עצי שטים האט געשריבן:
די שאלה איז ווי פאלגנד, און איך וועל עס באזירן אויף א מעשה (שהיה) וואס איך האב אמאל געהערט,
מען האט אמאל געמאכט און א''י א גרויסע צאמקום ערגעץ און גליל, אן 'אסיפת חינוך' פאר די פרייע מחנכים ומחנכות פונעם לאנד, האבן זיי געוואלט אויך ברענגען א ארטידאקסישן רב וואס זאל רעדן, און זיי האבן גערופן א געוויסע מנהל פון א חרדישן מוסד און א''י (איך געדענק שוין נישט וועמען זיי האבן געריפן, אפשר קען איינער וואס קען די מעשה שרייבן ווער עס איז געווען)
זיי האבן אים אבער קלאר געמאכט אז ער איז דא נאר אז עס זאל זיין א קאלירפולע אויסווייל פון רעדנערס, אבער ער זאל נישט רעדן קיין שום רעליגיעזע זאכן, אדער ארויסברענגען די תורה מהלך ווס. די פרייע וכדו'
למעשה האט ער זיך אויפגעשטעלט רעדן, און געזאגט אזוי, רבותי דא זיצן דאך פון די בעסטע מחנכים פון לאנד, איז לאמיך פארלייגן א שאלה פאר ענק, עפעס וואס האט זיך אפגעטון ביי אונז און תלמיד תורה,
געווען א אינגל וואס האט גע'גנב'עט ביי א צוויטן אינגל א פינעווער, די אינגל איז זיך געקומען אויסוויינען פאר מיר, האב איך אריינגערופן די גנב און אים אנגעשריגן, גיב שוין צירוק די רויב פאר דיין חבר,
זאגט מיר די אינגל אזוי, יא, די מנהל איז שטערקער פון מיר, און קען מיך זאגן וואס צו טון, אבער איך וויל פארשטיין שכל'דיג פארוואס זאל איך עס צירוק געבן,
פרעגט די מנהל פונעם עולם, וואס האב איך אים געדארפט צו זאגן?
וואס הייסט האט די עולם ג'טענה'ט, עס איז נישט דיינס? גיב עס צירוק צו וועמען עס באלאנגט,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגע'טענה'ט, פיין עס איז געווען זיינס ביז די צווייטע אינגל האט עס גענומען, יעצט איז עס די צווייטע אינגל'ס, ער האט עס פאקטיש, וואס גייט מיר אהן אז יענער האט עס פריער געהאט, יעצט האב איך עס,
האט איינער געוואלט זאגן אזוי, אויב גיבסטו עס נישט צירוק, דאן וועט מען מארגן צינעמען דיינע זאכן פון דיר, עס מיז זיין אזא מהלך פוו נישט נעמען יענעמס זאך,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגעזאגט, אז די אינגל איז א גבר אלים, און מען קען נישט אזוי גרינג ציכאפן פון אים קיין זאכן, און חוץ המעשה באקומט ער נישט אזוי פיל פון דערהיים ווי אנדערע באקומען, סאו דאס איז נישט קיין טענה פאר דעם גנב, ווייל ער קען יא באשטיין אז ס'זאל זיין איש כל הישר בעיניו יעשה,
האט איינער געזאגט, גיב עס צירוק ווייל אזוי איז ריכטיג צו טון, אויף דעם האט ער די מנהל צירוקגעזאגט, ווער האט אפגעמאכט וואס איז ריכטיג, ער האלט אז דאס אז ער האט יעצט א פינעווער, איז מער ריכטיג ווי נישט האבן
בקיצור עס איז געגאנגען אהים און צירוק, ביז די גרויסע מכנחים זענען געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, וואס איז טאקע דא צו מסביר זיין מאראליש און שכלדיג, צירוקצוגעבן דאס געלט? האבן זיי אים געפרעגט נא? וואס האסטו למעשה געזאגט פארן אינגל?
