צו מאכט "בחירה" סענס?

מחשבה, השקפה ועיון
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מי אני האט געשריבן:ניין. לויט דער רלב"ג איז עס א לאגישע אומעגליכקייט צו באשאפן יש מאַיִן הגמור, וממילא נמנע אף ממנו ית' כביכול. איך שרייב דאס דארט (ס'דא אביסל א טייפּוׂי דארט):
[לויט] די שיטה [איז] עס (איז) אוממעגליך צו באשאפן א בריאה יש מאין אפילו לו כביכול; עס איז אזוי ווי באשאפן א פיר-עקיגן צירקל.
אבער אפילו לויט'ן רמב"ם בבריאת יש מאַיִן הגמור, איז נאך אלס דא דעם לאגישן אומעגליכקייט: אויב באשאפט מען א וועלט פון חומר איז מן הנמנע, אף ממנו ית', אז עס זאל זיין רעות. לויט'ן רלב"ג איז דאס נאר נאך שטערקער אז עס קען ניטאמאל זיין א פעולת בריאה בכלל מאַיִן הגמור אָן קיין חומר מעיקרא. ולגבי די קשיא "אז אויב אזוי זאל ער ענדערשער נישט באשאפן בכלל!" הא'מיר שוין גע'ענטפערט אז זיי האבן געהאלטן פון (וואס איז שפעטער טערמינט געווארן דעם) פּרינציפּ פון פּלעניטוּד, ובפרט וואו זיי טענה'ן אז על הכלל כולו איז דא בעצם מער טוב ווי רע.

כמובן, איז דאס אלעס עפ"י די Aristotelian צי Platonic קאסמאלאגיע וואס איז געווען אָנגענומען בזמניהם. ווי איך האב געשריבן דא (זייער tentatively) קען מען אולי אולי זאגן לפי די היינטיגע קאסמאלאגיע אז די בּיג בּענג, מיט איר סינגולעריטי, גייט מער אין איינקלאנג מיט שיטת הרלב"ג בבריאת יש מיש, ווי איידער מיט דעת הרמב"ם בבריאת יש מאַיִן הגמור. (ביטע מיך נישט כאפן ביים ווארט - איך זאג נישט אז דאס איז עס.)
מיין שאלה איז דאך לויט’ן רמב”ם אז גאט קען יא באשאפן יש מאין הגמור. פארוואס האט ער אויסגעוועלט עס צו באשאפן מחומר, וואס ברענגט מיט זיך א ליסטע פון פראבלעמען, און נישט יש מאין, וואס מ’קען אויסשטעלן אז עס זאל זיך מסבב זיין צו כולו טוב?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אט דאס איז די געדאנק פונעם פּרינציפּ פון פּלעניטוּד. דאס באדייט אז א פּערפעקטע באשאפער באשאפט אלעס וואס איז שייך צו באשאפען וואס איז גוט על הכלל כולו. און אויב באשאפט ער נישט א וועלט פון חומר, און עס וואלט אינגאנצן געפעהלט א וועלט פון חומר בכלל פון אלע מעגליכקייטן וואס ער קען באשאפן, וואלט אט דאס געווען א חסרון בחיקו אין זיין פּערפעקשאן. אזויפיל יא, טאמער וואלט א וועלט פון חומר טאקע געווען רע על הכלל כולו, דאן וואלט ער דאס נישט געדארפט באשאפן. אבער דאס טענה׳ט דער רמב״ם בפי״ב איז נישט אזוי - ער טענה׳ט אז על הכלל כולו איז עס טוב (דלא כאַלראַזי).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:יא, ס׳מאכט סענס פונקט ווי די וועלט (עולם מלשון העלם) מאכט סענס.
דעת עצמי ע״פ חכמת חב״ד
זיי דיך בעסער מסביר פליז... וויאזוי מאכט עס סענס, און וואס האט עס מיט די וועלט?
די וועלט וויאזוי אונז זעין עס און שפירן עס, איז בכלל נישט וואס ס׳איז. מ׳קען צונעמען די נושא אויף פארשידענע דימענשענ׳ס, לדוגמא קטנה קען מען אנכאפן דאס וואס דו האסט באשריבן אין דיין חתימה לינק... אנדערע סייענטיפישיע דימענשאנ׳ס ווערן דא אויסגעשמועסט.

איך האב זיך אבער באצויגן צו להבדיל גאר אן אנדערע בחינה בנוגע די אפסיות און העדר פון וועלט כמבואר אין ספרי חב״ד, ואכמ״ל.

