ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, ווי האט איר דאס געהערט?

און אגב לויט ווי מ'האט געשמועסט דא אין ירושלים נאך די הסתלקות פין רבינו הגדול הגאב''ד ז''ל, איז מהרז''ל בכלל נישט געווען קעגן אויפנעמען ר' משה, און ס'האט געהייסן אז זיין נציג דא ר' אפרים שטערן שטיפט עס גאר, עד כדי כך אז די סיקריקין האבן איינמאל צוגענומען זיינע וועש אין מקווה, טראץ וואס ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע ארויני.

זעהט אויס אז היינט פארשטייט מען אז פאר פוליטיק קען מען נאכנישט אפזאגן איינעם (אנדערש ווי אמאל ווען מען האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פרידמאן און די ארוינים האבן נישט געלאזט וועגן פוליטיק)

נאר אין די עדה איז דא כמה קהילות וואס ווילן נישט ר' משה הגם זיי פארשטייען אז ער איז א אדם גדול און א גאון בתורה האלטן זיי אז ער איז נישט פאסיג צי זיין ירושלימער רב, און די שאלה איז צו מ'גייט זיך רעכענען מיט זיי אדער נישט
(און פרעג מיך נישט ווער יא? ווער וועט זיין גרייט צי ווערן גאב''ד איבער ר' משה? נישט קיין חילוק, זיי ווילען עם נישט ודו''ק)
ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ארוני און די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק? אזוי צו ספינען?

האסט געוואלט ר' משה זאל קומען באשיינען די פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין ראדני קעגן אים? האסט געוואלט ר' משה זאל אינטערשרייבן אויף די מחאה אז די ראב''ד עדה''ח איז א זקן ממרא און א חופר קברים? האסט געוואלט אז ר' משה זאל זיך אריינברעכן אין רז''ל'ס הויז ווען ער האט אים נישט געוואלט אויפנעמען אויף א באזוך? זיי מסביר וויאזוי ס'האט זיך ארויסגעשטעל''ט אז ר' משה איז א ארויני. אפשר ווען מהר''א האט געפועלט ביי אים ער זאל זיך נישט אפזאגן פון די עדה החרדית? וואספארא מין ליצנות איז דעיס אז די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק אפילו ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה צו זיין א ארויני...

די זאליס שטעלן נישט קיין קעגנערשאפט צו ר' משה'ס התמנות ווייל זיי ווייסן אז ער איז שוין בליעה''ר א בא בשנים און צופיל קאפוויי וועלן זיי נישט האבן פון אים. אזוי האפן זיי. ס'איז א דבר פשוט, און דו קענסט זיין הונדערט פראצענט זיכער, אז אויב וואלט ר' משה נאך געווען יונגער און מער ביי די כוחות וואלט די מצב גאנץ אנדערש געווען.. זיי קענען פשוט באשטיין צו שפילן יעצט 'נארמאל'.

אויב דו קענסט מיר געבן א ליסטע פון אלע קהילות וואס שטעלן זיך אקעגן ר' משה וואלט עס ציא געווען א שטארקע הילף, ווייל לויט ווי ס'איז מיך באקאנט רעדט מען דא בלויז פון תוא''י וואס האט א אייגענע פאליטישע חשבון מיט'ן ראב''ד און אויך די סיקריקישע פראקציע פון די זאליס - וואס זענען ביז געציילטע יאר צוריק געווען די זאלישע מעינסטרים - וואס ביז יעצט האבן זיי געשריגן אויף ר' משה 'שם רשעים ירקב' און פארברענט זיינע ספרים און די גאסן און יעצט קומען זיי מיט צדקות ''עה איך האלט זייער שטארק פון ר' משה איך קען נאר נישט האבן אזא איד אלס ירושלימער רב...''

און איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר ענטפערן אויב די ארונים פּרובירן יעצט אריינצושטעלן ר' הירצקא צוויבל פאר גאב''ד ירושלים אויב די זאליס וואלטן געטון אנדערש ווי די ארוינים תשס''ג...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

באהעלפער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:תולדות אברהם יצחק רבי נעמט ארדערס פון ר' אהרן?
אז ר' אהרן זאל רופן, נו. אבער מיינט נישט אז תא''י נעמט פון עהם. איך באקום אויך ארדערס און זיי ווארטן נאך...
פאר די זעלבע סיבה פארוואס תוא''י וויל נישט ר' משה פאר גאב''ד פאר די זעלבע סיבה פאסט אז זיי זאלן האבן רעספעקט פאר ר' אהרן. קהילת מהר''א איז זיי געשטאנען צו די רעכטע האנט און זייערע שווערסטע צייטן און געראטעוועט זייער אימעידזש אין די וועלט.

דערווייל קוקט טאקע אויס אז זיי נעמען עס אין באטראכט.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

כבוד הרב מיליאנער: איר זענט גערעכט די זאליס זענען די זעלבע פאליטיקאנטן , נאר געזאגט אז ביי די מערכה זענען זיי נישט דערקעגן זאל זיין וועלעכע סיבה די ווילסט

אבער תוא''י איז נישט די איינציגסטע קהילה אין די עדה וואס וויל נישט הגאון ר׳משה שליט''א אלטס גאב''ד
איך קען נישט אלע נעמען פון די קליינע קהילות אבער ס'איז ארום געגאנגען א גליון דא אין ירושלים פין 10 קהילות אין די עדה וואס ווילען נישט, און נאכאמאל ס'מיינט נישט אז זיי גייען עם באשמיצן נאר זיי ווילן עם נישט האבן פאר זייער רב
צווישן די קהילות קהל חסידי ירושלים, קהל פרושים, קהל משכנות הרועים , קהילות ברסלב,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דאס איז נישט מיך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:כבוד הרב מיליאנער: איר זענט גערעכט די זאליס זענען די זעלבע פאליטיקאנטן , נאר געזאגט אז ביי די מערכה זענען זיי נישט דערקעגן זאל זיין וועלעכע סיבה די ווילסט

אבער תוא''י איז נישט די איינציגסטע קהילה אין די עדה וואס וויל נישט הגאון ר׳משה שליט''א אלטס גאב''ד
איך קען נישט אלע נעמען פון די קליינע קהילות אבער ס'איז ארום געגאנגען א גליון דא אין ירושלים פין 10 קהילות אין די עדה וואס ווילען נישט, און נאכאמאל ס'מיינט נישט אז זיי גייען עם באשמיצן נאר זיי ווילן עם נישט האבן פאר זייער רב
צווישן די קהילות קהל חסידי ירושלים, קהל פרושים, קהל מתמידים , קהילות ברסלב,
איר מיינט דאס ?
בייגעלייגטע פיילס
גליון לביצור חומת העדה''ח יו''ל ע''י נאמני העדה החרדית.pdf
(3.13 MiB) אראפגעלאדנט 350 מאל
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

יא
ביטע ליינט אדורך די גאנצע זאך מיט כובד ראש און לייגט אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט ...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:יא
ביטע ליינט אדורך די גאנצע זאך מיט כובד ראש און לייגט אלע פאליטישע חשבונות אין א זייט ...
כ'האב הנאה פון דיין ביטע אז מ'זאל אוועקלייגן די פאליטישע חשבונות, ווי כאילו ס'איז איין שטיק פאליטיק דאס אז מ'וויל אויפנעמען ר' משה.

א מין מאדנע מהלך פון קוקן אויב מ'וויל ר' משה אויב מ'האט אים גערופן אויפטרעטן... כ'וויל אבער קלאר ווערן אין עטליכע פרטים.

דווקא די לעצטע צען יאר. וואס טוט זיך פאר די צען יאר? יענס רעכנט מען נישט? פארוואס?

און פארוואס רעכנט מען נישט קהילת מהר''א אין בני ברק? זיי זענען נישט אינטער די עדה החרדית? וועם נאך האט מען ארויסגעשניטן?

און דו האלסט אז בוהוש האט נישט גערופן ר' משה רעדן ווייל זיינע אייניקלעך לערנען נישט אין די היימישסטע תלמוד תורה'ס? קאם אן.

וויפיל מאל האט ר' טובי' אויפגעטרעטן אין די אלע קהילות? וויפיל מאל פלעגן די פארגאנגענע ראב''ד'ס אויפטרעטן אין די אלע קהילות?

און צום לעצט, איז דאס די איינציגסטע רמז אז די קהילות האבן עפעס קעגן ר' משה? אויב יא קען מען אים מארגן מאכן גאב''ד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@מיליאנער פארוואס איז נישט געווען קיין קלער 20 יאר צוריק אויפצונעמען ר' משה? פארוואס האט מען געברענגט פון די פרעמד א בן גילו?

קיינער פארלייקענט נישט אז פאליטיק שפיעלט א ראלע און עס איז זייער פשוט קיין איין קהילה איז נישט מסכים צו האבן א גאב''ד וואס איז מוחזק זיך אנצינעמען פאר די צד שכנגד, פונקט ווי דעמאלטס האבן געוויסע קהילות נישט געוואלט הגריח''מ ווייל ער האט געהערט צו צד מהר''יי און היצטערט איז די זעלבע מיט הגר''מ ער האט זיך ארויסגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט פאר צד מהר''א קען ער נישט דינעו א פאזיציע וואס פארלאנגט אן אומפארטיישקייט ופשוט היא.

איך ווארט אויף אן ענטפער פארוואס איז נישט געווען אן הוא אמינא 20 יאר צוריק עם ממנה צו זיין אלס גאב''ד
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

כבוד הרב מיליאנער: קודם כל רעד איך נישט דא פאר א בי''ד און איך בין נישט מורא'דיג מדייק אין מיינע ווערטער נאר מ'שמועסט זיך אביסל אויס...
דעס איז זיכער אז אויפנעמען ר' משה האט טאקע נישט מיט פאליטיק און איך מיין אז כולי עלמא מודי אז די סיבה יא אויפצונעמען איז פשוט זיין גדלות בתורה זקן ויושב בישיבה און כוח הפסק, ועוד זיצט ער שוין אין די עדה אזויפיל יאר און איז געווען די ראש בית דין וכו'

נאר וואס דען, עס איז דא קהילות אין די עדה וואס ווילן עם נישט, על אף זיי ווייסן אז ער איז א גדול בענקים, משום סיבות שונות (אזוי ווי דו פארשטייסט אז זיי קענען נישט אויפנעמען אזא איינער ווי למשל הגרח''ק ז''ל)

אבער איר דארפט פארשטיין אז אין די גליון ווילן זיי נישט זאגן אז זיי ווילן עם נישט (זיי האלטן אז דעס ארויסשרייבן איז פוגע בכבודו) שרייבן זיי די לשון אז ער האט זיך נישט משתתף געווען וכו' אבער פארשטענדליך אז נישט דאס איז די כוונה און במילא איז נישט קיין חילוק אויב פאר 10 יאר האט ער יא און אויב די גאב''ד ז''ל האט וכו', ווייל די כוונה איז עפעס אנדערשט ודו''ק

און כלפי קהילת מהר''א אין בני ברק, קען איך פרעגן נאך קשיות אויף די אנדערע נומערן, איך בין נישט זיכער אז עס איז טאקע אזוי ווי זיי שרייבן אבער די נקודה בלייבט די זעלבע אז עס איז דא עכ''פ א חלק אין די עדה וואס ווילן עם נישט.
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

עמעזאן האט געשריבן:@מיליאנער פארוואס איז נישט געווען קיין קלער 20 יאר צוריק אויפצונעמען ר' משה? פארוואס האט מען געברענגט פון די פרעמד א בן גילו?


איך ווארט אויף אן ענטפער פארוואס איז נישט געווען אן הוא אמינא 20 יאר צוריק עם ממנה צו זיין אלס גאב''ד
עס איז זיכער יא געווען א הוא אמינא די מיינסט צו פרעגן פארוואס עס איז נישט געווען די מסקנא.....
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

עמעזאן האט געשריבן:@מיליאנער פארוואס איז נישט געווען קיין קלער 20 יאר צוריק אויפצונעמען ר' משה? פארוואס האט מען געברענגט פון די פרעמד א בן גילו?

קיינער פארלייקענט נישט אז פאליטיק שפיעלט א ראלע און עס איז זייער פשוט קיין איין קהילה איז נישט מסכים צו האבן א גאב''ד וואס איז מוחזק זיך אנצינעמען פאר די צד שכנגד, פונקט ווי דעמאלטס האבן געוויסע קהילות נישט געוואלט הגריח''מ ווייל ער האט געהערט צו צד מהר''יי און היצטערט איז די זעלבע מיט הגר''מ ער האט זיך ארויסגעשטעלט אין די פארגאנגענהייט פאר צד מהר''א קען ער נישט דינעו א פאזיציע וואס פארלאנגט אן אומפארטיישקייט ופשוט היא.

איך ווארט אויף אן ענטפער פארוואס איז נישט געווען אן הוא אמינא 20 יאר צוריק עם ממנה צו זיין אלס גאב''ד
איך ווארט אויף א ענטפער ווי ר' משה האט זיך אנגענומען פאר די ארונים. קיינמאל האט ער זיך נישט אריינגעמישט אדער גענומען די מינדעסטע צד אין א אינערליכע פאליטישע אנגעלעגענהייט. און טאקע פאר דעם האט ער נישט געלאזט ברעכן די טראדיציע אז די עדה מישט זיך נישט אין קיין פאליטיק, און נישט געלאזט די בי''ד ארויסגעבן א בריוו לטובת די זאלישע כינוס תשע''ז בשעת וואס מהר''א איז געווען קעגן די כינוס.

דאס אז ר' משה פאר זיך האט א שטערקערע געפיל פאר מהר''א, און דאס אז ער איז פערזענליך געקומען צו זיין כינוס איז נישט קיין שום סיבה ער זאל נישט מעגן זיין ראב''ד. אויב האט ער פערזענליך איינגעזען די פאלשקייט פון קהילת מהרז''ל ביי די קברים פרשה, און ער רייסט זיי אראפ אויפ'ן שארפסטן אופן אין זיין שו''ת תשובות והנהגות, האט דאס סך הכל מיט זיין אייגענע מיינונג. אדרבה, ווייז מיר ווי ער האט זיך אנגענומען פאר די ארוינים. אויב עפעס זענען די ארוינים שטענדיג געשטאנען אויף זיין זייט.

דו ווילסט דעיס צוגלייכן צו ריח''מ? די אפיציעלע דיין פון מהרז''ל וואס איז געשטאנען בראש פון די פאליטיק קעגן מהר''א? אזויווי כ'האב שוין געזאגט אויבן, ס'איז פונקט אזויווי די ארוינים זאלן וועלן קרוינען ר' הירצקא צוויבל פאר גאב''ד.

לגבי דיין באמבעדיגע קשי' פון צוואנציג יאר צוריק, יעדע בר דעת פארשטייט אז ווען מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגע תלמיד חכם קוקט מען אויף אנדערע זאכן וואס מ'קוקט ווען מ'רעדט פון א 96 יעריגע גאון וואס איז בפועל געשטאנען בראש פון די עדה פאר די לעצטע צוואנציג יאר. און ווער ס'פארשטייט נישט זאל ווייטער פרעגן די קשי'.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:כבוד הרב מיליאנער: קודם כל רעד איך נישט דא פאר א בי''ד און איך בין נישט מורא'דיג מדייק אין מיינע ווערטער נאר מ'שמועסט זיך אביסל אויס...
דעס איז זיכער אז אויפנעמען ר' משה האט טאקע נישט מיט פאליטיק און איך מיין אז כולי עלמא מודי אז די סיבה יא אויפצונעמען איז פשוט זיין גדלות בתורה זקן ויושב בישיבה און כוח הפסק, ועוד זיצט ער שוין אין די עדה אזויפיל יאר און איז געווען די ראש בית דין וכו'

נאר וואס דען, עס איז דא קהילות אין די עדה וואס ווילן עם נישט, על אף זיי ווייסן אז ער איז א גדול בענקים, משום סיבות שונות (אזוי ווי דו פארשטייסט אז זיי קענען נישט אויפנעמען אזא איינער ווי למשל הגרח''ק ז''ל)

אבער איר דארפט פארשטיין אז אין די גליון ווילן זיי נישט זאגן אז זיי ווילן עם נישט (זיי האלטן אז דעס ארויסשרייבן איז פוגע בכבודו) שרייבן זיי די לשון אז ער האט זיך נישט משתתף געווען וכו' אבער פארשטענדליך אז נישט דאס איז די כוונה און במילא איז נישט קיין חילוק אויב פאר 10 יאר האט ער יא און אויב די גאב''ד ז''ל האט וכו', ווייל די כוונה איז עפעס אנדערשט ודו''ק

און כלפי קהילת מהר''א אין בני ברק, קען איך פרעגן נאך קשיות אויף די אנדערע נומערן, איך בין נישט זיכער אז עס איז טאקע אזוי ווי זיי שרייבן אבער די נקודה בלייבט די זעלבע אז עס איז דא עכ''פ א חלק אין די עדה וואס ווילן עם נישט.
הייסט די סיבות וואס מ'געט אן אין דעי קונטרס איז נישט אמת, די נאמבערס פון די קהילות איז קלאר ארומגעחושט, איז פארוואס למען השם ליגט נאך די קונטרס דא אפן? צו לאזן וויסן אז די סיקריקים זענען קעגן ר' משה מחמת סיבו''ת שונו''ת דארף איך נישט דעי פאשקעוויל.

דו גלייכסט צו ר' משה צו ר' חיים קאניעבסקי? ביזט פאר ריעל? זיי מיר מסביר דיין צוגלייך. חוץ פון דעם וואס ר' משה אטעמט מיט זיין שנאה קעגן די ציונים, יעדע דרשה איבער סיי וועלכע נושא פארט גלייך אריין אין די 'רשעים' 'מדאר'ף רחמי שמים' 'די מדינה זאל בטל ווערן'.

גייסטו מיר ענטפערן 'נע, איך גלייך אים נישט צו, איך זאג נאר אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז ר''ח קען נישט זיין גאב''ד אזוי אויך איז דא מענטשן וואס האלטן אזוי לגבי ר' משה', סאו ביטע הער אויף צו גיין אין סירקלס, דו קענסט מיך זאגן פאר א גוט יאר איינמאל פאר אלעמאל א גוטע סיבה פארוואס מ'זאל שטעלן ר' משה אין א זייט און אויפנעמען א צווייטן? אן קיין צד השוה'ס, הקישים, צען יאר, סיבות שונות וכו' וכו' רעדט קלאר.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

איך וועל אייך זאגן זייער קלאר איין סיבה פארוואס זיי ווילן נישט ווייל זיי האלטן אז ער האט פוגע געווען אין די כבוד פון די גאב''ד ז''ל
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

כבוד הרב מיליאנער: אויף דעם שטיקל וואס איר האט געשריבן
אויב האט ער פערזענליך איינגעזען די פאלשקייט פון קהילת מהרז''ל ביי די קברים פרשה, און ער רייסט זיי אראפ אויפ'ן שארפסטן אופן אין זיין שו''ת תשובות והנהגות, האט דאס סך הכל מיט זיין אייגענע מיינונג.
איך ווייס נישט צו איר ווייסט אבער די מערכה אויף די קברים האבן די זאליס נישט אנגעפירט, יא זיי האבן מיט געשטימט, אבער נישט קעגען זיי האט זיך די ראב''ד געקריגט, די מערכה אויף די קברים האט אתרא קדישא אנגעפירט בראשות ר' דוד שמידל וואס פירט אהן אלע מערכת אויף קברי ישראל און ס'האט מיט געשטאנען מיט עם ביי יענע מערכה א גרויס חלק פון די עדה החרידית ווי די גאב''ד ז''ל און הגאון ר׳אברהם יצחק אולמאן שליט''א הגאון ר׳יהושע ראזענבערגר שליט''א און הגאון ר׳יהודה פישער שליט''א ועוד
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן זייער קלאר איין סיבה פארוואס זיי ווילן נישט ווייל זיי האלטן אז ער האט פוגע געווען אין די כבוד פון די גאב''ד ז''ל
וואס???? הסבר ביטע.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

אזוי ווי איך האב געשריבן אז ''זיי האלטן'' ס'מיינט נישט טאקע אבער זיי קוקן עס אזוי אהן,
און די סיבה ווי איך פארשטיי איז די מעשה פון די קברים אין בית שמש וואס הגאון ר' משה שליט''א האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די פסק פון די גאב''ד ז''ל,
נאכאמאל יעדע רב דארף פסק'נען ווי ער פארשטייט, אויב אזוי וואס איז די פראבלעם?
וועל איך פרובירן מסביר זיין ווי אזוי זיי קוקן עס אהן, הגם ס'מיז נישט זיין אז ס'איז טאקע אזוי,
מיט א משל וואס איז נישט אינגאנצן די זעלבע אבער עטוואס ענדליך,

ווער ס'געדענקט ביי די פרשה פון די פאבליק סקול איז איינער פון די רבנים וואס זענען ארויסגעקומען אקעגן סאטמאר געווען הגאון ר' יחזקאל רוטה ז''ל און פאר חסידי סאטמאר האט עס געשטערט, זיי האבן עס אנגעקוקט ווי א פגיעה אין די כבוד פון זייער רבי (און מיט רעכט),

