ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

חב''ד הויזן האט געשריבן: ר' משה האט עס מתיר געווען נאך לאנג בעפאר סיי ווער איז ארויסגעקומען עס אסר'ן, די שואל האט אים עס אנגעפרעגט פריוואט. און די אוסרים האבן נישט דן געווען אדער דורכגערעדט גארנישט פערזענליך מיט ר' משה פאר זיי זענען ארויסגעקומען קעגן זיין פסק. אויך, זיי האבן געטענה'ט אז זיין היתר איז געווען הפסד מרובה און דאס איז בכלל נישט געווען זיין היתר.

ער דערציילט אלעס אין זיין שו''ת ווער עס וויל הערן זיין צד זאל גיין קוקן.
ווען רבי משה האט עס מתיר געווען איז די קעיס שוין לאנג געליגן אין די הענט פון די עדה החרדית, ווען ער האט עס מתיר געווען זענען נאך פארגעקומען בדיקות אויפן שטח מטעם בית דין עדה החרדית.

בית דין האט ארויסגעגעבן די ערשטע בריוו איבער דעם נושא תמוז ע"ב, און נאך צוויי בריוון אין אלול ע"ב. רבי משהס ערשטע בריוו אין די סוגיא איז תשרי ע"ג.

בית דין זאגט אין אב אז רב קופשיץ זאל קעיר נעמען, רב קופשיץ רעזיגנירט סוף תמוז.

אין אב נעמט בית דין איבער די פרשה, רבי טוביה מיט רב שטערנבוך גייען אינאיינעם אראפ אויפן שטח און פסקנען מזאל בודק זיין דעם שטח פאר קברים.

אין אלול שרייבט בית דין נאכאמאל מזאל ווייטער בודק זיין, דער צעטל איז אונטערגעשריבן דורך אלע חברי בד"ץ אינקלודינג רבי משה שטערנבוך.

אין תשרי קומט רבי משה ארויס מיט א זעלבסטשטענדיגער פסק אדרעסירט צו די וואס האבן געקויפט די דירות אז סאיז מותר און מדארף ניטאמאל בודק זיין. ווידער בית דין בלייבט ביי זייער ביז איצטיגע שטאנד פארלאנגענדיג בדיקות.

דעטס בעיסיקלי דע סטארי, זיין היתר איז טאקע נישט געווען הפסד מרובה כאטש ער דערמאנט עס בפירוש צוויי מאל אין די תשובה. זיין היתר איז אז עס איז נישטא קיין קברים און מדארף נישט זוכן קיין קברים אין אזא פאל, אויף דעם איז בית דין צחולק פון די ערשטע בריוו.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

מער דעטאלן איבער די היינטיגע אסיפת הנהלת עדה החרדית ׁ

שליחה דורך signout »

מער דעטאלן איבער די היינטיגע אסיפת הנהלת עדה החרדית

הנהלת עדה החרדית פארמאגט 41 מיטגלידער
• סאטמאר - 5
• דושינסקיא - 5
• תולדות אהרן - 5
• תולדות אברהם יצחק - 5
• ברסלב - 5
• סאטמאר - 5
• קהילת הפרושים - 4
• משכנות הרועים - 2
• אנשי ירושלים - 1
• קהל חסידי ירושלים - 1
• קהל תפארת ירושלים - 2
• אנשי ישוב הישן - 1

ביי די אסיפה האבן זיך באטייליגט 39 חברי הנהלה
2 עלטערע מיטגלידער זענען נישט געקומען. זייענדיג ליידער נישט געזונט.

וויבאלד תולדות אברהם יצחק רבי האט געגעבן אן ארדער אז ער ווארפט ארויס זיינע דעלעגאטן, איז לויט ר' שמעון ווייס נישט געווען גענוג מענטשן צו קלויבן פאר'ן גאב"ד.

אזוי האט ר' שמעון ווייס געזאגט אז דער נאמען פון רבי משה שטערנבוך אראפ פון טיש.

איז געבליבן 2 אנדערע אפציעס.
1) אפשטופן די שטימען.
2) אויפנעמען שנעל א צווייטן, אומר ועושה און כלאחר יד געבן א נעם אויף א גאב"ד, סגן גאב"ד וכו' וכו'.

אפרים שטערן מיט זיינע סיקריקים האט פרובירט מיט אלע כוחות מ'זאל שנעל אויפברענגען נאך נעמען, פאר גאב"ד, סגן גאב"ד וכו', און די אסיפה זאל זיך נישט ענדיגן מיט גארנישט.
דערגעגן זענען געווען די אנדערע וועלכע האבן געזאגט, יעצט נעמט מען קיינעם נישט אויף. איבעראיאר וועט מען דן זיין פון פריש.

דער פלאן איז געווען שנעל אויפצוברענגען די נעמען פון הרב ר' בנימין לאנדא (ער האט שוין געזאגט אז ער האלט נישט ביים טשעפן ר' משה שטערנבוך אין גייט עס ממילא נישט נעמען) הרב שלמה לייב וויינבערגער, הרב ר' זלמן לייב פילאפף, אין איילעניש, פינקט ווי מ'האט געטאן אין תשס"ג, וואס ווי נאר ריח"מ פריעדמאן איז געווארן אראפגעשטימט, האט מען זאפארט אויפגעברענגט נאך א נאמען, ר' יצחק טובי' ווייס זצ"ל אלץ גאב"ד.

25 האבן געוועלט בעד אפשטופן וועם צו אויפנעמען יעצט אויף נאך א יאר.
14 האבן געשטימט קעגן.

די 14 קעגן אפשטופן זענען ווי פאלגענד:
5 פון קהילת מהרז"ל
3 פון ברלסב
2 פון תולדות אברהם יצחק
1 פון פרושים
1 פון תפארת ירושלים
1 פון משכנות הרועים
1 פון אנשי ירושלים

די גאנצע קעגננערשאפט נישט אפשטופן די אסיפה איז נאר געווען צו ברענגען פרישע נעמען אויפן טיש.

אפרים שטערן מיט זיינע זאליס האבן זיך דערזעהן אז די שפיעל איז דורכגעפאלן, און האבן נישט אריינגעברענגט קיינעם. זיי האבן טאקע מבזה געווען דעם שר התורה, זיי האבן טאקע אראפגעברענגט דעם כבוד פון עדה החרדית לדיוטא תחתונה שבתחתונים, אבער זייערע באצאלטע פעיראלל דיינים זאלן זיי לאזן אינעם גרויסן בית דין שטיבל אויף קיעפ סטריט.

די היינטיגע טאג האט אפגעהילכט בכל תבל ומלואה און געשפיגן אין פנים פון די יעניגע אין ירושלים און זייערע מיטהעלפער אין ניו יארק וועלכע פרובירן די לעצטע פאר יאר צו פארוואנדלן די עדה החרדית אין א שטח הפקר ווי יעדע מאן דהו מיט געלט און אינטערעסן זאל קענען מאניפולירן ירושלים כאוות נפשו, און געוויזן פאר די יעניגע אז געלט און טעראר וועט נישט באאיינפלוסן קיין החלטה אין די עדה החרדית, רובא דמינכרא פון די הנהלת העדה לאזן זיך נישט פירן פון קיין געצווינגענע אסיפות – מ'וועט נישט אריינשמירן דא זייערע פעיראלל דיינים רז"ל פילאפף אדער רש"ל וויינבערגער
קפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמואל ווידער איז אויפגעשטאנען תחיית המתים... עס דערמאנט די נצחונות אין קארט באריכטן אין דער בלאט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט אזאנע געווינסען ווער דארף פארלוסטן...
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

עמעזאן האט געשריבן:שמואל ווידער איז אויפגעשטאנען תחיית המתים... עס דערמאנט די נצחונות אין קארט באריכטן אין דער בלאט...
אינטערסאנט ווען כולל נייעס שיקט ענליכע באריכטען (א בלאט ארויפציהר...), דארט טאר מען ח''ו נישט מהרהר זיין, ווייל יענס האט יצחק פריעד אדער יצחק ווייס געשריבן אבער דא דארף מען ארויסנעמן שמואל ווידער פין קבר
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:כבוד הרב מיליאנער: איר זענט גערעכט די זאליס זענען די זעלבע פאליטיקאנטן , נאר געזאגט אז ביי די מערכה זענען זיי נישט דערקעגן זאל זיין וועלעכע סיבה די ווילסט

אבער תוא''י איז נישט די איינציגסטע קהילה אין די עדה וואס וויל נישט הגאון ר׳משה שליט''א אלטס גאב''ד
איך קען נישט אלע נעמען פון די קליינע קהילות אבער ס'איז ארום געגאנגען א גליון דא אין ירושלים פין 10 קהילות אין די עדה וואס ווילען נישט, און נאכאמאל ס'מיינט נישט אז זיי גייען עם באשמיצן נאר זיי ווילן עם נישט האבן פאר זייער רב
צווישן די קהילות קהל חסידי ירושלים, קהל פרושים, קהל מתמידים , קהילות ברסלב,
איר מיינט דאס ?
עשרות השאלות ש'לא' נשאלו על רבינו הגדול כ"ק מרן הגאב"ד זצוק"ל
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

signout האט געשריבן:

שוואכע זשאוק. איך קען אויך מאכן א ליסט פון שאלות אנטקעגן די מנחת יצחק, אנטקעגן אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל, און אנטקעגן נאך. די וועלט איז נישט אינגאנצן משוגע, און מען ווייסט פונקטליך אז דער גאב"ד איז געווען א קנאי און אן ערליכע איד מיט שטארקע פרינציפן, און די אנדערע צד זענען געווען גראבע מחוצפים און בועטים ברבם און אים מצער געווען שטענדיג עד דכדוכה של נפש.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

נא, מאך א ליסטע פון קשיות פארן מנחת יצחק. דיין תרוץ איז זייער אומקלאר, ער זאגט אז פונקט ווי דו האסט קשיות אויף ר' משה, די זעלבע האט ער קשיות אויף ר' טובי', זיי מסביר בעסער די חילוק.
און אויך זענען ר' טובי'ס מענטשן פונקט אזוי געווען מחוצפים פאר ר' משה און אים מצער געווען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עצי שטים האט געשריבן:איינער האט ארומגעשיקט מיין תגובה פון דא,
viewtopic.php?p=507676#p507676
און עס ארויפגעלייגט אויף וואדרידזשע רב... :lol: :lol: :lol:
דא איז עס ארויף אויף אידישלעך פאליטיק טעלעגראם קאנאל.
https://t.me/YiddishlechPolitics/4344
ניין, איך בין נישט דא צוריק
אבער מיר דארפן מוחה זיין בתכלית המחאה.

דער וואודרידזשער רב שליט"א איז א מענטש מיט בלוט אין די אדערן, ער האט קינדער און אייניקלאך, א ווייב און געפילן. דאס חוצפה און נידריגקייט צו טון אזא זאך מוז פארדאמט ווערן בכל התוקף. ווי טשעפעט מען זיך אזוי מיט א מענטש?! ווער האט אים מפקיר געווען? ער מעג נישט זאגן זיין אייגענע מיינונג?

איך האב געהערט זיין ווייטאג ווען די זאכן פאסירן, און ער בעט זיך ביי מענטשן אז זיי זאלן אנפרעגן און נישט גלויבן. ער איז א מענטש ווי יעדעם, און קיינער האט נישט קיין רעכט צו טרעטן אויף אים אזוי.

גיב איבער פאר דעם חיה רעה וואס האט דאס געטון אז ער מוז אים איבערבעטן און אויפהערן טון אזעלכע זאכן. לא זו הדרך ולא זו העיר!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
דער וואודרידזשער רב שליט"א איז א מענטש מיט בלוט אין די אדערן
וואודרידזשער רב איז א מענטש???...... מיט בלוט אין די אדערן???
ס'נישט בלוט, ס'איז גאווה עד לשמים, טיפשות עד התהום.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

איך בין מיך מצטרף צו דיין מחאה @ליטוואק, ובחדא מחתא בין איך מוחה אויף דיין ערשטע שורה.

און אויך אויף באהעלפער’ס נארישע תגובה.
א בעל גאוה (לאמיר זאגן) מעג מען פארשעמען???
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

מתבודד האט געשריבן: א בעל גאוה (לאמיר זאגן) מעג מען פארשעמען???
אזוי שטייט אין גמרא
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך סביב העולם »

נע, כ'גלייב נישט אז דער רב האט עפעס אקעגן אראפרייסן / חוזק מאכן פון מענטשן און קהלות, אנע דעם וואס מען זאל זיי אנפרעגן אדער בכלל מברר זיין מיט זיי צו די מעשה וואס מען רייסט אראפ האט טאקע פאסירט, הכצעקתה.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

באהעלפער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
דער וואודרידזשער רב שליט"א איז א מענטש מיט בלוט אין די אדערן
וואודרידזשער רב איז א מענטש???...... מיט בלוט אין די אדערן???
ס'נישט בלוט, ס'איז גאווה עד לשמים, טיפשות עד התהום.
סמיז זיין אז די האסט עם נאכנישט געטראפן
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

באהעלפער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
דער וואודרידזשער רב שליט"א איז א מענטש מיט בלוט אין די אדערן
וואודרידזשער רב איז א מענטש???...... מיט בלוט אין די אדערן???
ס'נישט בלוט, ס'איז גאווה עד לשמים, טיפשות עד התהום.
סוי ווער סאיז געפארן אין די זעלבע טרעין ווי סאטמער רב, דארף מען שוין אראפרייסן???
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

ס'טוהט זיך א געלויפעכץ זיך וואונטשען א גוט יאר ביי הגר''מ שטערנבוך שליט''א
דער ראב''ד איז די זאך. צו מ'האט עהם אויפגענומען אפציעל צו נישט. ער איז די ראש פונעם עדה
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

באהעלפער האט געשריבן:ס'טוהט זיך א געלויפעכץ זיך וואונטשען א גוט יאר ביי הגר''מ שטערנבוך שליט''א
דער ראב''ד איז די זאך. צו מ'האט עהם אויפגענומען אפציעל צו נישט. ער איז די ראש פונעם עדה
ער איז די זאך פון וואס? צו רבי חיים קנייבסקי איז מען אויך געלאפן, אבער ער איז נישט געווען די "זאך פון די עדה", שטערנבוך קען זיין א זאך אין זיין בית המדרש, דארט קען ער זיין רב און גאב"ד און ראב"ד און נשיא, אבער די אנשי העדה האבן אים "נישט" אויפגענומען. מען האט אים ארויסגעוואוט, די רוב האט מכריע געווען אים נישט אויפצונעמען און פארטיג.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אינטערסאנטער האט געשריבן:

אויב די רוב האט אים ארויסגעוואוט פארוואס איז אפרים שטערן געגאנגען בנפשו ס'זאל נישט זיין קיין בחירות איבערן עצם אויפנעמן ר' משה אלס גאב''ד אין געדארפט אויפקומען מיט א למען השלום סטראטעגיע אפצושטופן אויף א יאר, רוב עדה וויל אים דאך נישט, ניין?
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

signout האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:ס'טוהט זיך א געלויפעכץ זיך וואונטשען א גוט יאר ביי הגר''מ שטערנבוך שליט''א
דער ראב''ד איז די זאך. צו מ'האט עהם אויפגענומען אפציעל צו נישט. ער איז די ראש פונעם עדה
ער איז די זאך פון וואס? צו רבי חיים קנייבסקי איז מען אויך געלאפן, אבער ער איז נישט געווען די "זאך פון די עדה", שטערנבוך קען זיין א זאך אין זיין בית המדרש, דארט קען ער זיין רב און גאב"ד און ראב"ד און נשיא, אבער די אנשי העדה האבן אים "נישט" אויפגענומען. מען האט אים ארויסגעוואוט, די רוב האט מכריע געווען אים נישט אויפצונעמען און פארטיג.
אויב די רוב האט אים ארויסגעוואוט פארוואס איז אפרים שטערן געגאנגען בנפשו ס'זאל נישט זיין קיין בחירות איבערן עצם אויפנעמן ר' משה אלס גאב''ד אין געדארפט אויפקומען מיט א למען השלום סטראטעגיע אפצושטופן אויף א יאר, רוב עדה וויל אים דאך נישט, ניין?
זעט אויס ער האט יא חושש געווען אויף ר' משה'ס כבוד
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

הוא אשר דיברתי, 'אפציעל' איז ער טאקע יעצט נישט גאב''ד, אבער אומאפציעל? איז ער גאב''ד...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

באהעלפער האט געשריבן:הוא אשר דיברתי, 'אפציעל' איז ער טאקע יעצט נישט גאב''ד, אבער אומאפציעל? איז ער גאב''ד...
כאילו די וואס לויפן יעצט זיך ווינטשן ביי די ראב"ד פלעגן לויפן זיך ווינטשן ביי די גאב"ד.....

ס'איז אנדערע מענטשן אינגאנצן....
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

ווער איז יעצט די העכסטע ווארט אין די עדה?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

מחצה''ק האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:ס'טוהט זיך א געלויפעכץ זיך וואונטשען א גוט יאר ביי הגר''מ שטערנבוך שליט''א
דער ראב''ד איז די זאך. צו מ'האט עהם אויפגענומען אפציעל צו נישט. ער איז די ראש פונעם עדה
ער איז די זאך פון וואס? צו רבי חיים קנייבסקי איז מען אויך געלאפן, אבער ער איז נישט געווען די "זאך פון די עדה", שטערנבוך קען זיין א זאך אין זיין בית המדרש, דארט קען ער זיין רב און גאב"ד און ראב"ד און נשיא, אבער די אנשי העדה האבן אים "נישט" אויפגענומען. מען האט אים ארויסגעוואוט, די רוב האט מכריע געווען אים נישט אויפצונעמען און פארטיג.
אויב די רוב האט אים ארויסגעוואוט פארוואס איז אפרים שטערן געגאנגען בנפשו ס'זאל נישט זיין קיין בחירות איבערן עצם אויפנעמן ר' משה אלס גאב''ד אין געדארפט אויפקומען מיט א למען השלום סטראטעגיע אפצושטופן אויף א יאר, רוב עדה וויל אים דאך נישט, ניין?
זעט אויס ער האט יא חושש געווען אויף ר' משה'ס כבוד
ער האט חושש כבוד אויף מהרז''ל'ס כבוד, אויף ר' משה'ס כבוד האבען חסידי מהרז''ל קיינמאל נישט חושש געווען
פארשפארט