דער שחור וואס האט גערעט יידיש בימי רבן גמליאל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

דער שחור וואס האט גערעט יידיש בימי רבן גמליאל

שליחה דורך גאלד »

דער טבי עבדו של רבן גמליאל איז געווען ווי דער פאני שחור, וואס קליפס פארט שטענדיג ארום אויף סאשעל מידיע, ער רעט היימישע וויליאמסבורגע רייסערישע יידיש, פארשטייט אלע חסידישע פאליטיק, זינגט פינקי וועבער ניגונים, האט גוט ארויס די נואונסעס פון די היימישע קולוטר,
איין גאר קאמישער קליפ איז דעמאלטס בימים ההם ארומגעפארן וואס ס'געווען שטארק וויירעל, ס'מקובל אז ס'האט געהאט א האלבע מיליאן וויוס אויף אינסטעגרעם, (יוטוב לא ידענו, לכאורה מער), נעמליך געווען איז דאס אין א שיינעם חוה"מ סוכות, אונזער טבי איז נעלם געווארן אן קיין שפיר, מ'האט עהם גאר נייטיג געדארפט צו העלפן אנגרייטן די פארענטשעס ביי רבינו שליט"א דער גרויסער רבן גמליאל נשיא הדור פאר א גרויסארטיגע שמחת בית השואבה, אבער טבי איננו, ביז פלוצלינג הערט זיך ארויס פון די סוכה א הילכיגער געלעכטער פון רבין זז"ג הויז-בחור, "כא!! כא!! כא!! דא איז ער דער טוטער!! כא כא כא!!!" די שטוב מענטש קומען צו לויפן מיט ווינדער "ווי? אין די סוכה??? וויזוי קען דאס זיין אונז האמיר דאך דארט געזוכט מער ווי איין מאל", "כא כא כא!!" קאטשעט זיך ווייטער אונזער הויז-בחור, "קוק ווי דער טבי ליגט, דארט פארשטעקט אונטערן בעט און פאפט אריין. כא כא כא!!", אפאר חסידים האבן ארויסגענומען זייער (געפילטערטער שטייצעך) סמארט-פאון רעקארדירן דעם ספעקטאקל ווי דער טבי האט פונקט געמוזט זיך פארשטעקן אונטערן בעט אויפן הארטן פלאר צו כאפן א שינת צהרים, טראץ וואס אונזער טבי האט נאך פון שטענדיג א שיין אהערגעשטעלטן שלאפצימער מיט אלע געהערן, דארט אונטען לעבן די הויז-בחור'ס צימער, דער אלטער שמש מיטן הייזעריגן שטימע האט זיך גענומען שרייען האלב שמייכעלדיג און האלב נערווירט, "טבי!! טבי!! וואט אר יו דאינג אנדער די בעד", אבער דער טבי פאפט אריין ווי א מת מצוה! ביז א היציגע חסיד כאפט א בעזעם שטעקן און נעמט זיך שטעכן אנע רחמנות אינזער באליבטער טבי. טבי געט א שפרינג אויף אווי איינער וואס האט געכאפט א ביס פון א שלאנג, האקט נעבעך אריין זיין קאפ אינעם דאך פון בעט, "אה וואטס גאוינג אן!!" "וויי איז עווערי באדי וואטשינג מי", א יונגער חסיד מיטן ברייטן טלית-קטן שרייעט פונעם אנדערן עק סוכה "טבי!! וויי דידנט יו גא טו סליפ אין יור נארמעל בעד" פלוצלינג נעמט זיך טבי רעדן פון אונטערן בעט האלב ליגעדיג האלב זיצעדיג, ווי א למדן מיטן פולן יידיש, "לעצטע וואך ווען כאב געטוישט די האנטעכער ביי די סינקס אין גרויסן ביהמ"ד האב איך גוט ציגעהערט דעם רבי'ן דרשה אויף הלכות סוכה אויפן מייק, האב איך געהערט אז דער רבי האט געזאגט אז עבדים זענען פטור מן הסוכה," נעמט זיך אונזער שחור טבי דרייען מיטן פינגער ווי א למדן זקן ורגיל מיט א אייפער, נאך אלס אונטערן בעט איינגעבויגן און איינגעקאטשעט, "לפי זה היות איינער וואס שלאפט אונטער די בעט איז לא יצא ווייל ס'דאך נישט תחת צל סוכה, האב איך געוואלט פאר יעדן ווייזן די חידוש וואס ס'מיר בייגעפאלן אז דוקא א עבד אווי איך וואס איז פטור מן הסוכה מעג דארט שלאפן, אבער נישט ענק!!" נאכן אראפלייגן דעם פשעטיל איז דער טבי ארויסגעקראכן פון אונטערן סוכה בעט גרייט צו די ארבעט. ווי נאר די חסידים האבן דאס געהערט יוצא מפורש מפי השחור זענען זיי אויפגעשפרינגען פאר התפעלות, ס'א ארומגעפארן אויף אלע וואטסעפפ סטעטוס, שפעטער ביי א גרויסע מיטינג פון אלע רבנים, האט מען פארגעשלאגן צו אריינדריקן די מעשה פון אונזער טבי אין די משניות אריין זאל בלייבן פארצייכנט לדורות עולם, וכך הוה!!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

זייער שיין.

פון די גמרא אין סוכה כא: איז משמע אז די מעשה איז געווען פונקט פארקערט. פון די מעשה איז מען געוואר געווארן די הלכה אז עבדים פטורין מן הסוכה. און אויך אז ר”ג האט מסביר געווען וואס דא גייט פאר און נישט טבי אליינס. לויט דעם איז אינטערסאנט אז עס איז דא א קליפ וויאזוי ער רעדט...

דא האסטו די לשון המשנה והגמרא.
אמר רבי שמעון מעשה בטבי עבדו של רבן גמליאל שהיה ישן תחת המטה ואמר להן רבן גמליאל לזקנים ראיתם טבי עבדי שהוא תלמיד חכם ויודע שעבדים פטורין מן הסוכה לפיכך ישן הוא תחת המטה.

א"ר שמעון מעשה בטבי עבדו: תניא א"ר שמעון משיחתו של רבן גמליאל למדנו שני דברים למדנו שעבדים פטורים מן הסוכה ולמדנו שהישן תחת המטה לא יצא ידי חובתו.

זע אטעטשט א שיינע מאמר וועגן טבי.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

גראדע זאגט מען אז רבן גמליאל האט אויסערגעווענליך מעריץ געווען דעם טבי'ן און עהם גאר שטארק געגליכן, אויף אזוי ווייט אז די צייטונגען האבן דעמאלטס באריכטעט אז ווען טבי איז געשטארבן איז דער גרויסער רבן גמליאל דער וועלטס רבי, געזעצן שבעה נאך איהם, אסאך האבן געקרומט מיט די נאז אז ער קומט מיט נייע מאדנע זאכן, ער איז "משנה", מ'האטאך אלס געוויסט אז "אז אין מקבלין תנחומין על עבדים", כל העולם כולו האט געהאט אפאר בלעטער פיקטשערס פון אלע אדמורים אין פאלעטישן'ס וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין רבן גמליאל וואסי געזעצן שבעה נאך דעם שחור טבי,
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

גאלד האט געשריבן:גראדע זאגט מען אז רבן גמליאל האט אויסערגעווענליך מעריץ געווען דעם טבי'ן און עהם גאר שטארק געגליכן, אויף אזוי ווייט אז די צייטונגען האבן דעמאלטס באריכטעט אז ווען טבי איז געשטארבן איז דער גרויסער רבן גמליאל דער וועלטס רבי, געזעצן שבעה נאך איהם, אסאך האבן געקרומט מיט די נאז אז ער קומט מיט נייע מאדנע זאכן, ער איז "משנה", מ'האטאך אלס געוויסט אז "אז אין מקבלין תנחומין על עבדים", כל העולם כולו האט געהאט אפאר בלעטער פיקטשערס פון אלע אדמורים אין פאלעטישן'ס וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין רבן גמליאל וואסי געזעצן שבעה נאך דעם שחור טבי,
איי איי איי
וואס איז דארט גישעהן מ'קען זיך נישט פארצישטעלן
רבן גמליאל קומט צירוק פונעם גרויסארטיגען לוויה פון אונדזער באליבטער שחור טבי און זעצט זיך שבעה באלד קיממען צי לויפען פון איין זייט די פאטאגראפירעס און אלע מידיע מענטשן פון די צווייטע זייט קיממען אריין די גרויסע רבנים ראשי ישיבות וכו' פון דע דריטע זייט שטייען נאך א פאהר גלמים פון שפעקולירען "ווער גייט זיין דער ממשיך"? (ווייל וויא די מקווה נייעס זאגען אז זיינע קאלעגעס זענען נישט אזוי טויגלעך און פון די אנדערע זייט אריינברעינגען א נייעם איז נישט קיין לייכטע זאך)
און וויא קען מען פארגעסן די גרופע פון די גרעסטע תלמידי חכמים וואס האבען זיך אנגעגארטלט געזאגט לשם ייחוד און ארויס צו דעי מלחמת מצווה קעיגען די וואס פירען איין נייע מנהגים מ'גייט ארים און מ'הענגט אויף גרויסע פלאקאטן און מ'שפרייט אויף דע ערד אומצאלליגע פאשקעווילן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "רבינו סר מהדרך" און מ'שטייט און מ'פראטעסטריט און מ'ווארפט אייער וכו' כיד ה' הטובה עליהם ווייל וויא אזוי קענמען פארשווייגען אזא עוולה זיך ציזעצן שבעה אויף אן עבד אז שטייט קלאהר און אלע ספרים "אין מקבלין תנחומין על העבדים"?
און נאך א פאהר יאהר איז עס גיווארען א נארמע אז מ'זעצט זעך שבעה אויף אן עבד ווייל וויא האט גיזאגט מורינו רבן גמליאל "אונזער קהילה פירן זיך נישט אנדערש זייא זענען פשוט די ערשטע"
פארשפארט