט אנגעפאנגען די דבר תורה פון פריש אין ענגליש כדי די בחור זאל אויך קענען פארשטיין!

.

ווייטער נאך א פאסירונג ביים שבת טיש פון גאבד מ׳האט געהאלטן ביים בענטשען און די גאבד האט באמערקט אייינע פון די אייניקלעך א קליין אינגעל האט נאכנישט געענדיגט זיין אייז קרים, האט די גאבד זיך אנגערופען צו זיינע מקורבים ווארט׳ס צו ווילאנג די אינגעל ענדיקט זיין אייז קרים!

שיינע מעשה, ניין?
שטעל דיך אפ פאר א סעקונדע, ווען די האסט איינעם אינדערהיים און ער פארשטייט נישט קיין אידיש וואלסטו נישט איבערגעזאגט די דבר תורה פאר אים און ענגליש?
ווען די האלטס ביים בענטשען און א קליין זיסע אינגעלע האט נאכנישט געענדיגט עסן און ער וויל מיט׳בענטשען מיט די עולם וואלסטו זיכער אויך געווארט אויף אים.

דער שרייבער לייגט זיך אריין אין לא לא לענד און כאפט אפילו נישט אז ער אליין וואלט געטוהן די זעלבע זאך אן מאכן א ביג דיל.

נאך א הערליכע מעשה האב איך נעכטען געזעהן אויף די תשעה באב פראגאם פון יואל גאלד, א מעשה וואס ברענגט ארויס די הערליכע קאלירן פון כלל ישראל. בקיצור א עלטערע פרוי איז געווען אין א"י בשעת א טעראריסט האט אויפגעריסן א באמבע אין א רעסטאראנט, נאכן ארויסלויפן האט זיך די פרוי געטראפן אויפן גאס אן קיין שיך, נישט קענענדיג גיין ווייטער צוליב די גלאז און אנדערע אביעקן אויפן ערד. פלוצלונג גייט אריבער א מאן וואס האט געהאט א פאר שיך אין א בעג און האט עס ארויסגענומען און איר עס אוועקגעגעבן! ווען זי האט אים נאכגעשריגען אז זי וויל אים באצאלען דערפאר, האט ער צוריק געענפערט אז ס׳איז מסודר און זי דארף זיך נישט זארגען, און ער האט אוועק גע׳וואקט פון דארט.

הערליכע מעשה, נישט אזוי?
ווען איך זעה אן עלטערע פרוי אינמיטען א טעראר אטאקע אן קיין שיך, וואלט איך נישט געטוהן עפעס אנדערש, נאו ביג דיל.

ס׳איז דא נאך צענדילע אזעלעכע מעשיות וואס איך האב מיך אנגעשטויסען אין, למשל אז וויזניץ׳ע רבי האט געהאלפן א אינגעל אריבער גיין די גאס. ועוד ועוד

וואס איז דיע קראנקייט פון אריינגיין אין mode פון פארציילען סיפורים און נעמען די נארישסטע מעשיות און עס אראפלייגען כאילו מ׳רעד דא פון ספעציעלע אקטן דורך ברייטהאַרציגע מענטשען??

איך קען עס נישט פארשטיין
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מענטשן וואס גייען אריין אין גדלות ווערן נישט נארמאל.
די חידוש איז אז זיי זענען נישט אריין אין שגעון הגדלות
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מעשיות וואס איך און דיך וואלטן געטוהן אן טראכטען צוויי

שליחה דורך טמיר »

אנאנאמיס, מיר האט שוין אוין כ"פ געדריקט די קשיא. שכויעך פארן אויסשמועסן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שטארקע נקודה וואס די ברענגסט ארויס.
די ספעציפישע מעשה פון יואלי גאלד האב איך אויך אמאל געהערט פון אים לייוו ווי ער לייגט עס אראפ איבערגעטריבן דראמאטיש, און ווי ער האט אליינס געטראפן די פרוי, און זי האט אים אפי’ געוויזן די שיך בלא בלא..
ס’האט מיר אויך קראנק געמאכט דעמאלס. נאטינג טו דא אבאוט איט.
אבער נאך ערגער איז ווען מספרים און בעלי דרשנים פיטערן מעשיות וואס זענען שקרים וכזבים הוילע דמיונות, למחצה או לכולה, דאס נעמט ממש אוועק די קרעדיביליטי פון די מגידים און די טעם צו זיי אויסהערן. (ווי איז נאר געווען די קאוקע קאלע בילבאורד?...)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Nanach האט געשריבן:מענטשן וואס גייען אריין אין גדלות ווערן נישט נארמאל.
די חידוש איז אז זיי זענען נישט אריין אין שגעון הגדלות
גערעכט אז זיי זענען אין אנדערע פלאץ, אבער דאס איז זייער נסיון. פשוט'ע יודען האבן זייערע נסיונות און ווען מ'שטארקט זיך איז פשוט אז ס'איז נאו ביג דיעל. די גרויסע האבן זייערע נסיונות פון שגעון הגדלות און זאלען זיך שטארקן פונקט ווי א צוויטער אן א ביג דיעל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

וואלווי האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:מענטשן וואס גייען אריין אין גדלות ווערן נישט נארמאל.
די חידוש איז אז זיי זענען נישט אריין אין שגעון הגדלות
גערעכט אז זיי זענען אין אנדערע פלאץ, אבער דאס איז זייער נסיון. פשוט'ע יודען האבן זייערע נסיונות און ווען מ'שטארקט זיך איז פשוט אז ס'איז נאו ביג דיעל. די גרויסע האבן זייערע נסיונות פון שגעון הגדלות און זאלען זיך שטארקן פונקט ווי א צוויטער אן א ביג דיעל.
אה”נ איך האב געוואלט ארויס ברענגען וואס איז די חידוש אין די מעשיות, נישט אז עס איז נישט זעלבסט פארשטענדליך אז זיי זאלן זיך אזוי אויפפירן
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

Nanach האט געשריבן:מענטשן וואס גייען אריין אין גדלות ווערן נישט נארמאל.
די חידוש איז אז זיי זענען נישט אריין אין שגעון הגדלות
דאס איז אזוי אמת, איך האב נאך נישט געטראפען איינער וואס איז געווארען גרויס און איז נישט משוגע געווארען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אנאנאמיס: 1)זעהט אויס אז די ביסט אויך א גדול בישראל.
2)אויף מיר אין אויף דיר זאגט מען נישט אזעלכע מעשיות.
3)פון הימל האט מען ציגעפירט אז דווקא ביי א צדיק זאל געשען אזעלכע מעשיות.
4)די גרויסקייט איז אפילו אזא גרויסע מענטש באמערקט קליינע פרטים (ער וואלט געדארפט זיין פארטיפט אין לערנען/פליען אין הימל) גדלות הוא קטנותו (עפעס אזוי).
5)אלל און די אבאוו
האסטו דא עטליכע תירוצים וועל דיר אויס די בעסטע

מתבודד: די שיך גייט נאך ליגן אין א מוזעיאם
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

אלץ אינגעל פלעגט מען פארציילן א מעשה גדלות פון די רבי וואס האט זיך אראפגעלאזט און געגריסט א בחור'ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אנאנאמיס: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. ווייל ס'איז א חילוק אויב א מענטש פיהרט א שבת אדער יו"ט סעודה מיט זיין ענגע משפחה קרייז. משא"כ ווען ס'איז דא א שטיקל עולם. און זיך אפגעבן ספעציעל מיט איין מענטש. דאס איז ווערט ארויסצוהייבן לשבח. די זעלבע איז ווען ביים גאב"ד איז געווען אן אייניקל. א קליין קינד. און ס'איז דא אן עולם וואס איז שוין גרייט צו בענטשן און ענדיגן די סעודה. און דער ראש המשפחה באמערקט דאס קינד און זיינע/איהרע פראבלעמען...!
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

כפתור האט געשריבן:אלץ אינגעל פלעגט מען פארציילן א מעשה גדלות פון די רבי וואס האט זיך אראפגעלאזט און געגריסט א בחור'ל
איך גריס נישט קיין בחורים וואס איך קען נישט אפילו זיי זענען פון "מיין" קהילה
נ.ב. איך קען נישט סתם בחורים חוץ פון משפחה
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

אדער זאגט מען, ער איז געווען אזא עניו, אז מ'האט פשוט נישט געקענט נאכגיין זיינע דרכים, און דאס וואס מ'פארציילט איז בלויז א טראפ פון זיינע צדקות וואס קיינער ווייסט נישט...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ’האב געהערט נאכזאגן פון איינער פון די צדיקים [?], "אז וואס מען פלעגט אמאל זאגן אויף א גוטע גוי זאגט מען היינט אויף א גוטע יוד". ודפח"ח...
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

און נאך מער ווען מען לייגט צו- מי כעמך ישראל! כאילו א גוי וואלט נישט געטוהן אזא זאך.

ס׳איז דא די באקאנטע מעשה פונעם סקווירא רבי ז״ל, ווי אלץ קליין קינד האט ער פרובירט ארויף צו קריכן אויפן טיש כאפן א באטל טינט. מען האט אים געהאלטן אין איין אוועקנעמען, און ער איז כסדר צוריק ארויף געקראכן.
זיין טאטע האט זיך אנגערופן, וואס ער וויל נאר וועט ער דערגרייכן. (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון.)

יעדע מאל איך הער די מעשה פארשטיי איך עס נישט.
וועלכע קליין קינד פרובירט נישט נאכאמאל און נאכאמאל?
פשוט א געהעריגע מעשה פון א בעיבי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אויף א ערענסטע נאט, זאגט מען אזא מימרא, דער גרעסטער רבי קען נישט זיין וואס דער קלענסטער חסיד האלט פין אים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פאכמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאכמאן »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ’האב געהערט נאכזאגן פון איינער פון די צדיקים [?], "אז וואס מען פלעגט אמאל זאגן אויף א גוטע גוי זאגט מען היינט אויף א גוטע יוד". ודפח"ח...
אוי איז עס ליידער ריכטיג. נוקב ויורד. א דאנק.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך גלייך גראדע די סארט מעשיות. עס געט מיר א בליק וויאזוי דער איד האט/וואלט אויסגעקוקט אן די גאנצע בלאזעריי. עס מאלט אראפ א אימעדזש אויף א מענטש וואס איך קען נישט, וואס איך קען נאר באקומען פון די סארט מעשה’לעך. עס ברענגט ארויס ווער דער מענטש איז געווען, וואספארא סארט נאטור, נפש און נשמה דער איד האט געהאט. באמת קען מען אויף יעדע מענטש שרייבן א גאנצע בוך/בוכער, און משפחות וואס טויגן דערצו שטעלן עס אהער. פאר מענטשן וואס האבן ליב אפצולערנען מענטשן און זייערע מעשים (וואס ליט אונטער דעם, וואס מיינט עס, וואס קען מען ארויס לערנען, וכו’) קען עס זיין גאר אינטערסאנט.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

ס'איז ארויסגעקומען אויפ'ן רבן של כל בני הגולה הקדוש והטהור מהר''י ט''ב זיבן בענדער מושיען של ישראל.
און כ'לייען דורך דעם רבינס מעשיות, ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס. אויף די אלע מעשיות האט ער אליינס געלאכט אז מ'האט עס דערציילט אויף צדיקים קדמונים. און דאס שרייבט מען אויף עהם? און מ'דארף דאס גלייבן?
פארשפארט