רעקאמענדירטע פאדקעסטס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
מונטסורי האט געשריבן:אקעי, לאמיר זאגן היסטאריע, רעליגיע, און פיוטשעריזם (אויב ס׳האט נאכדערצו עפעס א אידישע angle איז דאך לית טב מיניה).
לאמיר זען דו רעקאמענדעישאנס דו קענסט דעליווערן
איך זעה יעצט דיינע זאכן וואס דו האסט געלייגט וועגן היסטאריע, ווארשיינליך וועסטו געניסן פונעם שמועס מיט
Dan Carlin אליינס א פאדקעסטער אויף היסטאריע
עצה טובה: קודם הער אים אביסל אויס עקסטער צו פארשטיין פון וואס זיי רעדן, זיין שאו הייסט hardcore history אויפן שמועס רעדן זיי כמעט נישט קיין היסטאריע גופא אבער ס'איז מיר געווען אינטערסאנט זיך צו באקענען מיט זיין פערזענליכקייט
פאר רעליגיע קענסטו גיין מיט מייקל שערמער, אים האט ער שוין געהאט מער ווי איין מאל, און כ'געדענק נישט וועלכע ס'איז די אינטערסאנסטע, ס'איז דא נאך איינס פון אינמיטן קווארענטין ווי די שמועס איז אויף זום. יענע איז גאר גוט
Michael Shermer
וואס אין רעליגיע אינטערסירט דיר ווייס איך נישט, אבער וואס אימער רעליגיע גייט נישט אן קיין סעם העריס שמועס
און אחרון חביב א שמועס מיט א מוזלים און אפענע קריטיק פון פונדעמענטאלע איסלאם און די אומרעכטן קעגן פרויען Ayaan Hirsi Ali
אין מיין מידל קלעס מיינונג: צווישן סעם און מייקל - ביידע גרויסע סייענס קעפ - איז מייקל שערמער לכאורה בעסער פאר ביגינערס, ער איז מער סימפל און פרובירט צו גיין מער לייכטער און רעדן צווישן די טראפן. ווייטער סעם העריס איז זייער א הויעכע שפראך מיט אסאך jargon וואס נעמט אביסל צייט זיך צוצוגעוואוינען. להבדיל אלף אלפי מייקל איז מער א קיצור שלחן ערוך אדער ארחות צדיקים, און סעם העריס איז שוין מהרש"א לעוול
נאך פשוט'ער איז לאורענס קרויס א אידישע נשמה פון ניו יארק, ער האט א PhD אין פיזיקס, אבער צו מיר, ווען איך הער אים רעדן, איך פיל ווי איך האלט מיט א שמועס פון איינעם אין בית מדרש, איך פארגעס אינגאנצן אז ער איז א סייענטיסט. זייער אראפגעלאזט, אויך קומט ער מיט די אידישע ניו יארקע הומאר
און פיוטשעריזם זעהט מיר אויס גאר א דזשענערל סוביעקט צו וויסן וואס דיר ציט דערוועגן, אבער כ'גלייב אז רוב ווערטער וואס קומען ארויס פון אילאן מאסק פאלט אין די קאטעגאריע
הער דא און דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
מיינסט א שיעור קומט אזוי צופיס? דאס איז געשריבן געווארן נאך א לאנגע צייט פון צאמהערן קאנטענט, און ריסורטש. דזשארדען האב איך נישט אינגאנצן ארויס. אבער גענוג צו קומען צו אפאר קאנקלוזשנס: ער איז דעפיניטלי א פילזאף וואס ליינט אסאך. איז ער א גוטע סאורס? ס'ווענדט זיך אין וועלכע נושא, אויף פאוסטמאדערניזם האט ער אינטערסאנטע טעיקס, אויף קאפיטאליזם און equality of outcome מאכט ער עטליכע גוטע נקודות, אויף gender roles און סטיריאטייפס האלט איך רעדט ער געפעפערטע שטותים. ווי א טיפיקל פאנאטישע קאנסערוואטיוו, נאך ערגער, ווייל ער האט די רעפוטאציע פון א פסיכיאלאג און פראפעסאר און א שטארקע אינפלוענס נאכדערצו, ממילא וואס ער זאגט איז הייליג.מתבודד האט געשריבן:@סאנטיאגא קען זיין דא איז נישט די פלאץ אבער אז האסט אזוי שיין באשריבן זשאו ראגען, אפשר גיסטו א שטיקל שיעור אויף זשארדען פיטערסאן?
כ’האב חברים וואס הערן אים אויס אזויווי א סאטמארע העט הערן דעם רבי’ן זכיסעגלייניס שובבי”ם תורות.. (להבדיל)
זיין עיקר שטארקייט פארוואס מ'גלייכט אים, איז ווייל ער איז טראמפ סטייל; ער זאגט וואס ער האלט take it or leave it און מענטשן פאלן פאר דעם, אסאך פון זיינע פענס זענען יונגע אדאלטס, בעיקר מענער.
ס'איז דא די באקאנטע קליפ וואס האט אים געמאכט פאפולער ווי א קליקע פון social justice warriors קאנפראנטירן אים אויף א קאלעדזש קעמפוס וועגן טרענס אישאוס, און ער האלט זיך רוהיג און הערט זיי אויס און ענטפערט זיינע געדאנקען בעת וואס עטליכע שואלים האקן אים איבער און פרובירן אים צו שטעלן אין א קארנער, און זינט דאן האט ער אנגעהויבן א ווינט קעגן די מלחמה אויף די ערשטע אמענדמענט אין יוניווערסיטעיטן.
איך האב אביסל מער אריינגעקוקט אין אים, ער איז שוין געווען אן אטעאיסט יעצט איז ער צוריק געווארן א קריסט, הגם ער איז אן רעקארד אז ער האלט נישט ממש אז ס'איז דא א גאט אבער בלא בלא מ'דארף קוקן אויף די וועלט ווי כאילו ס'איז דא עפעס ווייל אן דעם קען עס נישט האבן קיין קיום... איך קויף עס נישט, ער איז רעליגיעז און פארטיג, און צו מיר איז דאס א רויטע לעמפל ווען ס'קומט צו אפשאצן ווי האנעסט/קלוג א מענטש איז - בפרט א מענטש וואס האט א ריזיגע פאלאוינג - עניוועי, ס'זעהט מיר אויס ווי אויף פארשידענע נושאים ווייסט ער אליינס נישט ווי ער שטייט אויף די וועלט, אסאך מאל קען ער פארקויפן זאכן וואס מ'קען הערן אז ער אליין פארשטייט נישט וואס ער האט געזאגט, ער רעדט אסאך אין די abstract דרך אגב, ס'איז דא גאנצעטע דעבאטעס אויף יוטוב צווישן אים סעם העריס און אנדערע. וואס קען זיין אינטערסאנט צו וויסן וועם אויסצוהערן וואו.
איך דיסעגרי זייער מיט דעם וואס ער לערנט מענער ארום מעסקילוניטי און זיין tough און דערשטיקן די געפילן, איך האלט דאס איז טפשות, קען זיין ער באזירט עס אויף עפעס סייענטיפיש אבער איך האלט דאס איז dangerous פונקט ווי אנדערע ראדיקאלע אידילאגיעס ווי אראפווארפן מענטשן פון סאציאלע מידיא.
הקיצור, יעדע מענטש וואס איז קאנטעווערסיאל וועט אלס האבן מער פובליסיטי. שונאים ווי שטיצער, ווייטער די מידיע רייסט אים אראפ אלס א שטימע פאר די אלט. רייט, און די reactionists (ד.מ. די רעכטע וואס ווילן בעסיקלי צוריקגיין הונדערט יאר אין צייט, און צוריקדרייען פראגרעס) וואס אין א וועג זענען זיי הייליג גערעכט אז די מענטשן פילן זיך אינדערהיים מיט אים, למעשה האט ער יעצט געדזשוינט בען שפירא'ס dally wire ווייל ער האט נישט ליב wokeism און אז דיזני איז פאליטיש, גייט ער לכבוד דעם יעצט אנהייבן מאכן מאוויס אויף די אלד טעסטעמענט... גיוו מי עי ברעיק......
אונטערשטע שורה: ער האט וואס צו פארקויפן, אבער זיפ עס דורך 13 מאל...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
Wow!!
@סאנטיאגא כ׳האב געמיינט וועסט קומען מיט איינס אדער צוויי עפיזאדן, דערווייל גיסט זיך כמעיין המתגבר און כ׳ווייס שוין ווייטער נישט וואו אנצוהייבען … דזשאסט קידינג, ש׳כח פאר די רעקאמענדאציעס, גייימיר אנפאנגען אחת לאחת.

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
Wow זייער שיין און מקיף’דיג! שכ’ח!סאנטיאגא האט געשריבן: מיינסט א שיעור קומט אזוי צופיס?.....
קליינע הערה נאר.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער נישט בכלל פון דערשטיקן געפילן נאר ענדערש פון נישט זיין אזוי ביזי מיט זיי.( און כהיום הזה ווען מענער זענען מער נקיבות פון וואס די פרויען זענען זעלבסט געווען פאר נישט צו לאנג צוריק איז ער כקול קורא במדבר עורו ישנים..)איך דיסעגרי זייער מיט דעם וואס ער לערנט מענער ארום מעסקילוניטי און זיין tough און דערשטיקן די געפילן, איך האלט דאס איז טפשות
אין פאקט איז ער פאר זיך זייער א ווארעמע אין עמאצינאלער מענטש און קען פארלאזן טרערן ווען ער רעדט זאכן וואס זענען אים נוגע ללבו.
בנוגע זיין גלויבן האב איך קיינמאל ארויסגעהאט. שכח פארן מסביר’ן. אז ער’ז אויפ’ן daily wire איז מיר אויך געווען א חידוש.
--
צו זאגן אז וועגן ער’ז א פסיכולוג און פרופסור האט ער אפשר א פוינט, זע איך איז נישט קיין אפשען...אויף gender roles און סטיריאטייפס האלט איך רעדט ער געפעפערטע שטותים. ווי א טיפיקל פאנאטישע קאנסערוואטיוו, נאך ערגער, ווייל ער האט די רעפוטאציע פון א פסיכיאלאג און פראפעסאר און א שטארקע אינפלוענס נאכדערצו, ממילא וואס ער זאגט איז הייליג.
--
[/quote][/quote]וואס מיינט פאוסטמאדערניזם. שכ’ח.אויף פאוסטמאדערניזם האט ער אינטערסאנטע טעיקס,
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
איך מיין אז דזשארדא'נס עיקר כוח איז אז ער ברענגט אריין אביסל משמעות meaning און היינטיגן קאלטע אומעטיגע וועלט, ער בלאזט אריין גייסט און מוט אין די יונגווארג. זיין העראישע קאמפף קעגן די פראגרעסיווע דיקטאטארישע רעזשים איז אויך צום באוואונדערן.
אין 2019 איז ארויס אן אינטערסאנטע דאקומענטערי איבער די אויפשטייג פון פיטערסאן.
אין 2019 איז ארויס אן אינטערסאנטע דאקומענטערי איבער די אויפשטייג פון פיטערסאן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
@מונטסורי איך מעג דיר שיקן אן אישי?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
שכחמתבודד האט געשריבן:Wow זייער שיין און מקיף’דיג! שכ’ח!סאנטיאגא האט געשריבן: מיינסט א שיעור קומט אזוי צופיס?.....
קליינע הערה נאר.
איך דיסעגרי זייער מיט דעם וואס ער לערנט מענער ארום מעסקילוניטי און זיין tough און דערשטיקן די געפילן, איך האלט דאס איז טפשות
בקיצור...you say potato I say potato ער זאגט עס אפשר נישט ארויס ברחל בתך אבער דאס איז וואס ער שטופט. אפילו אויב איז נאן ביינערי שטותים (וואס ס'איז נישט) איז עס א גרויליגע אפראוטש, איך זעה עס אין אסאך צוריקגעשטאנענע רעכטע וואס האבן אפט א מאנגל אין compassion זיי עלן אנקוקן טעראפי אלס א שוואכקייט און יעדער דארף פריטענדען צו באהאלטן די געפילן. וואס איז מיר איראניש אז ער אלס פסיכילאג האלט אזוי..מתבודד האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער נישט בכלל פון דערשטיקן געפילן נאר ענדערש פון נישט זיין אזוי ביזי מיט זיי.( און כהיום הזה ווען מענער זענען מער נקיבות פון וואס די פרויען זענען זעלבסט געווען פאר נישט צו לאנג צוריק איז ער כקול קורא במדבר עורו ישנים..)
אין פאקט איז ער פאר זיך זייער א ווארעמע אין עמאצינאלער מענטש און קען פארלאזן טרערן ווען ער רעדט זאכן וואס זענען אים נוגע ללבו.
דאס זיך אנשליסן אין the daily wire איז פשוט career suicide אויב וויל ער זיין אביעקטיוו און נייטראל, האט ער זיך מיאוס באנארישט, דו ווילסט נישט די מידיא צענזור? גייסטו שטופן רעליגיעזע פראפעגאנדע? א מין בהמה, אין אנדערע ווערטער ער פייט עקסטרימיזם מיט עקסטרימיזם בלייב מיטלמעסיג און שטופ נישט גארנישט? אז דו ענדזשויסט אים איז דאס דיין פראגאטיוו, איך זאג ס"ה פון וואו איך שטיי ער איז היבש פאנאטיש.. דאס אלעסבנוגע זיין גלויבן האב איך קיינמאל ארויסגעהאט. שכח פארן מסביר’ן. אז ער’ז אויפ’ן daily wire איז מיר אויך געווען א חידוש.
צו זאגן אז וועגן ער’ז א פסיכולוג און פרופסור האט ער אפשר א פוינט, זע איך איז נישט קיין אפשען...אויף gender roles און סטיריאטייפס האלט איך רעדט ער געפעפערטע שטותים. ווי א טיפיקל פאנאטישע קאנסערוואטיוו, נאך ערגער, ווייל ער האט די רעפוטאציע פון א פסיכיאלאג און פראפעסאר און א שטארקע אינפלוענס נאכדערצו, ממילא וואס ער זאגט איז הייליג.
אוודאי נישט. דאס הייסט אן appeal to authority נאר ווייל ער איז אן אויטאריטי אלס א פראפעסאר טאר מען נאכנישט אפקויפן וואס ער זאגט, אז ס'מאכט סענס און ס'איז וואליד איז א צווייטע זאך. אבער סתם ווייל ער האט א לייסענס? ניין
--
[/quote][/quote]וואס מיינט פאוסטמאדערניזם. שכ’ח.[/quote]אויף פאוסטמאדערניזם האט ער אינטערסאנטע טעיקס,
פרוביר א קוויטל ביים בעל גוגל
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
ס'איז אלס שיין צו פרעגן רשות קודם..מונטסורי האט געשריבן:דו קומסט פאר ווי דער וואס טעקסט מיר ״קען איי קאל יו?״סאנטיאגא האט געשריבן:@מונטסורי איך מעג דיר שיקן אן אישי?
שיק אריין!
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
כאפט מיר א תאווה דיך צו בעטן א מאנאלאג אויף בען שאפירא...ער זאגט עס אפשר נישט ארויס ברחל בתך אבער דאס איז וואס ער שטופט. אפילו אויב איז נאן ביינערי שטותים (וואס ס'איז נישט) איז עס א גרויליגע אפראוטש, איך זעה עס אין אסאך צוריקגעשטאנענע רעכטע וואס האבן אפט א מאנגל אין compassion זיי עלן אנקוקן טעראפי אלס א שוואכקייט און יעדער דארף פריטענדען צו באהאלטן די געפילן. וואס איז מיר איראניש אז ער אלס פסיכילאג האלט אזוי..
just kidding
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:
דאס זיך אנשליסן אין the daily wire איז פשוט career suicide אויב וויל ער זיין אביעקטיוו און נייטראל, האט ער זיך מיאוס באנארישט, דו ווילסט נישט די מידיא צענזור? גייסטו שטופן רעליגיעזע פראפעגאנדע? א מין בהמה, אין אנדערע ווערטער ער פייט עקסטרימיזם מיט עקסטרימיזם בלייב מיטלמעסיג און שטופ נישט גארנישט? אז דו ענדזשויסט אים איז דאס דיין פראגאטיוו, איך זאג ס"ה פון וואו איך שטיי ער איז היבש פאנאטיש.. דאס אלעס
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט. די האסטעך אים ביז יעצט אויך געהאלטן פאר אן עקסטרעמיסט, און אזוי אויך די מידיע, אלזא וויאזוי ווילסטו אז זאל ”בלייבן מיטלמעסיג” ווען מ’קוקט אים מילא נישט אן אלס אזא איינער. סה”כ איז ער געגאנגן ארבעטן אין א פלאץ ווי ער קען רואיג זאגן וואס ער האלט.
מ’קען שפעקולירן צו ער האט מיט דעם פארלוירן א חלק פון זיין אודיענס, אבער קוקט אויס אז די עקסעפטנס פון די סביבה איז א וויכטיגע זאך פאר א מענטש.
