וואס ווואלטן די אמאליגע גדו"י געזאגט צו היינטיגע טעכנאלאגי?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

שטייענדיג איין טאג ביי דעם מייקראוועיוו אנצוווארימען מיין נאכטמאל (סאפפער בלע"ז), איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה... וואס וואלטן די אמאליגע צדיקים און גדולי ישראל געזאגט צו די היינטיגע (נוצליכע) טעכנאלאגישע ערפינדוגען און מאשינען?
די ערשטע האב איך געטראכט פון דעם בעל דברי חיים, צאנזער רב זצוק"ל. ס'איז דאך ידוע (שטייט אין א סאך פלעצער געשריבן) אז ער האט מקפיד געווען צו עסן אלע זיינע מאכלים זייער שטארק הייס, ממש קאכעדיג. אויסער זיינע באהאלטענע טעמים איז געווען א פשוט'ער טעם (וואס ער האט ביי מערערע געלעגנהייטן געזאגט) אז הייסע מאכלים זענען געזונט פאר'ן מאגן, און טוען די ריכטיגע פעולות צו האלטן דעם מענטש ביים געזונט. איך האלט אז ווען ס'וואלט געווען מייקראוועיוו אויוונס אין זיינע צייטן וואלט ער זיכער געהאט אזא מאשינקע.
לעומת זה, דער חפץ חיים זצוק"ל האט נישט געהאלטן פון די נייע (אין יענע צייט) טעכנאלאגישע ערפינדונגען.
ס'איז באקאנט די מעשה אז א גרויסער גביר פון אמעריקע האט בימים ההם מנדב געווען א "דיינאמאו"..., א די. סי. דזשענערעיטאר פאר דעם חפץ חיים'ס ישיבה און ביהמ"ד און אויך פאר די עטליכע (אידישע) איינוואוינער פון דעם שטעטל ראדין. איין טאג האט זיך געמאכט א שטרויכלונג אין די מאשין און דאס גאנצע שטעטל איז געבליבן אין דער פינצטער. האטציך דער ח"ח אנגערופן, רבותי, קוקטס וויפיהל ביטול תורה די נייע טעכנאלאגיע איז גורם! אמאליגע צייטן ווען די גלאז פון די נאפט לעמפל האט געפלאצט און מ'האט נישט געקענט אנצינדן די לאמפ, האט איין מענטש געליטן פון דעם, ער האט נישט געקענט לערנען, אבער היינט איז די ביטול תורה זייער גרויס, די גאנצע שטעטל מיט די ביהמ"ד און ישיבה זענען געבליבן אין די פינצטער...!
ס'איז אויך געווען ר' שמעון גרינפעלד דער רב אין די שטאט סעמיהאלי, אין אונגארן. ער איז נפטר געווארן פאר בערך 90 יאר צוריק. ער האט מחבר געווען דעם ספר שו"ת מהרש"ג. דארט באהאנדלט ער אלע טעכנאלאגישע מאשינען וועלכע זענען אויפגעקומען אין זיין צייט, און שמועסט אויס אויב מ'מעג זיך מיט דעם באניצן אום שבת און יו"ט. אויסער דעם וואס ער האט געהאלטן (להלכה, נישט למעשה) אז עלעקטריציטעט האט נישט דעם דין פון הבערה מ'דאורייתא, און אויב מ'קען יוצא זיין הדלקת נרות פאר שבת און חנוכה מיט עלעקטרישע לעמפלעך. ער רעדט אויך וועגן ניצן א שבת זייגער, וואס ער האלט אז ס'איז מותר (אזוי ווי רוב פוסקים האלטן, אויסער א פאר ליטווישע פוסקים וועלכע זענען מחמיר). שפעטער איז געווען דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר, וועלכער רעדט אויך וועגן באניצן טעלעפאונס (נישט סמארטפאונס) אום שבת. ער זאגט אז ס'איז אסור. אויך האט דער בעל מנח"א געשריבן א ספר "דברי תורה" וואו ער ווייזט אויף באריכות אז א סאך פון די היינטיגע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען שוין געווען באוואוסט בימי חז"ל.
ווער ס'ווייסט פון נאך מקורות ווי די צדיקים פון די פריערדיגע דורות האבן געזאגט עפעס וועגן טעכנאלאגיע, זאל זיך אנרופן.

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
צו זאגען אז דער ח"ח האט נישט "געהאלטן" פון טעכנעלאגיע איז נישט אזוי מדויק. ס'איז ידוע די ווארט פון ח"ח פארוואס אין די לעצטע יארן האט די וועלט געמאכט שטארקע פארשריט אין טעכנעלאגיע אויף אן אופן וואס איז נישט געווען ביז אהין, ווייל דאס איז ארויסצוברענגען די חכמות פאר די גאולה און היות מ'האלט נאנט רוקט זיך די ערפינדונגען גאר שנעל. (עפעס אזוי)berlbalaguleh האט געשריבן: לעומת זה, דער חפץ חיים זצוק"ל האט נישט געהאלטן פון די נייע (אין יענע צייט) טעכנאלאגישע ערפינדונגען.
דאס וואס איז געווען מיט די עלעקטריק אין ישיבה איז נאר צו ווייזען אז נישט א יעדע גוטע זאך איז אינגאנצען גוט. אבער בעצם איז גוט פאר די וועלט די דעוועלאפמענט פון טעכנעלאגיע. ווען די ח"ח לעבט ווען מיט פופציג יאר שפעטער ווען די גאנצע וועלט האט זיך שוין באנוצט מיט לעקטער וואלט ער דען געהייסן ארויסנעמען די לעקטער פון ישיבה? נאר סאיז געווען א התבוננות אויף די צד השני פון לעקטער, אבער נישט אז ער האט נישט "געהאלטן".
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: דו ביסט גערעכט. דאס איז אויך א חומר למחשבה. אז אויב די אמאליגע צדיקים וואלטן געלעבט היינט וואלטן זיי נישט געאסר'ט די פראדוקטן פון די היינטיגע טעכנאלאגיע. אזוי ווי קאמפיוטערס, אינטערנעט און סמארטפאונס. נאר זיי וואלטן געזאגט אז מ'זאלל עס אויסניצן פאר גוטע צוועקן און אויף גוטע אופנים. די זעלבע איז מיט וואטסעפפ, אינסטעגרעם או די אנדערע צווייגן פון סאושל מידיע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כאטש וואס איך גיי יעצט זאגן/שרייבן איז נישט אינגאנצן איבער וואס די פתיחת האשכול איז געווען. דאך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז היינט זענען ב"ה אויך דא געוויסע מורי הוראה און עוסקים בהלכה וועלכע קאנצענטרירן זיך איבער די שווערע און קאמפליצירטע טעכנישע און מעדיצינישע שאלות וועלכע זענען אקטועל אין דעם היינטיגן דור. איינער אזא יונגערמאן איז הרה"ג ר' אברהם יוסף גארדאן שליט"א. דער ראש הכולל פון די סקווירא כולל הילכות שבת. אויך איז ער דער רב פון די הצלה ד'שיכון סקווירא.
דער מאמענט אין זייער לבלר אויסגאבע פון חודש אב תשפ"ב האט געהאט א לענגערן איונטערוויו מיט דעם (פארהעלטניסמעסיג) יונגן רב, מחבר פון עטליכע ספרים אויף פארשידענע הלכות און מורה הוראה. הרב גארדאן פארציילט צווישן אנדערע זאכן אז מ'האט איהם אנגעטראגן אז ער זאלל אריינגיין אין די ליין פון געבן הכשרים. ער האט אפגעזאגט. ווייל ער וויל זיין ריין פון יעדע מעגליכע נגיעה. וואס ס'וואלט מעגליך אויסגעקומען אויב ער געט הכשרים. זיין איינציגער ציל איז מברר צו זיין די הלכה , אן קיין שום נגיעות. אזוי ווי ס'איז געווען דער פאל מיט דעם איד וואס האט אהערגעשטעלט דעם שבת טיימער אויפ'ן רעפרידזשערעיטאר. זאגנדיג אז ווער ס'לייגט נישט ארויף דעם ספעציעלן זייגער/סוויטש איז מחלל שבת. ווען ער באניצט זיך מיט דעם רעפרידזשערעיטאר. הרב גארדאן טענה'ט אז דאס איז צו עקסטרעים. אבער א מעגליכער רעזולטאט פון פערזענליכע נגיעות.
אויך איז פארהאן א צווייטער יונגער מורה הוראה (כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען) וואס מאמענט האט געהאט אן אינטערוויו מיט איהם. ער איז דער אפיציעלר רב פאר די גרויסע דזשי. אי. קארפ. זיי שטעללן אהער אלע זייערע מעידזשאר אפלייענסעס ווי רעפרידזשערעיטארס און אויבנס מיט די בארימטע ..."שבת מאוד"... די מעלות פון דעם סיסטעם קענמען דאך נישט אפשאצן.
אויך איז פארהאן איינער פון די בארימטע מורי הוראה פונ'ם עלטערן דור. הרה"ג ר' ישראל דויד הארפענעס שליט"א. וועלכער האט אויך עטליכע חיבורים אויף די פראקטישע שאלות וואס איז נוגע הילכות שבת.
אויך דער ראב"ד פון די עדה החרדית הרב משה שטערנבוך שליט"א. ה' יאריך ימיו ושנותיו. ער האט אויך אפגעשריבן זייער א סך תשובות איבער פארשידענע פארצווייגטע הלכות.
נאר מ'דארף געדענקען אז נישט א יעדער מורה הוראה איז מסוגל. און האט די טאלאנטן וואס עס פארלאנגט זיך מעמיק צו זיין אין א שאלה. און אויפקומען מיט א ריכטיגן ענטפער. אין א יעדן דור זענען דא געציילטע רבנים. אין די פריער'דיגע דורות זענען אויך נאר געווען געציילטע גרויסע רבנים וועלכע האבן באהאנדלט אט די סארט שווערע און קאמלפיצירטע שאלות. אנגעהויבן פון חת"ם סופר און זיין זון דער כתב סופר. און שפעטער דער בעל דברי חיים. צאנזער רב און זיין זון הרה"ק מ'שינאווא זצוק"ל. אויך דער לבושי מרדכי, מאדער רב און שפעטער דער מנח"א מ'מונקאטש, האבן באהאנדלט אט די אלע קאמפליצירטע , טעכנישע שאלות וועלכע זענען אויפגעקומען אין זייער צייט.
אויך אין דעם לעצטן דור איז געווען איינער פון די עמודי ההוראה. הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל. ער האט געפסק'נט די מערסט קאמפליצירטע שאלות איבער טעכנאלאגישע מאשינען און מעדיצין. ער האט זיך אייביג באראטן מיט ענדזשינירן און דאקטוירים כדי צו פארשטיין גרונטליך די הלכה...!

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
@בערל, ער הייסט אורטנר.אויך איז פארהאן א צווייטער יונגער מורה הוראה (כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען) וואס מאמענט האט געהאט אן אינטערוויו מיט איהם. ער איז דער אפיציעלר רב פאר די גרויסע דזשי. אי. קארפ. זיי שטעללן אהער אלע זייערע מעידזשאר אפלייענסעס ווי רעפרידזשערעיטארס און אויבנס מיט די בארימטע ..."שבת מאוד"... די מעלות פון דעם סיסטעם קענמען דאך נישט אפשאצן.
אויך איז דא תשובה פון מהרש"ג ווי ער איז מתיר צו לאזן אנגעצינדן א ווענדינג מאשין אין שבת, ועל סמך זה לאזן עמעזאן סעלערס אנגעצינדן זייער ליסטינג אין שבת.
איך בין נייגעריג ווען נישט די מהרש"ג צי וואלטן די היינטיגע פוסקים געהאט די....ווי-הייסט-עס-נאר..... צי עס מתיר זיין, לכאורה וואלט זיי עס גע'אסר'ט מיט א עובדא דחול, ביקאז וויי נאט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: ייש"כ פאר דערמאנען דעם נאמען פון הרב אורטנר שליט"א.
אויך. דער מהרש"ג. ר' שמעון גרינפעלד איז געווען אפשר א חד בדרא (אויפ'ן לעוול פון ר' שלמה זלמן אויערבאך). וועלכער האט שטארק עוסק געווען אין די דאמאלס נייע , אויפקומענדע טעכנאלאגיע. און פונקטליך מברר זיין די צד ההלכה. איינס פון די אינטרעסאנטע שאלות וואס ער (מהרש"ג) באהאנדלט אין זיין שו"ת איז איבער א (פרימיטיוון) שבת זייגער. וועלכער איז כרחוק מזרח ממערב פון די היינטיגע דידזשיטל טיימערס. נאר אין זיין צייט האט עס געארבעט בערך אזוי. אמאליגע צייטן זענען געווען וועקער זייגערס וועלכע האבן געארבעט מיט א ספרינג וואס מ'האט אנגעצויגן. און מ'האט עס געקענט אנשעטללן אז ס'זאלל קלינגען אין א געוויסע שעה. דער מעכאניזם פון קלינגער האט אויך געדינט ווי א סוויטש. וועלכער האט מחבר געווען 2 חלקים פון דעם עלעקטרישן סיסטעם. פרעגט איינער א שאלה אויב מ'מעג עס אנשטעללן פאר שבת אז ס'זאלל אנצינדן אדער אויסלעשן די לייטס אום שבת. ער שמועסט אדורך אלע צדדי ההיתר ואיסור. און ער פיהרט אויס אז מ'מעג דאס טון.
דער בעל מנחת אלעזר מ'מונקאטש וועלכער באהאנדלט אויך א סאך טעכנישע שאלות האט נאך א מער אינטרעסאנטע שאלה. אויב מ'מעג אום שבת און יו"ט ארויסנעמען דעם קנעפל וואס פארלעשט די לייטס. נאך פאר ס'איז געקומען די צייט צו פארלעשן. כדי די לייטס זאללן ברענען לענגער. ער פסק'נט (כ'מיין נאר לגבי יו"ט) אז ס'איז מותר...!