יעצט לאמיר זאגן אז סאטמאר וואלט געווען א קהילה וואס נעמט אויף א רב און ס'גייט נישט מיט ירושה און משפּחה, פארשטייט יעדער אז מ'וואלט נישט אויפגענומען ר' יחזקאל ז''ל (אפילו די רבי ז''ל בעל ויואל משה האט עם ממנה געווען אלס דיין אין ב''פ) ווייל ער האט פוגע געווען אין כבוד פונעם רבי'ן די ברך משה ז''ל קומט נישט ער זאל עם איבערנעמען, אפילו ער איז א ריזיגע ת''ח און שטימט בעצם מיט די קהילה און האט ס''ה ביי איין זאך ג'פסק'נט אנדערשט ווי די רבי פאר עם ווייל ער האט געהאלטן אז אזוי איז די הלכה,

עכ''פ יא די קענסט טרעפן חילוקים און זאגען אז עס איז נישט די זעלבע זאך, אבער מ'קען עס פארשטיין אפילו מ'האלט נישט אזוי.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איך גיי נישט אריינגיין אין מחלק זיין די לעכערליכע צאמשטעל, זינט דו האסטעך שוין אליינס באווארענט אז דו ווייסט אויך אז ס'איז נישט גלייך... אבער אפילו אונז גיימיר יא גיין מיט דעי צאמשטעל שטימט אויך נישט דעי תורה, ווייל דו קענסט נאר באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן די גאב''ד נאר אויב דו האסט שוין אין פירסט פלעיס דאונגרעיטעד די ראב''ד ווערסוס די גאב''ד, אבער אויב ביידע שטייען אייניג בראש העדה האט דאך נישט קיין זין אז די חברי העדה זאלן באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן דעם גאב''ד.

למה הדבר דומה, אויב זאל למשל רז''ל פילאפ האבן א מחלוקה אין א הלכה מיט רש''ל וויינבערגער, און די קהילה גייט און ווארפט ארויס הרב פילאפ פונעם בית דין צוליב וואס ער איז געגאנגען קעגן הרב וויינבערגער... ס'מאכט דאך נישט קיין סענס.

איז דו מוזט בע''כ זאגן אז דו האסט שוין מתחילה געפסלט ר' משה, וויל איך וויסן פארוואס. פארוואס ווילן מכלומר'שט דעי פיפצן קהילות נישט האבן ר' משה פאר גאב''ד?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיליאנער, איז נישט דער גאב"ד אויף א העכערע פאזיציע פון דעם ראב"ד?
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין אין מחלק זיין די לעכערליכע צאמשטעל, זינט דו האסטעך שוין אליינס באווארענט אז דו ווייסט אויך אז ס'איז נישט גלייך... אבער אפילו אונז גיימיר יא גיין מיט דעי צאמשטעל שטימט אויך נישט דעי תורה, ווייל דו קענסט נאר באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן די גאב''ד נאר אויב דו האסט שוין אין פירסט פלעיס דאונגרעיטעד די ראב''ד ווערסוס די גאב''ד, אבער אויב ביידע שטייען אייניג בראש העדה האט דאך נישט קיין זין אז די חברי העדה זאלן באשולדיגן די ראב''ד אין גיין קעגן דעם גאב''ד.

למה הדבר דומה, אויב זאל למשל רז''ל פילאפ האבן א מחלוקה אין א הלכה מיט רש''ל וויינבערגער, און די קהילה גייט און ווארפט ארויס הרב פילאפ פונעם בית דין צוליב וואס ער איז געגאנגען קעגן הרב וויינבערגער... ס'מאכט דאך נישט קיין סענס.

איז דו מוזט בע''כ זאגן אז דו האסט שוין מתחילה געפסלט ר' משה, וויל איך וויסן פארוואס. פארוואס ווילן מכלומר'שט דעי פיפצן קהילות נישט האבן ר' משה פאר גאב''ד?
נישט געווען קיין שים מחלוקה פינעם ראב"ד אקעגן די גאב"ד, געווען א מחלוקת פינעם ראב"ד אקעגן די גאנצע בי"ד, אין וועגן דעם זענען די קהילות ברוגז אויף אים,

למען האמת, היינט איז שוין באקאנט, אז די ראב"ד האט גארנישט געמיינט אקעגן די בי"ד, סאיז נאר געווען א גרויסע פראיעקט פין הינדערטע דירת, אין ר' משה אלס געטרייע טאטע האט געוואלט זייער פארזארגן די קינדער מיט דירת,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעי די קינדער ארבעטן פעסט אריין פאר זייערע פרנסות..
נעכטן דאנערשטאג נאכט האט א משלחת פון הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט״א ראב״ד ירושלים אפגעשטאט א באזוך ביי הוד כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א בבית האכסני׳ אין קרית יואל, קומענדיג בשליחות אביהם דער ראב״ד שליט״א צו ברענגען דעם נייעם ספר פונעם ראב״ד על התורה וואס איז לעצטנס ערשינען פון דרוק. עס האט זיך פארצויגן א הערליכער שמועס בדברי תורה און דאן האט רבינו שליט״א זיי מכבד געווען מיט לחיים ומזונות און געוואונטשן מברכותיו הטהורות.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20220826-WA0040.jpg
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

יעפ פלוצים

גייט ר' משה פארוואנדלט ווערן אין גדול הדור אדער גאר בעל תשובה אזוי ווי ר' שמואל אויערבאך

די בלאפערס קענסטו אלעס ערווארטן
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

כ'ווייס נישט צו מ'האט דאס צעקייעט שוין, אבער ווארשיינליך האט דאס געמוזט צעקייעט ווערן. אז דאס עצם שטעלן דעם ר' טובי' אלץ גאב''ד איז מאדנע, מטעם אז ער פלעגט אלץ מיטהאלטן אין אנטווערפן אלע פארברענגענס פון אלע שיכטן, בכלל אגודה, ולמעלה בקודש...
הלמאי אז ער איז גאר געווען דער גאב''ד פונעם קנאישער שבט?
כ'האב עס יעצט רילייזט מער וועגן די בילדער וואס זענען פארשפרייט פון עהם נאכן פטירה.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

באהעלפער האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו מ'האט דאס צעקייעט שוין, אבער ווארשיינליך האט דאס געמוזט צעקייעט ווערן. אז דאס עצם שטעלן דעם ר' טובי' אלץ גאב''ד איז מאדנע, מטעם אז ער פלעגט אלץ מיטהאלטן אין אנטווערפן אלע פארברענגענס פון אלע שיכטן, בכלל אגודה, ולמעלה בקודש...
הלמאי אז ער איז גאר געווען דער גאב''ד פונעם קנאישער שבט?
כ'האב עס יעצט רילייזט מער וועגן די בילדער וואס זענען פארשפרייט פון עהם נאכן פטירה.
ס'געווען די זעלבע מאדנע ווען מ'האט גענומען די מנחת יצחק, נאר דעמאלטס האט זיך ארויסגעשטעלט ווי געלונגן דאס איז געווען האט מען עס נאכאמאל געטון.
די אמת איז אבער אז פאר א בר שכל איז עס בכלל נישט מאדנע. זיך באטייליגן ביי אלע שיכטן איז מענטשליך און ערווארטעט ווען איינער איז אויף א פאזיציע ווי ער דינט די אלע שיכטן. די מנחת יצחק און מאנטשעסטער און ר' טובי' אין אנטווערפען האבן געטון זייער פליכט בנאמנות דינענדיג אלץ רב/דיין פון די קהילות החרדים אין שטאט. דאס דארף גארנישט האבן צו טון מיט זייערע פערזענדליכע שיטות בעניני קנאות. ער קען זיין א קנאי (וואטעווער דעט מיענס) און נאכאלץ רעספעקטירן אנדערע מיינונגן. איינמאל מ'ווערט אויפגענומען אין עדה החרדה החרדית שטעלט מען זיך צו צו זייער מסורה און די פסקים פון זייערע רבנים.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

איך נעם ארויס דערפון פארקערט, אז די גאנצע קנאות וואס די עדה החרדית שטעלט א פנים, איז נישט מער ווי א איבריגע קנעפל אויפ'ן מאנטל. ס'איז א פאסטן פון פרעזידענט פון ארטאדאקס אין די היימישע ירושלים. און אויף דעם ארויף קען דער ראב''ד זיין גאב''ד, און אז ס'פעלט אויס קען די אויסוואל זיין היבש גרויס.
פארשפארט