אידישע קינדער אין א גויאישע געריכט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

אידישע קינדער אין א גויאישע געריכט

שליחה דורך שופטת »

עס מאכן זיך פון צייט צו צייט מעשה'לעך פון מענטשן וואס פארלאזן דער אדער יענער היימישע חסידישע אדער חרדישע געמיינדע, איינער מאכט עס העכער פון דעם צוייטן. נישט אלעמאל אבער אינוואלווד עס קינדער. דא וויל איך שילדערן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפיהלט נישט צו לאנג צוריק פון א טאטע איז געגאנגען אט"ד ווי מ'זאגט ווען זיינע קינדער זענען געווען גאר קליין און כאטש ער האט זיך שפעטער אומגעקערט צו א מאדערן ארטאדאקסישע קהילה האט ער מתחילה נישט געהאלטן גארנישט אבער מיט דעם אלעם האט ער מיט די הילף פון די קאורטס און מיט די הילף פון אזוי גערופענע מאדערנע אידן מצליח געווען (און איז ממשיך) אנצוהאלטן א שטארקע קשר מיט זיינע קינדער און האבן א געזונטע איינפלוס איבער זיי. בעיקר וועל איך איבערטייטשן פון קאורט דאקומענטן וואס זענען אוועילעבל אנליין.
די סיבה פארוואס איך טוה דאס איז א דריי-פאכיגע:
1) מענטשן זאלן לייענען דעם אמת וואס ס'קומט פאר אין קאורט און נישט גלייבן נאר די שטותים וואס מ'פארקויפט אין שוהל.
2) מענטשן זאלן זעהן אז אפי' אויב מען געווינט נישט איז נאכאלס ווערט אראפצושטעלן א ווידערשטאנד.
3) מענטשן זאלן זעהן אז ווען מען שטעלט אראפ א ווידערשטאנד קען מען אמאל געווינען אויכעט.

איך וועל עס לייגן אין שטיקלעך כדי נישט אויסצומיטשען דעם לייענער. איך הויב אן מיט די לעצטע דזשאדזשמענט אין די קעיס און דערנאך וועל איך אנהויבן פון אנפאנג.

ובזה החלי:

אין די מערב לאנדאן פעמילי קאורט
אין די נושא פון די קינדער אקט 1989
און אין די נושא פון די קינדער, A און B
זעה אויך:
X (נומער 3: צעטיילונג פון רעליגיזיע ימים טובים) [2016] EWFC B91 (12 אקטאבער 2016)
X (נומער 2: ארטאדאקסישע סקולס) [2015] EWFC B237 (9 מאי 2015)
X (נומער 1: רעליגעיזע דיפערענצן: סקולס) [2014] EWFC B230(4 נובמבר 2014)
פארנט פון שופטת ראָו QC
צווישן F – אפליקאנט
און M – רעספאנדענט
דזשאדזשמענט
איר פערזענליכקייט, ראָו QC

די אפליקאציע

1. דאס איז מיין פינפטע סובסטאנטיווע דזשאדזשמענט בנוגע די דאזיגע צוויי קינדער, דריי וועלכע זענען פובליצירט געווארן אויף בעילי. די קינדער אראנזשירונגען זענען ווי עס איז, נאכאלס באשטימט לויט אן ארדער וואס איך האב געמאכט אין צוועלפטן אקטובער 2016 אחוץ וואו עס זענען געמאכט געווארן קליינליכע טוישונגען מיט די הסכמה פון ביידע צדדים.

2. מיט אן אפליקאציע דאטירט דעם עלעווטן פון מאי, זוכט די טאטע צוויי פסקים בשייכות מיט די קינדער A, אלט 9 יאהר און B, אלט 7 יאהר.

a) די טאטע לאדנט די קאורט צו משנה זיין די פסק וואס איז אצינד אין קראפט – וועלכער זאגט אז די קינדער וואוינען מיט זייערע מאמע M און 'פארברענגען' צייט מיט אים – אז ס'זאל אנשטאט דירעקטירן אז די קינדער וואוינען מיט ביידע עלטערן כאטש זיי פארברענגען טאקע מער צייט מיט זייערע מאמע. און;
b) ער לאנדט איין די קאורט צו משנה זיין די איצטיגע אראנזשירונגען בנוגע וויפיל די קינדער פארברענגען מיט אים, איינס מיט'ן בעטן א פארלענגערונג צו וויקענד קאנטאקט, מיט דעם אז די קינדער זאלן איבערשלאפן ביי אים אויך יעדע זונטאג נאכט און ער וועט זיי צוריקטראגן צו סקול מאנטאג, און אויך דורכ'ן אלטערנאטירן די עיקר רעליגעיזע ימים טובים צווישן אים און די מאמע. די 2016 פסק וואס איז אצינד אין פלאץ, זאגט אז:

I. אין וואך 1, זאלן די קינדער פארברענגען די וויקענד מיט די טאטע פון נאך סקול פרייטאג ביז זונטאג נאכמיטאג;
II. איך וואך 2, זאלן די קינדער פארברענגען צייט מיט זייערע טאטע פון נאך A's סקול (בערך 3.30/4) ביז 7pm. די עלטערן האבן משנה געווען די צייטן מיט הסכמה צו 5pm ביז 8pm. ווייל A ענדיגט יעצט סקול שפעטער; און;
III. אז די קינדער זאלן פארברענגען די עיקר ימים טובים (ערשטע און לעצטע טעג) אין יעדע לאנגע יום טוב מיט די מאמע און די אנדערע טעג מיט די טאטע.

3. די מאמע איז אנטקעגן די אפליקאציע פאר א בשתפות'דיגן וואוינען-מיט פסק. זי איז איבער מסכים אז די קינדער זאלן פארברענגען אנדערע צייטן מיט די טאטע ווי דיע אונטער די איצטיגע אראנזשירונגען. איר הויפט פאזיציע איז אבער אז די קינדער זאלן מער נישט פארברענגען קיינע (סיידן געלעגנטליך) שבתים מיט זייערע טאטע און אז זיי זאלן קיינמאל נישט פארברענגען לאנגע ימים טובים מיט זייערע טאטע. אויב גיבט מען זי דאס נאך וועט זי מסכים זיין אז:

I. די קינדער זאלן פארברענגען יעדע פרייטאג, פון נאך סקול ביז צוויי שעה פאר שבת, מיט זייערע טאטע.
II. אז די טאטע קען אפנעמען זיינע קינדער 3.30 אויף א זונטאג, A זאל ענדיגן פריער, און זיי צוריקברענגען צו סקול אויף מאנטאג אינדערפרי יעדע וואך
III. אז זיי פארברענגען אלטערנאטיווע מיטוואך איבערנעכט מיט זייערע טאטע.
אין צוגאב איז זי מסכים אז די קינדער זאלן פארברענגען אביסעלע מער פון האלב פון זייער (באגרעניצטע) זומער סקול האלידעי מיט די טאטע. B זאל קיינמאל נישט פארברענגען מיט די טאטע אין A’s אפוועזנהייט. די מאמע איז מזמין די קאורטס צו גיבן א פסק אנטקעגן די טאטע אונטער די s91(14) Children Act , פארבאטענדיג אים פון מאכן נאך s8 אפליקאציעס אהן רשות פאר לכה"פ דריי יאהר.
די היסטאריע

4. פאר די היסטאריע פון די פאמיליע און די ליטיגאציע בשייכות מיט די קינדער פון צייט צו צייט, באציה איך מיר צו

a) פאראגראפן 11-18 פון מיין דזשאדזשמענט פון 2 יולי 2014:
b) פאראגראפן 14-16 פון מיין דזשאדזשמענט פון 4 נאוועמבער 2014: Re X (Number 1: Religious Differences: Schools) [2014] EWFC B230;
c) פאראגראפן 6-18 מיין דזשאדזשמענט פון 9 מאי 2015: Re X (Number 2: Orthodox Schools) [2015] EWFC B237 און;
d) פאראגראפן 3-9 פון מיין דזשאדזשמענט פון 12 אקטאבער 2016: Re X (Number 3: Division of Religious Festivals) [2016] EWFC B91.

5. אין די פעריאד זינט אקטאבער 2015 זענען די קינדער געבליבן וואוינען מיט די מאמע. זיי האבן ממשיך געווען צו פארברענגען צייט מיט די טאטע און זענען געפארן מיט אים אויף חוץ לארץ אויף האלידעי צו זעהן זיינע עלטערן, און נאכוואס איך האב געגיבן א פסק צו ערלויבן דאס, אויך געפארן זעהן זיין פאמיליע אין חוץ לארץ, לעצטע יאהר. עס איז א קרעדיט צו די עלטערן אז טראץ די שוועריגקייטן אויף וואס די דזשאדזשמענט מוז אומפארמיידליך זיך קאנצעטרירן, טוהען די דאזיגע ליכטיגע קינדער ממשיך זיין צו האבן א נאנטע, ליבליכע און וויכטיגע קשר מיט ביידע פון זייערע עלטערן.

6. די מאמע האט ווידער חתונה געהאט. זי האט געהאט נאך א קינד.


7. די טאטע האט זיך צוריקגעקערט צו א פולע ארטאדאקסישער לעבן, וואוינענדיג יעצט אין צפון לאנדאן און גייט צו א צפון לאנדאן שוהל טעגליך. זיין קשר מיט זיין פאטער, געשעדיגט אין רעזולטאט פון איבערלאזן די סאטמערע קהילה, האט זיך פארבעסערט און זיי רעדן איינס אדער צוויי מאל א וואך. די טאטע, וועלכער האט געפאקט שעלווס אין א סופערמארקעט דורכאויס די 2015/2016 געריכטן, ארבעט אצינד אלס א דאטא אַנאַליסט. ער האט שווער געארבעט צו איבערקומען זיין חיסרון פון סיי וועלכע ערנסטע סעקולערע עדיוקעישן און ער האלט נאנט צו די לעצטע יאהר פון א בעטשלערס דעגרי אין קאמפיוטער סייענס; ער נעמט זיין קורס דורכאויס די אווענטס אינמיטן די וואך.

8. די טאטע האט געמאכט זיין אפליקאציע אויף 11 דעצעמבער 2018. די הויפט גורמים פאר די געריכטן זענען געווען און זענען נאכאלס,

a) פראקטיקאלע פראבלעמען אנגעשאפן דורך די איצטיגע אראנזשירונגען. אין וואך 1, צוריקברענגען די קינדער צו זייערע מאמע ביז זונטאג נאכמיטאג מיינט אז די טאטע האט נאר א קורצע וואכענדיגע טאג און קען זיי נישט ארויס נעמען אדער זיי העלפן מיט זייער היים ארבעט. אין וואך 2, איז דער טאטע באמת באגרעניצט אין ווי מיינונגספול זיין צייט מיט די קינדער קען זיין אין די 3 שעה וואס זיי האבן נאכוואס A קומט אהיים פון סקול; אפילו אויב ער קומט אהיים פריער ווי 5/5.30, ווען סקול ענדיגט זיך. אויב די קינדער בלייבן מיט זייערע טאטע ביז מאנטיג צופרי, וועט דאן א מער רייכער אפציע פון אקטיוויטעטן ערמעגליכט ווערן.

b) די טאטע האט אן אמת'ער זארג איבער די קוואליטעט פון די קינדער'ס חינוך. עס איז שוין קלאר געווען, ווי פריעדיגע דזשאדזשמענטס טוען דעמאנסטרירן, אז ביידע פון די קינדער'ס סקולס גיבן באדייטונגספולע פריאריטעט צו רעליגעיזע לימודים איבער סעקולערע לימודים. אבער אין די תקופה זינט 2016, האבן ביידע פון די קינדער'ס סקולס געהאט אָפסטעד אינספעקציעס און ביידע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס אומצוגענגליך. ביידע סקולס האבן פיהל מער קינדער אויף זייערע רעגיסטראר פון וויפיל זיי זענען מאושר צו לערנען און ביידע האבן פעלעריגקייטן אין זייערע קוריקולעם און אין זייערע לערנען מעטאדע. די טאטע פארגלייכט די קינדער'ס פארשריט מיט דיע פון זיינע חבירים'ס קינדער אין די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילה און זעהט אז זיי זענען פיהל מער צוריקגעבליבן. ער האט נישט געמאכט אן אפליקאציע פאר די קינדער צו טוישן סקולס אבער ער וויל האבן מער צייט מיט זיי אזוי ער זאל זיי קענען העלפן אין מאכן בעסער פארשריט אין זייערע סעקולערע לימודים.

c) די טאטע האט נישט מצליח געווען צו אנגאזשירן מיט די קינדער'ס סקולס, צו ווערן איינגעלאדנט צו עלטערן-לעהרער געשעהענישן, צו זעהן דוגמאות פו זייערע ארבעט אדער צו אנטוויקלען א ארבעטנדע קשר מיט די לערערס. זיין שטעלונג איז אז די פאליסי פון (סיסטעמאטיש) אויסשליסן די טאטע איז ממשיך אהנע שטער. ער רעכנט אז א משותפדיגע וואוין-מיט פסק וועט העלפן פארשטארקן די וויכטיגקייט פון זיין פאזיציע אלס די קינדער'ס טאטע.

d) די טאטע וויל ווערן מער מעורב אין די קינדער'ס רעליגעיזע לעבנס. כעת, די פסק, וועלכער איז געמאכט געווארן ווען די טאטע האט נאכנישט געהאט זיך צוריקגעקערט צו די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילה, זאגט אז די קינדער וועלן פארברענגען די ערשטע, מער ערנסטע רעליגעיזע טעג פון די אידישע ימים טובים מיט זייערע מאמע און די שפעטערע ווייניגערע וויכטיגע טעג מיט זייערע טאטע. יעצט אז די טאטע האט זיך אומגעקערט צו א מער אבזערווירנדע פארעם פון (רעליגעיזע) לעבן וויל ער אז די קינדער זאלן אצינד פארברענגען מיט אים אויך, אלטערנעיט, וויכטיקע יום טובים.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

ווי איך פארשטיי איז אין לאנדאן דא א אט"ד פרוי וועלכע איז א געלונגענע אדוואקאט און זי פארטרעט בחינם די אלע סארטן קעיסעס און ראם פון א אט"ד ארעגעניזאציע
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

ווי ווייט איך ווייס איז נישטא אזאנס.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

ס'דא אן אט"ד ארעגעניזאציע כ'געדענק נישט יעצט די נאמען, כ'מיין אין עדווזשער וואס פירט אן די קעמפערייען. איר ווייסט וואס כ'מיין?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

עס איז דא אזא ארגענאזאציע. עס הייסט גשר אבער גשר האט נישט געהאט צוטוהן מיט דעי קעיס ביי דיס פוינט.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

9. די מאמע'ס שטעלונג אין אנטווארט איז צו בעטן די קאורט אויסצושליסן די טאטע פון יעדע שבת (נאר אצינד איז זי מסכים נאכצוגעבן צו די איינמאליגע אויסנאם ווי למשל א שבת אינמיטן א לענגערע האלידעי פעריאד (2 וואכן), איר מתחילה'דיגע שטעלונג אין אזא פאל איז געווען דער טאטע זאל ברויכן זיי צוריקברענגען פאר די שבת אינמיטן פון די צוויי וואכענדיגע האלידעי פעריאד) און פון די מערסט וויכטיקע ימים טובים. זי טענהט אז די קינדער האבן נישט ליב צו טוהן סיי וואס אין א וועג וואס איז אנדערש פון לויטער סאטמער, און אז זיי זענען צעמישט און פיינטליך צו די פארלאנג אז זיי ברויכן אזוי טוהן, ווען זיי זענען מיט די טאטע; ספעציעל אויף שבת. זי באשולדיגט אים אין וועלן אז די קינדער זאלן איבערלאזן די סאטמערע קהילה. זי ווארפט אפ די קריטיקירונגען פון די טאטע וועגן די קינדער'ס סקולס, באהויפטענדיג אז די קינדער באקומען א פיינע עדיוקעישן און אז די טאטע האט עס אייגענטליך שווערער געמאכט דורכ'ן נישט געבן רשות פאר אן עדיוקעישאנעל פסיכילאג זאל אפשאצן B און איר פראגרעס אין סקול. זי שלאגט אפ די טאטע'ס באהויפטונג אז ער איז נישט וועלקאם אין די סקול און באשולדיגט אים אין האבן גורם געווען סיי וועלכע שוועריגקייטן ביי זיין אייגענע פיינטשאפט געגן די סקולס ווי דעמאנסטרירט אין זיין עווידענס. די מאמע בעהט מיך צו מאכן א פסק אונטער די s91(14) Children Act , פארבאטענדיג אים פון מאכן ווייטערדיגע אפליקאציעס בשייכות מיט די קינדער פאר לכה"פ דריי יאהר.

10. אין יעדע פונקט, חוץ לגבי דאס שטופן פאר א s91(14), איז די מאמע'ס שטעלונג די זעלבע ווי עס איז געווען אין יעדע סעריע פון משפטים בשייכות מיט די קינדער ביז היינט.


11. די קאורט האט פארארדנט א וועלפעיר רעפארט וועלכער איז מתויק געווארן דורך מיס P אין 11 יולי 2019. מיס P רעקאמענדירט די פאלגנדע:

a) די קינדער זאלן ממשיך זיין צו וואוינען מיט די מאמע
b) די קינדער זאלן אויפהערן צו פארברענגען צייט מיט זייערע טאטע סיידן דורכאויס די ימים טובים און האלידעי פעריאד און זאלן אנשטאט,

I. פארברענגען אלטערנעיט וויקענדס מיט זייערע טאטע "פון זונטאג נאך סקול ביז סקול, אויף מאנטאג; און
II. אין די וואך אינצווישן, זיין מיט די טאטע פון מוצאי שבת ביז מאנטאג צופרי.

12. מיס P האט אין איר רעפארט:

a) געשילדערט ווי A האט גערעדט צו איר וועגן זיינע אחריותער ווען ער ווערט 13, וועגן די וויכטיגקייט פון זיין סקול, זיינע לימודים, די תורה און די שבת. A האט גערעדט וועגן די חילוקים צווישן די קאפל וואס זיין טאטע טראגט און די אמתע אדער כשרע קאפל וואס מען טראגט אין סאטמער. ער האט געשילדערט א זארג איבער די פאקט אז אויף שבת מאכט אים זיין טאטע פיצן די ציין מיט נישט-כשרע ציין פוץ;
b) געשילדערט די ווארעמקייט און ליבע אויסגעטוישט צווישן A און זיין טאטע;
c) גערעדט וועגן A'S נישט וועלן פארברענגען שבת מיט זיין טאטע, אויסקוקענדיג פארכאפט אין קאנפליקט צווישן די "ריכטיגע" סאטמער וועג און די טאטע'ס וועג;
d) האט זיך געוואונדערט אויב די טאטע ערלויבט A צוטריט צו זיין לעפטאפ, נעמענדיג אין באטראכט A'S אפענבארע באקאנטשאפט מיט די מאשין.
e) געשילדערט B'S נאנטע קניפ מיט ביידע עלטערן און איר נאנטקייט צו איר ברודער;
f) אנגעצייכנט אז B האט אויסגעקוקט אויסגעמיטשעט דורכאויס די באזוך;
g) האט געשילדערט די מאמע'ס זארג אז B האט אין א שמועס מיט א שכנ'ס קינד אויסגעזעהן צו וויסן וועגן בעביס און טראָגעניש, א זאך איבער וואס זי וועט גארנישט הערן אינערהאלב די סאטמערע קהילה.
h) האט גערעדט וועגן די טאטע'ס דעסקריפציע פון די סאטמערע לעבן ווי 'לעבן אין א בּובּל' און האט אויסגעדרוקט עטוואס קריטעקירונג אויף אים פאר'ן נישט מסכים זיין פאר B צו געזען ווערן דורך אן עדיוקעישאנעל פסיכילאג ווי רעקאמענדירט ביי איר סקול.
i) קריטיקירט די טאטע פאר'ן וועלן געלאנדט ווערן צו זיין טאכטער'ס עלטערנס' אווענטס ווען נאר פרויען טוהען דאס אין סאטמער.
j) האט אויסגעדרוקט זארג אז די טאטע קען צומאל פארלירן זיין טעמפער מיט די קינדער (באזירט אויף A'S דעסקריפציע איבער'ן ווערן געמאכט צו פוצן זיין ציין);
k) האט מסכם געווען אז די שבת איז לכאורה די מערסט אנגעשטרענגט פאר די קינדער צוליב וואס עס צייכנט אונטער די דיפערענצן צווישן זייערע עלטערנ'ס מאדעלן פון אבזערווירונג.
l) האט קריטיקירט די טאטע פאר'ן נישט גענוג אינאכט נעמען די סאטמערע עקרונות.
m) האט אבזערווירט אז די מאמע האט נישט פארזיכערט און בארוהיגט די קינדער וועגן זייערע באריכטעטע איבערלעבענישן מיט די טאטע אבער האט געטראכט אז דאס איז פארשטענדליך גיבענדיג איר אייגענע רעליגעיזע פאזיציע.
די הירינג

13. די ראיות האט געדויערט דריי טעג, אנגעהויבן פון 22 יולי 2019. די עלטערן זענען ביידע רעפרעזענטירט געווארן ביי קאנסול (לויערס/באריסטערס). איך בין דאנקבאר צו ביידן, וויסענדיג אז QC מרס סטאון האט פארטרעטן די טאטע פריי פון אפצאל דורכאויס.

14. איך האב געלייענט די געריכט טעקע. איך האב געהערט די ראיות בעל פה פון,

a) מיס P,
b) די טאטע;
c) ראביי B, פאר די טאטע, ראביי פון די שוהל וואו דער טאטע און די קינדער גייען
d) פראפעסאר C, פאר די טאטע, אן אקטיווע מיטגליד פון די שוהל און א נאנטע חבר מיט די טאטע
e) מיס D, פאר די טאטע, מאמע פון אינגע קינדער וועלכע זענען פרענדס פון A און B, און וועלכע איז א טיטשער אין אן ארטאדאקס פריימערי סקול;
f) די מאמע, געהאלפן דורך איר געווענליכע דאלמעטשער.

15. ליסטעד צו נעמען 3 טעג, האבן זיך די ראיות נישט געענדיגט ביז שפעט אין די דריטע טאג. מיס סטאון האט געמאכט סיכומים (פיינעל הגשות/סובמישנס) בעל פה אבער מיס ליסטער פאר די מאמע האט געבעטן צו מאכן סיכומים בכתב. איך האב מסכים געווען צו די תנאי אז מיס סטאון, וואס געווענליך וואלט געזאלט זיין די לעצטער צו רעדן זאלן מעגן צושטעלן א קורץ געשריבענע ענטפער. די מאמע'ס סיכומים זענען אריינגעגעבן געווארן שפעט, מיט מיין הסכמה וויבאלד זי איז אדורך אן אבילות נאך די הירינג האט זיך געענדיגט און זי האט געברויכט צייט צו טרויערן. איך האב ענדליך באקומען די לעצטע געשריבענע ענטפער פון מיס סטאון אין 29 אוגוסט 2019. דזשאדזשמענט וועט פארטיילט ווערן מארגן, 12 ספטמבר.

16. איך האב געקריגן עפעס אינפארמאציע, מער לעצטנס, דורך אימעיל, פון די מאמע'ס לויערס, אז די טאטע האט גענומען די קינדער געמישטע שווימען אויף א האלידעי. מיס סטאון האט מיך געבעטן צו איגנארירן די אימעיל היות די פאקטן זענען נישט מוסכם און קענען נישט באשטימט ווערן אין קארעספאנדענס.

די געזעץ
17. איך האב קלארגעמאכט די רעלעוואנטע געזעץ אין יעדע פון די פריעדיגע דזשאדזשמענטס, אנגעהויבן אין 2014 אין [4E]. איך באציה מיך צו די דאזיגע פריעדיגע דזשאדזשמענטס פאר די געזעץ וועלכע איך בין ממשיך צו אפפלייען. בפרט באציה איך מיך צו פאראגראפן 19 און 20 פון מיין דזשאדזשמענט אין 4 נובמבר 2014 אין וועלכע איך האב ציטירט ציטאטן פון די RE G קעיס [2012] EWCA Civ 1233, אין פאראגראפן 16-19, 35-36, 38, 43, 45 און 80. איך ווער ווידער אצינד דערמאנט וועגן די רעלעוואנץ פון דער קעיס אהער, דורך מיס סטאון QC פאר די טאטע.

18. איך האב ווידערמאל געהאט די לענגערע געלעגנהייט צו הערן די ראיות פון די צוויי אינטעליגענטע, הויך ארטיקולירנדע אינגע עלטערן. די טאטע'ס ראיות איז ווי שטענדיג געגיבן געווארן אין ענגליש. די מאמע'ס ראיות איז ווי שטענדיג געגיבן געווארן אין אידיש דורך א דאלמעטשער; דאס איז טראץ די פאקט אז בשעת איר אינטערוויאו מיט די קאַפקאַס אפיציר האט זי נישט געדארפט א דאלמעטשער און זי איז פיין אומשטאנד געווען זיך אויסצודרוקן אין ארויסברענגען אירע מיינונגען אין ענגליש. עס איז א עדות צו איר עלאקוואנץ (און צו די פעאהיקייטן פון איר דאלמעטשער) אז איך האב נאכאמאל געקענט פארמירן א זייער קלארע איינדרוק איבער אירע ראיות, אומגעשטערט ביי די שפראך באגרעניצונגען.

19. די טאטע האט געשילדערט אן איינגעארדנטע, פרייליכע מאדערנע ארטאדאקסישע לעבן אין וועלכער ער האט א ארבעט וואס ער האלט ווערטפול, ער מאכט אויסגעצייכנטע אקעדעמיק פראגרעס און ער איז אצינד איינגעגלידערט אין די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילה אוואו ער גייט אין שוהל טעגליך, צומאל פירענדיג דאס דאווענען. ער האט גערעדט וועגן די שטילע פאמיליע צייטן וואס ער און די קינדער פראברענגען ווען זיי זענען צוזאמען אויף שבת, אדער אינדערהיים אדער באזוכענדיג חבירים מיט אינגע קינדער, אינערהאלב די קהילה. די טאטע האט מיך דערציילט אז ווען ער און פראפעסאר C לערנען די תורה שבת נאכמיטאג, וועט A אצינד קומען און און זיך אראפזעצן מיט זיי און צומאל א טייל נעמען. אין א צאל פעלער האט שוין A אנגענומען די כיבוד פון זינגען א טאן בשעת דאס דאווענען אין די שוהל, פארנט פון אלע מתפללים. די טאטע האט גערעדט דערוועגן מיט שטאלץ און שמחה; איבער זיין זוהנ'ס אנטייל נעמען און ענטוזיאזם. ער האט מיך געויזן בילדער פון די קינדער אויף זייערע חוץ לארצדיגע האלידעי לעצטע יאר מיט משפחה מיטגלידער וואס האבן געטראגן ארדענטליכע (קאנווענשענל) זומער קליידער אבער מיט ביידע זיינע קינדער אנגעטוהן ווי ס'פאסט זיך פאר סאטמער. אלע האבן אויסגעזען זייער פרייליך.

20. די טאטע האט גערעדט פון זיין אנגייענדע פרוסטראציע וועגן די קינדער'ס ארימע עדיוקעישאנעל פראגרעס. ער האט מסביר געווען אז די סקולס האבן איינמאל און נאכאמאל זיך אנטזאגט אים צו שיקן דוגמאות פון די קינדער'ס ארבעט אבער אין די פאר פאפירן וואס ער האט יא פון A'S האנט שרייבן, איז A אין א עלטער פון 9 יאהר, נאך פארנומען טרעיסן (נאכצייכענען) איינצלנע אותיות פון די אלפאבעט, עפעס וואס גאר יונגע קינדער וועלן נארמאל טוהן. ער האט גערעדט פון א לעצטיגערע אינצידנעט, ווען ער איז נישט איינגעלאנדט געווארן צו A'S עלטערן אווענט כאטש A האט אים געזאגט דערוועגן און האט אויסדריקליך געוואלט ער זאל קומען. די סקול'ס ענטפער צו די טאטע'ס אימעיל, פרעגענדיג פארוואס מען האט אים נישט איינגעלאדנט איז געווען אז די טאטע'ס אדרעס "איז נישט געווארן דזשענערעיטעד" אין די סיסטעם. די טאטע זעצט פאר צו פיהלן – מיט די סקולס און ווען ער באזוכט סטעמפארד הילל אין דזשענערל, ווי אין א לעצטיגע פאל ווען ער האט באזוכט א סטעמפאר הילל שוהל – אז ער איז אויסגעמיטן. די טאטע האט מסביר געווען אז ער האט נישט מסכים געווען B זאל זעהן אן עדיוקישאנעל פסיכילאג ביז די סקול העלפט אים פארשטיין בעסער די קלאסן וואס B קריגט און ווייזט אים עקזעמפלס פון אירע ארבעט אזוי ער זאל קענען פארשטיין בעסער די אנגעבליכע פראבלעמען וואס זי האט מיט איר פראגרעס.

21. איך האב דן געווען די טאטע'ס ראיות צו האבן געווען גלייך און פשוט, געמאסטן, מיט ליבע און חיבה צו די קינדער, פאקוסירט אויף די קינדער און ביידע, סיי פרוסטרירט און סיי עמאציאנאל ווען ער האט גערעדט וועגן די פראבלעמען מיט די סקולס. די טאטע האט געזאגט אז ער וועט גארנישט טוהן בכוונה צו באומרוהיגן די קינדער און איך נעם אן זיינע ראיות.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

22. די טאטע'ס עדות זענען, אזוי ווי אים, געווען באיינדרוקנד. ראביי B האט גערעדט נישט ווי אן עקספערט נאר פון זיינע אבזעווירונגען פון די טאטע מיט די קינדער. די זעלבע איז געווען מיט פראפעסאר C און מרס D. אלע האבן געגיבן א קלארע איינדרוק פון אן אבזערווירנדע ארטאדאקסישע יוד, א ליבנדע טאטע און א געשעצטע מיטגליד אין די קהילה. אלע האבן געשילדערט א טאטע וואס איז רעספעקטירנד פון סאטמאר, טראץ זייערע אייגענע ראיות וועגן די אומטאלעראנץ פון דער [סאטמערע] קהילה אין וועלכע סיי וועלכע 'פשרה' (קאמפראמיס) איז שטארק, שטארק רעדוצירט. זיי האבן געשילדערט א טאטע וואס פארברענגט געוואלדיג אסאך צייט זיך שפיהלן מיט די קינדער, לייענען ביכער פאר זיי און זיי ערמוטיגן אין זייערע לימודים.פראפעסאר C האט מיך געזאגט אז די טאטע גיבט אכטונג צו פארזיכערן אז די קינדער טוהען נישט עפעס וואס זייערע מאמע זאגט אָן נישט צוטוהן אפילו אויב זיי בעטן צו זיין ערלויבט דאס צוטוהן. קיינער פון זיי האבן קיינמאל נישט געזען די קינדער מיט עלעקטעראנישע מאשינען. אלע זענען קלאר אז די טאטע איז גאר א רוהיגער מענטש, ער הייבט קיינמאל נישט אויף א קול אויף זיי און די קינדער נעמען פרייליכערהייט אנטייל אין די שבת'דיגע ריטואלן. איך נעם אּן די ראיות אהן אהן קיינע רעזערווירונגען

23. די מאמע'ס ראיות זענען אין קעגנזאץ געווען גאר באזארגנד. אין די צייט וואס זי זאגט מיר אז די קינדער זענען מעריץ זייערע טאטע האט זי אים געשילדערט איינמאל און נאכאמאל אלס א מענטש וואס איז "מחלל דער שבת" מיט דעם וואס ער האלט נישט א סאטמאר שבת. זי האט מיך געזאגט אז די טאטע'ס עדות בארוהיגן איר גארנישט ווייל "זיי ווייסן נישט וואס איז דאס סאטמאר". די טאטע "טוט זאכן אנטקעגן סאטמאר וואס מאכן די קינדער אפּסעט". זי האט געזאגט, "איך פאראורטייל מאדערנע ארטאדאקסישע אידן אויב זיי טוען זאכן אנטקעגן סאטמאר". "די קינדער לעבן די סאטמערע לעבנסשטייגער. דער טאטע דארף, פאר די געפיהלן פון די קינדער, פרובירן שטארקער". "ער זאגט ער איז א געהעריגע איד. איך פרוביר אים צו גלייבן און איך פרוביר אויך צו ווייזן די קינדער אבער ווען ער טוהט זאכן אנטקעגן די שבת וואס זענען נישט ערלויבט. ווי אזוי קען איך גלייבן אז ער איז א איד אויב ער טוהט זאכן קעגן דער שבת?". "ווען ס'קומט צו חילול שבת, קען איך נישט זאגן די קינדער אז דער וועג איז אמת. די קינדער קענען זעהן אז ס'איז נישט". וועגן A'S עלטערן'ס אווענט, וועלכער זי קען בלויז מיטהאלטן אויף די טעלעפאן, זאגט זי אז זי האט קיינמאל נישט דערציילט די טאטע וועגן א עלטערנ'ס אווענט. "עס איז די טאטע'ס אחריות צו אימעילן און פרעגן". בנוגע וואס A לערנט, האט זי געענטפערט "איך ווייס באמת נישט וואס א קינד זיין עלטער ברויך צו לייענען... "איך ווייס נישט וואס ער לערנט אין געאגראפיע; עפעס וועגן מענטשן וואס עסן מיט טשאָפסטיקס." די מאמע האט פארטגעשריטן א מגילה פון קריטיק אנטקעגן די טאטע כולל די נישט ריכטיגע קאפל, די נישט כשרע ציין פוץ, געלאזט די קינדער שווימען געמישט אין די האלידעי, געבאדן די קינדער צוזאמען, געשפיהלט נישט אידישע מוזיק אין די קאַר, נישט געוויזן די קינדער אז ער האט גענוצט א מותר'דיגע לייט סוויטש אין שבת און געגיבן טשאקלאד יוגארט וואס איז נישט כשר. יעדע באשילדיגונג האט ביי די מאמע, ווי עס קוקט אויס, געטראגן אייניגע געוויכט.

24. נאך א באזארגנדע אספעקט פון אירע ראיות איז געווען איר פארזוך צו איבערצייגן די קאורטס אז A קען שפעטער אויסוועהלן צו גיין אין יוניווערסיטי און B קען אויסוועהלן צו גיין צו א סעמינאר און נעמען אזלעכע נושאים ווי A לעוועלס אין ביאלאגיע. צו מיין פראגע צו זי ווי אזוי דאס קען זיין זינט B טאר נישט לערנען סיי וואס וועגן די סאקסואלע רעפראדאקטיוו סיסטעם, האב איך קיין קלארע ענטפער נישט געקריגן. באזירט אויף די ראיות פון די עלטערן, פון די טאטע'ס עדות כולל מרס D, א לערערין, און באזירט אויף די ראיות איבער די קינדער'ס סקולס און זייערע עדיוקעישאנעל פראגרעס, זענען די מאמע'ס באהויפטונגען פשוט אונהאלטבאַר. קיינער פון די מאמע'ס זייט אדער פון די טאטע'ס זייט, - און זיי ביידע קומען פון עקסטרים גרויסע פאמיליעס - האבן ממשיך געווען צו ווייטערע (העכערע) עדיוקעישן אדער ערהאלטן סיי וועלכע פראפעסיאנעלע קוואליפיקאציע. איך נעם אָן די ראיות פון מרס D אז אפילו אויב א סעמינאר גיבט מיידלעך די אפציע צו נעמען א קורס ווי למשל בוק-קיפינג, וועט צום סוף געווענליך עפעס אויפקומען זיי אפצוהאלטן פון קוואליפיצירן, ווי למשל אז די קלאס איז געמישט אדער אז די טיטשער איז א מאַן. די פאקט אז די מאמע קוקט אויס צו נישט צוהאבן קיין שום דאגה בכלל איבער די OFSTED באריכטן אויף די סקולס, אין וועלכע ביידע פון די קינדער לערנען איז אליינס א זארג צו די קאורט, ספעציעל ווען איך דערמאן זיך אין די ווערטער פון מונבּי LJ אין פאראגראף 80 אין די קעיס פון RE G: אז "גלייכבארעכטיגונג פון מעגליכקייטן איז א פונדעמענטאלער ווערדע פון אונזער געזעלשאפט; אז מיר פלעגן, ערמיטיגן און ערלייכטערן שאיפות; און אז אונזערע ציהל איז צו אויפציען קינדער צו בוגרות אין אזא וועג אז זיי זענען די בעסטע אויסשטאפירט צו מחליט זיין וואספארא סארט לעבן זיי ווילן פירן און צו מממש זיין ווי ווייט מעגליך, זייערע שאיפות."

25. איך בין דורכאויס מיין דזשאדזשמענט געווען קריסטאל קלאר אז:

a) ביידע עלטערן זענען אייניק וויכטיק צו זייערע קינדער
b) אז די קינדער זאלן מער און מער זיין א חלק פון זייערע מאמע'ס און טאטע'ס לעבנס, הגם די טאטע האט געדארפט זיין געדולדיג אין זיי פארשטעלן צו די נישט-סאטמערע וועלט; און
c) אז כדי צו העלפן די קינדער מאנעווירן די שווערע מהלך צווישן זייערע עלטערנ'ס גאר אנדערע לעבנס, בכדי אנצוהאלטן א פולע, געזונטע קשר מיט ביידע עלטערן, דארפן ביידע עלטערן קאמפראמיזירן לעומת זייערע אייגענע ערוואקסענע שיטות. עס טוט מיר וויי צו זאגן אז אין די צייט וואס וואס די טאטע האט מערסטנסווייז דערגרייכט דער קאמפראמיס האט אבער די מאמע נישט.

26. ס'איז אוודאי שווער פאר די קינדער צו רוקן זיך צווישן די צוויי וועלטן. דאס איז פשוט געווען פון די מאמענט וואס די עלטערן האבן זיך צעשיידט. עס איז די פונדאמענטאלע נושא אין יעדע סעריע פון געריכטן ביז היינט. נאכאלס אבער איז עס נישט א סיבה פאר די קינדער צו אויסגעשלאסן ווערן פון איידער וועלט. כדי זיי זאלן בלייבן געזונטע קינדער, מוזן זיי זיין אונטערגעשטיצט צו ווערן א חלק פון ביידע. אנשטאט דעם, בשעת די טאטע האט זיך גערוקט פיהל נענטער צו א לעבן אי ןוועלכע די קינדער קענען, און זעהען אויס צו זיין, באקוועם און צופרידן, איז די מאמע געבליבן אומבויגוועדיג אין אירע פאראורטיילונגען פון סיי נאר וואס – סיי נאר וואס – אינדרויסן פון סאטמאר. די טאטע האט געמאכט צוויי פארשטענדליכע און ענגע אפליקאציעס. די מאמע האט אלס אנטווארט פרובירט צו ווידער באזוכן די נושאים וואס איך האב שוין באהאנדלט אין פריעדיגע דזשאדזשמענטס, זוכענדיג, למעשה צו אויסשליסן די טאטע פון די רעליגעיזע לעבנס פון זיינע קינדער.

די קאפקאס אפיציר

27. מיס P איז נישט געווען אינוואלוד אין די קעיס בעפאר. זי האט זיך געטראפן מיט א שווערע אויפגאבע אין באגרייפן די קאמפליצירטע היסטאריע פון די קעיס און די נושאים אינוואלווד. די מאמע'ס שטעלונג איז אז זי האט מצליח געווען אין דער מלאכה. די טאטע קריטיקירט די קאַפקאס באריכט און ראיות צוליב א נומער סיבות.


a) מיס P האט געמיינט אז ס'איז דא אן עקזיסטירנדע, נישט-אויסלויפנדע, נאָן-מאלעסטעישן ארדער (א פסק נישט צו קומען נאנט צו די מאמע'ס וואוינונג אדער סקולס ביז עטליכע הונדערט מעטער) אנטקעגן די טאטע בשעת ס'איז נישט אזוי. א קורץ טערמיניגע ארדער איז געווארן אויפגעלעזט 5 יאהר צוריק. דאס איז ספעציעל רעלעוואנט נעמענדיג אין באטראכט אז די קאַפקאס אפיציר האט זיך געוואונדערט אויב די טאטע האט פארלוירן די טעמפער מיט די קינדער;
b) זי האט געטראכט אז די טאטע איז א פרייע איד ווען ער האט איר געזאגט אז ער איז א מאדערנע ארטאדאקסישע איד. זי האט געמיינט אז ער איז נישט דוקא שתומ"צ אלעמאל. ביי די ראיות האט זי דאס אנגענומען און איבערגעבעטן/צוריקגעצויגן;
c) זי האט אויסגעקוקט צו פארזעצן אויף די באזיץ אז די טאטע איז נאכאלס ערווארטעט נאכצומאכן/רעפליצירן 'סאטמאר' ווען די קינדער זענען מיט אים;
d) זי האט נישט אינאכט גענומען אז די טאטע איז נישט געווארן איינגעלאנדט צו די עלטערנ'ס אווענט ווען זי האט מגדיר געווען די טאטע האבענדיג קריטיקירט די סקולס שלא כראוי;
e) די באריכט האט נישט געזאגט, כאטש מיס P האט דאס באשטעטיגט אין די ראיות, אז A האט, אין פיהלע געלעגנהייטן, אנגענומען די טאטע'ס ארעמעס ארום זיך, איינלייטעניג אהבה.

28. מיס P האט מסכים געוען אין אירע ראיות אז A גיבט א קלארע מעסידזש אז וואס ער טוהט ביי די מאמע'ס הויז איז ריכטיג און וואס ער טוהט ביי די טאטע'ס הויז איז נישט אויסגעהאלטן. זי האט נישט גערעדט מיט A איבער די פאַל וואס ער האט אויסגעקליבן צו זינגען פארנט פאר די גאנצע שוהל ווען ער איז געווען ביי די טאטע. זי האט מסכים געווען, אין קרייץ-פארהער, אז זי קען נישט זאגן אויב אפשר A איז אייגענטליך מער באקוועם ביי די טאטע אינדערהיים ווי ער מעג ארויסזאגן. זי האט אבער באשטעטיגט אז די קינדער האבן שוין אינערליך מחליט געווען אז די טאטע'ס וועג פון פראקטיצירן די רעליגיע איז פאלש. זי האט געזאגט אז די קינדער האבן געזאגט אז זיי ווילן מער צייט מיט די טאטע, נאָר נישט אויף שבת. זי האט מסכים געווען אז די מאמע'ס איינגעבּעטע דעות וועלן עס מאכן שווערער פאר די קינדער זיך צו מסדר זיין מיט די טאטע. זי האט מסכים געווען אז די מאמע דארף אויכעט מאכן ענדערונגען כדי צו אונטערשטיצן די קינדער. מער גענוי, האט זי מסכים געווען אז איר רעקאמענדאציע אז די קינדער זאלן פארברענגען מיט די טאטע פון נאך שבת ביז מאנטאג צופרי יעדע צווייטע וואך איז נישט רעאליסטיש אין די זומער ווען די שבתים ענדיגן זיך שפעט. צום לעצט, האט זי מודה געווען אז אויב די קינדער וועלן אויפהערן קומען צו זייערע טאטע אויף שבת וועלן זיי פארפעסטיגט ווערן אין זייערע מיינונג אז די טאטע איז נישט א געהעריגע איד, אז ס'איז נישט וויכטיג פאר זיי צו פארברענגען הייליגע טעג מיט אים.

29. לדעתי, איז מיס P געווען מער רעפלעקטירנד צו די אמת'ע שוועריגקייטן אין דיזע קעיס בשעת אירע ראיות בעל פה ווי אין איר געשריבענע באריכט. די פונדאמענטאלע פראגע בלייבט ווי אזוי די בעסטע צו העלפן די קינדער זיך רוקן צווישן די צוויי, גאר אנדערע וועלטן. אין אירע באריכט, האט מיס P מסכם געווען אז די ענטפער איז, פאר די קינדער צו ווערן ערלויבט מער איינגעבּעט צו ווערן אין די מאמע'ס וועלט, ענדישער ווי ווינציגער. זי האט נישט בעטראכט די שאדן וואס דאס וועט גורם זיין צו די קינדער'ס קשר מיט זייערע טאטע אין די קורצע, מיטעלע און לאנגע טערמין. אין אירע ראיות בע"פ אבער, האט זי יא אנערקענט די שאדן און זי האט געלייגט א שטארקערע דגוש אויף די געברויך פאר די מאמע אונטערצושטיצן די קינדער צו זיין באקוועם מיט זייערע טאטע.

די וועלפעיר טשקעליסט

30. אין אזא קאמפליצירטע קעיס איז נויטיק צו קוקן אויף אלע ראיות כדי צו פעסטשטעלן די קינדער'ס וואונטשן און געפיהלן און צו אפשאצן די סיבות פאַר זיי. לגבי די קינדער'ס וואונטשן און געפיהלן קומען די אונאפהענגיקע ראיות פון די קאַפקאס אפיציר און פון די טאטע'ס עדות. איך פארשטיי פון די ראיות אז די קינדער האבן ליב ביידע עלטערן, אז זיי זענען באוואוסטזיניג צו די אינטערשידן צווישן די צוויי וועלטן אין וועלכע זיי לעבן און זענען גאר באוואוסטזיניג צו זייערע מאמע'ס געפיהלן וועגן די טאטע'ס וועלט. איך נעם אן פון די ראיות אז A געפינט אמאל שווער א טויש. א חלק מסתמא ווייל ער פיהלט, פארשטענדליכערהייט, אז ס'וועט זיין ווייניגער קאנפליקט, אז דאס לעבן וועט זיין פשוטער אויב ער פארברענגט נישט שבת מיט די טאטע; עס וועט "אויסמיידן די פראבלעם". לאור אלע ראיות פון די טאטע'ס עדות אז A איז זייער צופרידן צו פארברענגען שבת מיט די טאטע, האלט איך אז A האט געזאגט וואס ער האט געזאגט צו מיס P, נישט ווייל ער גלייכט נישט די שבת מיט זיין טאטע נאר ווייל ער ווייסט גאנץ גוט וואס עס זענען די מיינונגען פון זיין מאמע און מצד שני פון זיין קהילה און דערפאר מעג ער נישט זאגן אז ער איז צופרידן צו פארברענגען שבת מיט זיין טאטע. די אומ-נאכגעביגקייט וואס די מאמע האט ארויסגעוויזן אין אירע ראיות ווייזט וואס איר ווארשיינליכע רעאקציע איז ווען פארציילט איבער סיי וועלכע נישט-סאטמערע ערפארונגען. B וואס איז אזויפיהל אינגער, פאלגט נאך איר ברודער אין דער געביט. וואס די דאזיגע קינדער ווילן איז זיין אומשטאנד זיך צו רוקן צווישן די צוויי וועלטן, זיכער אין די וויסן אז יעדע פון די עלטערן ווילן – און וועלן – זיי ארויסהעלפן צו זיין צופרידן און רוהיג אונטער די אויפזיכט פון די אנדערער.

31. דאס איז אויך וואס זיי דארפן. זיי קענען נישט טראגן אויף זיך די עול, אויף זייערע אינגע איקסלען, פון שפורן שולדיג און צעריסן יעדע מאל זיי לעבן א נישט-סאטמערע עקספיריענס.

32. ביידע עלטערן לעבן אצינד א איינגעארדנטע רעליגעיזע לעבן. אויב די מאמע וועט אנהויבן צו מחזק זיין די קינדער אזוי ווי איך האב אויסגעמאלן דאמאלטס וועט די דאזיגע טויש באפרייען די קינדער צו קענען ערפארן ביידע וועלטן פולערהייט, אהן די עול דעמאנסטרירט אין די קינדער'ס אינטערוויאו מיט מיס P. אויב די קינדער וועלן צוריקגעצויגן ווערן פון מעגן זיין באטייליגט אין די רעליגעיזע לעבן פון די טאטע דאמאלטס -- ווי איך האב געזאגט אין פריעדיגע דזשאדזשמענטס און ווי מיס P האט אליינס מודה געווען אין אירע ראיות בע"פ – וועלן די קינדער'ס זארג אז די טאטע איז נישט א געהעריגע איד ווערן באשטעטיגט. ער וועט ווערן באדייטענטליך, מער און מער אומוויכטיק צו זיי.

33. דאס זענען קינדער וועמענס עלטערן טועהן יעצט טרעטן אנדערע וועגן אין לעבן. כדי צו וואקסן פולשטענדיגע און עמאציאנעלע-געזונטע קינדער מוזן זיי אומשטאנד מיט צוגיין צוזאמען מיט זייערע עלטערן אויף ביידע דרכים. אויב זיי טועהן נישט אזוי וועלן זיי ליידן עמאציאנעלע שאדן ווען זיי מיטשענען זיך מיט נושאים אין וועלכע ביידע פון זייערע עלטערן ברויכן זיי ארויסהעלפן.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

34. די טאטע האט דורכאויס די 5 יאהר פון נאכאנאנדע משפטים דעמאנסטרירט א הויעכע מדריגה פון געדולד אין אינטרעדוסן די קינדער צו די נישט-סאטמערע וועלט זייער, זייער צושטאטעלעך. אין די אלע יארן האט ער אונטערגעשטיצט די קינדער און איז געוועזן צוגעלאזן און סענסעטיוו מיט זיי. אויב וואלט ער נישט געווען, וואלטן זיי נישט געקענט האבן אנטוויקלט די ליבליכע און געטרויבארע קשר וואס זיי האבן מיט אים יעצט. עס איז אומפארמיידליך געווען אז פארשידנהייטן זאלן נישט ענטשטיין – ווי למשל די ציין-פוץ אישו – אבער זיי דארפן געזען ווערן אין קאנטעקסט. עס איז אין מיין מיינונג באמערקנסווערד אז גיבענדיג די כמות פון זמן וואס די קינדער האבן פארברענגט מיט זייערע טאטע דורכאויס פילע יארן ביז יעצט, זענען פונדעסטוועגן דאך אזוי ווייניג באזארגנדע אישוס אויפגעברענגט געווארן. איך אקצעפטיר נישט אז די טאטע האט געלאזט זיינע קינדער צוטריט צו עלעקטעראניק אפאראטן, בלויז ווייל A האט אויסגעזען צו וויסן וואס א לעפאטפ איז. איך נעם נישט אן אז די טאטע האט געלאזט B טראגן א קלייד וואס איז צו קליין. איך בין מקבל אז ער באדט נישט מער די קינדער אינאיינעם. איך גלייב נישט אז ער גיבט זיינע קינדער נישט כשר'ע עסן. די מאמע מוז אויפהערן זאגן פאר די קינדער זיי זאלן טשעקן און זי מוז זיי אנזאגן צו געטרויען די טאטע. עס איז דערצערענדיג און אומיושר אז ער ברויך זיי ווייזן לעיבּלען ווען זיי עסן און טרינקען אין זיין הויז.

35. די מאמע האט באוויזן אין אירע עווידענס אז אויב עפעס איז זי אצינד מער צוריקווייזנד ווי פריער, צו סיי וואס איז "נישט-סאטמער" אדער "אנטקעגן-סאטמער". אין פאראגראף 55 פון מיין לעצטע דזשאדזשמענט האב איך געזאגט אז:

36. "55. די מאמע מוז פארשטיין אז די דאזיגע קינדער וועלן אייביג לעבן א לעבן וואס איז אנדערש פון דיע פון זייערע חבירים, אפגעזען ווי אפגעהיטן די טאטע איז צו מינימיזירן די פארשידענהייטן אין די יעצטיגע פאזע. איר ארבעט איז צו זיי שטיצן, אין פארשטיינגעבן די פארשידענהייטן איידער ווי צו פיהלן באדראהעט פון זיי. זי מוז פארשטיין אז אויסשניידן די טאטע איז נישט אן אפציע וואס די קאורט וועט אקאמאדירן. זי מוז ווייטער פארשטיין אז עס איז אין די קינדער'ס בעסטע טובה אז זיי זאלן וואקסן מיט א באוואוסטזיניגקייט איבער די לעבנס פון ביידע פון זייערע עלטערן."

37. איך אקצעפטיר און בין ממשיך צו גיבן די מאמע באדייטנדע קרעדיט איבער די פאקט אז זי האט נישט אינציאטירט די דאזיגע פראצעסן און אז זי האט כאטש פריי-געלאזט די קינדער צו פארברענגען צייט מיט זייערע טאטע. זי קען און האט מודה געווען אז זיי זענען אים מעריץ און זי זאגט מיך אז זי איז מסכים זיי זאלן אים ווייטער זעהן. זי טוט אבער נישט אקצעפטירן אדער לכאורה פארשטיין אז דורכן פעהלן צו תומך זיין די קינדער פולערהייט דורכדעם וואס זי ערלויבט זיי צו טראכטן אז ער איז נישט קיין געהעריגע איד, און אז ער לעבט זיין לעבן די פאלשע וועג, מאכט זי עס דאדורך פוהל שווערער פאר די קינדער הנאה צוהאבן קאנטאקט מיט די טאטע, די קאנטאקט וואס זי טוט ערמעגליכן. מיט דעם וואס זי האט גענומען, מיט קענבארע ענטוזיאזם און מסירות, די דאזיגע הזדמנות, פונדאסניי אויפצוברענגען אלע טענות וואס זי האט שוין אין פריעדיגע מאלן אויפגעברענגט, האט זי אויפגעדעקט אירע אמתע געפיהלן איבער די קינדער'ס קשר מיט זייערע טאטע.. די קינדער זענען בעל כרחם באוואוסטזיניג איבער דיע געפיהלן.

38. איך נעם נישט אין באטראכט די לעצטיגע אימעילס בנוגע די געמישטע שווימען. די עלטערן ברויכן ביידע אקצעפטירן אחריות צו שכלדיג קאמיוניקירן צווישן זיך. די מאמע מוז אויפהערן אויפברענגען יעדעס אפנויגונג פון סאטמער דורך די טאטע און זי מוז פארזיכערן די קינדער אז זיי קענען אים געטרויען. אויב די מאמע זאגט פאר די טאטע אז עפעס האט גאר שטארק מעצבן געווען די קינדער דאן ברויך ער אפן זיין צו די פאקט אז דאס קען זיין אמת און ער ברויך פרובירן אין א העפליכע וועג איר צו פארזיכערן דערוועגן. ער זאגט אז ער טוט אזוי און איך נעם אן זיין עווידענס.

החלטה

39. איך באשלוס אז די קינדער זאלן וואוינען מיט ביידע עלטערן.

40. דיע פארלאנג איז אויפגעברענגט געווארן אין 11 דעצעמבער 2018 אויף בלאט 1 פון די טאטע'ס אפליקאציע; עס איז אייביג געווען די טאטע'ס אפליקאציע. איך טוה צוריקווייזן די הנחה אז עס איז ערצויגן געווארן בלויז אין די ענדשלאסענע סובמישענס.


41. די באווייזן דעמאנסטרירן אז די מאמע, די קהילה און די קינדער'ס סקולס טיילן די בליק אז די טאטע איז נישט א געהעריגע איד און אז ער זאל אויסגעשלאסן זיין ווי ווייט מעגליך פון די קינדער'ס רעליגעיזע לעבן און חינוך. א פסק אז די קינדער זאלן וואוינען מיט ביידע עלטערן איז יעצט א הכרח, כדי קלארצומאכן פאר יעדן אז די עלטערן זענען אייניג וויכטיק צו זייערע קינדער. ביידע דארפן האבן די זעלבע מאס דעה אין אלע וויכטיגע אספעקטן פון די קינדער'ס לעבנס. די מיינונגען און וואונטשן פון איינעם איז פונקט אזוי וויכטיג ווי דעם אנדערעמ'ס. עס טאר נישט בלייבן אין קראפט א פסק וואס קען נאך פארטייטש ווערן ווי כאילו זי איז מרמז אז די מאמע איז וויכטיגער ווי די טאטע אין די קינדער'ס לעבנס.

42. איך האב געהערט א בארג מיט באווייזן וואס די קאפקאז אפיציר האט נישט געהערט און וואס זי אקצעפטירט אז זי האט נישט געוואוסט וועגן. די באווייזן האבן נאר באשטעטיגט צו די קאורט אז גארנישט האט זיך געטוישט אין דער אספעקט זינט די ערשטע משפט אין 2014. עס איז צייט פאר די קאורט צו מאכן דער טויש כדי צו דירעקט אדרעסירן דער זארג. סיי ווי סיי, בשעת וואס ביי די לכתחילה'דיגע "בשותפותדיגע-לעבנס" פסק, איז קאנטאקט געווען אין א פאזע וואס זי האט געדארפט אט זיך רוקן צו איבערנאכט קאנטאקט, טוהען די קינדער אבער יעצט פארברענגען קביעות'דיגע לאנגע איבערנאכטיגע פעריאדן און האלידעיס מיט די טאטע. דאס טוט אויך קלאר אנדייטן אז ס'איז צייט צו מאכן א "בשותפותדיגע-לעבנס" פסק.

43. איך באשליס אז די קינדער זאלן ממשיך זיין צו זיין מיט די טאטע דורכאויס יעדע צווייטע שבת.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

43. איך באשליס אז די קינדער זאלן ממשיך זיין צו זיין מיט די טאטע דורכאויס יעדע צווייטע שבת.

44. די שבת טראגט א וויכטיקע באדייט צו ביידע עלטערן. עס טראגט א וויכטיקע באדייט צו די קינדער. אויב די טאטע איז אויסגעשלאסן פון דיע טעג דעמאלס וועט זיין חשיבות, זיין וויכטיקייט ווערן ראדיקאל פארמינערט אין די קינדער'ס אויגן און די קינדער וועלן נישט זיין אומשטאנד צו מיט-טרעטן אין דעם טאטע'ס וועג פון לעבן, זייט ביי זייט. מיט די צייט וועט דאס ווארשיינליך גורם זיין שטייגנדע שאדן אין די קינדער'ס קשר מיט די טאטע היות די סאטמערע התחייבותן איבער זיי וועלן נאר מער ווערן אין די קומענדיגע יארן. איך האב דאס שוין אייגענטליך באשטימט אין פריעדיגע דזשאדזשמענטס און גארנישט האט זיך געטוישט וואס זאל מיך מאכן צווייפלען אז אפשר זאל איך ענדערן מיין פריעדיגע בעשלוס.

45. איך וועל איבערחזרן נאכאמאל: איך האב געהערט א געוואלד מיט באווייז וואס די קאפקאז אפיציר האט נישט געהערט. עד כדי כך, אז ס'איז אומקלאר געווען נאך איר עדות בע"פ, אויב זי איז נאָך געבליבן ביי איר ארגינעלע בליק וועגן דער נושא פון וועלכער איך נויג אפ פון אירע רעקאמענדאציע. די הויפט סיבה פארוואס איך נויג אפ איז ווייל זי האט נישט אפגעוואויגן -- אנטקעגן די עלעמענט פון ערלייכטערונג צו די קינדער דורכ'ן זיי פשוט אוועקנעמען פון די טאטע'ס רעליגעיזע לעבן -- די געוואלדיגע שאדן וואס דאס וועט גורם זיין צו זייערע קשר מיט אים. זי האט אויך נישט גענומען אין באטראכט אז איך האב שוין באשלאסן אויף דער ענין עטליכע יאר צוריק, נייערט מיינע סיבות צו דעם באשלוס. ווי אויך איז זי נישט באוואוסטזיניג געווען צו די באווייזן וועגן וויאזוי A, וועמענ'ס אנגעבליכע בליק עס האט איר אזוי באיינפלוסט, האט איינפאך הנאה און טוט מיט פארגעניגן, בפועל, אריינטונקען זיך אין א שבת מיט זיין טאטע.

46. איך בין מסכם אז די קינדער זאלן אצינד פארברענגען אלטערנאטיווע, הויפט ימים טובים מיט זייערע טאטע.

47. ער איז נישט געווען אבער ער איז יעצט יא פולשטענדיג אבזערווירנד און די קינדער דארפן קענען מיטלעבן די הויפט ימים טובים מיט ביידע פון זייערע עלטערן.

48. איך באשטים אז די קינדער זאלן פארברענגען זונטאג נעכט מיט זייערע טאטע. אפילו אזוי, וועלן זיי נאכאלס, ארויס פון יעדע 14 טעג, פארברענגען 10 נעכט מיט זייערע מאמע און נאר 4 נעכט מיט זייערע טאטע. זיי וועלן אבער פונדעסטוועגן דאך האבן מער געלעגנהייטן צו אנטוויקלען זייערע קשר מיט אים אין דער וועג.

49. די מאמע'ס הצעות (בנוגע קאנטאקט), פארגעשלאגן אין די קאלירטע דיאגראמען וואס די טאטע האט מיטגעלייגט און געוויזן אין זיינע באווייזן, זענען, איך באשטים, נישט אין די קינדער'ס בעסטע אינטערעסן. אויב זאל מען לויט זיי זיך פירן, וועט אויסקומען אז: אויף פרייטאגס וועט די טאטע זיי האבן אביסל לענגער אין די זומער אבער גאר ווייניג אין די ווינטער, היות די מאמע וויל זיי צוריק האבן 2 שעה בעפאר די שבת הויבט זיך אן. אויף זונטאג וועלן די קינדער גיין צו די טאטע נאר נאך סקול – 3.30 די פריעסטע – און זיי וועלן צוריקגיין צו סקול מאנטאג צופרי. דאס וואלט געווען ביידע, א צעשטיקלט ערפארונג און גאר באגרעניצט אין די סארט אקטיוויטעטן וואס די טאטע און די קינדער קענען צוזאמען טוהן. בשעת וואס מיטוואך איבערנאכט וואלט געווען זייער נארמאל און שכלדיג, ארבעט אבער די טאטע אצינד אויף זיין דעגרי אין די אווענטס און איז נישט פריי דעמאלס. אוודאי, אויב נויטיג קען ער אדער אויפגעבן זיין דעגרי אדער, אויב מעגליך, עס פארלענגערן צו פּאַרט-טיים אבער איך מיין אז ער דארף דאס נישט טוהן ווייל ער קען האבן די קינדער מיט אים אויף זונטאג נעכט.

50. איך ענדיג צו אז אויב איינע פון די קינדער קען נישט אמאל גיין צו די טאטע צוליב'ן זיך נישט גוט פיהל למשל, זאל דאס אנדער קינד נאכאלס זיין מיט די טאטע אליינס. ספעציעל זאג איך, ווייל עס איז נישט פארהאן קיין שום סיבה פארוואס B זאל נישט מעגן זיין מיט די טאטע אהן איר ברודער.


51. איך ווייז צוריק די אפליקאציע פאר אַן ארדער געגן די טאטע אונטער s 91 (14). ער קריגט זיך נישט סתם אזוי, אומנייטיק. ער האט נישט געמאכט אן אפילקאציע, אויסער וועגן די זומער האלידעיס מיט וואס ער איז געווען סוקסעספול, זינט 2016. זיין אפליקאציע איז געווען באגרעניצט אין תחום. עס איז אייגענטליך די מאמע וואס האט גענומען די געלעגנהייט נאכאמאל צו איבערקוקן און אויפברענגען די אלטע, פונדאמענטאלע אישוס וואס איך האב אצינד געדארפט פונדאסניי אדרעסירן אין דיע דזשאדזשמענט. בפרט, אין ליכט פון מיינע זארגן נאך די מאמע'ס עדות און אין ליכט פון מיינע אנגייענדע זארגן איבער דאס אויסשליסונג פון די טאטע פון די קינדער'ס חינוך און זייערע סטעמפארד הילל'ע לעבן, וואלט עס געווען קעגן די בעסטע אינטערעסן פון די קינדער צו באגרעניצן די טאטע'ס מעגליכקייטן, זיך צו קענען ווענדן צו די קאורט פאר זייערע הילף, אויב נויטיק.
ענדגילטיגע נאטיץ
52. די מאמע מוז ענדערן איר פאזיציע. זי מוז מוטיגן די קינדער אין זייערע השתתפות אין די טאטע'ס לעבן אצינד. זי איז א קלוגע פרוי, זייער גוט אהערגעשטעלט און אין באזיץ פון אלע מיינע דזשאדזשמענטס, איבערגעטייטשט צו אידיש. זי ווייסט גאר גוט וואס איך פארלאנג פון איר און וואס די קינדער ווילן פון איר. זי האט געזאגט אז די טאטע "מוז טרייען שטערקער". ניין, ניין! עס איז זי, נישט די טאטע, וואס מוז טרייען א געוואלד מער, שטאַרקער. אויב טוהט זי דאס נישט וועט זי גורם זיין פאר די קינדער עמאציענעלע שאדן און ווארשיינליך וועט די קעיס ליידער ווידער אומקערן זיך צו די קאורט.

53. איך וועל נישט אראפשלונגען דאס אויסשליסונג פון די דאזיגע פאטער פון א פולע ראלע אין די סעקולערע און רעליגעיזע לעבנס פון די דאזיגע קינדער. די קינדער מוזן לעבן אין א היים וואו זיי זענען ארויסגעהאלפן און אונטערגעשטיצט צו אנטוויקלען א פולע קשר מיט ביידע פון זייערע עלטערן, א היים וואו ביידע עלטערן זענען פולערהייט געשעצט. נישט געשעצט נאר ע"פ תנאי; נישט געשעצט נאָר אין א סעקולערע אופן, נאר פולשטענדיג געשעצט.

איר פערזענליכקייט, יהודית ראו QC
11.09.19
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

זייער אינטערסאנט.

אויב פלאנסטו צו לייגן נאך קעיסעס אינעם עתיד, מיין איך עס וואלט געווען גרינגער פאר דיר און פארן עולם ווען דו שרייבסט בקיצור די דין ודברים. איבערטייטשן די גאנצע אריכות פעלט נאר אויס אין א לעגאלע דאקומענט. ווער עס וויל דווקא יא די פרטים, קען עס זען אין די לינק וואס דו לייגסט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

עס קומט אי"ה נאך. איך גלייך דוקא יא מיט די פרטים ווייל קודם ווי מ'זאגט, ליגט די שטן אין די דיטעיל. אויך, די לינקס זענען אין ענגליש. און אמאל זענען די קלייניטשקע אנעקדאטן און דערמאנונגען אזוי אינטרעסאנט איז די אבריגע אריכות הדברים האט זיך געלוינט נאר פאר זיי. ווי למשל ווען די דזשאדזש זאגט: "נישט ער דארף טרייען זי דארף טרייען שטערקער!" פארואס? ווייל אונז אין ביסמעדרעש רעדט מען איין אז אפילו ווען ס'קומט אן אין קאורט זענען די גוים בדרך כלל אויף אונזער זייט און נישט אויף דער דרויסענדיגער'ס זייט. עס איז אבער אזוי ווייט פון די אמת אז ס'קען זיך גארנישט גלייבן. און אזא סטעיטמענט, כאטש זי ווייזט עס עס נישט אזוי שטארק אין געזעצליכן סענס ווייזט עס אבער אויף די סענטימענט פון די קאורט - די מענטשליכע געפיהלן פון די דזשאדזש וכדומה. (עוד יותר מזה, די דזשאדזש האט גערעכנט אז די דזשאדזשמענטס זענען איבערגעטייטש אין אידיש, איר איז נישט איינגעפאלן אז די מאמע האט מען מסתמא קיינמאל נישט געגיבן צו לייענען די דזשאדזשמענטס און אנדערע זענען מחליט פאר זי. סאוי, וועט זיך די דזשאדזש, אויב זי לייענט דא :lol: , זייער פרייען צוהערן אז ענדליך טוט עס איינער.)
נארוואס דען, וויפיל זיי זאלן נישט וועלן גיבן דעם רעבעל די רעכט דארפן זיי אבער עס זאלן זיין רעבעלס און נאכדעם זענען זיי נאכאלס געבינדן צו פעמילי געזעץ (וואס איז סתם אזוי בד"כ קאנסערוואטיוו), פרידאם אף רעלידזשען און רעספעקט צו אייגענארטיגע קולטורן, במילא דארפן זיי דער רעבעל זאל זיי געבן שטאף אויף וואס זיי זאלן קענען בויען זייערע ארגומענטן, ספעציעל אויב זיי דארפן גיין קעגן א סאושעל ווארקער'ס אדער א קאפקאז אפיציר'ס רעקאמענדאציעס.

איך וויל אויך אז די קעיסעס זאלן קענען זיין פראקטיש בייהילפיג פאר אנדערע וואס גייען אדער פלאנען אדורכצוגיין דער פראצעס למחצה ולשליש ולרביע. אהנע דיטעיל איז זייער שווער צו טשערי פיקן פון דעם אזוינע הילף. לדוגמה, ארעינדזשמענטס בנוגע קאנטאקט און טענות פארוואס קאנסטריקטינג קאונטער סוג'דזשעסטנס וועלן נישט ארבעטן. ווייל נאך אלעמען איז דאך די עקשועל עמאונט אף קאנטעקט, וויפיל צייט דו זעסט דיינע קינדער, אלץ דעט מעטערס.

אויב עמיצער וויל נישט לייענען קען ער סקיפן. במילא ווייס איך אז רובא דרובא פון די לייענער דא קענען נישט אויסהאלטן דעם אשכול צוליב דער פארטייבנדע שטילקייט וואס הערשט דא. אויב וואלט דאס געווען א טעקניקאלע דין ודברים צווישן די געשטעטנער און לאנדא'ס בתי דין איבער די ריינער/פאנעט קאמיק'ס קעיס וואלט זיך שוין געטוהן אויף טישן און בענק אבער וואס זאל מען טוהן כי לא כצרותינו צרותם ואוהבינו פלילים. אבער ווי געזאגט, איך טוה עס מער לשם פרעזערווירונג און אגב אז אנדערע קענען עס אויך לייענען בשעת מעשה, איז הכל רווח.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

איר טוט אן עבודת הקודש מיטן איבערטייטשן. עס דארף ווערן אויסגערופן תחת כל עץ רענן. אבער מצד שני, פון נעמט מען די כוחות הנפש? בפרט אז מען האט צו טון מיט א קהילה וואס האט כסף וזהב כחול אשר לא יספר מרוב. עס איז מער א מלחמת התשה וואס זיי מאכן למען ישמעו ויראו.
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שופטת »

ערשטנס, טרייב נישט איבער. זיי האבן נישט אזויפיהל געלט ווי מ'מאכט זיי האבן. און אויך זענען דא גענוג און נאך בעלי חסד פון די קליפות ווי מ'זאגט וואס שטיצן און גיבן גרויסע געלטער אנטקעגן די בריונים בלי לצפות גמול בשעת ווען די ערשטע טוהען דאך עס נאר לשם קאנטראל.

צווייטנס, געלט האבן מיר טאקע נישט אזויפיהל ווי זיי אבער צייט און כוחות הנפש ב"ה האבן מיר. מיר זענען נישט א בית ברוכה ילדים און מיר פאטשקענען נישט אויס די כוחות הנפש וואס גאט גיבט, יעדן פרייטאג צונאכטס און נאך שלש פעמים בשבוע.

דריטנס, וכל זה אנני שוה להם, די אלע געלטער איז זיי נישט ווערט, בכל עת אשר הם רואים כי עדיין יש מרדכיס בחוץ אשר אינם כורעים ומשחווים להם, נישט קיין נ"מ וויפיהל געלט און גליקן דו וועסט זיי וועלן באגיסן. ווייל אמת, חותמו של הקב"ה און געלט איז דאך דאס פארקערטע. פארוואס? ווייל געלט קומט פון אויסנוצן דער בריאה און סיי וואס אין איר (פאר מאטריעלע בענעפיט), און א מענטש וואס זעהט אין יעדע זאך און אין יעדען מענטש, א געטליכקייט, וואו קען ער זי אויסנוצן??
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אזא קעיס אין נוי יארק, ווער געוווינט?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

היסטאריע האט געשריבן:אזא קעיס אין נוי יארק, ווער געוווינט?
ווענט זיך וויפיל קשרים מען האט מיט די געריכט?
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

יישר כח, זייער שיין באשריבן,
איין קשיא האב איך וואס איך וויל שוין לאנג האבן א ערקלערונג אויף אלע אזעלכע און ענליכע קעיסעס

ווען די האסט חתונה געהאט מיט א ארטאדאקסישע מיידל האסטו זייער גוט געוויסט אז זי וויל אויפציען חסידישע סטייל קינדער, יעצט ווען די שאקלסט זיך אפ פון יודישקייט לאז זיך אפ אינגאנצען, האק שטיקער אין א גויטע און ענזשוי דיין גוישע קינדער, אבער וואס ווילסטו פון דיין ווייב'ס קינדער וואס ענק האבן חתונה געהאט אדעתא דהכא
און לאמיר זיך נישט נער'ן אז די אלע וואס שרייען אז איך האב פשוט ליב מיין קינד מאכט ממש נישט קיין סענס ווייל די צירייסט די קינד אין צוויי און די מאכסט עהם פאר א קריפל וואס ער וועט שפעטער בלייבן א לא יוצלח נישט אהער און נישט אהין

ביטע מיר ענטפערן דברים של טעם, און נישט סתם אזוי געהאקט ווייל איך וויל דאס באמת פארשטיין
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווייל ביידע האבן די געזונט פין די קינדער אין בוידעם. איינער איז גראדע אביסל מער גערעכט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

Lexus האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין באשריבן,
איין קשיא האב איך וואס איך וויל שוין לאנג האבן א ערקלערונג אויף אלע אזעלכע און ענליכע קעיסעס

ווען די האסט חתונה געהאט מיט א ארטאדאקסישע מיידל האסטו זייער גוט געוויסט אז זי וויל אויפציען חסידישע סטייל קינדער, יעצט ווען די שאקלסט זיך אפ פון יודישקייט לאז זיך אפ אינגאנצען, האק שטיקער אין א גויטע און ענזשוי דיין גוישע קינדער, אבער וואס ווילסטו פון דיין ווייב'ס קינדער וואס ענק האבן חתונה געהאט אדעתא דהכא
און לאמיר זיך נישט נער'ן אז די אלע וואס שרייען אז איך האב פשוט ליב מיין קינד מאכט ממש נישט קיין סענס ווייל די צירייסט די קינד אין צוויי און די מאכסט עהם פאר א קריפל וואס ער וועט שפעטער בלייבן א לא יוצלח נישט אהער און נישט אהין

ביטע מיר ענטפערן דברים של טעם, און נישט סתם אזוי געהאקט ווייל איך וויל דאס באמת פארשטיין
אקעי העיר ווי גאו. לאמיך דיך פרובירן צו ענטפערן אין קורצן כאטש וואס איר קלאפט אזוי צוזאמען "אלע און ענדליכע קעיסעס" און ווי א יעדער בר הכי פארשטייט זענען נישט אלע קעיסעס גלייך און מ'קען נישט ענטפערן איין ענטפער פאר "אלע און ענדליכע קעיסעס".

קודם לאמיך פארשטיין. האסטו טאקע באמת אנגעהויבן שרייבן דיין תגובה האלטענדיג אז ער האט עס שיין באשריבן אזוי אז ס'קומט זיך אים א יישר כח דערפאר? ס'איז קלאר פון דיינע ווייטערדיגע רייד אז נישט. סאוי וואס האקסטו א טשייניק? וועמען פאָפּסטו מיט דיינע דברים פתלתוליים?

איך שטוין יעדעס מאל anew פון די טיפשות און רעפּעטעטיוו בהמישע אכזרישקייט פון די מענטשן וואס פרעגן אזאלכע קשיות ווי דו האסט יעצט געפרעגט. וואס וויפיל מען זאל נישט קאררעקטן, חזרן זיי איבער די זעלבע נארישקייטן צו יעדן פרישן קרבן, זיך פארלאזענדיג אויף די נאאיוויטעט פון רוב המון עם צו געטן עוועי מיט מאָרד. וואס זענען אזוי זיכער אז זייערע ארגומענט, געזאגט מיט גענוג קאנפידענס און כאריזמע, האלט שטאנד ווען באמת קען אפילו א קינד אדורכזען די דורכזיכטיקייט און לעכערליכקייט דערפון. ווען דו האסטיך געריבן מיט דיין חבר אין ישיבה האסטו זייער גוט געוואוסט אז ענק קאמיטען צו א געי רילעישן שיפ, דאס האסטו געקליבן איז וועמען ווילסטו יעצט פאפן אז דו האסט ליב דיין פרוי? דאס איז געווען אזא באקן אין צינג ענטפער. אבער יעצט אביסל ערנסטער. אבער נאר אביסל ווייל כ'האב האב א באזונדערע געשמאק צו ענטפערן אזעלכע דריי קעפ ווי דיר מנה אחת אפים אין דיין בּאַבּנ'ס בּאַבּן אריין.

ווען די ארטאדאקסישע מיידל האט גענומען מיין זרע האט זי זייער גוט געוואוסט אז דאס וועלן איר געבוירן קינדער וואס געהערן האלב פאר מיר און זענען קיינעם אנדערשנ'ס פראפערטי, חוץ מיר און זי. נישט איר באבע'ס, נישט איר מומע'ס און אויך נישט איר רעבינ'ס. זי האט געוואוסט אז מיט די קינדער וועט זי סטאק בלייבן אגאנץ לעבן און זי וועט זיי דארפן פראטקעטן און אויפציען זיי זאלן זיין נארמאלע מענטשן און קענען נעוויגירן דאס לעבן אין א מאדערנע וועלט ווי געזונטע סעלף-דעפענדענט מענטשן. די זענען נישט "מיין ווייב'ס קינדער" ווי דו באצייכנסט זיי, די זענען "אונזערע" קינדער לעולמי עולמים. אזוי האט גאט אנגעשריבן און דאס טוישט זיך נישט. יא, די זעלבע גאט וואס דו טריאומפירסט מיט אויפ'ן שטערן, אז דו פּראָמאטסט און וועמענ'ס נאמען דו ביסט מקדש (אבער וואס אן אמת איבער וועמען דו גיבסט קיין שייט נישט. ביי דיר איז חסידות נאר אזא מין "סטייל". א ברענד. עס האט מיט גאט נישט איינגעשטויסן).

יעצט, ווען איך בין אויפגעוואקסן און מחליט געווען אז עקשולי, איך וויל נישט מער מאלעסטירט ווערן ביי עפעס א תמימותדיגע למך, אדער לימחה זאל איך זאגן, מיט איר גאנצע משפחה און איך וויל נישט מער געבן מיינע זרע (און מיין צייט, בלוט און שווייס) פאר עמיצער וואס EARNED עס נישט, מיינסטו דו קענסט מיינע קינדער אזוי אוועקווארפן, איגנארירן, טריטן סעקאנד קלאס, זיך גיין שטופן א צווייטן, מאכן נאך צען קינדער און נאך מיינע קינדער נישט ערלויבן אפילו דער שאנס איינע פון די עלטערן צוהאבן פאר זיך?

דו מיינסט דו באקומסט מיינע קינדער פאר פריה? האסט זיי געבעטן, יעצט ארבעט פאר זיי! געב זיי די טולס און מעגליכקייטן צו מצליח זיין אין די גרויסע און מאדערנע וועלט; נישט מאך זיי פאר א קריפל אז זיי זאלן נאר ווערט זיין לצור על פי צלוחית, זיין א מקוה איד, אין דיין אייגן, היימיש-געמאכטע בובל וואס דו רופסט אידישקייט.. און זאלסט נאך מעגן זיי עקספלויטן, זיי זאלן לויפן פאר דיינע קארעטעס און אנפיהלן דיינע שטאלן מיט פערד און וועגענער.

איך ווייס אז דו קוקסט אן א מוצלח עמיצער וואס קען נישט האקן שטיקער נאָר אין א בית רחל מיידל אדער תורה ויראה בחור אבער עקושלי, אין מיינע אויגן, אויב קען ער נאר נעוויגירן דיין וועלטל און קען נישט האקן וועלכע גויטע/גוי ער וויל וואס וויל אים/זי אויך, דוקא דעמאלס זענען זיי קריפלעך ל"ע. נישט נאר מאכסטו זיי, מיינע קינדער פאר קריפלעך נאר דו פארקריפּלסט חלילה דעם רבונו של עולם'ס וועלטל, ווי די מעשה פון רבי עקיבה מיט די מטרנותא ווען זי האט פרובירט צו מזווג זיין צווישן אירע פופציג קנעכט און דינסטן.

אויב דו האסט א זענעפאביק אטיטוד צו פרעמדע, און דיין הענג-אפ פון די האלאוקוסט און דיין פילינג פון נישטיגקייט און אומבאהאלפנקייט פון יענע יארן, לאזט דיך נישט טראסטן און לעבן בשלום מיט אנדערע, עס לאזט דיך נישט איבערמישן דעם בלעטל, גיי ווייק דיך אין דיין מקוה און שטופ דיינע נעפיוס און ניסעס מבוקר ועד ערב אבער לאז די אינגווארג צוריה. לאז אונז גיין פרייה. מיר זענען זאט פון ענקערע מצות מחיית עמלק, זאט פון ענקערע נקמות, זאט פון ענקערע גראָדזשעס און זאט פון ענקערע הבטחות. די גויטע האט מיך גארנישט שלעכטס געטאהן בשעת ווען דיין טאכטער האט קיינמאל גארנישט געטוהן פאר מיר אין לעבן און יעצט, אי מיין זרע גענומען, אי זיי פאר סעקאנד קלאס סיטיזענס געמאכט. נעם דיך צוריק דיין טאכטער און געב מיך מיינע קינדער. נאך בעסער, איך דארף נישט דיין טאכטער, קענסט אפילו האבן א טייל אין מיינע קינדער אבער פאררוף דיך נישט גענצליך באלעבוס אויף זיי. זיי זענען נישט נכס הפקר; אפילו נישט נכס הקהילה. זיי געהערן פאר מיר אויכעט און איך בין דער איינציגסטער אנדערע וועליד פארטי מיט וועמען מען דארף זיך רעכענען אנבאלאנגט עניטינג רילעיטינג צו מיינע קינדער, נאך זייערע מאמע.

נאר וואס דען, נישט נאר ביסטו אזא מין אפיקורס אז דו גלייבסט פשוט נישט דאס גאט האט אין עלטערן אריינגעגעבן א נאטור ליב צוהאבן א קינד וואס איז נישט אנגעהאנגען אין רצון אדער טשויס פון די עלטערן (אין אפי' די וואס הרגענען זייערע קינדער איז דער כלל נאך אלס גילטיג נאר דארט איז דאך געווענליך דער גאנצע זיווג און הולדה באיסור און מושלט, מונהג ונגרם בכוחות הטבע, אז די רציחה איז בטבע אויך די טובה פונעם ולד נאר די עלטערן זענען נישט און קענען נישט שולט זיין בטבע.. פאר די וואס פארשטייען.) נאר דיינע געפיהלן זענען אויך אזוי פארטייבט און פגום אז דו פיהלסט זיי נישט מסתמא צו דיינע אייגענע קינדער. אלזא האף איך אז כאטש דיין שכל איז נישט פגום אויף אזויפיהל צו קענען פארשטיין אפי' האלב פון די דברים של טעם וואס איך האב דא געשריבן. הגם איך גלייב שווער. ווייל שכל ההגיון איז פון די מערסט רוחניות'דיגע חושים און די ערשטע צו אוועקגיין פון די בהמות בצורות אדם וואס זענען פוגם בברית קודש. פארוואס זאג איך דאס, ווייל כנראה, ביי די מענטשן ווי דיך, לויפן זייערע מיינדס שטענדיג אויף די זעלבע שמוציגע טרעק; דערפאר איז די 'האקן שטיקער אין א גויטע' שטענדיג אין די דין ודברים רייט אן פראָם די בעגינינג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 9 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

טאמבל סאס האקט שטיקער, לאמיר שיקן וואס איך האב געשריבן.

דו פרעגסט זייער גוט, איך וועל שרייבן עטליכע נקודות. ראשית, די הנחה אז מען האט חתונה געהאט מיט א געוויסע חשבון איז נישט אינגאנצן ריכטיג, מען האט חתונה ווייל די עלטערן מיט א שדכן האבן דאס צוזאמגעשטעלט. מען קען נישט האבן קיין טענות אויף א אינגערמאן אדער אינגערווייבל וואס טראכט צום ערשטן מאל 10 יאר שפעטער. דער בחור מיטן מיידל האבן נישט עכט קיינמאל דורכגעטון איינער מיטן אנדערען וועלכע סארט שטוב זיי ווילן אויפשטעלן. און אויב א בחור האט געזאגט ביי זיין בעשוי אז ער וויל בלייבן לערנען אין כולל, איז עס אים מחייב? עס איז פשוט אז ביי אונז איז נישט פארהאן אזא זאך אפגעמאכט. (ליידער).

חוץ מזה, אפילו ווען א מען שמועסט יא אדורך אן ענין, איז עס נאר באשר הוא שם. די נאטור פון א מענטש איז זיך צו אנטוויקלען דורכאויס די לעבן. מען קען נישט האבן קיין טענות אויף א 50 יעריגער איד אויב ער ווער פרומער למשל, יעצט איז ער אנגעקומען צו אזא מצב, און ער פילט און האלט צו זיין פרומער. קענסט נישט פארלאנגען ער זאל עס נישט טון, ער מיט זיין ווייב דארפן זיך אויסקומען, און אויב איז עס אזוי עקסטרעם אז זיי קענען זיך נישט אויסקומען, האבן זיי די אפציע פון א גט. אבער מען קען נישט קומען מיט א טענה אז מען מעג זיך נישט טוישן. און יעדער וועט פארשטיין ווען ער וויל אויך מחנך זיין די קינדער מער פרום.

צו דיין שאלה, ווען א מענטש טוישט זיין אידישקייט, אינגאנצן אדער טיילווייז, האלט ער און פילט אז דאס איז די וועג צו גיין. קענסט נישט האבן קיין טענות דערויף, מען דארף זיך אויסקומען אדער גט'ן. ווען עס קומט צו די קינדער האלט ער פונקט אזוי אז זיי זאלן בלייבן נאנט מיט אים, ער האט זיי ליב, און ער וויל זיי מחנך זיין לויט וויאזוי ער פארשטייט אלס ריכטיג.

און די טענה אז די קינדער ווערן צוריסן, איז נישט קיין פראבלעם לכשעצמה, עס ווערט נאר א פראבלעם ווען די פרומע זייט האקט אריין אין די קינדער אז די אנדערע זייט איז טמא טריפה. אויב זאלן ביידע זייטן זיך אפגעבן די רעספעקט איינער פאר די אנדערע ווי געזונטע מענטשן, קענען די קינדער אויסוואקסן זייער פיין.

עס דערמאנט מיר די אלגעמיינע טענה פון מוסדות, אז די עלטערן מוזן מיטגיין מיט די תקנת המוסדות, ווייל די קינדער קענען ווערן צומישט. דאס אליין אז קינדער מעגן נאר זען איין מהלך, איז אויך פון די מוסדות, און איז נישט דווקא אמת. איך האלט אז עס געזונטער פאר קינדער צו זען מערערע מהלכים און פארשטיין וויאזוי מען טוט עס אויף א געזונטע וועג. דער טאטע האט עפעס געזאגט, און דער מלמד האט געזאגט פארקערט, דאס מיינט נישט אז איינער איז שלעכט און איינער איז גוט, אדער אז איינער זאגט אמת און איינער ליגנט, נאר עס איז דא מערערע וועגן וויאזוי מען קען עס אנקוקן, און מען מעג זיין מחולק מיטן פולסטן רעספעקט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

Lexus האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין באשריבן,
איין קשיא האב איך וואס איך וויל שוין לאנג האבן א ערקלערונג אויף אלע אזעלכע און ענליכע קעיסעס

ווען די האסט חתונה געהאט מיט א ארטאדאקסישע מיידל האסטו זייער גוט געוויסט אז זי וויל אויפציען חסידישע סטייל קינדער, יעצט ווען די שאקלסט זיך אפ פון יודישקייט לאז זיך אפ אינגאנצען, האק שטיקער אין א גויטע און ענזשוי דיין גוישע קינדער, אבער וואס ווילסטו פון דיין ווייב'ס קינדער וואס ענק האבן חתונה געהאט אדעתא דהכא
און לאמיר זיך נישט נער'ן אז די אלע וואס שרייען אז איך האב פשוט ליב מיין קינד מאכט ממש נישט קיין סענס ווייל די צירייסט די קינד אין צוויי און די מאכסט עהם פאר א קריפל וואס ער וועט שפעטער בלייבן א לא יוצלח נישט אהער און נישט אהין

ביטע מיר ענטפערן דברים של טעם, און נישט סתם אזוי געהאקט ווייל איך וויל דאס באמת פארשטיין
איך בין נישט קלאר אדעתא ד"וואס" אונזערע בחורים האבן חתונה. איך למשל האב חתונה געהאט אדעתא דמיינע חברים.
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

דער טאמבל סאס דארף א ערנסטע דאקטער און דערפאר וועל איך ניטאמאל מגיב זיין אויף זיינע ווערטער וואס קלעבן נישט איינס מיט'ן צווייטן, אויב איינער האט פארשטאנען וואס דער פארשוין האט געוואלט זאל מיר אריינשיקן אין אישי
יעצט לענינו
לאמיר זיך מסביר זיין אויף א פארקערטע אופן
ווען די מיט דיין ווייב זענען צוויי נארמאלע אמעריקאנער גויים און איין טאג כאפט איר א שמע קולנו אז זי וויל ווערן א ראדיקאלע מוסלמענער מיט די גאנצע לבוש וואלסטו אויך געשריגען 50 - 50 אדער וואלסטו פארשטאנען די טאטע וואס זאגט לאז צירוה די קינדער אין פאר דיר אליינס קיין אפגאניסטאן
ביטע זיי אויפריכטיג אין ענטפער נאר דברים של טעם
און די מנהלים זאלן מיר ביטע אפהיטן פון אזעלכע מיאוסע אטאקעס ווי טאמבל סאס
איך ווארט צי הערן וואס דער עולם זאגט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: אידישע קינדער אין א גויאישע געריכט

שליחה דורך טאמבל סאס »

Lexus האט געשריבן:דער טאמבל סאס דארף א ערנסטע דאקטער און דערפאר וועל איך ניטאמאל מגיב זיין אויף זיינע ווערטער וואס קלעבן נישט איינס מיט'ן צווייטן, אויב איינער האט פארשטאנען וואס דער פארשוין האט געוואלט זאל מיר אריינשיקן אין אישי
נישט אין אישי. ביטע ענטפערן דא, אין פובליק, שלא למנוע טובה מבעליה.
Lexus האט געשריבן: און די מנהלים זאלן מיר ביטע אפהיטן פון אזעלכע מיאוסע אטאקעס ווי טאמבל סאס
איך ווארט צי הערן וואס דער עולם זאגט
לוקעלי פאר מי, איז דא נישט אייוועלט. אלזא שרייט נישט צו די מנהלים ווייל זיי וועלן אייך נישט העלפן. וואס האט איר צוענטפערן מיט לאגיק? אז איך האב אטאקירט אייערע אינטעלידזשענס און איר שפירט אז די ארגומענט צעפאלט זייט מוחל און זיכט אפיר א בעסערס און לאמיר זעהן אויב ס'קען ביישטיין די לאגיק פון מיין אפווארף.



Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס איז פארקערט, ווען איינער ווערט א בעל תשובה?

איך בין נישט זיכער אין דער גערעכטיקייט פין דער געזעץ.
לאמיר זאגן צוויי סאטמערע האבן חתונה, און זיי טיילען זיך, און איינער ווערט ל"ע א בעלזער, איז אויך דא דער זעלבער לאגיק?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פארשפארט