ווער איז גרעסער?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ווער איז גרעסער?

שליחה דורך פרנס החודש »

ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
זיינע אבסעסיעס מיט קדושה און שווארץ מאכן די פרויען וכו׳ האט געהאט א פיל טיפערע אפעקט אויף זיינע נאכפאלגערס ווי עפעס א פאליטישע שטעלונג איבער ארץ ישראל וואס מיר וואוינען ממילא נישט דארט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

פרנס החודש האט געשריבן:ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
המממ
אביסל דרך ארץ און רעספעקט וואלט נישט געשאדט. ער איז דאך געווען עלטער פאר דיר.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

מתבודד האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
המממ
אביסל דרך ארץ און רעספעקט וואלט נישט געשאדט. ער איז דאך געווען עלטער פאר דיר.
עלטער מיינט נישט גארנישט. ס'דא חיות וואס זענען עלטער ווי דיין עלטער באבע אויך...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

באהעלפער דו ביזט אקעי? בארואיג דיך.

סאטמארע רבי איז נישט דיין לעוועל.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ווער איז גרעסער?

שליחה דורך פרנס החודש »

לשיטתי איז די נושא דא אזוי:
בעלזער רב איז געווען א פרוש און האט זיך מסגף געווען.
סאטמאר רב האט מסגף געווען זיך, זיין דור, און די קומענדיגע דורות
נו ווער איז גרעסער?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

מיליאנער האט געשריבן:באהעלפער דו ביזט אקעי? בארואיג דיך.

סאטמארע רבי איז נישט דיין לעוועל.
דאס האסטו פארשטאנען? איך האב געזאגט בכללות איז עלטער נישט קיין מעלה ומוריד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
די קריסטן פון די אלטע צייטן (די תלמידים און חסידים פון יאשקע) האבן געהאלטן אז די פרושים, די חכמי התלמוד זענען זייערע גרעסטע שונאים. דאס איז איינס פון די יסודות פון קריסטענטום צו פיינט האבן און שעלטן די ..."פאריסיעס". די פרושים! בכלל. די קריסטליכע רעליגיע האט זיך געטוישט פון ווען יאשקע האט אנגעהויבן צו פרעדיגן זיין..."תורה"...ווייל אין אנהויב האט ער געהאלטן אז זיין גרופ איז א טייל פן אידישן פאלק. (ר' סענדער וואלט שוין געזאגט. עפרא לפומיה.). נאר שפעטער ווען זיינע תלמידים, ספעציעל שאול פון תרשיש (סט. פאול) האבן געזעהן אז פאר די אידן האבן זיי גארנישט צו פארקויפן איז ער געגאנגען צו די גויים. די געצנדיענערס. און פאר זיי פארקויפט זיינע תורה'ס. ואכמ"ל.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

