אויף דעם וואס מתבודד שרייבט
דא
דער רפואה פאר די מכה איז געוועהן צו טעסטען דיין אינטעליגענץ, האסט שטיקעל געפעסד. (ווען איך בין דיר, מיט דיין מדרגה אין אינטעליגענץ, שרייב איך נישט מיט אזא גאות).
לגבי רפואה אין שבת שטייט א היתר אז א רפואה פאר דער מחלה כדי דער מחלה זאל נישט חל זיין, האבן די חכמים נישט גע'אסרט צו טוהן אין שבת, ווייל עס הייסט נישט רפואה.
וואלסטו זיך לכאורה געפרייט אויף דעם כמוצא שלל רב, קומט דאך אויס אז עס שטייט בפירוש אז עס הייסט נישט קיין רפואה. אבער משם ראי' להיפוך, נישט נאר אין דער וואכען מעג מען, נאר אפילו שבת.
דער גאנצע ניתנה רשות לרופא לרפאות קומט נישט אריין, טאקע ווייל עס הייסט נישט קיין רפואה. משל למה"ד, ווען דער שונא קומט, און מען באהאלט זיך אין א מבצר כדי נישט צו זיין עקספאזט צום שונא. והיינו הך, מען נעמט די וואקסין כדי די מחלה זאל נישט חל זיין, ממילא איז עס מעיקרא נישט קיין שאלה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר
דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים