ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ארוני און די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק? אזוי צו ספינען?דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, ווי האט איר דאס געהערט?
און אגב לויט ווי מ'האט געשמועסט דא אין ירושלים נאך די הסתלקות פין רבינו הגדול הגאב''ד ז''ל, איז מהרז''ל בכלל נישט געווען קעגן אויפנעמען ר' משה, און ס'האט געהייסן אז זיין נציג דא ר' אפרים שטערן שטיפט עס גאר, עד כדי כך אז די סיקריקין האבן איינמאל צוגענומען זיינע וועש אין מקווה, טראץ וואס ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע ארויני.
זעהט אויס אז היינט פארשטייט מען אז פאר פוליטיק קען מען נאכנישט אפזאגן איינעם (אנדערש ווי אמאל ווען מען האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פרידמאן און די ארוינים האבן נישט געלאזט וועגן פוליטיק)
נאר אין די עדה איז דא כמה קהילות וואס ווילן נישט ר' משה הגם זיי פארשטייען אז ער איז א אדם גדול און א גאון בתורה האלטן זיי אז ער איז נישט פאסיג צי זיין ירושלימער רב, און די שאלה איז צו מ'גייט זיך רעכענען מיט זיי אדער נישט
(און פרעג מיך נישט ווער יא? ווער וועט זיין גרייט צי ווערן גאב''ד איבער ר' משה? נישט קיין חילוק, זיי ווילען עם נישט ודו''ק)
האסט געוואלט ר' משה זאל קומען באשיינען די פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין ראדני קעגן אים? האסט געוואלט ר' משה זאל אינטערשרייבן אויף די מחאה אז די ראב''ד עדה''ח איז א זקן ממרא און א חופר קברים? האסט געוואלט אז ר' משה זאל זיך אריינברעכן אין רז''ל'ס הויז ווען ער האט אים נישט געוואלט אויפנעמען אויף א באזוך? זיי מסביר וויאזוי ס'האט זיך ארויסגעשטעל''ט אז ר' משה איז א ארויני. אפשר ווען מהר''א האט געפועלט ביי אים ער זאל זיך נישט אפזאגן פון די עדה החרדית? וואספארא מין ליצנות איז דעיס אז די זאליס שפילן נישט קיין פאליטיק אפילו ר' משה האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה צו זיין א ארויני...
די זאליס שטעלן נישט קיין קעגנערשאפט צו ר' משה'ס התמנות ווייל זיי ווייסן אז ער איז שוין בליעה''ר א בא בשנים און צופיל קאפוויי וועלן זיי נישט האבן פון אים. אזוי האפן זיי. ס'איז א דבר פשוט, און דו קענסט זיין הונדערט פראצענט זיכער, אז אויב וואלט ר' משה נאך געווען יונגער און מער ביי די כוחות וואלט די מצב גאנץ אנדערש געווען.. זיי קענען פשוט באשטיין צו שפילן יעצט 'נארמאל'.
אויב דו קענסט מיר געבן א ליסטע פון אלע קהילות וואס שטעלן זיך אקעגן ר' משה וואלט עס ציא געווען א שטארקע הילף, ווייל לויט ווי ס'איז מיך באקאנט רעדט מען דא בלויז פון תוא''י וואס האט א אייגענע פאליטישע חשבון מיט'ן ראב''ד און אויך די סיקריקישע פראקציע פון די זאליס - וואס זענען ביז געציילטע יאר צוריק געווען די זאלישע מעינסטרים - וואס ביז יעצט האבן זיי געשריגן אויף ר' משה 'שם רשעים ירקב' און פארברענט זיינע ספרים און די גאסן און יעצט קומען זיי מיט צדקות ''עה איך האלט זייער שטארק פון ר' משה איך קען נאר נישט האבן אזא איד אלס ירושלימער רב...''
און איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מיר ענטפערן אויב די ארונים פּרובירן יעצט אריינצושטעלן ר' הירצקא צוויבל פאר גאב''ד ירושלים אויב די זאליס וואלטן געטון אנדערש ווי די ארוינים תשס''ג...