איך (נישט זייענדיג א סאטמארע חסיד) ווייס נישט ווער ס'איז געווען גרעסער
אבער איך קוק נישט אהן סאטמאר רב ז''ל אזוי ווי די וואס זענען אויפגעוואקסן אקעגן עם
ווען סאטמאר רב ז''ל לעבט היינט וואלט איך מיך אינגאנצן מבטל געווען צי עם און איך וואלט געווארען א סאטמארע צי זיין זיינס א חסיד
בדורו זעה איך נישט איינער וואס איז געווען גרעסער פון עם אפילו מיין הייליגע רבי ז''ל וואס איך קאך מיך אין עם און איך גיי אויף זיינע וועגען ווי ווייט מעגליך קומט נישט צו צי די גרויסקייט פון סאטמאר רב ז''ל ס'איז א שאד אז די סאטמארער חסידים ווייסן עם נישט ווי אזוי אפצישאצן און האלטן נאר פון עם ווייל זיי זענען סאטמארער
יא און רוב אנדערע חסידות'ן האט מען איינגעבאקן אז נאך זייער רבי קומט די בעלזא רב ז''ל און פשוט ווייל מ'האט פיינט געהאט סאטמאר ביי אונז טאקע מ'האט אויכעט פיינט געהאט סאטמאר אבער כלפי רבי'ס האט מען קיינמאל גערעדט אלס קינד האב איך קיינמאָל געהערט פון ביידע מ'האט גערעדט פון אינזערע צדיקים
אבער ארויסגייענדיג אויף די וועלט האב געזעהן אז אסאך נישט סאטמארע שעצן נישט די סאטמאר רב ז''ל אבער קוקענדיג טיפער האב איך געזעהן אז עס קומט פון קנאה סוף כל סוף איז ער געווען ממש די גדול הדור סיי מיט זיין תורה און סיי מיט זיין צדקות און הייליגקייט
איך האב געהערט געוויסע אראפּ רייסין מיט ממש שקרים געזאגט אויף אנדערע רבי'ס אז זיי האבן געקענט בעסער לערנען ווען ס'איז ממש שקר איך פלעג נישט האלטן אזוי פון סאטמאר רב ז''ל אבער נאכן זיך אריין לייגן אין דעם און הערן ווי אזוי אנדערע רעדן האב איך מיך געטוישט
נאכאמאל ווער ס'איז געווען גרעסער ווייס איך נישט אבער ווען די שאלה וואלט געווען ווי שטארק האלטסו פון סאטמאר רב ז''ל וואלט איך גענפערט די גרעסטע בדורו
ווען סאטמאר רב ז''ל וואלט נישט אויגעשטעלט מוסדות און וואלט נישט געטוהן אזוי פיל פאר יודנ'ס וועגן און נישט געפירט די מלחמה לה' בעמלק וואלט מען אסאך מער געהאלטן פון עם אין די וועלט מ'וואלט נאר גערעדט פון זיין תורה פון זיין קדושה וצידקית וואלטן אלע געהאלטן פון אלס א קדוש ונורא
נאר חוץ זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע צידקית האט ער אויכעט אויפגעטוהן פאר כלל ישראל א געוואלד און לוחם געווען ווען ס'איז געווען די רצון ה' און נישט געקוקט ווי אזוי די וועלט גייט עם אנקוקען נאר בלתי לה' לבדו בלייבט אבער זיין קדושה וצידקית אויכט און אין מיינע אויגן איז ער געווען ממש די גרעסטע
בן-עולם-הבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך בן-עולם-הבא »

מיין טאטע ע"ה פלעגט פארן צום בעלזער רב אויף שבתים און ימים טובים נאך דער מלחמה. ער פלעגט דערציילן עובדות און מופתים און זאגן אז ער איז נישט געווען א מענטש נאר א מלאך.

מיר אבער איז שווער צו באנעמען און אראפשלינגען די באוויסטע דרשה וועלכע זיין ברודער האט געהאלטן פאר די אומגליקליכע אידן אין בודאפעשט אין 16סטן ינואר 1944 און צוגעזאגט אין נאמען פונעם בעלזער רב "ואך טוב וחסד ירדוף וישיג את אחינו בית ישראל במדינה זו"...
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ווער איז גרעסער?

שליחה דורך טמיר »

מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

בן-עולם-הבא האט געשריבן:ער פלעגט דערציילן עובדות און מופתים און זאגן אז ער איז נישט געווען א מענטש נאר א מלאך.
זאלסט מיר אנטשולדיגן, בעלזער רב איז אויך נישט געווען קיין מלאך. ער איז געווען א בשר ודם. אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: ווער איז גרעסער?

שליחה דורך יהודי פשוט »

באהעלפער האט געשריבן:אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
משה איש האלקים (דברים ל"ג, א)

ד"א מהו "איש האלהים"? א"ר אבין: מחציו ולמטה "איש", מחציו ולמעלה "האלהים" (דברים רבה, י"א, ד)
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

יהודי פשוט האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
משה איש האלקים (דברים ל"ג, א)

ד"א מהו "איש האלהים"? א"ר אבין: מחציו ולמטה "איש", מחציו ולמעלה "האלהים" (דברים רבה, י"א, ד)
נו דאס איז יעדע רוחניות'דיגע פירער. און כ'וויל נישט נאכאמאל דארפן איבערקייען, אז דער רבי זי''ע מסאטמאר האט דאך אפגעלאכט דערפון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן:מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג
???
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

yn.NY האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
סאטמאר רב איז געווען זייער גרויס אבער ווען סאיז גקומען צו די נושא פון ציונות איז ער משוגה געווארן (בבחינת מתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים עליו) און ראדיקיליזירט זיין עולם אין די נושא פאר אייביג, ביז משיח קומט גייען אונז ליידען פון צינות ווייל נאר די הייליגע רבי זכותו יגן עליונ קען אויסזאגן ווען די קליפה גייט זיך ענדיגן. לעומת זה בעלזא רב וואס איז געווען גאר א שטארקע לוחם קעגן צינות, האט נאכן קריג געהאט די ברייטקייט און שטארקייט צו דעקלערן אז יעצט איז א גרעסערע תועלת פאר כלל ישראל אויב מוועט גיין אוין א צווייטע דירעקציע, (און אזוי זענען טאקע 90 פראצענט גדולי ישראל מיטגעגאנגן - און ספעלט זייערע מענטשן נישט גארנישט)

כנעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו (א שורה וואס משרייבט מזאל נישט חושד זיין אז ערמבאלאנגט צו איין פון די קרייזען :lol: )
סאטמאר רב ז"ל האט געהאט זיינע שוואכקייטן און איז נישט געווען פערפעקט. אבער לאמיר שוין הערן די גרויסקייט פון בעלזע רב ז"ל. די ברייטקייט און שטארקייט פון וואס די רעדסט האט מיין זיידע אויך געהאט. ער האט געשטאמט פון אן אנטי ציוניסטישע חדר און נאך די מלחמה איז ער אויך געגאנגן אין זעלבע דירעקציע ווי בעלזע רב לגבי די מדינה, און מיט א שמיץ אריבער.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג
???
בערל, כ'על דער מסביר זיין. מ'האלט אכציג יאר שפעטער און מ'זאגט. יעצט גיי פרעג מיך אפ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: מער ווי בערל בעל עגלה? ביזסט זיכער?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

פרנס החודש האט געשריבן:ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
זיינע אבסעסיעס מיט קדושה און שווארץ מאכן די פרויען וכו׳ האט געהאט א פיל טיפערע אפעקט אויף זיינע נאכפאלגערס ווי עפעס א פאליטישע שטעלונג איבער ארץ ישראל וואס מיר וואוינען ממילא נישט דארט.
שווארץ מאכן פרויען? די סאטמערע פרויען זענען גארנישט אינטערשטעליג פון אנדערע חסידותן. אפשר פארקערט.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

באהעלפער האט געשריבן:זאלסט מיר אנטשולדיגען, בעלזער רב איז אויך נישט געווען קיין מלאך. ער איז געווען א בשר ודם. אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
נו שוין, אם הרב דומה למלאך ה' - יעצט איז בעסער?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

בעלזא האט פאר יארן געהאט א מעכטיגע טעראר מאשין וואס האט זיכער געמאכט אז אלע רבנים אין די געגנטער ארום זאלן קומען צו פארן און זיך מכניע זיין, און וויסן ווער איז גדול הדור, די רבי'ס זענען טאקע געווען צדיקים אבער די יושבים ארום האבן גוט פארשטאנען צו טעראר, שינאווא רב האט געכאפט פון די מחוצפים דארט ווען ער האט געטאנצן מיט רבי ישכר דוב צו לעבעדיג פאר זייער טעיסט, אפילו סאטמארע רבי האט געכאפט פון זיי, ס'איז באקאנט די מעשה אז ער איז נישט געקומען מיט קיין פעלץ ווייל ער האט מורא געהאט, און בעלזא רב האט אים געגעבן זיין פעלץ וכו', די חברה דארט האבן געוויסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דעת הקהל, רבי ישכר דוב האט געהייסן צדיק הדור וכו' וכו' רבי אהרעלע בעלזער איז שוין געווארן א מלאך אלוקים צבקות, עד כדי כך אז די אלע חברה דא וואס גלייכן נישט סאטמארע רבי זענען ביזי שרייען וואס פארגלייכסטו א צדיק צו א מלאך....

וואס מלאך? וויאזוי ווערט מען א מלאך? ווי האסטו עס געזעהן? ער האט געמאכט מופתים אזוי ווי אלע צדיקים בדורו, און געדאוונט שנעל, וואס מלאך? ער האט געזאגט פייערדיגע דרשות אזוי ווי סאטמארע רבי? ער האט געשריבן תשובות אזוי ווי די מנחת אלעזר? ער האט פארשפרייט אידישקייט אזוי ווי ליבאוויטשע רבי איבער די וועלט? פון ווי קומט די מלאכות'שאפט? ווייל רבי יענקעלע וואס האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד האט געזאגט אזא הפלגה ווערט עס שוין א פאקט? איך קלער אזוי צו מיר אז ווען אונז זאלן נאך ווען וואינען אין איירופא וואלטן לכאורה די בעלזא יושבים געווען די יושבים בקופה אזוי סאטמאר אין אמעריקא און די אלע חברה דא וואס האקן אויף סאטמארע רבי ווייל זיי האבן פיינט די סיסטעם וואס סאטמאר איז אסאך שולדיג דערין זיי וואלטן נישט גערעדט פון בעלזא רב'ס מלאך'שאפט...

(אגב איך האלט מיך נישט פאר קיין סאטמארע חסיד, אבער ס'איז נישט קיין חילוק די פוינט איז די זעלבע)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

זאגט די הייליגע משנה; כל המכבד את הבריות גופו מכובד.
דער בעלזער רב האט געהאלטן יעדע יוד - אויך א עבריין פאר א צדיק, איז ער פאר'רעכענט אלץ צדיק.
וחילופיהן בגולם
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

תרמב: מסתמא רעדסטו פון די בעלזא יושבים נישט געווען קיין טעראר מאשין
איך וואלט סך הכל געזאגט אז צווישן זיי איז געווען עזות פנימ'ער וואס האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט ווען עס איז געקומען צי די כבוד פון זייער רבי'ן
איך געדענק א מעשה ווי איינער איז געווארן געשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין אין דער בעלזא רב האט עס ממתיק געווען און פון דעמאלט האט ער נישט געקענט אויסשלאפן די נאכט
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

די פוינט איז בכל נישט די זעלבע. בדרך אגב..
בכל אופן דע אויסדריק אז בעלזער רב איז געוועהן ווי א מלאך האט מען געהערט פון ר' יענקלע פון ר' איציקל און פון קלויזנבורגע רב זצ"ל, און טשעבינע רב און נאך און נאך, כגלייב אז פאר זיי האבן גיזאגט אזא סטעיטמענט האבן זיי אויך געוויסט פון די פייערדיגע סאטמערע רביס דרשות און פון דעם מונקאטשערס תשובות..
אמת עס איז מסתמא געוועהן טעראר אויך ביי די יושבים איך גיי עס נישט לייקענן, אבער דאס האט נישט אראפ גענימען פון די גרויסקייט פון די בעלזע רעבעס וואס האבן געפירט יהדות החרדות פארן קריג אין גאליציע, און זענען געווען פון די שטערקסטע און רעספעקטירטע רעבעס און זייערע דור ווי צענדליגע רבנים און ריזיגע רעבעס פון אנדערע הויפן זענען געקומען צו פארן אויף שבתים און ימים טובים.
פארשפארט