בנוגע דאס אז עס זעהט אויס ווי עס זענען דא צוויי קעגנזייטיגע שטראמען: די געמיינדע על הכלל ציהט אלס מער רעכטס און רעכטס בשעת אינדיווידואלן (בקצה המחנה) ציען פּראפּארציאנאל מער לינקס ווי פריער, קען מען דאס אפשר מקשר זיין מיט׳ן
טאָקעוויל עפעקט אין פאליטישע פילאזאפיע. דאס לויטעט אז ווען א מער פארמאכטע מדינה געבט נאך רעפארמען דאן שטייט דאס אין א גרעסערע סכנה אז מ׳זאל וועלן (פּראפּארציאנאל)
נאך מער און ווערן ברוגז ווען מ׳קומט דאס נישט נאך. אזא סארט משביעו מרעיבו ויש לו מנה רוצה מאתיים (און נאך מער). דאס זעהט מען צב״ש וואו ווען מ׳געבט נאך און מ׳טוהט קעגן אינעקוואליטי פארפירט מען ערשט נאך מער איבער די פראבלעמען דערין וואס זענען נאך דא.
ולענינינו איז אפשר אויך אביסל ענליך. הגם די געמיינדע ציהט טאקע רעכטס אלס א (קאַוּנטער-)רעאקציע צו מאדערנקייט וכו׳, איז אבער דאך דא בהכרח ובע״כ רעפארמען צו ״השכלה״ און ״לינקקייט״ אא״וו; דאס קען זיך דערקענען אין די מער קצה המחנה אבער פארט א חלק פונעם אלגעמיינעם חרדי׳שן סאָסייעטי. דאס ברענגט דערצו אז עס ווערט נאך מער ארויסגעשטארצט די חלק פון דאס ״רעכטקייט״ וואס איז נאך דא (און וואקסט).
*
לגבי די טענה קעגן מיינע תגובות פון ״כפירה״, האט הרב דר. מיכאל אברהם
א לענגערע אנטווארט קעגן ווען מ׳האט אים באשולדיגט אין ״אפיקורסות״. זיין מהלך איז אז עס איז טאקע יתכן אז ער איז אַן ״אפיקורוס״ (לפי הגדרתם) אבער עס איז נישט שייך צו מאכן איינעם גלייבן (כידוע מהאור ה׳ בהקדמתו) ווייל אזוי-און-אזוי האט אַן אטאריטעט געזאגט. דאס איז (בפרט) וויבאלד דאס איז אלעס געזאגט געווארן דורך בני אדם אשר כל בן אדם עלול לטעות. און סיידן אויב ג-ט אליין זאגט דיר ממש עפעס (וואס אפילו דאן קען זיין אז
דו מאכסט דעם טעות) איז נישט שייך צו זאגן אז ״מ׳טאר זיך נישט דינגען און האלטן אנדערש״. (ער דערמאנט בתו״ד אז דאס׳ן אָננעמען אזא סארט ״מסורה׳דיגע״ מהלך איז א סיבה פאר די פענאמענאן פון יציאה בשאלה וואס מ׳טרעפט ביי די מער אינטעליגענטע במחנינו.) ער ענדיגט צו:
לכאורה עולה כאן שאלת הגבול, האם הכל הולך? אין גבול ללגיטימיות של הדעות? תשובתי היא שאכן אין גבול. השאלה היא מה נכון ומה לא, ולא מה אפיקורסי ומה לא. כל עוד אדם מגבש עמדה על בסיס נימוקים – עמדתו לגיטימית, גם אם הוא נוצרי, רפורמי, או הינדי. אם לשתות את היין שלו או לא, זו שאלה שולית ולא חשובה בעיניי, בוודאי שהיא לא פרמטר רלוונטי בבירור של הדעות עצמן. כשלעצמי, אני מוכן לשתות יין מכל יהודי שרואה את התורה כמחייבת הלכתית, ומקבל את המחויבות לתורה לפי פרשנותו, תהא זו אשר תהא. אני יכול כמובן לחלוק על דעותיו, אבל אם הוא מפרש על בסיס נימוקים והיגיון משלו – הוא לגיטימי כמוני. לא בהכרח צודק כמוני, אבל לגיטימי כמוני (אני לא פלורליסט אלא סובלן). שאלה נוספת היא ממי ללמוד תורה? אם מישהו אפיקורוס האם נכון ללמוד ממנו תורה? אני הייתי לומד מכל אחד שניתן ללמוד ממנו, כלומר מכל מי שדן בדברים מנימוקים הגיוניים ומלמד אותי זווית שלא הייתי חושב עליה. אם הוא לא מטיף אלא מסביר ומנמק, בהחלט כדאי ללמוד ממנו. אני יודע שיש כמה מימרות של חז”ל שאפשר להבין מהן אחרת (וכמה שלא), אבל אני הקטן לא חושב כך. אז או שאפרש אותן אחרת, או שאסתמך על מימרות מנוגדות, או שאחלוק.