סעיוו מייאמאנידעס קאמפיין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
סעיוו מייאמאנידעס קאמפיין
בארא פארק איז אויף מיט’ן סעיוו מיימאנידעס קאמפיין, צעטליך ארטיקלען טראק ווידיאוס און בראשורן באפאלן שוין בפ פאר עטליכע וואכן.
די שפיטאל, אדער ווי מאנכע רופן עס שלאכט הויז, האט זיך שוין לאנג קונה שם געווען אלס א פלאץ וואס איז גוט אויף געבוירן און שטארבן אבער איז די לעצטע פלאץ אריינצוטרעטן אינצווישן.. ווער ס’איז שוין געווען דארט האט שוין געשפירט אויף די אייגענע הויט דאס ווארטן שעות ע”ג שעות צו באקומען א צימער אדער געזען ווערן דורך א דאקטער, ווען אינצווישן ווערט מען אויסגעפארשט דורך אומצאליגע נורסעס וסטודענטס שונים... בקיצור אן עקספעריענס געוואונטשן אויף אלע אונזער שונאים.
לעצטנס איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קאמפיין אויפצודעקן די פילע פראבלעמען און קארופציע אינערהאלב דעם שפיטאל.
ווער שטייט אונטערן קאמפיין??
יעדער בר דעת פארשטייט אז איינער אן שטארקע פערזענליכע אינטערעסן וועט זיך נישט אריינווארפן אין אזא לייבן גרוב, די שפיטאל איז א מעכטיגע קארפאראציע מיט אומצאליגע בנינים און אפטיילונגען, און כמובן וועלן זיי זיך נישט לאזן צוטרעטן דורך עטליכע אקטיוויסטן מיט גוטע רצונות, אלא מאי מוז דא זיין א כח שכנגד וואס זאל האבן די כח געלט און פאווער אנצוגיין מיט אזא קאמפיין.
עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.
ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך מיין אז זיין נאמען שטייט אויף די נעמען פין די צעטלען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך בין שוין (ליידער) א וועטעראן פון עטליכע שפיטעלער אין ניו יארק. איך האב שוין (בעל כורחי) אדורכגעמאכט סיי די עמערדזשענסי רום און סיי געווען אריינגעטשעקט אין לכה"פ 4 שפיטאלן. לויט מיין מיינונג איז מאימאנידעס האפיאל גארנישט בעסער אדער ערגער ווי די אנדערע גרויסע האספיטאלס. א יעדע איינע האט אנדערע מעלות און חסרונות. מאימאנידעס האט גוטע דאקטוירים אויף זייער סטעף. נאר ס'נעמט זייער לאנג ביז זיי געבן א דיאגנאז. און וואס מ'דארף צו טון צו פאררעכטן דעם פראבלעם.
די עמערדזשענסי רומס אין א יעדן גרויסן האספיטאל זענען געפאקט. און די סטעף איז אנגעשטרענגט. אין דעם פרט (פון ווארטן לאנג) איז מאימאנידעס נישט קיין סאך ערגער פון די אנדערע. די עמערדזשענסי רום אין מאונט סיני, למשל איז אויך איבערגעפאקט. נאר די סטעף מאכט זיך צו טון און זיי נעמען קעיר פון א יעדן פאציענט. איך בין אמאל געווען כמעט 2 טעג אין עמערדזשענסי רום פון מט. סיני. נאר זיי שטעללן צו א נוירס צו א יעדע עטליכע פעישענטס. וואס איז נישט דער פאל אין מאימאנידעס. דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.
גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט. נאר זיי האבן שוואכע דאקטוירים. די ערגסטע. באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר. און א סאך מעדיקל סטעף ווי דאקטוירים און נוירסעס האבן זיך דארט געדרייט די גאנצע צייט.
די עמערדזשענסי רומס אין א יעדן גרויסן האספיטאל זענען געפאקט. און די סטעף איז אנגעשטרענגט. אין דעם פרט (פון ווארטן לאנג) איז מאימאנידעס נישט קיין סאך ערגער פון די אנדערע. די עמערדזשענסי רום אין מאונט סיני, למשל איז אויך איבערגעפאקט. נאר די סטעף מאכט זיך צו טון און זיי נעמען קעיר פון א יעדן פאציענט. איך בין אמאל געווען כמעט 2 טעג אין עמערדזשענסי רום פון מט. סיני. נאר זיי שטעללן צו א נוירס צו א יעדע עטליכע פעישענטס. וואס איז נישט דער פאל אין מאימאנידעס. דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.
גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט. נאר זיי האבן שוואכע דאקטוירים. די ערגסטע. באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר. און א סאך מעדיקל סטעף ווי דאקטוירים און נוירסעס האבן זיך דארט געדרייט די גאנצע צייט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אזוי מיר נישט דיר נישט קען דאס מאכן א חילוק פון לעבן ביז טויט.דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.
אבער אפי’ אן דעם ווייזט דאס ווי שטארק זיי קעירן פארן פאציענט.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 87
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...
זיי טענה’ן אז זייער יעצטיגע קאמפיין איז א פעטישען דרייוו וואס זאל קריעטן פובליק פרעשור אויף די פירערשאפט פון די שפיטאל צו פארבעסערן די אומשטאנדען אין שפיטאל.
לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי.
פיגורס אינעם קאמפיין:
שלמה מייער - א בארימטע רפואה עסקן און א דאמינענטע פיגור אין קלויזענבורג קהילה אין בארץ פארק.
מענדי ריינער - רוח המרחפת אויפן רינואל חסד אימפעריע. צענדליגע אידן זענען איהם שולדיג זייער לעבנס. פאר זיין קופה של שרצים ע”ע הרמ”ה פאנעט, אינסטאגראם לייוו.
משה פריעדמאן - א שטאטישע עסקן פון דזשעי פי מידיע. באקאנט אלס דער מען-ביהיינד אינעם יעגער קאמפיין.
ברוך ראזינגער - א גרויסע טוהער אין מונקאטש. גוטסקייט גיסט זיך פון איהם. א נואם בחסד עליון און א ידען נפלא.
ווילס נאך עפעס וויסן?

ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
https://www.crainsnewyork.com/health-ca ... tals-boardמתבודד האט געשריבן:
עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.
ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.
אמת מארץ תצמח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ביי די גוי'אישע מידיע איז עס אייביג פערזענליכע אינטרעסן און א תאוה צו הערשן און זיין אין קאנטראל. זיי קענען (אדער ווילן) נישט משיג זיין וואס אזא איד ווי ר' אליעזר (לואי) שיינער שטעלט מיט זיך פאר. אז ער וויל באמת פאררעכטן דברים הצריכים תיקון.
אדרבה. ווייז מיר היינט אין די גוי'אישע וועלט איין פערזענליכקייט, א גרויסער עושר וואס טוט זאכן לטובת הכלל.אזוי וי (ס'איז געווען אמאל) אלבערט שווייצער. אדער ראול וואלענבערג. (זיכרונו לברכה.)
אדרבה. ווייז מיר היינט אין די גוי'אישע וועלט איין פערזענליכקייט, א גרויסער עושר וואס טוט זאכן לטובת הכלל.אזוי וי (ס'איז געווען אמאל) אלבערט שווייצער. אדער ראול וואלענבערג. (זיכרונו לברכה.)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
עס זעהט אויס אינטערסאנט, רוב איינער קען שטעלען א לינק אהן דער פעיוואלעסקן בדברים האט געשריבן:https://www.crainsnewyork.com/health-ca ... tals-boardמתבודד האט געשריבן:
עטליכע טעג צוריק האב איך געהערט אומקראנטע שמועות אז אונטער די גאנצע זאך שטייט די באקאנטע היימישע אידישע פילאנטראפ ר’ אליעזר (”לואי”) שיינער, וואס איז לעצטנס (ע”פ השמועה הנ”ל) ארויף אויפן באורד פונעם שפיטאל, און האט א מעכטיגע וויזיע גענצליך איבערצומאכן די אינערליכע סטרוקטור פונעם שפיטאל וואס אזויפיל מאחינו בנ”י נוצן טעגליך.
ע”כ וואס איך האב צו זאגן וועגן דעם, ווער עס קען מוסיף זיין, אפפרעגן, קאנפירמען אדער אריינקומען מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען למען האמת והשלום.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 263
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל
וואס איז די נגיעה פון שפיטאל אים צו איבערקלוגען?תפוח האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...
לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי
ווילס נאך עפעס וויסן?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
Fear of losing controlChasidishmashpia האט געשריבן:וואס איז די נגיעה פון שפיטאל אים צו איבערקלוגען?תפוח האט געשריבן:איך בין נישט דארט געווען א גאנצע נאכט...
לואי שיינער איז די דרייווער פון די מערכה, ער איז ארומגעגאנגען צו רבני העיר צאמנעמען סופפארט. לויט שמועות האט ער אנגעגרייט צענדליגע מיליאנס פאר די קאמפיין (עפ”י השמועה רעדט מען פון 65 מיליאן דאלער). ער האט שוין פרובירט ארויפצוזעהן אויף די באורד געוויסע פון זיינע מענטשן אבער די שפיטאל האט איהם איבערגעקלוגט און צוגעלייגט נאך מער באורד מעמבערס אזוי האבן זיי צוריק די מעדזשאריטי
ווילס נאך עפעס וויסן?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:05 pm
אין א בית השחיטה מאכט זיך אויך אז איינער לעבט איבער...
קיינער זאגט נישט אז סאיז נישט דא דארט דקטוירים, אבער אויב עס קומען ארויס מער טויטע פון דארט ווי פון אנדערע שפיטעלער ברויך דאס פארמאכט ווערן נישט קיין חילוק ווי גוטע אדער שלעכטע נורסעס און דקטוירים זיי האבן.berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין שוין (ליידער) א וועטעראן פון עטליכע שפיטעלער אין ניו יארק. איך האב שוין (בעל כורחי) אדורכגעמאכט סיי די עמערדזשענסי רום און סיי געווען אריינגעטשעקט אין לכה"פ 4 שפיטאלן. לויט מיין מיינונג איז מאימאנידעס האפיאל גארנישט בעסער אדער ערגער ווי די אנדערע גרויסע האספיטאלס. א יעדע איינע האט אנדערע מעלות און חסרונות. מאימאנידעס האט גוטע דאקטוירים אויף זייער סטעף. נאר ס'נעמט זייער לאנג ביז זיי געבן א דיאגנאז. און וואס מ'דארף צו טון צו פאררעכטן דעם פראבלעם.
די עמערדזשענסי רומס אין א יעדן גרויסן האספיטאל זענען געפאקט. און די סטעף איז אנגעשטרענגט. אין דעם פרט (פון ווארטן לאנג) איז מאימאנידעס נישט קיין סאך ערגער פון די אנדערע. די עמערדזשענסי רום אין מאונט סיני, למשל איז אויך איבערגעפאקט. נאר די סטעף מאכט זיך צו טון און זיי נעמען קעיר פון א יעדן פאציענט. איך בין אמאל געווען כמעט 2 טעג אין עמערדזשענסי רום פון מט. סיני. נאר זיי שטעללן צו א נוירס צו א יעדע עטליכע פעישענטס. וואס איז נישט דער פאל אין מאימאנידעס. דארט קענמען אפזיצן שעות ארוכות און קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר. אויסער אז דו ביסט א ביסל אגרעסיוו. מ'דארף זיי מוטשענען א יעדע האלבע שעה. אנישט פארגעסן זיי פון דיר.
גוד סעמעריטן (גוד סעם) אין העווערסטראו/מאנסי האט א גוטן עמערדזשענסי רום. די סטעף געט זיך אפ מיט א פאציענט. נאר זיי האבן שוואכע דאקטוירים. די ערגסטע. באמת שלעכטע סערוויס פון עמערדזשענסי רום איז אין קאלאמביע-פרעסביטעריען. איך בין אמאל דארט געווען. איך האב מיך געווארפן פאר יסורים פאר מער ווי 3 שעה. און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיר. און א סאך מעדיקל סטעף ווי דאקטוירים און נוירסעס האבן זיך דארט געדרייט די גאנצע צייט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' אילן מאסק איז א איד. אדער שטאמט פון אידן. ועוד. וואס ער טוט איז פאר זיינע אייגענע אינטרעסן פון געלט אדער כבוד...!מתבודד האט געשריבן:ר’ אילן מאסק....berlbalaguleh האט געשריבן: