א נאכט פארברענג מיט גאט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
עצי שטים האט געשריבן:@יהורם פארוואס האסטו מיר געטעגט?יהורם האט געשריבן:דער אשכול איז גאר זיס געשריבן, אבער פארדינט נישט קיין ראציאנאלער תירוץ.
עס ליינט זיך ווי געשריבן אין א פראוואקאטארישע פרואוו זיך אריינצולייגן אין דעבאטעס וואס וועלן ממילא נישט קלאר ווערן. א לייק איז גענוג.
@עצי שטים
אגב.. איך ווארט טאקע פאר די לייק...
דער לייק האסטו שוין באקומען (צוויי מאל)...
דורכאויס דיין גאנצער חלום האב איך נאר געזען ווידעראמאל און ווידעראמאל אז דיר שטערט שטארק א געוויסע שקר מיט וואס דו האסט געלעבט ביז לעצטנס, און זינט האסט אנגעהויבן נישטערן איז דיר אנטפלעקט געווארן א גאנץ נייע וועלט.
א וועלט וואו מען דארף נישט מורא האבן פון שכר ועונש אדער קשיות, ווייל עס איז נישט ממש דער הייסער פייער אדער ברענעדיגע קוילן וואס אונזערע מלמדים האבן נאכגעשילדערט פונעם ראשית חכמה, נאר עס קען זיין אז זיי האבן אויך נישט פארשטאנען וואס דאס איז פונקטליך. און אזוי אויך איז נישט געפערליך צו אריינטראכטן אביסעלע טיפער אינעם ראציאנאל פון די סאמע אנגענומענסטע זאכן ביי חרדים, און איבער אלעם האסטו געלאזט וויסן אז דו דרייווסט (אפשר נאר אין חלום) א בלויע טעסלא.
צו מיר איז די גאנצע זאך אפגעפרעגט מעיקרא, ווייל איך בין לגמרי נישט איבערצייגט אז דער גאנצער שילדערונג וואס דו לייגסט אראפ וועט זיך בכלל אפשפילן גענוי ווי דו האסט זיך פארגעשטעלט ביים עס הערן צום ערשטן מאל. איך האב אין קאפ נאך מיליאנען אפציעס וואס קענען געשען אויף יענע וועלט, און לאו דוקא מיט א וואגשאהל, ר׳ נחמן, אדער סיי וואס פארמישט אין בילד.
האסטו אמאל געהאט אזא חלום?
קומסט ארויף אויף יענער וועלט און עס ווארט דיר אפ א טאץ הערינג און אייער קיכלעך, א שוויציגער אינגערמאן זיצט דארטן אויסגעפאשעט מיט א בעידינג סוט און איז דיר מסביר אז ער ווארט אויף אן אוידיענץ. קומסט אריין אין בית דין שטיבל און דו זעסט דארט זיצן צוויי חב״ד׳סקער משפיעים וואס רעדן קוים אידיש, און מען הייבט דיר אן צו פרעגן ׳נשאת ונתת באמונה׳ און נאך עטליכע פראגן. נאך פאר די עספיעסט צו ענטפערן זעסטו דורכן פענסטער ווי סאטמאר רב זצ״ל זיצט און פאררויכערט א לולקע ציבעך אינאיינעם מיט הרב קוק זצ״ל אויפן טעראסע פונעם גן עדן פענטהאוז מיט א שמייכל אויסהערנדיג דערביי שלמה קארליבאך ז״ל מיטן געטאר, בעת וואס הרב צבי יהודה קוק זצ״ל צייגט צו פאר ר׳ עזריאל גליק ז״ל א שטיקעלע חומש איבער א טעלער פשעווארסקע לאקשן קוגל.
דו הייבסט זיך אן שפירן אומבאקוועם, אבער מיטאמאל שפאנט אריין א ווייסע זיסע מלאכ׳ל מיט א ריזן טאוול ״אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו לשמים״ און דער ליובאוויטשער דיין לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט דיר פאכענדיג מיט א באטל וואדקע אין די האנט אין ריכטונג פון גן עדן.
און הערשט דאן וועקט דיר דיין ווייב אויף, און דו ווערסט געוואויר אז ״כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועט מען אייך נישט געבן״ איז גארנישט אזוי זיכער...
--
דער פוינט איז, אז מיר האבן נישט קיין השגה אין יענע וועלט, און דעריבער איז נישט וויכטיג צו שפעקולירן וואס עס וועט זיין, נאר ענדערש פרובירן זיך אויפצופירן ווי עס שיינט ׳דיר׳ פאר רעכט. מיר שיינט יא זיך צו פארלאזן אויף וואס איך האב געלערנט און געהערט פון הייליגערע און בעסערע אידן ווי מיר, און דערפאר גלויב איך עס און איך פיר זיך אויף לויט דעם אין וואס איך גלייב. עס איז אבער נישט מוכרח אז ווען מ׳ווערט געוואויר אז עפעס קען זיין אנדערש ווי וואס מען האט דיר געלערנט ביז אהער, אז מען מוז לייקענען דערין. אויב עמיצער דערציילט מיר אז פאריז איז אין פראנקרייך, כאטש וואס איך ווער נאכדעם געוואויר אז ער האט ניטאמאל געוואוסט אויף זיכער, מאכט דאס אבער נישט אז איך זאל מוזן טראכטן עפעס אנדערש.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
יהורם: לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
אונז חרדישע אידן האבן עס "אלל פיגערט אוט" אונז ווייסן יא "פינקטליך" וואס עס קומט פאר אויבן. גיי אריין אין ביהמ"ד און הייב אהן צו פרעגן... אקעי אודאי יעדע דעטאל וועט מען מודה זיין אז מען ווייסט נישט.. אבער די "בעיסיקס" זעמער אונז קלאר וואס עס קומט פאר אויבן...
און מיין ארטיקל זאגט טאקע דאס, "די ווייסט נישט און די קענסט נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן. מעגליך אז עס קומט פאר גאר די פארקערטע פון וואס די שטעלסט זיך פאר. עס איז דאכצעך גענוי די פוינט וואס די זאגסט.
עס קען זיין אז ווען מען וועט ארויפקומען וועט מען טאקע "יא" זען א גרויסע וואגשאל מיט זעקלעך פון ווייסע מצות און שווארצע עבירות און דער באדיטשעווער וועט שטיין ביים זייט מליץ טוב זיין פאר אידישע קינדער... אבער צו קען מען וויסן...?
די ארטיקל איז אינספערירט פון א דעבאטע וואס איז פארגעקומען צעווישן מעט דילאהאנטי און דינעש דעסוזא. ווען דינעש האט בתוך הדברין גע'טענה'ט (בערך אזוי) אז ער "האט עס ארויס" און ווייסט וואס גאט וויל פון אונז (דינען יאשקע לשיטתו) און דאס איז וואס וועט אונז אפווארטן ביים יום שכלו ארוך. ווייל... דאס שטייט דאך אין די בייבל.. און וואס דען וויל ער פון אונז..? און מעט האט אים צירוקגעווארפן... מהיכא תיתא? אפשר איז די אלטימעט טעסט פון גאט אז ער וויל אז די זאלסט לייגן דיינע נגיעות און הנחות קדומות אין א זייט, און ציקומען דורך דיין שכל צו דערזען די צואת שוורים וואס עס ליגט אין וואס יאשקע האט צו פארקויפן...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...מתבודד האט געשריבן:פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
1000 פראצענט! איך האב הנאה אז די ניצט דיין שכל אפציווענדן מיין ארטיקל און זיך באפעסטיגן מיט אמונת חכמים...סמבטיון האט געשריבן:אונז ווייסן מיר טאקע נישט פינקטליך , אבער דאס ביסל וואס אונז ווייסן יא, קומט פון הייליגע פארלעסליכע מקורות וואס איך גלייב אז זיי האבן יא געוויסט פינקטלך וויאזוי עס זעט דארט אויס. קענסט ניצן דיין אייגענע שכל ווי דו ווילסט און וויפיהל דו ווילסט, אבער א טראפ אמונת צדיקים וועט דיר נישט שאטן.
אבער ביטע ניץ נאר אמונת חכמים אויף וויפול דיין שכל און לאגיק ערלויבט... שטיפ עס נישט ווייטער...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
צוויי אהאלב בלעטער פון תגובות אויף דיין שטיקל ווייזן אז רוב הציבור האט יא אנגענומען אז די קומסט צו צי א, לכה”פ טיילווייזע מסקנא. סוי כנ”ל קענסט זאגן אז די האסט גארנישט געוואלט מסכם זיין אויף למעשה, אבער וואלסט געמעגט עס קלארער ארויסברענגן.עצי שטים האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...מתבודד האט געשריבן:פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל.
(און הער אויף נוצן די טענה אז האסט נאר נאכגעשריבן די חלום. ס’איז דאך נאר א חלום אז ס’א חלום..)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
'שכל' איז לכאורה די מערסט אפעקטיווע ''ארבעט-געצייג'' מיט וועלכע גאט האט אונז 'אויסשטאפירט' און צוגערישט דא אויף אונזער וועלט. לעת עתה האבן מיר נישט עפעס בעסערס און אלץ איז געבויעט אויף דעם. דא עקא, אונז האבן מיר נישט קיין אנונג צו די דאזיגע טאל פירט אונז טאקע צום ריכטיגע וועג, זיכער ביי די פארנעפלטע, מיסטישע, רוחניות'דיגע עניינים. און אונז האבן נישט קיין מושג צו דאס איז טאקע די ריכטיגסטע טאל אין די נושאים.
אויב וואלט שכל געווען אזוי אקוראט און גענוי לגבי אידישקייט אזוי ווי ער איז אין אנדערע תחומים ווי לאגיק, סייענס וכדומה דאן וואלט נישט געווען די אלע טויזענטע פארשידענארטיגע שיטות, דעות, מהלכים, קרייזן און גרופעס מיט וואס אידישקייט איז געבענטשט מיט.
וואס יא?
איין באשעפער ווייסט.

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
וואס יא? ס'נישט דא קיין יא. אזוי קומט עס, קרייזען און גרופעס זענען קעגנזייטיגע שכל'ס, ס'דוקא געזונט אזוי, מ'שארפט זיך אויס די שכל, והמשכילים ישכילו הזוהר הרקיע. דאס שיינט ביי יודישקייט, איין באשעפער ווייסט טאקע דאס, און ער וויל אונז זאל מיר דאס אויך וויסען.שאלתיאל האט געשריבן:'שכל' איז לכאורה די מערסט אפעקטיווע ''ארבעט-געצייג'' מיט וועלכע גאט האט אונז 'אויסשטאפירט' און צוגערישט דא אויף אונזער וועלט. לעת עתה האבן מיר נישט עפעס בעסערס און אלץ איז געבויעט אויף דעם. דא עקא, אונז האבן מיר נישט קיין אנונג צו די דאזיגע טאל פירט אונז טאקע צום ריכטיגע וועג, זיכער ביי די פארנעפלטע, מיסטישע, רוחניות'דיגע עניינים. און אונז האבן נישט קיין מושג צו דאס איז טאקע די ריכטיגסטע טאל אין די נושאים.
אויב וואלט שכל געווען אזוי אקוראט און גענוי לגבי אידישקייט אזוי ווי ער איז אין אנדערע תחומים ווי סייענס וכדומה דאן וואלט נישט געווען די אלע טויזענטע פארשידענארטיגע שיטות, דעות, מהלכים, קרייזן און גרופעס מיט וואס אידישקייט איז געבענטשט מיט.
וואס יא?
איין באשעפער ווייסט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
יהורם האט געשריבן:דער לייק האסטו שוין באקומען (צוויי מאל)...
דורכאויס דיין גאנצער חלום האב איך נאר געזען ווידעראמאל און ווידעראמאל אז דיר שטערט שטארק א געוויסע שקר מיט וואס דו האסט געלעבט ביז לעצטנס, און זינט האסט אנגעהויבן נישטערן איז דיר אנטפלעקט געווארן א גאנץ נייע וועלט.
א וועלט וואו מען דארף נישט מורא האבן פון שכר ועונש אדער קשיות, ווייל עס איז נישט ממש דער הייסער פייער אדער ברענעדיגע קוילן וואס אונזערע מלמדים האבן נאכגעשילדערט פונעם ראשית חכמה, נאר עס קען זיין אז זיי האבן אויך נישט פארשטאנען וואס דאס איז פונקטליך. און אזוי אויך איז נישט געפערליך צו אריינטראכטן אביסעלע טיפער אינעם ראציאנאל פון די סאמע אנגענומענסטע זאכן ביי חרדים, און איבער אלעם האסטו געלאזט וויסן אז דו דרייווסט (אפשר נאר אין חלום) א בלויע טעסלא.
צו מיר איז די גאנצע זאך אפגעפרעגט מעיקרא, ווייל איך בין לגמרי נישט איבערצייגט אז דער גאנצער שילדערונג וואס דו לייגסט אראפ וועט זיך בכלל אפשפילן גענוי ווי דו האסט זיך פארגעשטעלט ביים עס הערן צום ערשטן מאל. איך האב אין קאפ נאך מיליאנען אפציעס וואס קענען געשען אויף יענע וועלט, און לאו דוקא מיט א וואגשאהל, ר׳ נחמן, אדער סיי וואס פארמישט אין בילד.
האסטו אמאל געהאט אזא חלום?
קומסט ארויף אויף יענער וועלט און עס ווארט דיר אפ א טאץ הערינג און אייער קיכלעך, א שוויציגער אינגערמאן זיצט דארטן אויסגעפאשעט מיט א בעידינג סוט און איז דיר מסביר אז ער ווארט אויף אן אוידיענץ. קומסט אריין אין בית דין שטיבל און דו זעסט דארט זיצן צוויי חב״ד׳סקער משפיעים וואס רעדן קוים אידיש, און מען הייבט דיר אן צו פרעגן ׳נשאת ונתת באמונה׳ און נאך עטליכע פראגן. נאך פאר די עספיעסט צו ענטפערן זעסטו דורכן פענסטער ווי סאטמאר רב זצ״ל זיצט און פאררויכערט א לולקע ציבעך אינאיינעם מיט הרב קוק זצ״ל אויפן טעראסע פונעם גן עדן פענטהאוז מיט א שמייכל אויסהערנדיג דערביי שלמה קארליבאך ז״ל מיטן געטאר, בעת וואס הרב צבי יהודה קוק זצ״ל צייגט צו פאר ר׳ עזריאל גליק ז״ל א שטיקעלע חומש איבער א טעלער פשעווארסקע לאקשן קוגל.
דו הייבסט זיך אן שפירן אומבאקוועם, אבער מיטאמאל שפאנט אריין א ווייסע זיסע מלאכ׳ל מיט א ריזן טאוול ״אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו לשמים״ און דער ליובאוויטשער דיין לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט דיר פאכענדיג מיט א באטל וואדקע אין די האנט אין ריכטונג פון גן עדן.
און הערשט דאן וועקט דיר דיין ווייב אויף, און דו ווערסט געוואויר אז ״כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועט מען אייך נישט געבן״ איז גארנישט אזוי זיכער...
--
דער פוינט איז, אז מיר האבן נישט קיין השגה אין יענע וועלט, און דעריבער איז נישט וויכטיג צו שפעקולירן וואס עס וועט זיין, נאר ענדערש פרובירן זיך אויפצופירן ווי עס שיינט ׳דיר׳ פאר רעכט. מיר שיינט יא זיך צו פארלאזן אויף וואס איך האב געלערנט און געהערט פון הייליגערע און בעסערע אידן ווי מיר, און דערפאר גלויב איך עס און איך פיר זיך אויף לויט דעם אין וואס איך גלייב. עס איז אבער נישט מוכרח אז ווען מ׳ווערט געוואויר אז עפעס קען זיין אנדערש ווי וואס מען האט דיר געלערנט ביז אהער, אז מען מוז לייקענען דערין. אויב עמיצער דערציילט מיר אז פאריז איז אין פראנקרייך, כאטש וואס איך ווער נאכדעם געוואויר אז ער האט ניטאמאל געוואוסט אויף זיכער, מאכט דאס אבער נישט אז איך זאל מוזן טראכטן עפעס אנדערש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לויט ווי איך פארשטיי איז די עולם געטריגערט געווארן פון די בלויזע פאקט אז איך בין מטיל ספק אונעם טראדיציאנאלע אנגענומענע מהלך המחשבה, נישט דאס פאקט אז מען האט געמיינט אז איך צי מסקנות. איך זע נאכאלטס נישט ווי איך האב אראפגעשטעלט אז "אזוי איז עס"מתבודד האט געשריבן:צוויי אהאלב בלעטער פון תגובות אויף דיין שטיקל ווייזן אז רוב הציבור האט יא אנגענומען אז די קומסט צו צי א, לכה”פ טיילווייזע מסקנא. סוי כנ”ל קענסט זאגן אז די האסט גארנישט געוואלט מסכם זיין אויף למעשה, אבער וואלסט געמעגט עס קלארער ארויסברענגן.עצי שטים האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אזוי? ווייל איך לייג פאקטיש אראפ א קעגנזייטיגע סיפור? וואס דען האסטו געוואלט אז איך זאל פארציילן? אז איך קום ארויף און איך ווייס נישט וואס איך זע? איך מיין.. פארגעס נישט דאס איז בלויז א חלום סאו זיכער קען מען דאך נישט וויסן. עס איז בלויז א חלום פון א מעגליכע סענעריאו...מתבודד האט געשריבן:פון דיין ארטיקל, טאקע מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, קוקט נישט אויס אזוי.לאמיר זיין זייער קלאר, איך האב נישט געמיינט מיט דעם באשרייבונג פון מיין חלום צו זאגן אז "דאס" איז וויאזוי עס גייט צו דארטן אויבן. פארקערט גאר, איך האב ארויסגעברענגט מיטן ארטיקל טאקע דאס וואס די זאגטס צעווישן דיינע אייגענע ווערטער, אז "קיינער קען נישט וויסן" וואס עס קומט פאר דארטן.
איז אדער פרובירסטו צוריקדרייען דאס רעדל, אדער האסטו זיך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל.
אפילו ביים ליינען מיינע ארטיקלען דארף מען ניצן די שכל.
(און הער אויף נוצן די טענה אז האסט נאר נאכגעשריבן די חלום. ס’איז דאך נאר א חלום אז ס’א חלום..)
מיטן שרייבן אז ס'איז בלויז א חלום מיין איך צו זאגן טאקע דאס, אז די ארטיקל איז בלויז געשריבן געווארן אין די קאנטעקסט פון א חלום, וואס אפילו איך אליין פארשטיי אז דאס איז בלויז א חלום און פאקטיש קען עס זיין אז די אמת איז אויף א צווייטע אופן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים: מיר האט געשטערט פארוואס דו האסט נישט אנגעטון קיין סיעט בעלט. דו וואלסט (האפנטליך) אדורכגעלעבט דעם קראך מיט דעם הערש.
גם אני בחלומי. נאר ס'איז עכט געווען בהקיץ. ווייל מיט בערך א צוויי יאר צוריק האט א הערש אריינגעקראכט אין מיין קאר. בחסדי השם איז קיינער אין קאר נישט געשעדיגט געווארן. די קאר איז שטארק געדעמעדזשט געווארן. נאר די פיעלינג וואס א מענטש האט ווען א הערש קראכט אריין אין קאר קענמען נישט אראפמאלן. נאר איינער וואס האט עס אדורכגעמאכט פארשטייט עס. איך האב בשעתו געהאט א פיעלינג ווי איך האב אריינגעקראכט אין אן אייזערנעם שטאנג.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
די רמח"ל זאגט עס אלץ א פאקט, זאגט עצי אז די פאקט איז מנל"ז, וואס איז דער פראבלעים?סמבטיון האט געשריבן:איינע פון די טריגגערס וואס האט מיר געטריגערט
" תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! "
אזוי שרייבט מען אויף אזעלכע הייליגע ווערטער פון רמח"ל?
(ובפרט אז די מהלך פון רמח"ל שטימט מילא נישט, ווייל לשיטתיה קען דער אייבערשטער נישט מאכן קיין נהמי שאינה כיסופא, וואס זאגט אז גאט איז נישט קיין כל יכול)
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
און בכלל איז אויסגעקומען פון דעם אשכול אז די ווערטער פון די רמח"ל (נישט פארמישן מיטן מלנ"ז) זענען זיך לכאורה סותר מיטן מציאות פון גיהנם. והבוחר יבחר...קהל'ס נער האט געשריבן:די רמח"ל זאגט עס אלץ א פאקט, זאגט עצי אז די פאקט איז מנל"ז, וואס איז דער פראבלעים?סמבטיון האט געשריבן:איינע פון די טריגגערס וואס האט מיר געטריגערט
" תחלית הטוב להטיב ב"ס.. אבי געזונט! "
אזוי שרייבט מען אויף אזעלכע הייליגע ווערטער פון רמח"ל?
(ובפרט אז די מהלך פון רמח"ל שטימט מילא נישט, ווייל לשיטתיה קען דער אייבערשטער נישט מאכן קיין נהמי שאינה כיסופא, וואס זאגט אז גאט איז נישט קיין כל יכול)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.חדשים האט געשריבן:איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.
כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...
מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
- • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
- (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
- • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
- • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
- • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
- • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די אלע… עםם… שכל׳דיגע קשיות דא זענען נישט קעגן ״שכל״ נאר קעגן (העלענישע) ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. מיינענדיג, אז אויב נעמט מען א פילאזאפישע פאזיציע אז ביז איך בין נישט זיכער און עפעס ווארף איך עס אפ, דאן ווערן נולד אפאר פון די פירכות (חוץ די אטעמען וואס איז בע״כ; קיינער טוהט דאס נישט ווייל ״ס׳גליסט זיך״ (אחוץ טאמער באציהט מען זיך צום שאלה צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד, וואס דאס האט טאקע אלבּערט קאמוס געשריבן איז טאקע ״די״ שאלה פון פילאזאפיע/חכמה/שכל)). דאס נעמט אָן בהנחה, אזוי ווי @בְּתוֹךְ עַמִּי האלט, אז שכל דיקטירט נאר אָנצונעמען עפעס אין וואס מ׳איז 100% זיכער און טאמער נישט דאס נישט אָנצונעמען כלל. אבער ראשית כל איז שוין גארנישט זיכער אז דאס איז וואס ״שכל״ דיקטירט, ושנית כל אפילו לפי די סקעפּטיקס איז נישט דאס זייער פאזיציע.
ווייל אפילו לפי הסקעפּטיקס איז כמובן די ״שכל׳דיגע״ פירכא דערצו אז אין אבסאלוט גארנישט קען מען דאך בעצם נישט זיין זיכער (ועיין בחתימתי), וא״כ היאך יכול האדם להימצא ידיו ורגליו בזה העולם? וממילא איז וואס זיי טענה׳ן איז אז די מערסטע וואס מ׳קען טוהן איז א סארט probabilistic assent: מ׳גייט מיט מיט דאס וואס זעהט אויס פאר׳ן מענטש דאס מערסטע ״שכל׳דיג״ ריכטיגסטע לגבי זיין פערזענליכע לעבן אא״וו; עס באדארף נישט צו זיין א ראדיקאלע סקעפּטיסיזם. אבער בשו״א טראמפּייט מען דאס נישט אלס א (יוּניווערסאלן) ״אמת״ וכדומה. דאס איז וואס ״שכל״ זאגט אליבייהו. דאס מיינט אבער ווייטער נישט אז מ׳געבט נישט זאכן אונטער א כור המבחן בשכל - עס איז דא די probabilistic threshold פון ״מסתבר״ וואס זאכן דארפן נאכקומען צו געבן אפילו די סארט שוואכערע assent. און אויב עפעס קומט אפילו דאס נישט נאך דאן ווארפט מען דאס טאקע אפ לגמרי.
אין אנדערע ווערטער, די fallacy וואס מ׳באגייט דא איז אז מ׳טוהט טענה׳ן:
1). שכל ← ראדיקאלע סקעפּטיסיזם וואו מ׳ווארפט אפ יעדעס זאך ביז עס איז דייקא 100% מבורר
נישט דאס איז קיינעם׳ס טענה דא, ואפילו טאמער נעמט מען א סקעפּטישע שטאנד, אזוי ווי די… ״שכל׳דיגע״ פירכא דערויף. נאר כנ״ל.
ואגב, לגבי די, ווייטער ״שכל׳דיגע״, טענה פון פּאַסקאַל׳ס געוועט:

איז כידוע די פירכא דערויף אז דאס העלפט אבסאלוט גארנישט. וויבאלד איינמאל מ׳איז שוין נניח יא חושש אויף עוה״ב אא״וו, ווייסט מען דאך נאך אלס נישט וואס ברענגט אהין. די פארשידענארטיגע רעליגיעס בעולם טענה׳ן דאך פארקערטע זאכן דערויף: לויט׳ן קריסט איז דער מאָסלים און איד נישט זוכה דערצו ״צום מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים״ און פארקערט פארקערט אא״וו; זיי זענען בעצם mutually exclusive אין דעם. (ווי אויך איז באקאנט אז דאס אליין איז א קשיא דערויף: דאס איז די צוגאנג וואס מ׳באדארף לגבי רעליגיע? ״העדזשען די בּעטס״ just in case?)בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איז אזוי.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.חדשים האט געשריבן:איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.
כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...
מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
- • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
- (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
- • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
- • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
- • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
שוין גענוג פאר היינט. כ׳האף אין אן אנדערן געלעגנהייט ממשיך צו זיין בנוגע די ערווענטע טיפערע כוחות הנפש...
- • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
איך האב דיר געפרעגט וואספארא ווייטאג האט מען פון נוצן די שכל. קלאר? פארוואס קומסטו מיט 5 בולעט פוינטס וואס ברענגען ארויס די בענעפיטס פון נוצן די שכל?
די אנדערע כוחות הנפש, וואס דאס איז די עיקר פון די שמועס, איך וויל דאך וויסן די compare and contrast לייגסט אוועק פאר נעקסטיים. בעיסיקלי, איז נישטא צו וואס עס צו קאמפערן צו זען אויב דארט איז נישטא די אלע בולעט פוינטס.
נאכאמאל איך פארשטיי נישט וואס די בולעט פוינטס זענען א חסרון. אבער לשיטתך אז עס איז יא א חסרון, וואלט איך גענומען די פארקערטע פון שכל, וואס דאס איז געפיל, און געמאכט די זעלבע פוינטס.
למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% געפיליש׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל געפיל טענה׳עט:
- • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען געפיליש אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו א געפיל וואס דו האסט נישט ליב גייט דיך עס פייניגן זיך צו קאמיטן דערצו.
- (נאכן טרעפן אלע געפילן אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
- • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
- • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו פילן אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, דו גייסט נישט פילן גוט זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
- • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט פילט גוט, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
- • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שכל איז דער ערגסטער מיטל צי אנאליזירן און צי אנקימען צי מסקנות, אחוץ אלע אנדערע מהלכים.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אנטלויפן פון פעין (און נאכלויפן תענוג) איז יוניווערסעל, ס׳האט מיט רעליגיע אדער געטשקע קיין שום שייכות, כל אשר נשמה באפו איז כל כלו עוסק בזה... יעצט, איז דא מענטשן וואס האלטן אז ׳שכל׳ איז די איינציגסטע און בעסטע GPS און וועגווייזער צו טרעפן דעם אוצר של תענוג.חדשים האט געשריבן:איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז שכל קען פייניגן און וויי טון. אפשר וואלסטו געקענט בעסער מסביר זיין וויאזוי? איך פארשטיי אז פאקטן קענען וויי טון, אבער וויאזוי טוט שכל וויי?בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:בסך הכל זאגן ענק ביידע אז מ׳טאר זיך פון ׳שכל׳ קיינמאל נישט אוועקרירען, אפילו עס טוט וויי, אפילו עס פייניגט, ווייל דאס איז די אלטימעט. אויף דעם זאג איך אז דאס איז א ׳רעליגיע׳ א ׳געטשקע׳ וואס פייניגט די מענטשהייט מער פון עני רעליגיע וואס עקזיסטירט בעולם און כ׳וויל דעם געטשקע נישט דינען.
כ׳קען פארשטיין אז א מענטש דארף טון וואסיז ריכטיג אפילו עס טוט וויי, מיין ארגיומענט איז אבער אז ווער זאגט אז מיין טריקענע אנאלעטיקל שכל דארף זיין די אלטימעט קובע? ס׳איז פארהאן מערערע טיפערע און העכערע מעטאדן וויאוזי א מענטש קען צו צוקומען צום אמת פון דעם... שכל איז די טאקע די ערשטע ׳קאנטשוס׳ כח בנפש, אבער ס׳דא טיפערע ׳לעגיטימע׳ כוחות בנפש אויך...
מער פון דעם איז שווער צו מסביר זיין מיט ׳ווערטער׳ וואסיז בעצם א ׳כלי׳ צו דעליווערן ׳שכל׳.
נאך א שאלה, וואס זענען די טיפערע לעגיטימע כוחות בנפש וואו מען קען אוועלויפן ווען שכל פייניגט? יענע כוחות פייניגן נישט קיינמאל?
וואס האסטו אזוי מורא ווען עפעס טוט דיר וויי אדער פייניגט דיר? איז נישט ווערן געפייניגט דיין געטשקע?
וואס האט דיר די אשכול געפייניגט?
למעשה, אויב ווילסטו וויסן אז דו ביזט אויסגעהאלטן 100% שכל׳דיג מאך דיר גרייט פאר אסאך טראבל, ווייל שכל טענה׳עט:
- • איידער דו נעמסט אויף דיר דעם עול פון א רעליגיע פאָר די רעסט אף יאָר לייף דארפסטו וועריפייען שכל׳דיג אז ס׳איז טאקע א ריכטיגע, און אויב טרעפסטו קשיות דערויף מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך צו קאמיטן דערצו.
- (נאכן טרעפן מיליון קשיות אויף יעדע רעליגיע/שיטה שבעולם...)
- • איידער דו ווארפסט פון דיר אראפ יעדן עול, מאך טאקע זיכער אז ס׳נישטא קיין יענע וועלט ח״ו כדי זאלסט נישט דערלייגן די מעסיוו צוגעזאגטע שכר/תענוגים
- • איידער דו האסט חתונה און שטעלסט אויף א שטוב מיט קינדער, דארפסטו וועריפייען אז ס׳האט ערענסטע שאנסן צו מצליח זיין, ס׳מאכט נישט קיין ׳סענס׳ זיך אריינצולייגן און א סיטשועישן וואס קען דיר גורם זיין פיל ווייטאגליכע עגמות נפש.
- • איידער דו קומסט ארויס פון בעט אינדערפרי, מאך זיכער אז די גאנצע זאך/וועלט מאכט עפעס ׳סענס׳, און ס׳נישט עפעס א סארט חלום ענליך צו די נאכט חלומות.
שוין גענוג פאר היינט. כ׳האף אין אן אנדערן געלעגנהייט ממשיך צו זיין בנוגע די ערווענטע טיפערע כוחות הנפש...
- • איידער דו גיבסט דיין נעקסטן... אטעם, מאך זיכער אז דו טוסט עס ווייל ס׳מאכט ׳סענס׳ (ווי א סענסיבל יומען ביאינג) און נישט סתם ווייל ס׳גליסט דיר אזוי.
(קהל'ס)
באזירט אויף טשורטשיל'ס “Democracy is the worst form of government, except for all the others.”
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ווען איך רעד פון ׳שכל׳ רעד איך פון ׳אבסטראקט׳ שכל. פארשטייטסעך אז ווען שכל ווערט דיין טול, צו דינען דיינע אינטערעסן, וועט ער דיר זאגן דאס וואס דו ווילסט הערן... אבער דאס איז נישט בעצם ׳שכל׳ לשם ׳שכל׳.
למשל א ׳פערד׳ וואלטסעך קיינמאל נישט ארויסגעלאזט אויף א שפאציר צום רבי׳ן אויף יו״ט, דאס איז דער שטאנד פון א פערד... איי, ווען דער חסיד האט דערויף געריטן האט דער פערד יא געמאכט זיין וועג צום רבי׳ן? דאסיז נישט ער, עמיצער רייט דערויף און ער איז משעובד... כן הדבר הזה לדעתי.
סאוי, ווען מ׳איז הונגעריג מאכט ׳סענס׳ צו עסן? תירוץ; יא! אבער דאסיז נאר פון דיין פערספעקטיוו אז דו ווילסט שטילן דיין הונגער און דיין ׳שכל׳ שטעלט זיך צו צו דיר און זאגט דיר אז צו עסען איז די וועג וויזוי מ׳שטילט די הונגער. ס׳מיינט נישט אז שכל בעצם איז געקומען צו די מסקנה אז דאס איז וואס דו דארפסט יעצט טון. ׳שכל׳ האט נישט קיין פראבלעם מיט הונגער, ׳דו׳ האסט א פראבלעם דערמיט...
פאר דעם זאג איך אז אויב ווילסטו עקסעפטן בלויז וואס שכל דיקטירט, און דארפסט ׳אלעס׳ וועריפייען מיט שכל, ווערסטו משעובד צום שכל בבחינת עבד המשעבד את אדוניו.
הלכה למעשה: ווען ׳שכל׳ ווייזט דיר דעם וועג (וואס פירט דארט צו ווי ׳דו׳ ווילסט אנקומען) קלאָר און דייטליך, דאן וואסיז די פראגע? גאוי פאָר איט!
אבער און א פאל וואס דער ׳שכל׳ קען דיר נישט צושטעלן עפעס מער ווי קשיות און ספיקות, וואסיז די גדולה דערפון? אתמהה??
וואס מאכט יא ׳סענס׳ איז, אז דער בורא ב״ה וואס האט צוגעשטעלט פאר אלע בעלי חיים ספעציעלע און פארשידענע טולס צו באקומען זייערע באדערפענישן, האט פאר דעם מין האנושי וואס איז דאך אָן טאַפ אף די ליין זיכער צוגעשטעלט כלים פאר זיינע געברויכן... והיות, איינע פון זיינע געברויכן איז ׳בקשת האמת׳ מאכט ׳סענס׳ אז ער האט אויך אינסטאלירט די כלים עס צו טרעפן....

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.