טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב מיך געדארפט מוטשען צו אידענטיפיצירן ווער ס'איז דער העלד, פון וואס דער פותח האשכול רעדט, אין די ווידעאו. ווען נישט די בילד וואס ער האט געלייגט וואלט איך דעפעניטילי געזאגט אז ס'איז דער לעצטער, ליטווישער אינגערמאן און נישט דער דזשינדזשי. ווי איינער האט שוין אויבן געזאגט, יעדער פרעמדער, וואס טראגט נישט קיין צד אין דעם קאנפליקט, וואס וואטשט דער ווידעאו טראכט אז ווי'ר אלל גילטי עז פאָכּ.
דאס איגנארירן און מאכן זיך תמוואטע ווערט נישט אויסגעטייטשט ווי כאילו א טענה אז מיר זענען נישט אחראי אויף וואס די איזראעליס טוען, ווי אייניגע תמימים מיינען, נאר ענדישער ווי א גאווה'דיגער, אראגאנטער וועג פון זאגן: איך דארף, און וועל, מיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פאר מיינע ראסן פארברעכנס -- אבער אייך וועלן מיר פארשרייען אלס אנטיסעמיט אויב דו וועסט נאר אזויפיהל ווי א קרום מיט די נאז געבן -- א מין אטיטוד וואס אפילו די איזראעליס, די באשולדיגטע אליינס, האבן נישט. זיי ענטפערן כאטשיג ווי נארמאלע מענטש און מאכן אן עפפארט אויף פאבליק רילעישאנס, צו פראפאגאנדע, ווי-אזוי דו ווילסט עס רופן.
פארפאלן, די איזראליס האבן מצליח געווען יעדעם איבערצוצייגן אז אידן און איזראעל זענען סינאנימעס. דיעל דערמיט! אז דו קענסט עס נישט פארטראגן, טוה דיך אויס די היט און רעקל. שנייד דיך אפ די בארד און פאות און סטאפ זאגן ולירושלים עירך..
נ.ב. דאס אז דער איז א טראלל פארענטפערט עס נישט. אין אַן איידיעל וועלט וואלט געדארפט זיין אז אזוי ווי דער טראלל רעפרעזענטירט נישט דער פאלעסטינער קאמיוניטי און זייערע פליטים, זאלן די אינגעלייט וואס ער האט אפגעשטעלט נישט רעפרעזענטירן די מעדזשאריטי אפיניענס אין אונזערע קהילות. איז אבער א פראבלעם אז אן אינדיווידועל יוטיוב viewer וואס קומט אקראָס דער ווידעאו ווייסט אי נישט אז דער איז א טראלל, ווייל ער האט נישט דוקא געוואטשט זיינע אנדערע ווידעאוס, און אי נישט אז אונזערע קהילות האבן יא אסאך ווערייעטי. אלזא ווען דער פותח האשכול קומט עצה'ן אז יעדער זאל ענטפערן ווי דער דזשינדזשי האט ער נאר אויפגעטוהן אז ביי דעם אינאסענט viewer ווערט נאר רי-ענפאָרסד דער געדאנק אז מיר זענען אלע יא ביי די זעלבע מיינונג בשעת ווען דער טראלל בלייבט מיט זיין מכלומרשטע בענעוואלענט אימעדזש, טוהענדיג פשוט וואס טויזנטער אנדערע טוען אויף יוטיוב. גייען ארום און פרעגן רענדאם שאלות פון מענטשן בנוגע עני טאפיק. וואטס די פראבלעם וויט דעט?
די פראבלעם דא איז אז דו האלסט אז איזראעל באגייט ראסע פארברעכנ'ס קעגן פאלעסטינע, ממילא האלסטו אז די בארא פארקע אידנטום וואלט געדארפט (אלס מענטשליכקייט) נעמען אחריות דערויף. די פראבלעם איז אז אונז האלט מיר נישט אז די איזראעליס באגייען עני מענטשן-רעכט פארלעצונגען. און קיינער איז נישט מחיוב זיך צו אנטשולדיגן פאר עפעס וואס ער האט נישט געטון אפילו ווען די שואל האלט יא אזוי.
נב. דאס אז ער איז א טראול פארענטפערט עס יא. ווייל אפילו א נאר זעט אז ער האט דא בלויז געמיינט צו פייניגן אומשולדיגע דורכגייער, און אויב וואלט מיר אונז אים געענטט דאס וואס ער האט געוואלט הערן וואלט מען הערשט דאן געזען די נאאיווקייט פון די היימישע קאמיוניטי.
טריי דיך נישט אריינצולייגן אין די שיך פון א איניסענט יוטוב viewer ווייל דו ביזט א אינסיידער מיט א בייעס קעגן חסידים, אז דו ווילסט טראכט וואס וואלט געווען ווען איינער גייט ארום צו תמימות'דיגע רוסישע טעקסי דרייווערס וואס האלטן זיך אינמיטן אפרוען פון א רייזע, און פרעגט זיי 'וואס זאגסטו צו דעם וואס רוסלאנד פייניגט נאוואלני? אדער מ'גייט ארום צו תמימות'דיגע באבעס אין טשיינע טאון 'וואס זאגסטו צו די כינע טייוואן קאנפליקט? און ווען מ'זעט װיאזױ די באבע מאכט זיך נישט וואוסענדיג זאל די טראלל אנפאנגען צו גריללן 'האלא מיסיס, וואס זאגסטו צו טייוואן?
אזויווי דו קוקסט אן יענעם, אזוי קוקט די רענדאם גוי אן דעם טשעפעניאק וואס זעצט זיך אראפ אויפ'ן באנק נעבן א אומשולדיגע שטילע איד.