האט ער געזאגט, אז בעצם האט מען מיר אנגעווארנט נישט צו רעדן פון דעם, אבער אז מען פרעגט וועל איך זאגן, איך האב אים געענטפערט, גיב עס שוין צירוק, ווייל אין די תורה שטייט 'לא תגנובו' די באשעפער לאזט נישט גנב'ענען, און ער וועט דיר שטראפן אויב גיבסטו עס נישט צירוק
היוצא לנו מזה, א שטארקע נקידה, יא די אלע גוים זענען אייביג ביזי מיט ראסיזם און רעכטן פאר די באקריוודעטע, וכ' און מען פארשעמט און קענסלט די וואס גייען נישט מיט מיטן ריכטיגן גלייכבארעכטיגונג מהלך, אבער אלעס איז טאקע פיין פאר די כבוד וואס מען באקומט פארדעם, פארן זיין אן 'אזוי גערופענע' ארענטליכע' מענטש,
אבער מיט פארמאכטע טירן, ווען קיינער זעט נישט, וואס שטערט אים פון עביוזן, גנב'ענען, אראפקלאפן, אויב וועט מען נישט געוואר ווערן דארפון? און אפילו מען וועט צום סוף יא געוואר ווערן, וויפול סעלעברעטיס איז נאך יארן ארויסגעקומען די גאנצע שמיץ וואס זיי האבן באהאלטן אלע יארן ביי זיך, מער וויפול מען קען אפילו ציילן, זאת אומרת, אהן קיין רעליגיע, פארוואס זאל מען יא האבן א מאראל?
יעצט אודאי איז דא רעליגיעזע מענטשן וואס קענען זיך נישט מתגבר זיין און ליידער עביוזן זיי און זיי גנב'ענען וכד', אבער זיי ווייסן כאטש אז זיי טוען נישט ריכטיג, אבער די נישט רעליגיעזע, פארוואס זאל ער נישט עביוזן אדער גנב'ענען, אויב וועט מען קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון?
א שיינע קינדישע מעשה, פערפעקט צו פלאנצן טראמא און פחד יונגערהייט איז עס, אבער צום באדויערן, ווייט פון א קאמפעלינג ארגומענט. קיין שום פילזאף, אדוואקאט, פראקוראר, וויסנשאפטלער, אדער דאקטער - און סיי ווער עס וויל גענומען ווערן ערנסט - וועט קיינמאל נישט א ראיה ברענגען צו זיין/איר worldview אדער טעאריע ווייל אזוי שטייט... (dogmatism) און אוודאי נישט ציטירן א זאך וואס שטייט אין עפעס א פארשטויבטן בוך ווי דעם אלטן טעסטעמענט וואס איז אנגעפילט מיט רשעות, רציחה, און העיטרעד. (יא ס'האט אויך שיינע זאכן אבער למעשה איז פארהאן דארט פיל מיט גיפט וואס איז אומבאדינגט נוגע אויב מ'וויל אדרעסירן א פונדאמענטעליסט געטליכע מאראל) און זיס וואלט מען אויסגעזעהן ווען מ'וואלט געגאווערנד אויף אידאלן פון אור אלטע ביכעלעך וואס מ'קען נישט/מעג נישט טשעלענדזשן - אזוי רעדט מען נאר צו א קינד וואס פאלגט נישט:
-גיי שלאפן די רגע.
-פארוואס?
-ווייל אזוי האב איך געהייסן דו פאסקונדיאק! while ס'קען זיין די בעסטע זאך פארן קינד דאס אויסצופאלגן פאר זיין טובה וועגן, האסטעם אבער נישט געגעבן קיין שום rational foundation דערפאר, און דאס קינד פאלגט דיך נישט פאר די right reasons
עניוועי, מאראליטי קען מען באטראכטן אויף פילע דרכים, קאמפליצירטערע און גרינגערע.
אז מ'קוקט אריין אין די פילזאפיע פון יוטיליטעריניזם, וועט מען געפינען איין פשוט'ע קאנצעפט וואס לעזט דעם דין תורה זעהר גרינג. יוטיליטעריניזם קוקט אויף די מושג פון וואוילזיין well-being
דאס הייסט מ'פרובירט צו וויסן יעדע זאך צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, באזירט אויף די איין criteria: טוט די אקט פארבעסערן און/אדער מאקסימיזירן די וואוילזיין פון יעדעם איינעם, אדער פון די מערהייט? יא? איז דאס מאראליש. ניין? אומ-מאראליש. case dismissed און א פרייליכן תמיד!
ס'איז דא נאך חלקים צו דעם ווי קאנסוקווענטשיליזם (וואס איז א צווייגל פון יוטיליטעריניזם) וואס קאנצענטרירט וועלכע אקט וועט האבן די בעסטע און ערגסטע קאנסקווענצן. אזוי ווי מ'פארשטייט אין דעם קעיס אז אויב דו בא'גנב'עסט מיר דארפסטו זיין גרייט אויף די קאנסוקווענצן. אבער די אונטערשטע שורה איז וואס ברענגט אונז אלע צו א בעסערע מצב? ס'איז נישט גענוג אז נאר איינער האט א טובת הנאה דערפון (אזוי ווי אנארכיזם, ליבערטעריניזם, איגאיזם,) נאר יעדעם'ס וואוילזיין איז די זעלבע וויכטיג.
וועלכע זאכן קוואליפיצירן אלס פאר well-being? אה ס'איז דא פארשידענע מאן דאמרם אויף דעם. קוק עס נאך, די הויפט זאכן אויפן ליסטע זענען, א דיזייער פאר א גוטע לעבן, פריינטשאפט, געזונט, און נאלידזש. פשוט ווייל ס'איז משמע אז יעדער איז better off מיט די זאכן, ווי איידער אן. שפעטער איז דא אנדערע און מ'קען דאס עקסטער שטודירן פאר ווער עס וויל.
מיין פוינט איז:
ס'איז אין יעדעם'ס וואוילזיין אז ביי א שווים באסיין זאל זיין א היטער, ס'איז אין יעדעם'ס וואוילזיין ס'זאל נישט זיין קיין טעראר אויף די וועלט, ס'איז אין יעדעם'ס וואוילזיין אז באואינג זאל דורכפירן מערערע טעסט פלייטס פאר זיי ליפערן אפ דעם עירקרעפט אויף וועם צענדליגער טויזנטער פאסאדזשירן וועלן דערויף פליען, ס'איז אין יעדעם'ס וואוילזיין אז ווען א מאטאריסט דרייט זיך אוועק אין א עקזיט אז ער זאל מאכן זיינע סיגנאלן צו לאזן וויסן פאר אנדערע וואס ער פלאנט דא צו טאן, ס'איז אין יעדעם'ס וואוילזיין נישט צו שטארבן פון הונגער, מחלות, און נאטירלכע חורבנות אא"וו - טרעף מיר סיי וועלכע קעיס ווי די מערהייט עגריט אז עפעס איז מאראל און קומט נישט נאך דעם גדר. מ'דארף נישט קיין באשעפער אדער סיי וועלכע deity צו זיין מאראל! ווייל אויב א בוך וועט זאגן אז געי אינדיוודיועלן אדער עמלקים, פארדינען נישט צו לעבן מאכט דאס נאכנישט די זאך מאראליש, און דו פארשטייסט אליינס ווי פראבלעמאטיש ס'איז צו נעמען מאראלן פון דארט און נאך זיין ביי די מיינונג אז דאס איז א גוטע מאראל קאוד, און גאר עליטיסט פון סיי וועלכע אנדערע. ווייל לויט די אויבנדערמאנטע מאראל קאוד, אין א רעאליטעיט פון שזאת התורה לא תהא מוחלפת קען מען נישט אנקומען צו א גוטע וואוילזיין ווייל דאס האלט זיך אין איין טוישן ווי נאר די וועלט מאכט כסדר פארשריט, און אויב נעמסטו טאקע נישט דיינע מאראלן איבער הארגענען פון דעם בוך ביזטו דאך א פאלנער cherry picker...
רעדנ'דיג פון מאראליטי דא איז א שמועס צווישן מעט דילהאנטי א באקאנטער סקעפטיק און כופר, און ירדן פיטערסאן ווי זיי שפארן זיך איבער די געדאנק פון well-being דער לאזט נישט אויסרעדן...
https://youtu.be/FmH7JUeVQb8?t=2613