גיימער 'ערנסט' קיין אומאן?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
באהעלפער קען זיך נישט העלפען (הקדמוני) אין די אמת שווימט ארויף, מיין אינסטינקט האט מיך נישט פארנארט.
רוב רובם האבען געהאלטען פון רבי נחמן א חוץ איינצעלנע, אין אויב די האסט טאקע "אויפגעאקערט" די אלטע כתבים -וואס אינז ווארט מיר קוים צו זעהן- וועסטו פארשטיין די סיבה זייער קלאר.
מחלוקת איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט אין קיינעם.
רמב״ם רמח"ל ובזמנינו מרכז ויזניץ ומיילעך לייזער יוכיח, הולכים להתפלל תפילה בזמנה.. ובזה יצאתי ידי חובתי

יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 263
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל
והאידנא? אויס ברעסלאוו? פארוואס?פרנס החודש האט געשריבן:איך בין געווען א ״פארברענטער״ ברעסלעווער פאר אפאר יאר, אבער איך בין קיינמאל נישט געווען אין אומאן. ביי מיר האט ברסלב געמיינט תיקון חצות, וותיקין ,וכו׳ , איך פלעג זיך זייער וואונדערן אויף די אלע ברסלבער וואס די גאנצע ברסלב באשטייט פון אומאן און תיקון כללי און פון תיקון חצות און וותיקין פארגעסן זיי.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).yesiknow האט געשריבן:באהעלפער קען זיך נישט העלפען (הקדמוני) אין די אמת שווימט ארויף, מיין אינסטינקט האט מיך נישט פארנארט.
רוב רובם האבען געהאלטען פון רבי נחמן א חוץ איינצעלנע, אין אויב די האסט טאקע "אויפגעאקערט" די אלטע כתבים -וואס אינז ווארט מיר קוים צו זעהן- וועסטו פארשטיין די סיבה זייער קלאר.
מחלוקת איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט אין קיינעם.
רמב״ם רמח"ל ובזמנינו מרכז ויזניץ ומיילעך לייזער יוכיח, הולכים להתפלל תפילה בזמנה.. ובזה יצאתי ידי חובתי
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינע ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געווען פון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
- דאנקבאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים ימ״ש.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
א. זייט ווען מיינט אלע צדיקי דורו א סימן אויף עפעס בכלל? נעם למשל ווען התאחדות האט מחליט געווען צו באגראבן די מסית ומדיח (הוא רחום יכפר) הרב י.ד. רוקח (כלשונם השפל...) האבן זיי געהאט "אלע צדיקי הדור" מיט זיך, און זייער כרוז נישט נאר ס'נישט ווערד געווען לצור ע"פ צלוחית, נאר אנגעשמיצט א יעדע צלוחית, פארעקלט כח רבנים אויף די ערגסטע וועג זייט די קריג. בעלזער רב האט ריקאווערט, אבער די געמיינע התאחדות ואביזרייהו מיט זייער קול קורא'ס זענען געווארן די מערסטע ווערדסלאזע ארגיניזאציע און ארה"ב וקאנאדא.אינטערסאנטער האט געשריבן: רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינער ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געוועןפון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
איך זאג דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און פליז לאמיר נישט אהין גיין. ס'דא גענוג און נאך פון די קליין הייפעלע ערליכע יודען וואס וועלן אייביג דא זיין, און ווײטער זיין פאנטרעגער פון חרדיסיזם. אבער פונקט אזוי ווי מחלוקת צאנז און סאדיגורא, וועפט די קאמף אויס, דער חיה בלייבט חיה, און די וואוילע אידען כשלעצמם מאכן זיך נישט משוגע און טוען וואס זיי האבן צו טוהן.
'המפורסם' אין צריך ראיה, און די נמשל איז ר' נחמן אלס בעלזער רב, און התאחדות אלס די רוזין/טשערנאביל צד. ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט, און מצד שני, לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז פון אסאך פון די ערליכע צדיקים פון די אנדערע רוסישע רבי'ס ווייסט מען אין די ברייטע וועלט היינט בכלל נישט צו זאגן פון זיי. פון די הונדערטע צדיקי בית טשערנאביל און רוזין ווייסט מען אויף די וועלט אפשר צוואנציג פראצענט צו זאגן ווער זיי זענען געווען אין זייער לעבן באמת, זייער השקפה און דברי תורה. פון די אנדערע איז דא ווערטליך, ספרים, עובדות און מנהגים, הייליגע ענינים, אבער אין די ברייטע וועלט פון די ארטאדאקסישע אידנטום, נעמט ר' נחמן איינע פון די טאפ סלאטס אלס משפיע צוויי הונדערט יאר לאחר פטירתו, די התנגדות פון צדיקים איז ערגעץ נישט אנגעקומען.
ב. דיין קאממענטס אויף ר' נתן צייגט אז די האסט נישט קיין ידיעות אין היסטאריע פון ברסלב און וואס השפעת החסידות איז. די ווערטער פון ר' נתן זענען איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע דברי תורה אין די היסטאריע פון חסידות. ר' נתן איז די שרייבער פון ר' נחמן'ס תורה ובשליחתו, ער איז נישט סתם א תלמיד הכותב, נאר די עצם איבערגעבער דורך לשונו הזהב, פאר דורי דורות, חסידישע יודן, מאדערן ארטאדאקס, ספרדים, אקעדעמיקס פרייע און פרומע, א כח וואס איז זעלטן אזוי משפיע אויף כלל ישראל. ס'איז אפילו דא א מעגליכקייט צו זאגן אז ליקוטי מוהר"ן איז די מערסטע געלערנטע חסידיש ספר אויף די וועלט. דאס איז געווען ר' נתן. ער האט דעליווערד איינע פון די גרעסטע מסירת התורה אין די לעצטיגע הונדערטע יאר. די ספר ליקוטי מוהר"ן איז פון די שענסטע געשריבענע חסידישע ספרים, דאס איז די פירות פון ר' נתן, א השפעה שכמעט אין כדוגמתו.
_______________
באופן כללי, אזוי ווי אלע מחלוקת'ן איז דא אסאך פשוט'ע ענינים אין דעם חוץ פון די לשם שמים'דיגע חלק. די צדיקי טשערנאביל סיסטעם איז שוין געווען א סיסטעם דעמאלטס אויך. מ'האט זיך אויסגעשפרייט איבעראל, זיך ערלעדיגט "מגיד מישרים" פאסטענעס, איבערגענומען קהילות. ס'איז נישט קיין זלזול אין די צדיקים גופא, ווייל כך הוא דרכה של תורה. די שטער איז אבער געווען אז חסידי ברסלב האבן זיך נישט געבויגן פאר די נייע סיסטעמייזד סיסטעם, האט עס נישט געקלאפט מיט די עסטעבלישמענט. די זעלבע געים ווי היינט. דאס וואס ר' נחמן שרייבט "מפורסמים" מיינט ער אונזער היינטיגע סיסטעם, וואס "רובא דרובא" (האסט ליעב מיין לשון? כ'האב עס פון דא אויפגעפיקט. ייש"כ...) פון אונז וועלן מודה זיין אז מיר ליידן היינט פון די עסטעבלישמענט סיסטעם. עכ"פ מיר זיכען אויך צו ארויסקריכן פון די סיסטעם סייד עפעקטס, און קאנשעסלי אדער סאבקאנשעסלי לעבט אין אונז די גייסט פון ר' נחמן און ר' נתן זי"ע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואו איז די @מנהל קער צו נעמען פון דער מולטי טראלל?דאנקבאר האט געשריבן:וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
וואס איז דאס חיי מאראן?אינטערסאנטער האט געשריבן: די שפראך שטייט עטליכע מאל אין חיי מאראן, אין די השמטות. (און נאך זאכן שטייט דארט אין די השמטות וואס תסמר שערות אנוש, השם ירחם).
נישט אומזינסט האבן אסאך צדיקים לוחם געווען קעגן די ברעסלעווע דרך.
תסמר שערות ראש איז א תנאי אויף השם ירחם?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- דאנקבאר
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
@מנהל איך זאג מיין מיינונג צום נושא פון אשכול, און איך כאפ אן די פונקטן וואס איך פארשטיי.עצי שטים האט געשריבן:וואו איז די @מנהל קער צו נעמען פון דער מולטי טראלל?דאנקבאר האט געשריבן:וועגן קומען קיין אומאן היי יאר ראש השנה, איז אזוי: אויב די ציוניסטישע פאליציי קומען אויך, איז דאך פשוט אז מען שטעלט זיך איין דאס לעבן ווייל די רשעים זענען דאך עלול ר״ל אויף דערמארדן אידן.
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע קעגענער - די ציונים ימ״ש.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
@וואלוי כמים קרים על נפש הטוויסטעט
איך האב אנגעגרייט א תגובה ארויסצוהעלפען דעם באהעלפער אבער דיינע ריינע קלוגע ווערטער וואס איז בדרך אגב אמת יעדע ווארט האבען איבערגעשטיגען מיין אנטווארט האב איך עס פארמעקט.
ר נתן איז געוועהן א וויזענערי ער האט פאראויסגעזעהן זאכען וואס גייען זיין 200 יאר שפעטער מיט די גרעסטע קלארקייט וכו'ועוד חזון למועד.
איך האב אנגעגרייט א תגובה ארויסצוהעלפען דעם באהעלפער אבער דיינע ריינע קלוגע ווערטער וואס איז בדרך אגב אמת יעדע ווארט האבען איבערגעשטיגען מיין אנטווארט האב איך עס פארמעקט.
ר נתן איז געוועהן א וויזענערי ער האט פאראויסגעזעהן זאכען וואס גייען זיין 200 יאר שפעטער מיט די גרעסטע קלארקייט וכו'ועוד חזון למועד.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Post עס נאכאלסyesiknow האט געשריבן:@וואלוי כמים קרים על נפש הטוויסטעט
איך האב אנגעגרייט א תגובה ארויסצוהעלפען דעם באהעלפער אבער דיינע ריינע קלוגע ווערטער וואס איז בדרך אגב אמת יעדע ווארט האבען איבערגעשטיגען מיין אנטווארט האב איך עס פארמעקט.
ר נתן איז געוועהן א וויזענערי ער האט פאראויסגעזעהן זאכען וואס גייען זיין 200 יאר שפעטער מיט די גרעסטע קלארקייט וכו'ועוד חזון למועד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
ר' נחמן איז געווען א [נמחק], און ר' נתן א [נמחק]. יא. זייער א טויגליכער. כאטש איך האב הנאה פון זיינע כתבים 'בשם'... זיין רבי. וואס איז די זעלבע ליגענט. אבער כ'האב הנאה פון נאך אסאך ביכער פון קארפען קעפ, פון די אנדערע גלויבענס. און דאס איז גארנישט אנדערש.
היינט זעט שוין יעדער איין אז ברעסלעוו, און נוצרות, פאר איך פארגעס... יא און איסלאם, האבן איינגנומען די וועלט... און התאחדות אויך כמעט... איינגענומען די געלט. כ'מיין די וועלט.
היינט זעט שוין יעדער איין אז ברעסלעוו, און נוצרות, פאר איך פארגעס... יא און איסלאם, האבן איינגנומען די וועלט... און התאחדות אויך כמעט... איינגענומען די געלט. כ'מיין די וועלט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
דאונט געט מי ראנג! איך האב פיין הנאה געהאט דארט ראש השנה... ס'געווען א עכטע פאן טיים.
אבער ס'האט מיר געשטערט אז אין אזא הייליגע טאג ראש השנה האב איך פארפאטשקעט דערמיט.
ס'פיינע נייעס פאר סינגלס און ליידיגייערס. אבער כ'ווייס נישט פארוואס איינער וואס איז ערנסט, זאל עס אפילו לייגן אויף זיין אויטינג, אפשר חול המועד, אדער פורים, אבער ראש השנה???
אבער ס'האט מיר געשטערט אז אין אזא הייליגע טאג ראש השנה האב איך פארפאטשקעט דערמיט.
ס'פיינע נייעס פאר סינגלס און ליידיגייערס. אבער כ'ווייס נישט פארוואס איינער וואס איז ערנסט, זאל עס אפילו לייגן אויף זיין אויטינג, אפשר חול המועד, אדער פורים, אבער ראש השנה???
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
כ'האב געזען דארט א היבש ביסל זאכן וואס דער היסטוריאן פראפעסאר דוד אסף האט שוין לאנג געשריבן אין זיינע ביכער. אבער דאך איז דא אפאר חידושים. וואס איז נישט אויף מיין אחריות מפרסם צו זיין.
הרב קוק האט אמאל געזאגט:
ברעסלעוו און שיכרות, זענען פאסיגע מיטלען, פאר ווער ס'האט צרות און וויל עס איבערלעבן אנע דייגעס. [ושפתיים ישק]
הרב קוק האט אמאל געזאגט:
ברעסלעוו און שיכרות, זענען פאסיגע מיטלען, פאר ווער ס'האט צרות און וויל עס איבערלעבן אנע דייגעס. [ושפתיים ישק]
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
מתחילה עובדי עבודה זרה היה אבותינו דער גרויסער באהעלפער איז סתם נייגעריג צו וויסען ווער עס גייט לשם שמים ער איז פשוט איננעסענט , עפענט א אשכול מחמת חסרון ידיעה ... אין צום סוף קוק ווי ער איז אנקעקומען , ווי אזוי ער שרייבט ביים סוף פינעם אשכול, סוף מעשה במחשבה תחילה נ נח נחמ נחמן מאומן.באהעלפער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג, ווער פארט רק לשם שמים, קיין אומאן ראש השנה.
אדער אפילו דורכ'ן יאר...
עס קען זיין בדרך שאדם רוצה לילך מוליכים אותו ממילא איז ער נעבעך גארנישט שולדיג , די אשכול איז פשוט פארפארען...מען קען עס משלב זיין מיט די אנדערע אשכול צו עס איז דא א בחירה .
Please help me to help this poor kid
שבת שלום לכולם
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: גיימער 'ערנסט' קיין אומאן?
Not a poor kid at all.
איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
בקיצור דיך באדערט דעם פאקט אז טוריסטן, אינן מן היישוב, אנגעפרעסענע און פארלוירענע נשמות טרעפן זיך דעם פלאץ ר”ה אין ברסלב.צפור בודד האט געשריבן: איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
מיך פאר סאם ריזן נעמט דעם פאקט דווקא איבער מיין הארץ, און מאכט מיר מער גלייבן און איבערגענומען פון ר”נ. ווייל אין בעלזא פאפא סאטמאר און וויזניץ טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ, און זיי וואלטן מן הסתם בכלל נישט געדאוונט ר”ה, שם אתה מוצא גדולתו.
ס’שטערט דיר דאווענען דארט? ווען איך בין געווען א גרויסן ”עובד” אלס בחור’ל האט מיר אויך געשטערט ווען איינער נעבן מיר האט געהאט די חוצפה צו שמועס’ן ביי ונתנה תוקף.. דאס איז דיין אייגענע פראבלעם. די דארפסט קענען דאווענען איבעראל און אלעמאל, אויב גלייבסטו אינעם מלוא כל הארץ כבודו.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
ווען ס'זאל זיין א מקור נאמן פון צדיקים וועגן דעם, ממילא. און דערווייל ווערט ער נישט דערמאנט די לעצטע 200 יאר ביז נאכן קריג.צפור בודד האט געשריבן:Not a poor kid at all.
איך בין אויך דארט געווען אויף א ר"ה און מיינע הרגשים זענען געווען ענליך. א ריזיגע פראצענט זענען אינן מן היישוב, א סאך זענען טוריסטן וואס קומען ווייל יעדער קומט, א ריזיגע יוגנט וואס קומען סתם פאר א גוד טיים ולמה לא, שפעטער זענען דא די אנגעפרעסענע וואס דארפן צו אלע זייערע צרות אויך אביסל ספיריטואליטי, בערך אזוי ספיריטואל ווי א קומזיץ נאך א פרעס און א פאר פלעשער סקאטש און עליית עשן. אויך קומען פארלוירענע נשמות, אין צום לעצט זענען טראדיציאנעלע ברעסלעווער וואס זעען אויס ווי חסידים וואס פארן צו א רבי'ן, און זיי זענען א מיעוט שבמיעוט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
ווען ס'זאל זיין 'אויסער ברעסלאווע' וואס פלעגן אהינגיין פאר'ן קריג, וואלט איך פארשטאנען, אז ס'קומט זיך אלע צו גיין אויף ס'שמעקט זיי.
אבער די גאנצע זאך איז געווארן 'אפציעל' די לעצטע יאר צענדליג, און ס'נישט קיין געזעצטע מאוומענד, קומט עס מיר פאהר ווי כ'גיי באזוכן די גורו'ס אין אינדיע, אדער דאס ענליך אין די דערפער פון אנדערע עובדי מזלות. מ'כאפט אורות און בורות... ס'פונקט גוט פאר פאן און אחיזת עינים.
פאן יא! אבער יודישקייט, חסידות, און דרך, פאלג מיר א גאנג...
מיט א פרישקייט יעדעס מאל באזונדער. ער הויבט אן תמימות'דיג ווען פלוצלינג באקומט ער עפעס אריין...באהעלפער האט געשריבן:איינער האט מיר אריינגעשיקט א לענגערע שילדערונג און היסטאריע פון ברעסלעוו, אבער כ'וויל עס נישט ארויסלייגן, און ווער ס'וויל עס, קען עס באקומען אין אישי.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 73#p451873
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 68#p358168
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
שם אתה מוצא לא גדלותו ולא קטנותו. ס'באדערט מיך גארנישט און דער וואס וויל זאל געזונטערהייט פארן. אז ס'נעמט איבער דיין הארץ מה טוב ומה נעים. איך זע עס ווי א פענאמענען פון אונזערע צייטן. און פאר די וואס אנטלויפן אהין פון בעלז/סאטמאר/גער וכדומה איז עס א סארט המחליף פרה בחמור. אבער ווייטער, יעדער זאל טון ווי ער פארשטייט און איך וויל סך הכל קאמענטירן.מתבודד האט געשריבן:בקיצור דיך באדערט דעם פאקט אז טוריסטן, אינן מן היישוב, אנגעפרעסענע און פארלוירענע נשמות טרעפן זיך דעם פלאץ ר”ה אין ברסלב.
מיך פאר סאם ריזן נעמט דעם פאקט דווקא איבער מיין הארץ, און מאכט מיר מער גלייבן און איבערגענומען פון ר”נ. ווייל אין בעלזא פאפא סאטמאר און וויזניץ טרעפן זיי זיך נישט דאס פלאץ, און זיי וואלטן מן הסתם בכלל נישט געדאוונט ר”ה, שם אתה מוצא גדולתו.
ס’שטערט דיר דאווענען דארט? ווען איך בין געווען א גרויסן ”עובד” אלס בחור’ל האט מיר אויך געשטערט ווען איינער נעבן מיר האט געהאט די חוצפה צו שמועסן ביי ונתנה תוקף.. דאס איז דיין אייגענע פראבלעם. דו דארפסט קענען דאווענען איבעראל און אלעמאל, אויב גלייבסטו אינעם מלוא כל הארץ כבודו.