פאליא קעיס אין ראקלענד קאונטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

:lol: מן הסתם דער זעלבער בריסקער איז אהיימגעקומען י’’ז בתמוז נאכ’ן דאווענען, און ער בעט ס’ווייב זאל אים צוגרייטן א פרישטאג כיד המלך.
זאגט זי היתכן? ס’דאך א תענית! זאגט ער, נא דו ווייסט נישט אז אין בריסק האט מען זייער מחמיר געווען אויפ’ן ’’ונשמרתם’’, במילא פאסט מען נישט...
למעשה אינמיטן אריינבייסן אין זיין סענדוויטש זעט ער ווי זי גרייט זיך אויך אן א סעודה פאר זיך,
שרייט ער נא! מ’פאסט!.. זאגט זי, יא אבער בריסק...
נע, איז ער מסביר. אין בריסק האט מען נישט באמוטשעט די פרויען מיט חומרות.....
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
עזריאל רוטנברג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 4:55 pm
געפינט זיך: קרית לייבניץ
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך עזריאל רוטנברג »

לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

לויט ווי איך פארשטיי איז דער שיטה אין בריסק אז א רפואה וואס האט א שטיקעל סכנה איז נאר מותר צוליב ניתנה רשות וכו'. ממילא טאר מען נישט טוהן א אפעראציע וואס פארלאנגט איינשלאפן וכדומה, ווייל איינשלעפען האט א סכנה צו זיך, און אויף דער סכנה איז דאך שוין נישטא קיין ניתנה רשות, ווייל עס איז נישט א חלק פין דער רפואה.
וואקסינס, היות מען גיבט זיך אריין א חלק פין דער מחלה, איז אויך נישט דער היתר.
אבער דער וואקסינאציע פאר קאוויד וואלט לכאורה געדארפט זיין מותר אפילו פאר זיי ווייל עס האט נישט קיין שום חלק פין דער מחלה בכלל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

עזריאל רוטנברג האט געשריבן:לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

היסטאריע האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז דער שיטה אין בריסק אז א רפואה וואס האט א שטיקעל סכנה איז נאר מותר צוליב ניתנה רשות וכו'. ממילא טאר מען נישט טוהן א אפעראציע וואס פארלאנגט איינשלאפן וכדומה,
אין בריסק האט מען נישט געמאכט קיין אפעראציעס וואס מען דארף איינשלעפן??
קיינמאל נישט געוואוסט...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

מתבודד האט געשריבן:

עס שטײט לרפאות חולה??
עס שטײט לרפאות סתם.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מתבודד האט געשריבן:
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
פארוואס איז אזוי סימפעל? מען האט אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער שיקט דער רפואה פאר דער מכה.

עס שטייט אין מנהגי בריסק דף נג
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בריסקע שיטה ווייסעך נישט, אבער דער רמב״ם האט געווידמענט א גאנצע פרק אין הלכות דעות פאר רפואה און רעדט דארט ׳בלויז׳ פון די פריווענשען חלק...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

היסטאריע האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
פארוואס איז אזוי סימפעל? מען האט אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער שיקט דער רפואה פאר דער מכה.

איך ווייס נישט צו די מאכסט ליצנות אדער די כאפסט טאקע נישט. די באשעפער באשאפט די רפואה פאר א קראנקהייט, פאר ער באשאפט די מכה אליינס. ס’האט גארנישט מיט פרעווענטן א מחלה.
בדרך משל ווען איך בין נערוועז געווארן פון דיין, במחילת כבוד תורתך, נארישע תגובה, האט די אויבערשטער שוין פון פארדעם אנגעגרייט פאר מיר א פושקע צוגארעטליך זיך צו בארואיגן...

נאך דעם איז א צווייטער מצפצף אז ס’שטייט לרפאות סתם, און נישט דווקא א קראנקן. אינטרעסאנט טאקע אז די תורה שרייבט נישט ’’לא תרצח את החי’’ פון ווי זאל איך וויסן אז די תורה לאזט נישט הרג’ענן דווקא א לעבעדיגן, אפשר רעדט מען פון א טויטן?...
די ווארט לרפאות-אויסהיילן, האט א דעפענישן: אויסהיילן א קראנקע מענטש!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

רציחה ביי דעפיניציע מיינט א לעבעדיגע מענטש (און נישט א עובר)
רפואה ביי דעפיניציע מיינט ביידע.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:בריסקע שיטה ווייסעך נישט, אבער דער רמב״ם האט געווידמענט א גאנצע פרק אין הלכות דעות פאר רפואה און רעדט דארט ׳בלויז׳ פון די פריווענשען חלק...
איך גיי נישט מיט גראדע האלבע פיאות און איך טראג גלעזער אויך ווען ס’נישט דא קיין עירוב...
כ’בין נישט קיין בריסקע און כ’בין נישט דא צו מסביר זיין אדער דעפענדן זייער שיטה.

די רמב’’ם פון וואס די רעדסט רעדט נישט פון רפואות סטייל זאכן צו פרעווענטן מחלות, א שטייגער ווי וואקסינען, נאר ענדערש פון וועלכע הנהגות וועלן העלפן מ’זאל נישט קראנק ווערן.
למשל גיין אין זשים און עסן געזונטע סעודות וכו’וכו’
אויב מאך איך א טעות בעט איך דיך פון פארדעם איבער. רמב’’ם איז נישט עכט מיין ליין...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אויף דעם וואס מתבודד שרייבט דא
דער רפואה פאר די מכה איז געוועהן צו טעסטען דיין אינטעליגענץ, האסט שטיקעל געפעסד. (ווען איך בין דיר, מיט דיין מדרגה אין אינטעליגענץ, שרייב איך נישט מיט אזא גאות).

לגבי רפואה אין שבת שטייט א היתר אז א רפואה פאר דער מחלה כדי דער מחלה זאל נישט חל זיין, האבן די חכמים נישט גע'אסרט צו טוהן אין שבת, ווייל עס הייסט נישט רפואה.

וואלסטו זיך לכאורה געפרייט אויף דעם כמוצא שלל רב, קומט דאך אויס אז עס שטייט בפירוש אז עס הייסט נישט קיין רפואה. אבער משם ראי' להיפוך, נישט נאר אין דער וואכען מעג מען, נאר אפילו שבת.

דער גאנצע ניתנה רשות לרופא לרפאות קומט נישט אריין, טאקע ווייל עס הייסט נישט קיין רפואה. משל למה"ד, ווען דער שונא קומט, און מען באהאלט זיך אין א מבצר כדי נישט צו זיין עקספאזט צום שונא. והיינו הך, מען נעמט די וואקסין כדי די מחלה זאל נישט חל זיין, ממילא איז עס מעיקרא נישט קיין שאלה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מתבודד: לאמיר נעמען דיין (בריסקער) ארגומענט צו אן אבסורדאלן לעוול (שטאפל). די תורה און כביכול דער אייבישטער לאזט נישט אייננעמען וואקסינען כדי צו פארמיידן א מחלה. אבער ווען דער מענטש ווערט שוין (ח"ו) קראנק, דאמאלס קומט אריין דער פסוק ורפא ירפא כדי צו געבן רשות פאר'ן דאקטער צו היילן.

דער גאנצער בריסקער מהות האט (במחכת"ה) מער צו טון מיט או.סי.די. ווי מיט סיי וואס אנדערש...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רומאר אז נאך צוויי אידן זענען געווארן אנגעשטעקט

Cp
*די צרה וואס האט באטראפן די אנטי-וועקסערס*

מיט גרויס שאק האט דער חרדי'שער ציבור אויפגענומען די נייעס אז *א היימישער יונגערמאן אין מאנסי איז נעבעך געווארן צוגעשמידעט צו א וויל-טשעיר* נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט פון פאליא, א מחלה וואס איז געווען גענצליך אויסגעראטן אין אמעריקע פאר די לעצטע 43 יאר!

דער פרישער יונגערמאן, פון א משפחה פון אנטי-וועקסערס, האט געכאפט פאליא אין פוילן פון אן ארץ ישראל'דיגן איד וועלכער האט נאר געהאט באקומען דעם אלטן וואקסין וואס מען האט גענומען דורכ'ן מויל און הגם מען איז פראטעקטעד פון אליין כאפן פאליא קען מען עס נאך אלץ פארשפרייטן ווייטער.

יעצט ווערט באריכטעט אז *נאך צוויי אידן אין ראקלענד קאונטי, א טאטע און א זון, ליטווישע אידן, האבן אויך באקומען פאליא און זענען אויך האלבוועגס פאראליזירט.*

מיר ברענגען נישט די נייעס כדי זיך צו רייצן מיט די אנטי-וועקסערס. מיר זענען נישט קיין רשעים וועלכע לויפן נאך מאמעס און שרייען אויף זיי אז זיי און זייערע קינדער גייען פייגערן ביז צוויי יאר ווייל זיי האבן גענומען א וואקסין. מיר ברענגען די נייעס בלויז כדי צו אינפארמירן דעם ציבור און פאר'ן קליינעם שאנס אז אפשר וועט כאטש איין אנטי-וועקסער איינזען אז וואקסינס זענען דא צו ראטעווען לעבנס, אפילו ווען ס'רעדט זיך פון א מחלה וואס איז שוין נישט געווען אין אמעריקע זינט דעם יאר וואס הרה"ק מסאטמאר איז נפטר געווארן.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

New York Health Department says hundreds of people may be infected with polio virus
https://www.cbsnews.com/news/polio-viru ... epartment/
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

In July, a young man in the New York are was diagnosed with polio – how did a disease America snuffed out in the 70s rebound?
https://www.theguardian.com/us-news/202 ... and-county
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
דאנקבאר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:25 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך דאנקבאר »

ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים ימ״ש.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דאנקבאר האט געשריבן:ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!
און אלעקס דזשאונס שרייט חי וקיים אז בוש האט אראפגעברענגט די צווילינג געביידעס...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

וואס קומסטו דא אריין מיט דעם קרומען קאפ זשאונס?
אונז רעד מיר דאך פון י ע נ ק ע ל ע כ ה ן !
---
למעשה נאכן דאס שרייבן (סארקאסטיש) האבעך דורכגעליינט דעם ארטיקל אין גארדיען, זע איך אז ס’איז טאקע נישט די זעלבע פאליא פון אמאל נאר דווקא א וועריענט וואס עמערזשט פונעם וואקסין זעלבסט.
(ולשבחם ייאמר אז הגם זיי האבן געמוזט צוצייכענען אז א ריזיגע היימישע עולם וואקסינירט נישט לייגן זיי צו אז די אידישע מנהיגים הייסן יא צו וואקסינירן.)
But paradoxically, most polio cases that emerge nowadays – including the one infecting the man from Rockland – are derived from the vaccine itself.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס מיינט דאס? אז אפילו אויב ער וואלט וואקסינירט וואלט עס נישט געהאלפען?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

היסטאריע האט געשריבן:וואס מיינט דאס? אז אפילו אויב ער וואלט וואקסינירט וואלט עס נישט געהאלפען?
ניין, דאס מיינט אז ער האט אריבערגעכאפט דעם ווירוס פון איינער וואס האט באקומען דעם לעבעדיגע סארט וואקסין (די סארט וואס מען גיבט נישט אין אמעריקע)
אויב וואלט ער יא געווען וואקסענירט וואלט ער עס מעגליך נישט אריבערגעכאפט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט