שבת אחים האט געשריבן:זיך אויף א אנדערע אשכול איבער רבנים אינדעהיים. אדער עפען א אשכול וועגן אים. וועלן מיר רעדן דארט. ער איז געוועהן א אינטערסאנטער מענטש. דער ערשטער רב צושרייבן אנטעקן די “הרעיון הציוני”. סאטמארער רב איז געוואר געווארן וועגן דעם נאכן שרייבן זיין ספר. און ער האט זיך ערענסט געטראכט איבערצודריקן די ספר.
די חתם סופר רופט אים “החכם”
זיין מאמע איז געוועהן א שוועסטער פאר רבי שמעלקע ניקלישבורגער און דער בעל הפלאה- אייניקלעך פון די של”ה הק’
איך בין דער זעקסטער און דער זיבעטער דור, ווייל מיין זיידע האט חתונה געהאט מיט זיין קאזין.
יאיר לפיד איז אויך זיין אייניקל, דורך זיין זיידע די באוואסטער שרייבער דוד גלעדי-קליין. בן הגה”ח ר’ שלמה זלמן קליין מהאלמין. אב”ד סילאג'צ'ה- מגדולי חסידי וויזניץ. דא האסטו א קליפ ווי ר’ מנחם אליעזר מאזעס- חבר הכנסת טשעפעט אים אז ער איז א אייניקל פון א גרויסע וויזניצער חסיד
רבותיי: זאגטס מזל טוב. איך בין א קאזין מיט שבת אחים. מיין זיידע האט געהאט אן ענליכן נאמען (צו דעם זיידע פון הרב יאיר לפיד שליט"א). ער האט אויך געשטאמט פון האלמין...!
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותי: זאגטס מזל טוב. איך בין א קאזין מיט שבת אחים. מיין זיידע האט געהאט אן ענליכן נאמען (צו דעם זיידע פון הרב יאיר לפיד שליט"א). ער האט אויך געשטאמט פון האלמין...!
אסאך אידן שטאמען פון האלמין... אויב האט ער געהייסן קליין און איר זענט א אייניקל פון רבי ר’ שמעלקא דאן זענען מיר קרובים. אבער אויב די באבע האט געטרוקענט די וועש אינטער די זעלבע זון אין האלמין זענען מיר אויך קרובים (אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע) אבער דאן זענען מיר אביסל ווייטערע קרובים.
לכאורה דארפט איר נישט מורא האבן צוזאגן אויב איר זענט א סעלישער אייניקל מפני גילו. ער האט געהאט 10 קינדער, און האט טויזנטער אייניקלעך אינערהאלב די חרדישע ציבור.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איך ווילל נישט פארדרייען דעם שמועס פון דעם אשכול. וואס האטיך אנגעהויבן איבער די פערד פון די רעבעס. נישט איבער די וואס זיצן אין די קארס. אבער מיין זיידע האט געהייסן ר' ח.ק. פון האלמין...ער האט שפעטער נאכ'ן חתונה געמופט קיין מ... מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי. שוין. זעמיר 5'טע אדער 26'סטע קאזינס. איין נפקא מינה. דעם קוגל פון רעבי'ן עמיר פונקט אזוי עסן מיט אפעטיט...!
מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. כלל ישראל האט נאך א קאזין וואס אונז האמיר נישט געהערט פון איהם פאר א לאנגע צייט. ער הייסט לואיס (לייבל) פארראקהאן, ימ"ש. ער האט בהודאת בעל דין פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געוואוינט אין די ראקסבורי געגנט אין מאסאטשוסעטס. און ער האט ארומגעבארדעט מיט די אנדערע אידישע קינדער אין שול...זיין זיידע איז געווען א איד און א סלעיוו אוינער...! זיין באבע איז געווען א שחור'טע...!
מעשה ניסים! פרעגט מען נישט קיין קשיות. די גוי איז געווען א ניצוץ פון עמלק אבער היות אז אין זיין פריעדיגער גלגול האט אמאל א טובה געטון פאר'ן רבי זי"ע האט ער זוכה געווען אומצוקומען ע"י רכבו הקדוש פון שיירת אדמו"ר שליט"א
מעשה ניסים! פרעגט מען נישט קיין קשיות. די גוי איז געווען א ניצוץ פון עמלק אבער היות אז אין זיין פריעדיגער גלגול האט אמאל א טובה געטון פאר'ן רבי זי"ע האט ער זוכה געווען אומצוקומען ע"י רכבו הקדוש פון שיירת אדמו"ר שליט"א
דערמאנט עס מיר אז א ליטווישער חבר כנסת האט זיך אמאל אויסגעדריקט וזה לשונו: "להיות בכנסת זהו כמו להיות בבית הכסא מקום לא נקי, אבל לא היתה לי ברירה הגדעילים לחצו עלי"...