עכ״פ, אָן צופיל מעריך צו זיין וויאזוי, די אונטערשטע שורה איז, אז; (אונזער) וועלט מאכט ׳נישט׳ קיין סענס (שכל אנושי). אין אנדערע ווערטער; גאָר אסאך קשיות קעמען פרעגן אויף אונזער עצם עקזיסטענס, וכו׳ (כ׳טראכט יעצט, ס׳באמת פאני למשל די פאקט אז יעדער מענטש האלט זיך פאר די וויכטיגסטע מציאות אויף די וועלט, בשעת ער ווייסט אז ער איז בלויז איינס פון בילאנען, וואס יעדע איינע פון זיי האלט אז ער איז די וויכטיגסטע פון אלע...)

אלא מאי?

די תירוץ איז איין ווארט: ׳עקספיריענס׳. די וועלט (פאר אונז מענטשן) איז נישט מער ווי אן עקספיריענס, אלעס איז experiential.

דעריבער דארף בחירה נישט מאכן ׳סענס׳ (סייענטיפיקלי). ס׳דארף זיין און ס׳איז די ׳עקספיריענס׳ וואס אונז מענטשן אלץ בשר ודם טוען עקספיריענסן.
לקרב הקאנסעפט אל השכל יותר...

איינער וואס האט קיינמאל געהערט פון vr גלעזער, קומט אריין אינעם שטוב ווי דער עולם האט אָן עפעס געמאכט פון א פלאסטישע מאטריאל וואס פארדעקט די אויגן. און... דערוילעם דרייט זיך אהער, אהין למעלה, למטה, שטרעקט אויס די האנט כאילו צו כאפן מלאכים... וואס וואלט דער גאסט געזאגט? ״די חברה דאָ זענען אראָפ פון זינען... ס׳מאכט נישט קיין ברעקל ׳סענס׳ דאס וואס ס׳קומט דא פאר!״

די תשובה אויף דעם וואלט געווען: ׳סענס׳ אהער ׳סענס׳ אהין; ס׳געווען א געשמאקע ׳עקספיריענס׳!

(איך וואלט אפרישיעטעד עני פידבעק; פאזעטיוו אדער נעגעטיוו... א דאנק.)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

איז משה רבינו גיווען א אפגעהיטענער תם? אז מען נעמט אהן די מעשה וואס וועט גיברענגט אינעם תפארת ישאל אויף די לעצטע משנה אין סדר נשים אין מסכת קדושין (פרק ד משנה יד ועיין פה) איז ער גיבוירען מיט אסאך אישוס אין א שלעכטע טבע. אמת, ס׳איז דא אסאך חולקין אויף דעם תפארת ישראל אבער דער אלשיך הקדוש וכן הזוהר הקדוש דערמאנען דאס אויכעט.

פין די פסוקים און מדרש זעהט מען אז משה איז נישט גיווען אין אן היימישען תשב״ר און חסידישע ישיבות, ער איז אויפגעוואקסען אין פרעה׳ס שטיעב מיט שיקצות ומכשפות און שפעטער איז ער גיווען א קעניג אין מדין פאר 40 יאהר, ערשט ביי די עלטער פין 80 יאהר איז ער צוריק געקימען צי מצרים.

איז דער יצר הרע א דימיון אדער א מחשבה? אויב ער איז נאר א מחשבה, טא פארוואס הייסט ער ׳יצר הרע׳ אונד נישט ׳מחשבה הרע׳? די תורה שרייבט, ׳לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם׳ טראכט א מענטש מיט דעם הארץ אדער מיט זיין מח?

דער תירוץ איז אז דער מח איז ווי א מאשין אהן הרגשים אונד קען נישט מבחין זיין בין טוב לרע, ער זעהט עפעס אדורך די אויגען אונד מאכט א אויטאמאטישע קלקולעישען וואס ער זעהט. איך וועל אייך געבען א משל; אז מען קיקט א מאווי (Movie) ווייסט מען אז מען זיצט איז זיכערהייט אין זיין שטיב אונד דאס איז נאר א מאווי ועם כל זה שיסען זיינע מחשבות זיגנאלען אז כאילו ס׳איז אמת.

די הארץ איז דער מלך האברים הפנימים אונד שיקט די באפעל צי אלע איברים. די הארץ שיקט א זיגנאל צום מח וואס ער זאל טראכטען ווען ער זעהט גארנישט וי כדומה ער ליגט ביינאכט אין בעט אדער פארט אויף א הייביע (hiway) אונד דארט ליגט דער ובחרת בחיים ווי אזוי צי ניצען די הארץ ווי דער רמב״ם שרייבט (הלכות איסורי ביאה פרק כב הלכה יט) 'יפנה עצמו ומחשבתו לדברי תורה, וירחיב דעתו בחכמה שאין מחשבת עריות מתגברת, אלא בלב פנוי מן החכמה' אונד דאס איז דער פשט פין 'אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי' (ברכות סא.) אונד 'אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות' (סוטה ח.) אונד 'איזהו ׳אל זר׳ בגופו של אדם? זה יצר הרע!' (שבת קה).

