דאס איז נישט מיך האט געשריבן:הרב חיים הערש בנו הגדול פין אדמו"ר מהרז"ל פין סאטמאר איז איינער פין די שטערענס פין די קומעדיגע דור
א יוד וואס איז עוסק בתורה ועבודה און ווער געשעצט ביים היימישע ציבור
ער האט שוין משמש געווען ברבנות אין קהילת סיגוט אין ב"פ נאך וואס זיי פאטער איז געווארן רב אין די סאטמארער קהילה אין ירושלים
שפעטער ווען אביו הגדול האט זיך צירוק געקערט ע"פ בקשת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צי דינען אלס רב אין די קהילה אין וויליאמסבורג איז די רב רח"ה אויפגענימען געווארען אלס רב אין ירושלים
כהיום הייסט עס אז ער האט זיך אפגעזאגט פין די קהילה אין ירושלים אבער גייט נאך אהין עטלעכע מאל א יאר
ער וואוינט אין וויליאמסבורג סמוך לאביו הגדול און פארט אסאך קיין קרית יואל צי פירען שבתים הגם מען האט עם (נאך) נישט אויפגענימען פאר רב דארט
ער איז זייער געשעצט ביי זיין טאטעס קהילה און אזוי אויכט ביי אסאך אידען אין די חסידישע וועלט
אפילו אין די קהילה פין זיין גרויסע פעטער אדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז ער אויכט געשעצט ביי א טייל עולם אז ווייניג וואס מען הערט דארט עם אראפרייסען
(איך האב קיינמאל נישט געהערט פין מיינע ארוינישע חבירים עם אראפרייסען נאר אייביג גערעדט מיט גרויס שעצאנג אבער סקען זיין אז עס יא דא , ווייס איך נישט)
עס זענען שוין ארויסגעקומען עטליכע ספרים פון זיינע תורות און דרשות
אסאך זעהן עם פאר א שטארקע זאך אין די קומענדיגע תקופה בפרט אין קהילת סאטמאר
לאקשען מיט טיפיקעל פראפאגאנדע כדרכם,
זיין טאטע איז אויך געווען רב אין סיגוט ב''פ פארן דינען אלס רב אין ירושלים,
ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט פין די קהילה אין ירושלים,
ער האט אוועקגעמופט פין דארט וועגן אנדערע סיבות,
כ'ווייס נישט אויב ער האט אפילו אויפגעגבן זיין דירה דארט,
איך בין נישטו אויסציפויקן יענעם'ס פראבלעמן,
ער וואינט אין א הכנסת אורחים דירה פין די גאדינגער'ס אויף קליימער
שוין אפאר יאר וואס ער פראבירט צו באקומען די טאטע'ס אלטע דירה אויף ווילסאן ביי די מלמדים הייזער,
ער האט פראבירט צו באקומען די רבנות אין
קרית יואל נאכדעם וואס זיין ברודער יואל האט שוין געהאט א אויג דערויף,
ער האט שוין אפילו א דירה דארט אבער ס'דארט אויך געווארען פארקריפעלט דערווייל, (זיינע חברה האבען געמאכט מ'זאל אים אנהייבן רופן מורינו אן א טיטול)
זיין נאנטקייט מיט מהר''א האט די מערסטע ארויסגעשיינט אז ווען ער האט חתונה געמאכט האט מען געשנארט געלט אויב ביי חסידי מהר''א - וועלכע האבען נישט געגלייבט אז מ'קען אים נישט אליין צאמשטעלן די געלט אין די אייגענע קהילה,
גראדע האבען מענטשן זיך געווינדערט ווען ער האט געוולט קומען צו זייער קהילה אין קרית יואל - א צוקלאפטע קהילה וועלכע איז שטענדיג אין א דירעקטע מערכה מיט זיין פעטער מהר''א
אין ירושלים זעלבסט האט ער גענומען די מהלך פין זיך אנקלעבן אין די סוקרוקים - א זאך וואס זיין טאטע האט אויך געטוהן א שטוק צייט אין זיך ביטער אפגעבריהט אין שלאגט זיך מיט זיי אין אמעריקא,
זיין ברודער יעקב בער וועלכע דינט היינט אלס 'סיגוט ב''פ' רב זעהט אים אלס זיין גרעסטע קאמפעטישאן,
פין זיין שייכות ביי די בג''ץ פרשה האביך נישט קיין צייט צו רעדן,
פאר יעצט איז דעיס גענוג,