ווען רבי משה האט עס מתיר געווען איז די קעיס שוין לאנג געליגן אין די הענט פון די עדה החרדית, ווען ער האט עס מתיר געווען זענען נאך פארגעקומען בדיקות אויפן שטח מטעם בית דין עדה החרדית.חב''ד הויזן האט געשריבן: ר' משה האט עס מתיר געווען נאך לאנג בעפאר סיי ווער איז ארויסגעקומען עס אסר'ן, די שואל האט אים עס אנגעפרעגט פריוואט. און די אוסרים האבן נישט דן געווען אדער דורכגערעדט גארנישט פערזענליך מיט ר' משה פאר זיי זענען ארויסגעקומען קעגן זיין פסק. אויך, זיי האבן געטענה'ט אז זיין היתר איז געווען הפסד מרובה און דאס איז בכלל נישט געווען זיין היתר.
ער דערציילט אלעס אין זיין שו''ת ווער עס וויל הערן זיין צד זאל גיין קוקן.
בית דין האט ארויסגעגעבן די ערשטע בריוו איבער דעם נושא תמוז ע"ב, און נאך צוויי בריוון אין אלול ע"ב. רבי משהס ערשטע בריוו אין די סוגיא איז תשרי ע"ג.
בית דין זאגט אין אב אז רב קופשיץ זאל קעיר נעמען, רב קופשיץ רעזיגנירט סוף תמוז.
אין אב נעמט בית דין איבער די פרשה, רבי טוביה מיט רב שטערנבוך גייען אינאיינעם אראפ אויפן שטח און פסקנען מזאל בודק זיין דעם שטח פאר קברים.
אין אלול שרייבט בית דין נאכאמאל מזאל ווייטער בודק זיין, דער צעטל איז אונטערגעשריבן דורך אלע חברי בד"ץ אינקלודינג רבי משה שטערנבוך.
אין תשרי קומט רבי משה ארויס מיט א זעלבסטשטענדיגער פסק אדרעסירט צו די וואס האבן געקויפט די דירות אז סאיז מותר און מדארף ניטאמאל בודק זיין. ווידער בית דין בלייבט ביי זייער ביז איצטיגע שטאנד פארלאנגענדיג בדיקות.
דעטס בעיסיקלי דע סטארי, זיין היתר איז טאקע נישט געווען הפסד מרובה כאטש ער דערמאנט עס בפירוש צוויי מאל אין די תשובה. זיין היתר איז אז עס איז נישטא קיין קברים און מדארף נישט זוכן קיין קברים אין אזא פאל, אויף דעם איז בית דין צחולק פון די ערשטע בריוו.