עם עקש תתעקש! יונגערמאן מאכט צונער פאלעסטינער סימפאטיזער
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:

א ווידיאו פון א היימישער יונגערמאן ווי ער ענטפערט ציניש אפ א פאלעסטינער קאפ פארדרייער מאכט כוואליעס אויף סאושל מידיע
די וידיאו קליפ איז נעכטן געפאוסט געווארן דורך האסידיק1 אויף טוויטער און סאיז ממש תיכף געגאנגן וויירעל
https://twitter.com/hasidic_1/status/15 ... xb5QzV3HCg
דא איז די אריגינעלע גאנצע וידיאו
https://youtu.be/TZCa2qdyHNk
די קאלטקייט און די חכמה וויאזוי דער יונגערמאן באהאנדעלט דעם פראוואקאטאר ווערט באוואונדערט פון נאנט און ווייט, מבינים טענהן אז דאס איז א מעסטער לעקציע אינעם כלל פון אל תען כסיל כאולתו
נאכן ליטווישן קאלטן רשעות סעלצער וואס לויפט שוין עטליכע חדשים, האבמיר אצינד א נייעם סאושעל מידיע העראו פונעם היימישן לאגער

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מסכים. ער איז גוט. חידוש ער האט עס נישט אויסגעשניטן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דערהויבענע איד האט געשריבן:יענער איז נישט געקומען פירן א נארמאלע דיסקוסיע, אונז קוקן נישט אויס ווי צידרייטע ברואים ווען איינער קומט מאכן פראוועקרציעס. ערגער וואלט געווען ווען אונז פאלן פאר א יעדע נאר פון מארק.
דאס איז נישט די נקידה. אונז חסידישע אידן ווייסן פשוט נישט וויאזוי צו אינטעראקטן מיט אנדערע מענטשן... ער איז נישט גערעכט פארן קומען דרייען א קאפ, איז זאג עס אים שיינערהייט..מר. קלונימוס האט געשריבן:ער קומט ברענגן תירוציםעצי שטים האט געשריבן:ער קומט פרעגן קשיות
דער ליטוואק מאכט ממש א קידוש השם, ער ווייזט אז אונז אידן קענען זיין נארמאלע מענטשן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
פארשטייסט, דער פראוואקאטאר דער גוי וואס קומט זיך רייצן ער איז דער נארמאלער, נאר דער איד מעג אים נישט ענטפערן אויף זיין שפראך. אפשר מוז ער זיך גאר באדאנקען פארן גוי? אים געבן א קוש און זיך אנטשולדיגן פאר אים כדי צו אויפווייזן אז אונז זענען פארט ''נארמאלע'' מענטשן.... אט א דאס איז א טיפיקעל פארגלות'טע נעבעכדיגע קאמפלעקס אידל. מען שפייעט אויף אים און ער איז זיכער אז ס'רעגן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ניין: נאר מ'וואלט איהם געדארפט פרעגן (דעם פאלעסטינער פראוואקאטאר) וואס ער זאגט צו די פאלעסטינער רציחות פון אידן. איך וואלט איהם געזאגט אז ווען די פאלעסטינער וועללן אויפהערן מיט זייערע רציחות פון אידן, וועל איך אפשר אנהייבן צו האבן א שטיקל סימפאטיע צו זייער מצב. אפגעזעהן אז זייערע אייגענע פיהרערס האבן דאס צוגעברענגט.דערהויבענע איד האט געשריבן:יענער איז נישט געקומען פירן א נארמאלע דיסקוסיע, אונז קוקן נישט אויס ווי צידרייטע ברואים ווען איינער קומט מאכן פראוועקרציעס. ערגער וואלט געווען ווען אונז פאלן פאר א יעדע נאר פון מארק.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קודם כל האט קיינער נישט געגעבן גערעכט פאר דעם גוי אדער געזאגט אז ער איז יא נארמאל.שאלתיאל האט געשריבן:פארשטייסט, דער פראוואקאטאר דער גוי וואס קומט זיך רייצן ער איז דער נארמאלער, נאר דער איד מעג אים נישט ענטפערן אויף זיין שפראך. אפשר מוז ער זיך גאר באדאנקען פארן גוי? אים געבן א קוש און זיך אנטשולדיגן פאר אים כדי צו אויפווייזן אז אונז זענען פארט ''נארמאלע'' מענטשן.... אט א דאס איז א טיפיקעל פארגלות'טע נעבעכדיגע קאמפלעקס אידל. מען שפייעט אויף אים און ער איז זיכער אז ס'רעגן.
די פאקט איז אז ער גייט אנגעטון ווי די נארמאלע גויאישע גאס און רעדט א נארמאלע פליסיגע ענגליש און איז זיך מסביר. אונז זענן שוין ביי דיפאולט מאדנע.. אונז מוזן עס נישט ווייזן בשתי ידים. מען קען אים אפילו מסביר זיין שיין אדער אפילו שארף אז ער טוט נישט ריכטיג מיטן קומען דרייען א קאפ פון עמך מענטשן... אבער מען דארף זיך נישט אויפירן ווי מאדנע ברואים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך בין זיכער אז ווען איך גיי מיט א קעמערע צו די מוסלמענער און פרעג וועגן די מלחמה פין די פאלעסטינער אויף איזרעיל און אלע חורבנות וואס זיי מאכען דארט אהן, און אלע קרבנות וואס זיי האבן געהארגעט און קינדער וכו', אויב זיי האלטען עס איז גערעכט, בין איך זיכער זיי וועלען אלע זאכן גרייט צו רעדן בשלום.
אויב איך וועל אהיים קומען גאנץ, ווען עס זיין א נס.
קומט א פאלעסטינער עושה מעשה זמרי און מאכט א פנים פין א תם, כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט, אוודאי ווייל מען נישט רעדן מיט אים.
אויב איך וועל אהיים קומען גאנץ, ווען עס זיין א נס.
קומט א פאלעסטינער עושה מעשה זמרי און מאכט א פנים פין א תם, כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט, אוודאי ווייל מען נישט רעדן מיט אים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
סאו דיין תריץ איז אז די אראבערס זענען גרעסערע חיות.היסטאריע האט געשריבן:איך בין זיכער אז ווען איך גיי מיט א קעמערע צו די מוסלמענער און פרעג וועגן די מלחמה פין די פאלעסטינער אויף איזרעיל און אלע חורבנות וואס זיי מאכען דארט אהן, און אלע קרבנות וואס זיי האבן געהארגעט און קינדער וכו', אויב זיי האלטען עס איז גערעכט, בין איך זיכער זיי וועלען אלע זאכן גרייט צו רעדן בשלום.
אויב איך וועל אהיים קומען גאנץ, ווען עס זיין א נס.
קומט א פאלעסטינער עושה מעשה זמרי און מאכט א פנים פין א תם, כאילו ער ווייסט נישט פון גארנישט, אוודאי ווייל מען נישט רעדן מיט אים.
איך הער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עצי שטים האט געשריבן:איים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?
ס'זעהט מיך אויס אז די קליפ איז געוווארן געכאפט ערב שבת אפאר מינוט בעפארן זמן עש"ק, [מ'קען זעהן ווי די יונגערמאן האלט אימיטן זיך אנטוהן זיין גארטל פארן דאווענען] ממילא פארשטיי איך פארוואס די אלע מענטשן זענען אוועקגעלאפן פשוט ווייל זיי האבן זיך געיאגט, איין זאך וואס באדערט מיך איז די בהמה מיט די אלטע סובערבען וואס שטעלט זיך אפ ארויסשרייען פון זיין פענסטער ווי א משוגענער, ווער האט איהם געפרעגט אדער געזאגט עפעס? אז די האסט א פראבלעהם איז רעד נישט צו קיין קעמערע, וואס שטעלסט דיך אפ שרייען גיי דיך דיין וועג אין א גוטן טאג [שבת ]

גראדע איז מיר געפאלן דאס אז קיינער שטעלט זיך נישט אפ מיט אים. ווען וועסט קוקן זיין איבריגע קאנטענט אויף יוטוב וועסטו זען אז ער איז אן אונטערגעציפטער שקרן וואס האט ליב צו צימבלען אידן. ער פארדינט זיך נישט די פארגעניגן פון זיך טענה׳ן מיט אידן. נאכמער, נאך א מזל קיינער האט אים נישט נארמאל געענטפערט, ווייל די ענגליש וואס די חברה רעדן דארט איז אזוי טעריבל, אזש איך בין רויט געווארן פאר כעס און בושה אינאיינעם. ס׳רוב פון זיי האבן ניטאמאל פארשטאנען די שאלה!
אויך האב איך אנאליזירט און געזען אז דער ווידעא איז געכאפט געווארן ערב שבת, ווען יעדער חסיד אויפן גאס האט אנדערע דאגות ווי ענטפערן פאר א פאלעסטינער מיט א מיקראפאן. נאר דער ליטוואק איז געווען גרייט צו געבן א לאנגע אומאינטערסאנטע שמועס...
דער ערשטער חסיד איז זייער קיל, ער רייכערט זיך אפ זיין ציגארעטל און ענטפערט כמעט נישט. דער וואס שפילט תמים האט עס אויפגעמעסט ווען ער איז אריינגעלאפן אין שול ווי א צאפ. ער וואלט געדארפט האלטן דעם גאנג רואיג, אבער איך בין זיכער אז ער האט זיך נאר אריינגעיאגט צו כאפן מנחה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
און וואס גייט דיר עס אן?עמקות המחשבה האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?
ס'זעהט מיך אויס אז די קליפ איז געוווארן געכאפט ערב שבת אפאר מינוט בעפארן זמן עש"ק, [מ'קען זעהן ווי די יונגערמאן האלט אימיטן זיך אנטוהן זיין גארטל פארן דאווענען] ממילא פארשטיי איך פארוואס די אלע מענטשן זענען אוועקגעלאפן פשוט ווייל זיי האבן זיך געיאגט, איין זאך וואס באדערט מיך איז די בהמה מיט די אלטע סובערבען וואס שטעלט זיך אפ ארויסשרייען פון זיין פענסטער ווי א משוגענער, ווער האט איהם געפרעגט אדער געזאגט עפעס? אז די האסט א פראבלעהם איז רעד נישט צו קיין קעמערע, וואס שטעלסט דיך אפ שרייען גיי דיך דיין וועג אין א גוטן טאג [שבת ]
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יהורם: דו ביסט גערעכט. דו האסט א שטארקע נקודה. איך האב געזעהן אן ענליכן קליפ ווי א פראוואקאטאר טרעפט אן א גרופ פון 4, אדער 5 חסיד'ישע יונגעלייט. ער פרעגט זיי אויב זיי ווייסן עפעס איבער די פראטאקאלן פון די זיקני ציון. כמעט אלע האבן געצויגן מיט די פלייצעס. צו זאגן אז זיי ווייסן גארנישט. איינער, א..."חכם"...האט געזאגט אז ס'האט מסתמא צו טון מיט ..."ציונות"...! לאל... א ביטער געלעכטער...!. נאר איך מיין אז דער פאלעסטינער פראוואקאטאר איז געקומען חוה"מ פסח אדער סוכות. ווען דער עולם איז נישט געווען אין קיין מאאד זיך צו טענה'ן מיט איהם...!
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
A pro-Palestinian YouTuber tried trolling Hasidic Jews in Brooklyn. Here’s what happened.
https://www.jta.org/2022/09/01/ny/a-pro ... t-happened
https://www.jta.org/2022/09/01/ny/a-pro ... t-happened
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
דער איז א באקאנטע אנטיסעמיט/טראול וואס זיכט נישט צי פירן קיין שמועסן, ס'קימט עים נישט קיין ענטפער, ובפרט אז ער הערעסט מענטשן רעכטס און לינקס.עצי שטים האט געשריבן:איים סארי, אבער די ווידיא איז א גרויסע פארשעמונג פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון די קורצע אויסגעשניטענע חלק, נאר פון די גאנצע זאך.
זענען מיר חסידים נישט געניג מאדנע און פאני, סיי מיטן אויסזען, מיט אונזער מאדנע מנהגים און געפירעכצער.. אז דאס פעלט אונז נאך אויס?
פארוואס קענען אונז נישט האבן קיין נארמאלע דיסקאסיע מיט א יוטובער.. אזוי ווי די שיינע שמועס וואס דער ליטוואק האט געהאט?
צו איז די יוטובער בארעכטיגט פארן קומען דרייען א קאפ? ניין! און וועגן דעם? גייען מיר אים גיבן גוטע סחורה צו ווייזן ווי מאדנע מיר זענען? איינער נעמט זיך שרייען פון קאר ארויס "רעד נישט צו אים! מ'גייט ריפן פאליס!" בארואיג דיך... ער קומט פרעגן קשיות און וויל פירן א דיסקאסיע.
איך האב נישט קיין טענות אויף דעם חסידישן אידל, ער האט נישט ממש שלעכט געענטפערט, הגם דעם לויפעריי צום סוף ווי כאילו א קאץ לויפט אים נאך, קוקט נישט אויס דאס בעסטע. און הגם ער וואלט געקענט ענטפערן בעסער, ווייס איך נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט יא געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו ענטפערן קליגער. אבער צו פארשפרייטן די ווידיא און ארויסהייבן אונזער נייע היראו איז נעריש. עס מאכט נאר אז מען זאל גיין קוקן די גאנצע ווידיא און זען אז חסידישע אידן זענען מאדנע בריאים.
ווען די ביסט ווען א כינעזער פון טשיינעטאון און די האסט נישט קיין שום בייעס לכאן או לכאן און די זעסט די גאנצע ווידיא, וואס וואלסטו געטראכט אויף חסידישע אידן?
פארוואס קען מען זיך אפשטעלן א מינוט און כאפן א פריינטליכע פראדאקטיווע שמועס?
אנלעס איינער קען עים גיט ציפיקסן, אזוי ווי דעם חסיד, דארף מען עים איגנארן.
דעם שייגעץ ביים טראולן
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- דאנקבאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
דער אינגערמאן איז א מוציא שם רע אויף כלל ישראל.
אנשטאט אויסניצן דעם געלעגנהייט און קלאר ארויסברענגען אז אונז אידן זענען נישט פאראנטווארטליך וואס די ציונים טוען צו זיי, און אונז זענען נישט קיין ציונים, שטעלט ער אהער א פנים וואס ברענגט ארויס ווי כאילו דאס פארקערטע.
דער אראבער האט נישט געבעטן אז אונז זאלן בארעכטיגן די פאלעסטינער אדער חמאס!

כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים ימ״ש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' דאנקבאר: און אפשר דארף אן אראבער פארענטפערן פאר די אידן פארוואס זיינע ברידערס זענען אזעלכע גרויסע רוצחים און שונאי ישראל. אפילו דיך, וואס נאך פאר דו וועסט האבן א טשענס צו זאגן אז דו ביסט אויף זייער זייט און דו האסט פיינט די ציונים, וועל זיי ארייינשטעכן א מעסער אין דיין הארץ. אדער א קויל. אדרבה. פרוביר אויס. גיי אריין אין אן אראבישע געגנט אין פאלעסטינע (ווי דו רופסט אן ארץ ישראל) אדער אין פראנקרייך. שפאציר דיך אדורך. פרוביר האבן א וויכוח מיט איינעם פון זיי. לאז אונז וויסן וואס איז געשעהן נאכדעים. (אויב דו קענסט.).