(יעצט זאג אז ער אידאך די מ”ד אז מ’דארף האבן ביצים צו טון וואס מ’דארף. שכ’ח....)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
@סאנטיאגא אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון נאך פוהל אנשטענדיגע מענטשן איז Daily wire נאך אזוי אביעקטיוו ווי CNN אויב נישט מער. ביידע זענען די זעלבע 'עקסטרעם', און ביידע זוכן צו שטופן אגענדעס, די אונטערשייד איז אז CNN שטופט די ''ריכטיגע'' אגענדע און די Daily wire שטופט די ''קאנטערווערסאלע'' אגענדע. פיטערסאן, דאס איז איינע פון זיינע שטארקייטן, האט קיינמאל געזוכט צו זיין 'אביעקטיוו' אדער ''נייטראל'' אין די אויגן פון סיי וועלכע אויפגעקלערטע ליבעראל ווי אייך וועלכע האבן ממילא שוין פונלאנג קאטגאריזירט זיין אידעאלאגיע אלץ אלץ א ''ראסיסטישע'' 'סעקסיסטיש'' און ''קאנטערווערסיאל'' . האט גארניט מיט דעילי וועיר צו טון.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
איך האב לעצטנס אנגעפאנגן קליקן צו א פאדקאסט מיטן נאמען אש זרה פון כאן מורשת דורך נדב הלפרין. נדב איז ברייטע מוח און א טיפע זעהל און האט א געוואלד מיט וויסנשאפט אין כמעט יעדער פעלד און נושא. ער ברענגט צוזאם סחורה פון אלע עקן פון מענטשליכע וויסנשאפט און קולטור און באלייכט דערמיט דעם ספעציפישן אקטאלישן טאג. זיין קול איז נישט דער סאמע בעסטע און זיין כאריזמע איז נישט עפעס צום באצייכענען אבער דער אינהאלט פארגיבט דערויף.
מדי יום נדב הלפרין יוצא למסע בוער שמפגיש בין קודש לחול: שירה, היסטוריה, הגות יהודית, פילוסופיה, מיסטיקה, קולנוע, רוקנ'רול ומוזיקה קלאסית.
מדי יום נדב הלפרין יוצא למסע בוער שמפגיש בין קודש לחול: שירה, היסטוריה, הגות יהודית, פילוסופיה, מיסטיקה, קולנוע, רוקנ'רול ומוזיקה קלאסית.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
ער איז מיר געווארן א טעלאגישער נאנ-קאגניטיוויסט אויף די עלטער... ירדן איז לעבן נהר פרת?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
א זיסע קליפ פון בען שאפירא אין א דעבאטע מיט סעם העריסרביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
מענין לעניין זענען די רעפובליקאנער יעצט אינגאנצן ציהיצט וועגן א וויירעל ווידיאו פון סעם העריס ווי ער זאגט אז ס׳איז נישט נוגע בכלל וואס ס׳איז דא אין האנטער לעפטאפ און אפילו אויב האנטער ביידען וואלט ווען געהארגעט און צישניטן קינדער וואלט איהם עס נישט אנגעגאנגען, און נאר וואס טראמפ האט געטוהן דארף מען קעיר נעמען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אההה! ענדליך רעדט מען שוין פון אונזער היימישער טראמפ/ביידן פאליטיקס און נישט די אלטמאדישע באורינג אויסגעקוועטשטע סאטמאר/בעלז פאליטיק!עמקות המחשבה האט געשריבן:מענין לעניין זענען די רעפובליקאנער יעצט אינגאנצן ציהיצט וועגן א וויירעל ווידיאו פון סעם העריס ווי ער זאגט אז אפילו אויב האנטער ביידען וואלט ווען געהארגעט און צישניטן קינדער וואלט איהם עס נישט אנגעגאנגען, און נאר וואס טראמפ האט געטוהן דארף מען קעיר נעמעןרביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
שכח ר’ עמקות!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
דאס איז א חידוש, ווייל כ'האב אים שוין געהערט קריטיקירן קענסול קולטור, אבער לויט וווי כ'קען אים ווען טראמפ האט עס געזאגט האט ער זיכער געהאלטן אנדערש... העריס איז זייער לינק, אבער דאס מאכט נאר שטערקער מיין פוינט איבער אויטאריטעיט וואס כ'האב געשריבן וועגן פיטערסן. סעם העריס (דער קאנסערוואטיווע פאדקעסטער האט ניטאמאל געהערט פון אים - no surprise there) איז נישט קיין פאליטישע קאמענטירער, זיין ליין איז ניוראסייענס, קאנטשעסנעס, מאראל, און פיליזאפיע און דארט איז ווי איך וואלט אים די מערסטע גענומען ערנסט. דאס ווייזט אפשר אז ער איז אביסל בלינד פאר די עסטאבלישמענט אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיין קרידענשלס אין זיינע עריעס אף עקספערטיז. האט ער געזאגט...עמקות המחשבה האט געשריבן:א זיסע קליפ פון בען שאפירא אין א דעבאטע מיט סעם העריסרביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
מענין לעניין זענען די רעפובליקאנער יעצט אינגאנצן ציהיצט וועגן א וויירעל ווידיאו פון סעם העריס ווי ער זאגט אז ס׳איז נישט נוגע בכלל וואס ס׳איז דא אין האנטער לעפטאפ און אפילו אויב האנטער ביידען וואלט ווען געהארגעט און צישניטן קינדער וואלט איהם עס נישט אנגעגאנגען, און נאר וואס טראמפ האט געטוהן דארף מען קעיר נעמען
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
כ'האב עס געגעבן א שמעק אויס איין טאג, איך וויל נישט געבן א גאנצע באריכט באזירט אויף די איין עפיזאד. אבער ס'האט מיר אביסל געשווינדלט, איך האב אמאל א משוגעת איך געב א הער איין עפיזאד arbitrarily אן קיין סדר, איך געב אזא קום אן צו די פלייש. אז ס'גוט הייב איך אן פון אלף. ער ברענגט ארויף עפעס א פראפעסאר דארט זיי שיסן ניוראפילזאפיעס וואס איך בין נישט צוגעוואוינט ס'טוט זיך טישן אויף בענק. אפשר @מי אני קען דאס גלייכן איך בין נאכנישט אויף אזא לעוול..גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך קען נישט די ספעציפישע פאדקעסט אבער קענסט עס טרעפן בחנם אויף יעדע פאדקעסט עפפ עפל'ס פאדקעסט עפפ גוגל פלעי מוזיק וכדו'ריכטיג האט געשריבן:כ'האלט עס נאך אינמיטן עקספלארן און ס'איז נישט בחנם, אלזא איך קען עס נאכנישט רעקאמאנדירן, אבער ביטע אויב איינער ווייסט וועלעכע סעריע איז אינטערעסאנט דארטן זאל ער ביטע מעלדן, ייש"כ.
http://brainsciencepodcast.com
Sent from my SM-G930T using Tapatalk
אבער אזוי זוכנדיג בין איך אנגעקומען צו דעם, וואס קוקט אויס אביסל גרינגער פאר די layman און דאס איז אויף א פשוטע'ערע טעמע וואס יעדער קען רילעיטן. מ'צונעמט די us vs them מענטאליטי
https://podcasts.google.com/feed/aHR0cH ... ZTc2?ep=14
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
ס'איז פארהאן א שיינע פאדקעסט מיט'ן נאמען "אמעריקען היסטארי טעללערס" געהאוסט דורך אן עמיצער מיט'ן נאמען לינדזי גרעהעם (ער באטאהנט אז ער איז נישט "דער" לינדזי גרעהעם...*), דער יונגערמאן טוט מיך ערנסט באצויבערן, אזש איך דמיון מיך אז אפילו ער זאל ווען רעדן
גענצליך אומאינטערסאנטע זאכן וואלט איך אים נאך אלץ אויסגעהערט... ער האט נאך א פאדקעסט "אמעריקען סקענדעל" וואס איך גלייך גראדע מער פון דער ערשטער. הויך רעקאמאנדירט.
___
דעי וועבסייט איז נעבעך אריינגעפאלן אין פאסטקע מיט א בילד פונעם סענעטאר...

טיילונג איצט!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
ער איז א חלק פון די wondery פאדקעסט קאמפעני וואס געהערט היינט פאר עמעזאןצקון לחש האט געשריבן:ס'איז פארהאן א שיינע פאדקעסט מיט'ן נאמען "אמעריקען היסטארי טעללערס" געהאוסט דורך אן עמיצער מיט'ן נאמען לינדזי גרעהעם (ער באטאהנט אז ער איז נישט "דער" לינדזי גרעהעם...*), דער יונגערמאן טוט מיך ערנסט באצויבערן, אזש איך דמיון מיך אז אפילו ער זאל ווען רעדן
גענצליך אומאינטערסאנטע זאכן וואלט איך אים נאך אלץ אויסגעהערט... ער האט נאך א פאדקעסט "אמעריקען סקענדעל" וואס איך גלייך גראדע מער פון דער ערשטער. הויך רעקאמאנדירט.
___
דעי וועבסייט איז נעבעך אריינגעפאלן אין פאסטקע מיט א בילד פונעם סענעטאר...
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924