אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
דאכצעך מיר דאס איז שוין אן אויסגעדראשענער טאפיק דא אין קאווע שטיבל אבער איך וויל גלייבן אז מיר זענען בעיקר קאַזאַרן (טערקן?) און א קליין ביסל בבלישע, איראנער און פאלעסטינע אידן. די שפאנישע אידן זענען דאך זעלבסט אהינגעקומען פון די מיטל מזרח, ניין?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
חדשים האט געשריבן:דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
זנד'ס בוך 'מתי ואיך הומצא העם היהודי' האט פאראורזאכט א גרויסע שטורם און געצויגן אסאך אינטערעסע און קריטיק. ער טענה'ט אז די היינטיגע פאלעסטינער זיי זענען גאר די ריכטיגע צאצאים פון די יודן וועלכע זענען בכלל נישט געגאנגען אין גלות. ער טענה'ט אז די היינטיגע יודן זענען בעיקר צאצאים פון גרי כוזר, א האלב קאנספיראטיווע טענה וועלכע ווערט אנגערופן 'המיתוס הכוזרי' און די אנטיסעמיטן האבן זיך אסאך באנוצט דערמיט אין לויף פון היסטאריע.
חדשים האט געשריבן:דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
דער שרייבט דאך אזעלכע אנגעפרעגטע שטותים.
אין דער אכצענטע הונדערט איז מען אויפגעקומען מיט דער רעיון אז אידן דארפען צוריקקומען צו ארץ ישראל. פליז מיט אזעלכע נארישקייטן דארף מען זיך אפילו נישט דינגען.
קאצקע ציקער: דו זאגסט עס פאר א ווערטל. נאר איך האלט אז ס'איז דא א שטיקל אמת אין דעם. איך האב שוין באגעגנט לכה"פ 3 פארשידענע מענטשן וואס האבן גערעדט און געדאוונט (א ביסל) מיט אן אונגארישן אקצענט/הברה. עכט זענען זיי געווען ספרדים. ועוד. ס'איז באוואוסט אז אין די היסטאריע (בערך 200 יאר צוריק) איז געווען א גרויסע ספר'דישע קהילה אין אונגארין. ספעציעל אין די שטאט מישקאלץ. ווי די ערליכע, חסיד'ישע אידן האבן זיך גערופן קהל ספרדים. מכח איזו סיבה שהוא. ואכמ"ל.
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!

אויך קומט אריין די שמועס ווען מ׳פרובירט צו פארשטיין די קלוגשאפט פון אשכנזי׳שע אידן דא און דא
אויך דא ווערט עס אנגערירט טאקע דורך @שבת אחים
—————
לעצם הענין וואלט איך טאקע זייער געוואלט ליינען א קאמפריהענסיוו באשרייבונג איבער די נושא, אזוינס וואס זאל דעקן די origins פון די אשכנזים פון אלע זייטן, הן מצד זייער DNA הן מצד די שפראך, ווי אויך היסטארישע דאטא און היסטארישע סאציאלאגיע. אויב איינער קען רעקאמענדירן א בוך אדער אן אקאדעמישע פאפיר אויף די נושא וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.
ווי שטייט דאס?
איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.
טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!
נוו די תורה תמימה האט ער געמאכט
די תורה תמימה איז טאקע זייער א ניצליכער ספר. זיכער אט ער געקענט לערנען. נאר ווען דו זעהסט א פיקטשער פון איהם וואלסטו געווארן געשאקט. בדוו? זיין אזוי גערופן ספר ..."מקור ברוך".. איז פול מיט שטותים והבלים...! ליין עס וועסטו זיך אליין איבערצייגן.
וואלווי האט געשריבן:בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
וואלווי: דו האסט נישט גוט אפגעליינט מיינע ווערטער. איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט קריטיק אויפ'ן פירוש תורה תמימה. ס'איז זייער א ניצליכער חיבור. נאר אויפ'ן מחבר. ער האט געהאט א פערזענליכקייט וואס האט נישט געפאסט פאר א זון פונ'ם בעל ערוך השולחן. אמת. ער האט געקענט גוט לערנען. נאר ער איז אויך געווען נישט א קליינער בעל גאווה. אויסער דעם האט ער פיינט געהאט חסידים שנאת מוות. ער ברענגט זייער געמיינע בריוון און אנדערע מאמרים איבער חסידים . זאכן וואס דו וואלסט נישט געשריבן אויף דיין גרעסטן שונא.
איך האב געהאט אן אימידזש פון איהם אלס א ליטווישער רב מיט א לאנגע, שפיציגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין מגושמ'דיגע צורה פון דעם גלאט געשעיווטן פנים. מיט די ברייטע באקן ביניך געווארן געשאקט.