א נאכט פארברענג מיט גאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
א נאכט פארברענג מיט גאט
עס איז געווען א טינקעלע דאנערשטיג ביינאכט און איך האב מיך געמיטליך ארויפגעדרייווט מיין בלוי טעסלא ארויף צו די קעטסקיל בערג. שוין א גאנצע וואך וואס איך האב נישט געזען די בני בית, און יעצט שלענגל איך זיך ארויף אויפן ראוט 17 אנצוקומען צו מיין משפחה אויף צו וויילן די לעצטע שבת אינעם קאנטרי... און דאן האט עס פאסירט! א גרויסע הערש האט געגעבן א לויף אריין אין פארנט פון מיין קאר! איך האב האסטיג געגעבן א האק מיט מיין פיס אויף די ברעיקס אבער עס איז הפנים געווען צו שפעט, און מיין קאר האט אריינגעשמעטערט אינעם לויפנדע הערש. מיין קאר אינאיינעם מיט מיר זענען שווער ציקוועטשט געווארן און איך האב גענצליך פארלוירן מיין באוואוסטזיין... און דאן האט עפעס אויסטערליש פאסירט.
איך קען עס נישט ממש מסביר זיין, ווייל איינער וואס האט נאכנישט בייגעוואוינט אזא פילינג וועט עס קיינמאל נישט קענען באגרייפן... איך האב געפילט ווי "איך" גיי ארויס פון מיין קערפער און די "איך" נעמט זיך שוועבן אין די ליפטן העכער די צענע פונעם עקסידענט. איך האב מיך געזען שוועבן העכער די קאר און איך האב געזען ווי עס בליצן גאר אסאך לעמפלעך פון הצלה קארס. איך האב געזען ווי די געטרייע הצלה לייט אונטער מיר ארבייטן אויף מיין גוף אין מאכן סי פי אר... אבער איך האב שוין פארשטאנען וואס דאס מיינט!! איך בין שוין אנגעקומען צו די פלאץ פון ווי קיינער איז נאכנישט צירוקגעקומען גיבן א גריס... איך בין שוין אייגנטליך טויט!
איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.
מיינע מחשבות זענען איבערגעריסן געווארן דורך א גרויסע מלאך וואס האט מיר אנגעכאפט ביים קארג און מיר געשלעפט ארויף ארויף צו די הויעכע ספערן. ווי העכער ער האט מיר גענומען אלטס מער האב איך געפילט ווי מען גייט מער און מער ארויס פון די פיזישע וועלט און מען גייט אריין טיפער און טיפער אין א גייסטישע רוחניות'דיגע וועלט, א וועלט וואס איז פארהוילן פון די נאקעטע גשמיות'דיגע אויג. די מלאך ברענגט מיר העכער און העכער איך ווייס אליין נישט ווי לאנג אונז האבן געפארן. עס האט מיר אויסגעזען ווי אן אייביגקייט עפעס העכער פון צייט.. עס איז ווי כאילו צייט האט זיך גענצליך אפגעשטעלט.
דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
איך גיב א פרעג די מלאך זאג מיר וואו זעמער דא? איז דא די עולם האמת? גיי איך דא טרעפן משה רבינו אדער גאט אליין? די מלאך הייבט אהן צו לאכן און פרעגט מיר.. זאג נאר טייערע שטים אפשר וועסטו טרעפן דא יוזיס קרייסט? אדער אפשר גאר די נביא מוחאמאד?
איך מוז זאגן די אמת אז די ווערטער האבן מיר פארגליווערט פאר שרעק. וואס??? אידישקייט איז דאך די אמתע גלויבן..! וואס האקט ער א קאפ וועגן מוחאמאד און יאשקע?
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.
מיין קאפ שיסט פיבערהאפטיג... וואס גייט דא פאר? איז אידישקייט אפשר נישט די אמת? אפשר איז מוחאמאד גאר די אמת אדער קריסטונום אדער גאר די בעדוהיסטן..! די אויסשליסליכע אמת גייט אט אט נתגלה ווערן פאר מיר! די שאלות וואס יעדער וואס לעבט נאך אויף די כדור העולם מוטשעט זיך צו דערגיין, וועט גאר בקרוב אנטשידן ווערן פאר מיר מיט א געוואלדיגע בהירות!! איך קען שוין קוים ווארטן צו זען!
די קשיות קיצלען מיר אין קאפ... איז טאקע דא א גאט? וועליכע סארט גאט? איז אידישקייט טאקע די אמת? איז מעמד הר סיני טאקע פארגעקומען? איז אינטערנעט טאקע אסור? איז ליבאוויטשער רבי משיח? איז רב קוק טאקע א רשע? מעג מען גיין צום כותל? איז קאמען קאר א פראבלעם? איז דא א גיוס? זענען די גרובינגען אויסגעהאלטן? גייט משיח טאקע קומען? איז בחירות א מצוה אדער אן עבירה?
אוי די ענדלאזע מבול פון קשיות גייט אט אט אויסגעקלארט ווערן!
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר.. די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
איך האב זיך גענימען שוויצן גאר שטארק.. און איך האב זיך געווארפן פאר שרעק. איך האב אנגעהויבן צו שרייען אוי אוי... וויי איז מיר.. איך האב אלטס געמיינט אז די באשעפער זיכט נאר אז מען זאל ווי מער פאלגן די תורה וואס ער האט געגעבן און לויט דעם וועט ער מיר באצאלן שכר.. דערווייל איז פארקערט גאר! וויפול מער מען האט זיך דערווייטערט פון די בול.. יעדער אויף זיין אויפן און יעדער פון זיין רעליגיע לויט דעם באקומט מען די שכר.
די אלטעמעט טעסט דא איז צו די וועסט פשוט אפקויפן וואס דיין טאטע, מאמע, חינוך, און סביבה פארקויפן דיר, אדער די וועסט ניצן דיין אייגענע שכל איינציזען די שקר שבו און לעבן אן אויטענטישע לעבן אהן די אלע פאנדאמענטאלע נערישקייטן וואס האבן קיינמאל נישט אנגעהויבן צו קלעבן.. איך פרעג דעם באשעפער, "וואס ווילסטו פון אונז"? פון וואו וואלט איך דאס געדאפט וויסן? ענטפערט ער מיר, "וואס הייסט פון ווי? פאר א סיבה האט מען דיר געגעבן שכל! די זאלסט קענען איינזען אז א שלאנג קען נישט רעדן צו קיין מענטש.. און אז א מבול פארשווענדט נישט קיין וועלט.. און די אלע אנדערע דמיונות זענען טאקע נישט מער פון אט דאס, דמיונות! די גאנצע עולם הזה איז א פשוטע אינטעליגענץ טעסט!
די ווייסט וויפול הנאה איך שעפ יעדן טאג אראפקוקנדיג אויפן נידריגע שקר'דיגע וועלט, און איך זע ווי עס דרייען זיך אויפריכטיגע מענטשן וואס פארשטייען אז איך האב באשאפן א וועלט בלויז צו הנאה האבן. זיי וועלן ניצן זייער שכל און צוקומען צום תחלית הבריאה וואס דאס איז צו גיין ווי די לאגיק און שכל טראגט. און די ווייסט וויפול צער איך האב פון די וואס לאזן זיך נערן פון זייער יצר הרע און פאלגן די וואס הייסן זיך פארמאכן די שכל? פארוואס דען האב איך דיר געגיבן שכל די טיפש איינער?!? ניץ און פארשטיי אז מען דארף אריינכאפן ווי מער, אכול ושתה כי מחר נמות... און נאכדעם ווייסט קיינער נישט וואס עס וועט זיין.
***
די שטייסט שוין אויף! סשפעט! הער איך ווי מיין אידענע שרייט קלאפנדיג דערביי אויף מיין אדורכגעווייקטע שוויציגע דאכענע. די מנין שטעלט זיך שוין באלד און עס איז שוין כמעט סוף זמן קרי"ש!
איך גיב מיר א כאפ אויף... איך נעם זיך שרייען מודה אני לפניך מלך חי וקיים... און איך סטאפ ביי די ווערטער און איך ריף זיך אהן הויעך "סיריעסלי" די מיינסט עס טאקע ערענסט?!?!?!

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
נו, ער האט געמיינט צו זאגט אז דו זאלסט נוצען זיין שכל צו טרעפען דער דרך התורה. האסט עס פארדרייט אויף אכול ושתה כי למחר נמות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:42 am
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
הערליך הערליך!!!
איך וויל דיר אבער טרעפן דעם יום הק’ עסן א באנאנע...
אויך ווילעך פארשטיין פארוואס ביים מלאך ביסטו שטים און ביי גאט עצי?! אולי האט די מלאך נאר געוואלט חוזק מאכן פון דיין שוטה’דיגע מהלך המחשבה בהיותך בין החיים, אבער גאט האט דאך הנאה געהאט פון דיין בוים-שטארקע שטאנדהאפטיגקייט אנצוגיין אויך אן אינגאנצן פארשטיין? בדרך אפשר..

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מתבודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
זייער שיין!
וכמובן, גייט ניטאמאל אָן פאר "ג-ט" דאס אויך נישט אז מ'גייט נישט נאך דעם שכל. עס איז ניטאמאל שייך קיין "אָנגיין" וכו'. שוין, אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים (ברכות נה.)...
וממילא:
אחוץ טאמער איז די "כפירה" וואס דו מיינסט טאקע אט די הגשמה'דיגע משל פון ג-ט וואס ווערט גענוצט דא, וואו מען "זעהט אים" און ער "רעדט" וכו'. נו, קען מען זאגן דאס זעלביגע תירוץ ווי לשבר את האוזן וכו' אויף כדי ארויסצוברענגען א פונקט.
אזויפיל יא, מ'קען ראציאנאל פארטיידיגן הטעם לשמירת המצות (צב"ש פארוואס מ'פאסט יוה"כ וכדומה). אבער דאס אליינס איז בעצם אויך מיט שכל (וכדרכו של הרמב"ם בחצי השני של ח"ג במו"נ).
הכלל, ביטע נישט נוצן דעם JOKER.

וואס "כפירה" ווען "כפירה"? לגבי די הגדרה פונעם דאס "אָנגיין" פון ג-ט דארף דאס צו גיין בשלילה אפילו נאך ווייטער ווי @עצי שטים'ס משל וכמו שכתבתי (וכעיקרו הג' של הרמב"ם, ועיין במו"נ ח"א פל"ו). איי, שכר ועונש (ותפילה) אא"וו? איז ליין מיין ארטיקל דערוועגן אין וועקער 19 ווי אויך מיין אשכול דערויף. (ועיין ג"כ מכאן ולהלן.)סמבטיון האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה.
אחוץ טאמער איז די "כפירה" וואס דו מיינסט טאקע אט די הגשמה'דיגע משל פון ג-ט וואס ווערט גענוצט דא, וואו מען "זעהט אים" און ער "רעדט" וכו'. נו, קען מען זאגן דאס זעלביגע תירוץ ווי לשבר את האוזן וכו' אויף כדי ארויסצוברענגען א פונקט.
אזויפיל יא, מ'קען ראציאנאל פארטיידיגן הטעם לשמירת המצות (צב"ש פארוואס מ'פאסט יוה"כ וכדומה). אבער דאס אליינס איז בעצם אויך מיט שכל (וכדרכו של הרמב"ם בחצי השני של ח"ג במו"נ).
הכלל, ביטע נישט נוצן דעם JOKER.
דא הא'מיר אראפגעברענגט אז עס איז יתכן לומר אז עפעס [בלשון מושאל] וואס איז נישט קיין בעל גשם קען נישט "כאפן" א וויץ. (שטעלט זיך אפשר די שאלה אז אויב אזוי בשעת דעם out-of-body עקספּיריענס וואלט דער מענטש אליינס אויך נישט געדארפט "כאפן" די וויץ?... ואפשר לחלק. אדער כנ"ל אז אין חלום בלא דברים בטלים...)עצי שטים האט געשריבן:איך האב ערווארטעט דעם מלאך המוות מיר אנקעגן צו קומען און מיר שלעפן צום בי"ד של מעלה... עס האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ כלערליי תריצים איבערן נשאת ונתת באמונה, איבערן קבעת עתים לתורה. עס איז מיר אפילו אדורגעלאפן אין קאפ די באקאנטע ווערטל וואס לויטערט אז די ערשטע קשיא וואס מען פרעגט איז "קבעת עתים לתורה" און די צווייטע קשיא איז "וואס קעקעצסטו דארטן.. יא צו ניין"? איך האב מיך געוואונדערט צו די בי"ד של מעלה האבן שוין אמאל געהערט דעם ווערטל... צו זיי וועלן כאפן דעם קאנצעפט.. אפשר איז די סענס אוו יומער דארטן אויבן אינגאנצן אנדערש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
סמבטיון האט פילייכט געמיינט (אויך) דאס אלס כפירה
(חוץ אויב ס’איז אויך א חלק פונעם שוידערליכן חלום...)
~אז א שלאנג קען נישט רעדן צו קיין מענטש.. און אז א מבול פארשווענדט נישט קיין וועלט.. און די אלע אנדערע דמיונות זענען טאקע נישט מער פון אט דאס, דמיונות
ווי אויך דאס, קען מען דן זיין אויב ס’איז כפירה אבער שקר איז עס זיכער!הער איך ווי מיין אידענע שרייט קלאפנדיג דערביי אויף מיין אדורכגעווייקטע שוויציגע דאכענע. די מנין שטעלט זיך שוין באלד און עס איז שוין כמעט סוף זמן קרי"ש!
(חוץ אויב ס’איז אויך א חלק פונעם שוידערליכן חלום...)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אויך נישט קיין "כפירה". ווי טאקע צוגעברענגט אינעם דערמאנטן אשכול, טוהט דער רמב"ם טאקע פארטיישטן די גאנצע נחש מעשה ביים חטא עץ הדעת במו"נ ח"ב פ"ל (ואפילו די מעשה פונעם רעדן פון אתונו של בלעם להלן שם בפמ"ב) ע"ש. איז קען מען זאגן ענליך אויפ'ן מבול אויך.
(ובאנו צו סיי ווי אזוי צו ראציאנאליזירן די געדאנק פון נסים במשנתו של הרמב"ם, אויך אויף וואס איך בין דן אינעם אשכול, און סיי צו ווי אזוי צו מאכן שטימען ביקורת המקרא מיט דת.)

- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
די אר”י הקדוש האט שוין געזאגט וואס ער לערנט בשעת’ן שלאף דויערט 80 יאר איבערצוגעבן, עפעס אזוי.
הערליכע געדאנק. טיף טיף טיף.
אין איין ווארט זאגט דאס גאט אליינס אין זיין תורה: ועתה ישראל מה ה' אלהיך שאל מעמך כי אם ליראה את ה' אלקיך (דברים י, יב). וואס איז דאס יראה? זאגט די פסוק אין איוב, וַיֹּאמֶר לָאָדָם הֵן יִרְאַת אֲדֹ-נָי הִיא חָכְמָה (איוב כח, כח). די באשעפער וויל אז מען זאל נוצן זיין חכמה וואס ער האט אריינגעלייגט אין אונז.
הערליכע געדאנק. טיף טיף טיף.
אין איין ווארט זאגט דאס גאט אליינס אין זיין תורה: ועתה ישראל מה ה' אלהיך שאל מעמך כי אם ליראה את ה' אלקיך (דברים י, יב). וואס איז דאס יראה? זאגט די פסוק אין איוב, וַיֹּאמֶר לָאָדָם הֵן יִרְאַת אֲדֹ-נָי הִיא חָכְמָה (איוב כח, כח). די באשעפער וויל אז מען זאל נוצן זיין חכמה וואס ער האט אריינגעלייגט אין אונז.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך האב צוגעצייכענט וואס סמבטיון מיינט מן הסתם אז עס איז כפירה, און איך בין מכבד מי אני עס צו מסביר זיין.
[quote="עצי שטים"]
דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
מגשם יענע וועלט
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.
כפירה באמונת צדיקים
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
[quote="עצי שטים"]
דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
מגשם יענע וועלט
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.
כפירה באמונת צדיקים
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 09#p415609סמבטיון האט געשריבן:אהן קיין בושה , און דאס חלומסטע די ערשטע טאג אין חודש אלול?
זייער שיין באשריבן , אבער עס גיסט זיך פון דיר שטיקער כפירה .
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
1. איך האב נישט "מגשם" געווען יענע וועלט, איך האב קלאר געשריבן אז עס איז א רוחניות'דיגע פילינג... עס איז נאר לשבר את האוזן ווי @מי אני האט שוין מסביר געווען אויבן. די תורה אליין איז אויך מגשם דעם באשעפער לויט דיין טענה.חדשים האט געשריבן:איך האב צוגעצייכענט וואס סמבטיון מיינט מן הסתם אז עס איז כפירה, און איך בין מכבד מי אני עס צו מסביר זיין.עצי שטים האט געשריבן:
דער מלאך דערנענטערט מיר צו א גרויסע ריזיגע פאלאץ וואס איז ארומגענומען מיט א ריזיגע הערליכע גארטן אנגעפילט מיט די שמעקעדיגסטע בלומען און גראזן, אונז שפאצירן אריין אין די זאל און איך ווער ממש נתפעל פון די געוואלדיגע הערליכקייט, מען קען ממש נישט גיבן קיין משל פון עפעס אויף די וועלט וואס זאל מסביר זיין די שיינקייט פון די פאלאץ! נאך א חידוש איז געווען אז די זאל איז געווען ענדלאז עס האט ממש נישט געהאט קיין גבולים עס האט געגאנגען פיל מער וויפול די אויג האט געקענט זען.
מגשם יענע וועלט
ברענג מיר שוין צום בי"ד של מעלה לאמיר ברענגען מיינע מצות און מיינע עבירות ברענג אהער דעם גרויסן וואגשאל.. מען וועט אפוועגן די מצות מיט די עבירות מען וועט אהערברענגען די הייוועי וואס מען איז געפארן דערויף צום רבין אויף יו"ט. מען וועט אפירזיכן עפעס א שווערע מצוה וואס זאל אראפוועגן אין די לעצטע מינוט די וואגשאל צום גוטן ושלום על ישראל אריין אין גן עדן... און העכסטנס אויב נישט וועט נישט נעמען לאנג ביז ר' נחמן וועט זיך באווייזן אין גיהנם און מיר ארויסציען ביי די פיאות.. איך האב דאך ערליך געזאגט תיקון הכללי ביים ציון.. נו ער האט דאך ציגעזאגט.
די מלאך האט ווי געליינט מיינע מחשבות און ער זאגט מיר.. שטימ'ל.. עס גייט נישט אזוי דא, די קליינקעפיגע וועג וויאזוי די האסט אנגעקוקט די עולם האמת איז ווייט פון וואס די טראכסט.. גיב עס נאר אפאר מינוט און די וועסט אלעס זען.
כפירה באמונת צדיקים
מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
און בכלל וואס האט מגשם זיין "יענע וועלט" מיט כפירה?
2. כפירה באמונת צדיקים??? אר יו פער ריל? אז איך לאך פון ר' נחמן ווער איך א כופר? און אגב איך האב בכלל נישט כופר געווען אין קיין צדיקים דא.
3. וואו שטייט אז כופר זיין אין די י"ג עיקרים מאכט איינער פאר א כופר? די רמב"ם אליין שרייבט אין מורה נבוכים אנדערש ווי די י"ג עיקרים
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
עס איז נישט כפירה, ווייל עס איז א חלום.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איבער עיקר הג' [שלילת הגשמות], עיקר הח' [תורת אמת], און עיקר הי"א [שכר ועונש] הא'מיר גע'ענטפערט. איך זעה נישט עכט ווי עיקר הז' [מעלת נבואת משרע"ה על שאר הנביאים] (ואולי ווייל ביי משרע"ה איז נישט בחלום אדבר בו...) אדער עיקר הט' [נצחיות התורה] זענען אָנגערירט געווארן. עיקר הט' איז איינמאל עיקר הח' איז שוין דא און קעגן א נוצרי'שע סארט גלויבונג. ער'ט נישט געזאגט אז "עס איז בטל געווארן".
אחוץ טאמער זאגט מען די גירסא אז עיקר הט' איז לגבי העתקת משרע"ה את התורה מאת הקב"ה און נישט לגבי אי-הביטול ונצחיות התורה. אבער די גירסא איז לכאורה א דוחק.
אפשר עיקר הה' [שראוי לעבדו] איז אָנגערירט געווארן, אבער @עצי שטים האט נישט געזאגט אז נישט - פארקערט, לעבדו בשכל.
אויף "העיקר" של אמונת צדיקים הא'ביך טאקע נישט קיין תירוץ. דאס איז געפערליך...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: א נאכט פארברענג מיט גאט
@עצי שיטים פארוואס זאל איך גלייבן דיין רעליגיע? וואס האט עס מיט שכל?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
בכלל זע איך נישט פינקט וואו מיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט די י"ג עיקרים.
וואו פינקטליך שרייב איך דא אז גאט האט א גוף? פנים על פנים שטייט שוין אין די תורה בנוגע משה רבינו מיט גאט. און אזוי אויך בנוגע זיין רעדן.חדשים האט געשריבן: מען ברענגט מיר אריין אין א צימער און איך טרעף מיר שטיין פנים על פנים מיט "גאט אליין" און ער הייבט אהן צו רעדן צו מיר דברים כהוויתן!!!
כפירה בעיקר ג’
האסט לכאורה פארזען די גאנצע נקידה אז די ברענגסט דא די עיקרים פון די אמיתית התורה... אודאי.. דאס איז אלעס א חלק פון די נסיון...חדשים האט געשריבן: עצי עצי! שעל נעלך מעל רגליך! כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמות קודש הוא! איך בין די גאט די קריעטער פון די וועלט. די מיינסט עס גייט מיר טאקע אהן צו די ביסט א קריסט אדער א מוסלאמענער א פרימער איד צו אן אטעאיסט? איך דארף דיר דען האבן? איך בין גוט אהן דיר..
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
איך האב נישט דא געליינט שכר ועונש.. הגם די רמב"ם אליין לייקענט עס (אכ"פ ער לייקנט אונזער באגריף דערפון)חדשים האט געשריבן: די מיינסט אז די תחלית פון די וועלט איז צו גיבן שכר? תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! איך קען דיר דא יעצט גיבן שכר און עס מאכן שפירן זיסער ווי סיי וועליכע נהמא דכיסופא. עס זאל זיך שפירן זיסער ווי די נהמא דלא כיסופא פון די חזון איש. צו דעם דארף איך א וועלט?
כפירה בעיקר י”א
אקעי סאו דא מוז מען זיך טאקע קלאר מאכן... אבער כ'וועל דיר ציצייכענען דעם אשכול אדורכצוטון פאר מען קען גיין ווייטער אינעם שמועס...חדשים האט געשריבן: וואס איך פארלאנג פון יעדע מענטש איז צו זיין אויפריכטיג מיט זיך! יעדער אין זיין מצב וואס איך האב אים אריינגעשטעלט, זאל ניצן זיין קאפ וואס איך האב אים געגעבן, צו טראכטן און ציקומען צו וואס עס איז די תכלית האמת און לעבן דערמיט! צו ביסטו א מוסלאמענער צו א קריסט אדער גאר אן אטעאיסט דאס גייט מיר זייער ווייניג אהן.
צו די עסט יום כיפור אדער נישט גייט מיר אויך נישט ציפול אהן. וואס גייט מיר יא אהן איז די פאקט אז די האסט שוין איינגעזען אז איך קער נישט אויב די עסט יום כיפור, און די פאסט נאכאלטס! דאס איז וואס שטערט מיר! די האסט איינגעזען אז אלעס וואס מען האט דיר פארקויפט איז שטותים, נו פארוואס ביסטו ווייטער מיטגעגאנגען מיט דעם? פארוואס ביסטו נישט געווען אמת'דיג מיט זיך???
כפירה בעיקר ז’ ח’ ט’
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: א נאכט פארברענג מיט גאט
אויב ניצט מען נאר שכל, פארוואס האט גאט הנאה אויב איך פיר אן אטענטישע לעבן?
@עצי שיטים
@עצי שיטים
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך ווייס דען וואס גאט האט ליב? אונז האבן שכל פאר א סיבה.. ניץ עס און קום צו צי דיינע אייגענע באשלוסן..צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אויב ניצט מען נאר שכל, פארוואס האט גאט הנאה אויב איך פיר אן אטענטישע לעבן?
@עצי שיטים
אכ"פ אזוי האט מיין חלום דיקטירט.. קענסט טאקע ציקומען מיט דיין שכל אז מיין חלום איז א שטיק שטותים.
פארוואס איז מער שכלדיג צו זאגן אז די באשעפער וויל אז אונז זאלן נאכפאלגן בלינדערהייט זאכן וואס שטימען נישט מיט די שכל, בלויז ווייל אידן איינגעהילט אין ווייסע בעקיטשעס האבן אזוי געהייסן, מער ווי אננעמען אז די באשעפער וויל גאר פארקערט אז אונז זאלן איינזען די מלנ"ז פון זייערע ווערטער, און טון וואס די אייגענע שכל דיקטירט?
איך פרעג נאר..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
לויט דער רמב"ם, מעג מען מייחס זיין פילינגס צו גאט?