אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’לסאנטיאגא האט געשריבן:זייער פשוט, ישראל איז א אידישע מדינה און אז אידן זענען די מאיאריטעיט איינוואוינער מיינט דאס אז די מידיא איז נענטער צו די קאך און דעריבער מער קאנצענטרירט מהנעשה והנשמע (און ווייל זיי זענען אויך אידן) אז ווען ס'קומט אפילו צו אן עגונה נעמט זיך די געריכט אן, אבער דא ווי די סעקולארע פאפולאציע איז גרויס, און אידן א מינאריטעיט, און היימישע אידן אן איזיאלירטע עקסענטריק מיעוט שבמיעוט, ווערט אטאמאטיש נישט גענוג (גארנישט?) געטאן דערוועגן. אין צוגאב צו דעם העלפט נישט ארויס אז לעומת זה די ארטאדאקסישע מידיא איז קאמוניסטיש קאנטראלירט וואס מ'זאגט און וואס מ'זאגט נישט - אפי' אויב דער פובליקאציע איז נישט אונטער קיין קהילה אדער רב, וועט ער זיך נישט אנהייבן מיט דאאס טוירע (ליין טעראר) זיצן זיי מיט פארלייגטע הענט און פארקלעבטע אויגן, א פארטיגן תירוץ האט מען לשון הרע. אז איינער דיסעגריט האט ער זעלטן די גאט"ס ארויסצוקומען אויף טוויטער לאזן הערן זיין מיינונג אונטערן עכטן נאמען, אין די גרויסע בילד: קיין אויפוואכונג, קיין צוזאמענקונפטן, קיין פארדאמונגען, קיין פראפעגאנדע, קיין חזרים watch קינדער קארטלעך וואס ווארנט זיך צו היטן ממשחיתים רעים, נישט נאר וואס מ'פאשרייט נישט די נבלה בישראל געט מען נאך שבחים און הספדים פאר א הסכמה, טראגט דאס אזא ביטער פנים. און די גאנצע מלחמה באשטייט פון נ.ר. עפעס א בעדערענער צבי גלאק און אפאר (אפגעפרעגטע פעך-פוי לינקע) אקטיוויסטן אויף אינסטעגראם און ק"ש, וואס טיילן אינגאנצן נישט "אונזערע" השקפות איז דאך כלל נישט נוגע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, גענוי ווי מ'זעהט ביי די לימודי חול פארלעצונגען. והעיר ניו יארק יצ"ו נבוכה..רימון האט געשריבן:אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?
היימישע MeToo באשולדיגונגען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
https://www.newhavenindependent.org/art ... greer_rape
אן אלטע קעיס פון א מגיד שיעור וואס האט באלעסטיגט צוויי סטודענטן, ער איז שוין געזעצן, ער האט שוין געצאלט מיליאנען אבער דער אויסווארף פרובירט עס יעצט צו אפיעלן טענה'נדיג אז די בחורים זענען שוין געווען 16 און אין קאנטעיטקוט איז עס די age of consent און ער האט געווארט... עטס הערטס ווערטער? אן 80 יעריגע חזר שרייט אז ער האט געווארט צו גיין מיט א 16 יעריגער בחור... מ'דארף לאכן? וויינען?
איי א לערער טאר נישט האבן קיין רילעשענשיפס מיט סטודענטן? אבער ער איז א צדיק...
זעהט אויס משכב זכר גייט אים נישט אזוי אין לעבן ווי זיין מיט א מיינאר
און קאמארנער די מעשה איז פארגעקומען צווישן 02' און 05' לויט דעם באריכט האט מען אים ניטאמאל געקלאגט אויף די פארגוואלדיגונגען נאר אויף injury of a minor ווייל די ריכטער טענה'ט אז פארפאלן ס'איז שוין נאך statue of limitation קען מיר איינער אויפקלערן פארוואס איז דא א לימיט אויף statutory rape?

Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
און רעדן מיאוסע ווערטער און זיי טראומאטייזן מיט גרעפיקס? נא וועימתבודד האט געשריבן: אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’ל
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
מ’רעדט דאך אלץ לשיטתם!.....סאנטיאגא האט געשריבן:און רעדן מיאוסע ווערטער און זיי טראומאטייזן מיט גרעפיקס? נא וועימתבודד האט געשריבן: אז די רעדסט וועגן קארטלעך, אפשר בעט מען טאקע השומרים זאלן צולייגן צו זייער קארטלעך קאלעקשן אזעלכע וואס ווארענען פון פעדאפילס וכד’. וועלכע פיקטשער צו לייגן לאז איך פאר זיי, אבער אפשר ווי א אינגערמאן (לאו דווקא מיט א סמארטפוין) ווארפט אריין א אינגל אין דאמפסטער?... די חברה הרג’ענן דאך קינדער רח’’ל
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
א פרוי איז ארויסגקומען מיט באשולדיגונגען קעגן הרב צבי טאו א רב אין די עקסטרעם רעכטע חרדי לאומי קרייזן, ראש ישיבת הר המור. טענה'ט אז ער האט איר באלעסטיגט ווען זי איז געווען קליין.
https://www.facebook.com/yiska.eliav/po ... HAHWJVN6Wl
https://www.facebook.com/yiska.eliav/po ... HAHWJVN6Wl
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
איך טראכט צו מיר: צו די פרוי איז גערעכט אדער נישט ווייסט קיינער, ניטאמאל די מינדסטע אונטערזיכונג האט מען דא אונטערגענומען, אבער צבי טאו'ס נאמען? עס איז שוין פארשמירט פארעווער.
איך וויל בארירן א פוינט וואס איז דעפענטלי נישט פאליטקלי קארעקט אבער עס באדערט מיר לעצטנס און קיינער האט נאך דערווייל נישט באצויגן דערצו, צו דער אנדערע זייט מטבע:
מי טו מאוומענט האט אנגעפאנגען אלץ א נויטיגע און סופערוויכטיגע באוועגנונג אפצושטעלן באלעסטינגען און שעדיגונגען וועלכע זענען אנגעגאנגען פאר יארן לאנג אן וואס איינער זאל פוצה פה אדער מצפצף זיין, פארקערט,
עס איז אלץ פארשטילט געווארן און באזייטיגט געווארן. אבער דייקא ווען עס קוקט אויס ווי זי האט דעגרייכט איר וויכטיגע ציל, די עווערנעס איז גרויס, די שטיצע און פארשטאנד פאר די קורבנות איז מאסיוו און די טויש איז דא,
געשעהט צו איר וואס ס'געשען צו די שווארצע-רעכטן און פרויען-רעכטן באוועגנוגען. פון סופער לעגיטימע קאמפן פאר רעכטן זענען זיי אריבער טראנספארמאציע צו א באנדע פאנאטישע בלוט דארשטיגע חיות וועלכע דרייען זיך אויפן פובליקום און מיט א צדקות-דקדושה-מינע פון א העראישע הומאניסטישע מענטשן-רעכט קעמפער זוכט מען מיט דארשט בחורין ובסדקין פאר אומרעכטן, ריכטיגע אדער פאנטאזירטע. בשם צדק און יושר הענגט מען מיט א הייליג צארן מענטשן אין צענטער פון שטאט באזירט אויף פעיסבאק פאוסטס און טוויטער טוויטס, נאך פאר סיי וועלכן בירור, נאך פאר מען האט אונטערגענומען דאס מינדעסטע חקירה צו אונטערזוכן די באשולדיגונגען, און מען פאטש זיך אין בויך פארן 'דעגרייכונג'.
וואס טוסטו אויב מארגן קומט איינער ארויס אנאנימיסלי אויף פעיסבאק און באשולדיגט דיר אויף אלעם בייזן, יא דו, דו וואס לויפסט שאקלען מיטן קאפ און מורמלען 'איך גלייב דיר, איך גלייב דיר, איך גלייב דיר' דריי מאל,
וואס טוסטו ווען דאס פאסירט צו דיר? וועסט אויך שאקלען מיטן קאפ אדער וועסט פאדערן מינימאלע אינעסענס חזקה? וועסטו לאזען דער המון עם דיך לינטשן אן קיין געריכט אדער וועסט זיך איינבעטן פאר דיין לעבן, דיין פאמיליע דיין פרנסה און דיין צוקונפט??

אפילו ס’איז נישט דא קיין סעלושען דארף מען נאך אלס ארויסשרייען די פראבלעם!
פארשטייסט עס נישט? עיין ערך קרישבסקי. אין א דערנעבנדיג אשכול זאגט שוין איינער אז אפי’ ס’איז נאר א בילבול טאר ער שוין נישט האלטן קיין דרשות. פארוואס פארווי פארווען????
דאס האט שאלתיאל געמיינט.
פארשטייסט עס נישט? עיין ערך קרישבסקי. אין א דערנעבנדיג אשכול זאגט שוין איינער אז אפי’ ס’איז נאר א בילבול טאר ער שוין נישט האלטן קיין דרשות. פארוואס פארווי פארווען????
דאס האט שאלתיאל געמיינט.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
איך האלט ס'קען נישט זיין..שאלתיאל האט געשריבן:א פרוי איז ארויסגקומען מיט באשולדיגונגען קעגן הרב צבי טאו א רב אין די עקסטרעם רעכטע חרדי לאומי קרייזן, ראש ישיבת הר המור. טענה'ט אז ער האט איר באלעסטיגט ווען זי איז געווען קליין.
https://www.facebook.com/yiska.eliav/po ... HAHWJVN6Wl
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
און אז JCW מאכט מיסטעיקס אדער וויל איינעם צופיקסן?שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.
?now what
איך ווייס נישט ווי "פילצאליג" ס'האנדלט זיך דא ווייל איך האב נאך אסאך פינגערס נישט געציילט...
סאנטיאגא האט געשריבן:און די גאנצע מלחמה באשטייט פון נ.ר. עפעס א בעדערענער צבי גלאק
דו זאגסט א פוינט וועגן רעפוטאציע וואס איך קען עגריען. און ווי קענסל קולטור, וואס איז א שלאנג וואס בייסט מיט גיפט ווער ס'פארשטעלט נאר איר וועג, נישט קיין חילוק ווי געטריי מ'איז נאר צו די אגענדע פון די mobs, איז קיינמאל נישט אויסגעשלאסן אז דו ביזט נעקסט, מ'קען פארשטיין דיין זארג אויף די איינס פון טויזנט וואס וואלט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א וויסטער בלבול, אבער מ'ווייס מיר אלע טיף ביי זיך די ריינע אמת, אז דאס איז די חוץ פון די כלל. האסטו א פערענאויע כ'הער, אבער א קליינע בקשה: נאך איין מאל וואס דו אדער אן אנדערער זאגט די ארגומענט, טרייטס צו שאפן עפעס זאכליכע דעטע אויף וואו אפט ס'מאכט זיך פעיק ניוז, (מיט נעמען אפילו) ווייל סתם ארומווארפן די טענה מאכט א שטורעם אין א גלעזל וואסער און dismissed עכטע קעיסעס ווי גלייך זענען אויך וועלף, וואס גיסט נאר אויל צום פייער פון קאנספיראציעס, פארלייקענונג, און רעיפ culture וואס פון דעם איז דא גענוג אזוי.
נאך א פוינט: ס'איז א גרויסער חילוק צו דער נדון האט א שטימע צו נישט, מ'זאל נישט געפראווט ווערן, אבער לאמיר זאגן איינער זאגט עס אויף מיר וואלט פון מיר געווען א וואויסנאוט, א קליפ א עפעס זיך צו דיפענדן - נישט ווייל מיין אימעדש, נישט ווייל עולם גולם גייט עס דוקא אפקויפן, נאר ווייל אין די היינטיגע דיגיטאלע וועלט ווי רומערס ווערן שנעל פארשפרייט דארף מען קענען צוריקפייטן. און אויב האב איך עס טאקע נישט געטוהן קען איך עס עקסטער פייטן אין קאורט און סוען פאר libel, אבער אז איינער פאטשקעט מיט מיין נאמען אין די גאס האב איך נישט קיין סאך ברירות און די ריכטיגע זאך צו טוהן איז נישט זיין א קאוערד און זיך לאזן באשמוצן. צו מ'וועט מיך גלייבן? דאס איז נישט די פוינט, אבער אז איך פייט די נעראטיוו איז עס שוין נישט די סעים, ווייסט פארוואס? ווייל כ'האב געמאכט א סטעיטמענט, און אז כ'בין אינעסענט טראגט מיין ווארט אליינס אסאך קראפט
און וואס איז די בושה? ס'איז דאך א false alarm קארעקט? דו שעמסט דיך למשל צו גיין אין שוהל ווייל די גאס שמועסט אז דו ביזט א גרוש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
הייסט עס, איינער וואס איז געווארן עביוזד, טיילסטו זיי איין וואס זיי מעגן טוהן און צו וועם זיי מעגן רעדן??שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.
א וויקטים האט אלע רעכטן און די וועלט צו אויסשרייען אויף סיי וועלכע פלאטפארמע און מאכן א ויצעקו.
פאר דיר און עסקנים, צו עטס זאלסט עס גלייבן און איבערדערציילן, איז שוין אן אנדערע מעשה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
לאז אפ טעכניש, קודם קום עגריען אויף איין זאך: מיט די מי טאא מאוומענט גייען אומשולדיגע מענטשן אונטערגיין. און דווקא מענער גייען אלעמאל זיין ידו על התחתונה.לשם יחוד האט געשריבן:הייסט עס, איינער וואס איז געווארן עביוזד, טיילסטו זיי איין וואס זיי מעגן טוהן און צו וועם זיי מעגן רעדן??שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.
א וויקטים האט אלע רעכטן און די וועלט צו אויסשרייען אויף סיי וועלכע פלאטפארמע און מאכן א ויצעקו.
פאר דיר און עסקנים, צו עטס זאלסט עס גלייבן און איבערדערציילן, איז שוין אן אנדערע מעשה.
איך בין זייער קעגן מעלעסטעישן, און איך האב נישט קיין סעלושען, אבער דאס איז די מציאות. ביי די מלכה לייפער מעשה האב איך געטראכט אז אויב ס'איז באשערט געווען פאר קינדער צו וווערן מעלעסטעט, איז זייער גוט אז ס'איז געטון געווארן דורך א פרוי, אזוי אז מ'זעט אז ס'איז אויך דא פרויען מעלעסטערס, און סטאפן אנצוקוקן די מענער ווי אויסגעהונגערטע פעדיפייל'ס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
די פאקט אז ס’איז דא אויך פרויען מאלעסטערס מאכט פלעין גרעסער די צרה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מתבודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איז זאג נישט.מתבודד האט געשריבן: אויב האסטו אמאל געפילט באדרויעט אדער פארשעמט פון די מי טו מאוומענט ווייס איך דיך נישט וואס צו זאגן.
און אויב האסטו געפילט בארואיגט הערנדיג אז ס’איז אויך דא פרויען מאלעסטערס ווייס איך צוויי מאל נישט וואס דיך צו זאגן.
סאררי.
און זאג אויך נישט אז דו ווייסט נישט וואס צו זאגן.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
דאס וועסטו אויך זאגן אויב מארגן קומט ארויס א פרוי אנאנימסלי און באשולדיגט דיר אין פלירטן מיט איר אדער באלעסטיגן און באשמוצט דיין נאמען אויף שטענדיג?לשם יחוד האט געשריבן:הייסט עס, איינער וואס איז געווארן עביוזד, טיילסטו זיי איין וואס זיי מעגן טוהן און צו וועם זיי מעגן רעדן??שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.
א וויקטים האט אלע רעכטן און די וועלט צו אויסשרייען אויף סיי וועלכע פלאטפארמע און מאכן א ויצעקו.
פאר דיר און עסקנים, צו עטס זאלסט עס גלייבן און איבערדערציילן, איז שוין אן אנדערע מעשה.
איך טייל נישט איין קיינעם וואס צו טון איך, מיין אז יעדער אנשטענדיגע פארשטענדליכע פערשוין וואס ווערט נישט געפירט דורך בייזע נקמה געפילן צו אנדערע יצרים פארשטייט אז אפילו אין אזעלכע האקעלע סענסיטיווע נושאים מוז מען אנהאלטן עפעס א מינימאלע מענטשליכע נארמע און נישט לאזן דער פעלד הפקר און איש את רעהו חיים בלעהו. איך האב נאך קיינמאל געזען איינער זאל באשולדיגן א מענטש אין רציחה און דער המון עם זאל גלייך שאקלן מיטן קעלביש 'איך גלייב דיר'. ס'דא א מינימאלע חזקת חפות און ס'דא אפיצעלע אינסטאנצן וואס זענען ממונה דערויף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
משה נחמני שרייבט אויף פעיסבאק:
''לא מאמין לך.
אינני מאמין באמונה עיוורת לאף אחד ולאף אחת.
אמונה בלי שכל והיגיון היא פתיות, היא מסוכנת והרסנית, והיא זו שהכשירה את הקרקע למעללי שיינברג, ברלנד ודומיהם.
כל אדם שנפגע ממישהו, מצופה עליו להגיש תלונה כמקובל. יש מספיק פורומים שנועדו בדיוק לכך. שמטרתם היא מיגור הפשע.
רק אם זה לא אפשרי, רשאי הוא לערוך משפט שדה. איני מוצא טעם לדלג לשם לפני שנעשו נסיונות להתלונן בפורומים הנ"ל, אלא אם יש סיבה לכך,
ויש להציג לציבור את הסיבה. רע ומר גורלנו כחברה אם כל אחד ישפוט את רעהו ושכנו בפייסבוק. אפשר בעצם לסגור את מערכת המשפט.
ושוב: אמונה בלי היגיון היא פתיות והיא מסוכנת.''
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: היימישע MeToo באשולדיגונגען
פרויען מאלעסטער געפונען זיך נאר אין אויסטראליעדערהויבענע איד האט געשריבן:לאז אפ טעכניש, קודם קום עגריען אויף איין זאך: מיט די מי טאא מאוומענט גייען אומשולדיגע מענטשן אונטערגיין. און דווקא מענער גייען אלעמאל זיין ידו על התחתונה.לשם יחוד האט געשריבן:הייסט עס, איינער וואס איז געווארן עביוזד, טיילסטו זיי איין וואס זיי מעגן טוהן און צו וועם זיי מעגן רעדן??שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.
א וויקטים האט אלע רעכטן און די וועלט צו אויסשרייען אויף סיי וועלכע פלאטפארמע און מאכן א ויצעקו.
פאר דיר און עסקנים, צו עטס זאלסט עס גלייבן און איבערדערציילן, איז שוין אן אנדערע מעשה.
איך בין זייער קעגן מעלעסטעישן, און איך האב נישט קיין סעלושען, אבער דאס איז די מציאות. ביי די מלכה לייפער מעשה האב איך געטראכט אז אויב ס'איז באשערט געווען פאר קינדער צו וווערן מעלעסטעט, איז זייער גוט אז ס'איז געטון געווארן דורך א פרוי, אזוי אז מ'זעט אז ס'איז אויך דא פרויען מעלעסטערס, און סטאפן אנצוקוקן די מענער ווי אויסגעהונגערטע פעדיפייל'ס.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
יא אבער מ'טאר דאך נישט רעדן לשון הרע און א ערליכע איד פארלאזט זיך אז דער רבי וועט שוין אלעס קעיר נעמען, פארשטייט מען נישט וואס פעלט אויס סתם ארויפברענגען נבלות אויפן טיש ברבים... און מ'קען נישט צולאזן אז א פרוי זאל זיך צופירן די הענט ווייל דאס ווייזט אויף empowerment און מיר מאכטפולע מענער גלייכן נישט קיין קאמפטישן...לשם יחוד האט געשריבן:הייסט עס, איינער וואס איז געווארן עביוזד, טיילסטו זיי איין וואס זיי מעגן טוהן און צו וועם זיי מעגן רעדן??שאלתיאל האט געשריבן:ניין, ער קען זיך ווענדן צו די פיהלצאליגע פארשידענארטיגע ארגעניזאציעס/קאמיטעס/קאמיסיעס וועלכע וועלן מאכן די מינימום שבמינימום אונטערצוזוכן די קעיס אדער זיך ווענדן צום פאליס.