אלע פסיכולוגען מוטשען זיך ווי אזוי קען מען אפשטעלען דעם מח צו רעלאקסען? דאס גייט אבער נישט, דער הארץ איז דער מלך אונד ער איז מחליט צי מען זאל זעהן אן עקשען מאווי אדער אן קאמעדיע מאווי אדער אן הארור מאווי ועוד אונד לפי דעם טיט מען אונד פילט מען ווי אזוי מען טיט אונד פילט למעשה. ווען א מענטש האט א ארבעט וואס ציהט עהם אדער א סדר הלימוד וואס ער האט טאקע חשק אדער א האבבי (hobby) איז דעס אלץ משכחת עוון.

לפי שיטת עצי שטים קען מען זאגען אז דאס וואס דער בעל התניא פלעגט זאגען: 'טראכט גיט וועט זיין גיט', איז טאקע נכלל אינעם מצוות עשה פין ובחרת בחיים.

איך טראכט אז טראכטען איז אסאך שווערער ווי מען טראכט אונד אויך דאס בין איך אויך נישט זיכער..
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:יא, ס׳מאכט סענס פונקט ווי די וועלט (עולם מלשון העלם) מאכט סענס.
דעת עצמי ע״פ חכמת חב״ד
זיי דיך בעסער מסביר פליז... וויאזוי מאכט עס סענס, און וואס האט עס מיט די וועלט?
די וועלט וויאזוי אונז זעין עס און שפירן עס, איז בכלל נישט וואס ס׳איז. מ׳קען צונעמען די נושא אויף פארשידענע דימענשענ׳ס, לדוגמא קטנה קען מען אנכאפן דאס וואס דו האסט באשריבן אין דיין חתימה לינק... אנדערע סייענטיפישיע דימענשאנ׳ס ווערן דא אויסגעשמועסט.

איך האב זיך אבער באצויגן צו להבדיל גאר אן אנדערע בחינה בנוגע די אפסיות און העדר פון וועלט כמבואר אין ספרי חב״ד, ואכמ״ל.

עכ״פ, אָן צופיל מעריך צו זיין וויאזוי, די אונטערשטע שורה איז, אז; (אונזער) וועלט מאכט ׳נישט׳ קיין סענס (שכל אנושי). אין אנדערע ווערטער; גאָר אסאך קשיות קעמען פרעגן אויף אונזער עצם עקזיסטענס, וכו׳ (כ׳טראכט יעצט, ס׳באמת פאני למשל די פאקט אז יעדער מענטש האלט זיך פאר די וויכטיגסטע מציאות אויף די וועלט, בשעת ער ווייסט אז ער איז בלויז איינס פון בילאנען, וואס יעדע איינע פון זיי האלט אז ער איז די וויכטיגסטע פון אלע...)

אלא מאי?

די תירוץ איז איין ווארט: ׳עקספיריענס׳. די וועלט (פאר אונז מענטשן) איז נישט מער ווי אן עקספיריענס, אלעס איז experiential.

דעריבער דארף בחירה נישט מאכן ׳סענס׳ (סייענטיפיקלי). ס׳דארף זיין און ס׳איז די ׳עקספיריענס׳ וואס אונז מענטשן אלץ בשר ודם טוען עקספיריענסן.
לקרב הקאנסעפט אל השכל יותר...

איינער וואס האט קיינמאל געהערט פון vr גלעזער, קומט אריין אינעם שטוב ווי דער עולם האט אָן עפעס געמאכט פון א פלאסטישע מאטריאל וואס פארדעקט די אויגן. און... דערוילעם דרייט זיך אהער, אהין למעלה, למטה, שטרעקט אויס די האנט כאילו צו כאפן מלאכים... וואס וואלט דער גאסט געזאגט? ״די חברה דאָ זענען אראָפ פון זינען... ס׳מאכט נישט קיין ברעקל ׳סענס׳ דאס וואס ס׳קומט דא פאר!״

די תשובה אויף דעם וואלט געווען: ׳סענס׳ אהער ׳סענס׳ אהין; ס׳געווען א געשמאקע ׳עקספיריענס׳!

(איך וואלט אפרישיעטעד עני פידבעק; פאזעטיוו אדער נעגעטיוו... א דאנק.)
https://www.youtube.com/watch?v=NUern9SxnEI

פארשפארט