איז הריגת בי"ד Suicide by Cops?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

איז הריגת בי"ד Suicide by Cops?

שליחה דורך ודברת בם »

איינער האט אמאל אריינגעטראכט וויאזוי איז שייך הרוגת בית דין אויב ס'האט אויסגעפעלט התראה וקבלת התראה בדרך וודאי* בפני שני עדים וכו' פארוואס איז עס נישט suicide by Cops?

*כמבואר מהסוגיא בכתובות שאי אפשר להענוש היכן שהעדות אינ'ם בטוחים בוודאות שהבעל דין הבין שעונשו הוא מותת בית דין
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

די אלע הרחקות פין חכמים אויף מיתות בית דין איז ווייל זיי האבן נישט געהאלטען דערפין האבן זיי געמאכט עפעס שווערע הלכות וואס קען קיינמאל נישט געשעהן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז אינטרעסאנט וואס דער רמב״ם שרייבט בהל׳ סנהדרין סוף פי״ח ה״ו:
גזירת הכתוב היא שאין ממיתין בית דין ולא מלקין את האדם בהודאת פיו אלא על פי שנים עדים וזה שהרג יהושע עכן ודוד לגר עמלקי בהודאת פיהם הוראת שעה היתה או דין מלכות היה, אבל הסנהדרין אין ממיתין ולא מלקין המודה בעבירה שמא נטרפה דעתו בדבר זה שמא מן העמלין מרי נפש הוא המחכים למות שתוקעין החרבות בבטנם ומשליכין עצמן מעל הגגות שמא כך זה יבא ויאמר דבר שלא עשה כדי שיהרג וכללו של דבר גזירת מלך היא.
אבער ווי ערווענט איז טאקע יתכן אז די סארט הלכות, וואס ס׳איז יתכן אז זיי זענען צוערשט צושטאנד געקומען נאכדעם וואס מיתת בי״ד איז בכלל בטל געווארן, איז געווען מכח דעם צו לימיטן די געדאנק פון מיתת בי״ד בכלליות און דאס אז חז״ל זענען געווען אומבאקוועם דערמיט.

הגם אז דער רמב״ם אליין גייט דאך יא אינערהאלב די סיסטעם התלמודי דערויף, און דאך מאכט ער א חילוק צווישן הודאת פיו, וואו עס איז יתכן מחמת סוּסייד, ובעדות והתראה וואו עס איז נישט. אבל עיין לעיל בפי״ב ה״ב וע״ש בכסף משנה. והיינו, מיר זעהן טאקע בסנהדרין מ:-מא. אז עס דארף טאקע דוקא ווערן גערעכענט ווי ״התיר/יתיר עצמו למיתה״ בהתראה, און דאס איז א תנאי להמיתו. אין אנדערע ווערטער, עס דארף טאקע זיין דוקא טאמער התיר עצמו למיתה, והיינו suicide by cops, אבער דייקא דורך עדים און נישט דורך הודאת פיו.

עס איז אויך מערקווידיג צו באמערקן אז דארט פסק'נט דער רמב"ם, עפ"י הגמרא במכות ו:, אז די התראה קען אויך זיין אפילו עפ"י עצמו. און דער כסף משנה דארט איז מסביר אז דלא כרש"י שם במכות קען דאס מיינען אז דער עובר/רוצח איז זיך אליינס מתרה ע"ש. דאס איז אבער לכאורה אנדערש פון הודאה, וואו ער זאגט אויס די גאנצע מעשה מתחילה ועד סוף וממילא איז ער אפשר פון די "מרי נפש" וואס ווילן מיתה, צו וואו די איינציגסטע זאך וואס ער טוהט (בפני עדים אחרים) איז אז ער געבט זיך די התראה. דאס איז ענליך צו זיין זאגן אויף התראת אחרים "על מנת כן". און ווי אונז הא'מיר געזאגט, זאגט דאך דער רמב"ם ביי הודאה אז ס'איז "גזירת המלך" ואפשר דהוא להסביר די חילוק בזה: סיי דא און סיי דא איז עס דאך בעצם זעלבסטמארד וכנ"ל, נאר כך הוא גזיה"כ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

און אז מען רעדט פין הלכות וואס חז"ל האבן אויסגעריסן וועגן עס האט נישט געשטימט מיט דער (תורה) בליק אויף יומאניזים, קיין מען צולייגען פין לעצטע וואך, לא תחיה כל נשמה. הגם עס שטייט אין יהושע אז ער האט עס געטוהן, האבן די מדרשים צוגעלייגט, אז יהושע האט געאפערט א שלום, אפילו פאר די ז' אומות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: איז הריגת בי"ד Suicide by Cops?

שליחה דורך פרנס החודש »

מען ברויך מאכן א וועסטערן סטייל מאוויא איבער די גאנצע מצב דארט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פרנס החודש האט געשריבן:מען ברויך מאכן א וועסטערן סטייל מאוויא איבער די גאנצע מצב דארט.
שוין דא "היהודים באים"
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

היסטאריע האט געשריבן:און אז מען רעדט פין הלכות וואס חז"ל האבן אויסגעריסן וועגן עס האט נישט געשטימט מיט דער (תורה) בליק אויף יומאניזים, קיין מען צולייגען פין לעצטע וואך, לא תחיה כל נשמה. הגם עס שטייט אין יהושע אז ער האט עס געטוהן, האבן די מדרשים צוגעלייגט, אז יהושע האט געאפערט א שלום, אפילו פאר די ז' אומות.
רעדנדיג פון היומאניזם דערמאנסט מיך א שווער שטיקל רמב"ם/גמרא איבער הלכות בן נח וואס קען ממש נישט עולה זיין על דעת.
הלכות מלכים פרק ט' סעיף י״":
ובן נח שעבר על אחת משבע מצות אלו יהרג בסייף. ובן נח נהרג בעד אחד, ובדיין אחד, בלא התראה, ועל פי קרובין. (סנהדרין נו.)
איינע פון די שבע מצות איז גזילה. הייסט אז איך זעה א היימלאזער מאן ארויסלויפן מיט א פאר שיך פון א געשעפט קען איך אים מאכן מיט א קאפ קורצער?! לכאורה האט פאר חז"ל קיין סאך נישט געארט ווען גוים ווערן גע'הרג'עט. מ'קען זעהן זייער צוגאנג בנוגע די גוי'אישע געזעלשאפט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך סבא דבהתא »

אגב די רמב"ם שרייבט אויכעט אז בי"ד האט געקענט לפי המצב והזמן דן זיין מענטשן למיתה אפי' ווען סאיז נישט געווען התראה מיט אלע דעטאלן.

לכאורה קוקט אויס אז די תורה'דיגע וועג איז אז ס'מוז עקזיסטירן אזא מושג פון death penalty נאר ס'זאל זיין אין די הענט פון בי"ד.

והא לך לשון הרמבם הלכות סנהדרין כד ד-י
ד. יֵשׁ לְבֵית דִּין לְהַלְקוֹת מִי שֶׁאֵינוֹ מְחֻיַּב מַלְקוֹת וְלַהֲרֹג מִי שֶׁאֵינוֹ מְחֻיַּב מִיתָה וְלֹא לַעֲבֹר עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה אֶלָּא לַעֲשׂוֹת סְיָג לַתּוֹרָה. וְכֵיוָן שֶׁרוֹאִים בֵּית דִּין שֶׁפָּרְצוּ הָעָם בַּדָּבָר יֵשׁ לָהֶן לִגְדֹּר וּלְחַזֵּק הַדָּבָר כְּפִי מַה שֶּׁיֵּרָאֶה לָהֶם, הַכּל הוֹרָאַת שָׁעָה לֹא שֶׁיִּקְבַּע הֲלָכָה לְדוֹרוֹת. מַעֲשֶׂה וְהִלְקוּ אָדָם שֶׁבָּעַל אִשְׁתּוֹ תַּחַת אִילָן. וּמַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁרָכַב עַל סוּס בְּשַׁבָּת בִּימֵי יְוָנִים וֶהֱבִיאוּהוּ לְבֵית דִּין וּסְקָלוּהוּ. וּמַעֲשֶׂה וְתָלָה שִׁמְעוֹן בֶּן שֶׁטַח שְׁמוֹנִים נָשִׁים בְּיוֹם אֶחָד בְּאַשְׁקְלוֹן וְלֹא הָיוּ שָׁם כָּל דַּרְכֵי הַדְּרִישָׁה וַחֲקִירָה וְהַהַתְרָאָה וְלֹא בְּעֵדוּת בְּרוּרָה אֶלָּא הוֹרָאַת שָׁעָה כְּפִי מַה שֶּׁרָאָה:

ה. וְכֵן יֵשׁ לְבֵית דִּין בְּכָל מָקוֹם וּבְכָל זְמַן לְהַלְקוֹת אָדָם שֶׁשְּׁמוּעָתוֹ רָעָה וְהָעָם מְרַנְּנִים עָלָיו שֶׁהוּא עוֹבֵר עַל הָעֲרָיוֹת וְהוּא שֶׁיִּהְיֶה קוֹל שֶׁאֵינוֹ פּוֹסֵק כְּמוֹ שֶׁבֵּאַרְנוּ וְלֹא יִהְיוּ אֵלּוּ אוֹיְבִים יְדוּעִים שֶׁמּוֹצִיאִין עָלָיו שְׁמוּעָה רָעָה. וְכֵן מְבַזִּין אֶת זֶה שֶׁשְּׁמוּעָתוֹ רָעָה וּמְחָרְפִין אֶת יוֹלַדְתּוֹ בְּפָנָיו:

ו. וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן תָּמִיד לְהַפְקִיר מָמוֹן שֶׁיֵּשׁ לוֹ בְּעָלִים וּמְאַבֵּד וְנוֹתֵן כְּפִי מַה שֶּׁיִּרְאֶה לִגְדֹּר פְּרָצוֹת הַדָּת וּלְחַזֵּק הַבֶּדֶק אוֹ לִקְנֹס אַלָּם זֶה, וַהֲרֵי הוּא אוֹמֵר בְּעֶזְרָא (עזרא י, ח) "וְכל אֲשֶׁר לֹא יָבוֹא לִשְׁלֹשֶׁת הַיָּמִים כַּעֲצַת הַשָּׂרִים וְהַזְּקֵנִים יָחֳרַם כָּל רְכוּשׁוֹ" מִכָּאן שֶׁהֶפְקֵר בֵּית דִּין הֶפְקֵר:

ז. וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן לְנַדּוֹת וּלְהַחֲרִים מִי שֶׁאֵינוֹ בֶּן נִדּוּי כְּדֵי לִגְדֹּר פֶּרֶץ כְּפִי מַה שֶּׁיֵּרָאֶה לוֹ וְהַשָּׁעָה צְרִיכָה לְכָךְ וְיֹאמַר שֶׁנִּדָּהוּ וְהֶחְרִימָהוּ עַל דַּעְתּוֹ וִיפַרְסֵם חֶטְאוֹ בָּרַבִּים, שֶׁנֶּאֱמַר (שופטים ה, כג) "אוֹרוּ מֵרוֹז אָמַר מַלְאַךְ ה' אֹרוּ אָרוֹר ישְׁבֶיהָ כִּי לֹא בָאוּ לְעֶזְרַת ה'":

ח. וְכֵן יֵשׁ לַדַּיָּן לַעֲשׂוֹת מְרִיבָה עִם הָרָאוּי לָרִיב עִמּוֹ, וּלְקַלְּלוֹ וּלְהַכּוֹתוֹ וְלִתְלֹשׁ שְׂעָרוֹ וּלְהַשְׁבִּיעַ בֵּאלֹקִים בְּעַל כָּרְחוֹ שֶׁלֹּא יַעֲשֶׂה אוֹ שֶׁלֹּא עָשָׂה. שֶׁנֶּאֱמַר (נחמיה יג, כה) "וָאָרִיב עִמָּם וָאֲקַלְלֵם וָאַכֶּה מֵהֶם אֲנָשִׁים וָאֶמְרְטֵם וָאַשְׁבִּיעֵם בֵּאלֹקִים":

ט. וְכֵן יֵשׁ לוֹ לִכְפּוֹת יָדַיִם וְרַגְלַיִם וְלֶאֱסֹר בְּבֵית הָאֲסוּרִים וְלִדְחֹף וְלִסְחֹב עַל הָאָרֶץ שֶׁנֶּאֱמַר (עזרא ז, כו) "הֵן לְמוֹת הֵן לִשְׁרשִׁי הֵן לַעֲנָשׁ נִכְסִין וְלֶאֱסוּרִין":

י. כָּל אֵלּוּ הַדְּבָרִים לְפִי מַה שֶּׁיִּרְאֶה הַדַּיָּן שֶׁזֶּה רָאוּי לְכָךְ וְשֶׁהַשָּׁעָה צְרִיכָה. וּבַכּל יִהְיוּ מַעֲשָׂיו לְשֵׁם שָׁמַיִם, וְאַל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבְּרִיּוֹת קַל בְּעֵינָיו שֶׁהֲרֵי הוּא דּוֹחֶה אֶת לֹא תַעֲשֶׂה שֶׁל דִּבְרֵיהֶם, וְכָל שֶׁכֵּן כְּבוֹד בְּנֵי אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב הַמַּחֲזִיקִין בְּתוֹרַת הָאֱמֶת שֶׁיִּהְיֶה זָהִיר שֶׁלֹּא יַהֲרֹס כְּבוֹדָם אֶלָּא לְהוֹסִיף בִּכְבוֹד הַמָּקוֹם בִּלְבַד, שֶׁכָּל הַמְבַזֶּה אֶת הַתּוֹרָה גּוּפוֹ מְחֻלָּל עַל הַבְּרִיּוֹת וְהַמְכַבֵּד אֶת הַתּוֹרָה גּוּפוֹ מְכֻבָּד עַל הַבְּרִיּוֹת. וְאֵין כְּבוֹד הַתּוֹרָה אֶלָּא לַעֲשׂוֹת עַל פִּי חֻקֶּיהָ וּמִשְׁפָּטֶיהָ
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

חתן בחור האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און אז מען רעדט פין הלכות וואס חז"ל האבן אויסגעריסן וועגן עס האט נישט געשטימט מיט דער (תורה) בליק אויף יומאניזים, קיין מען צולייגען פין לעצטע וואך, לא תחיה כל נשמה. הגם עס שטייט אין יהושע אז ער האט עס געטוהן, האבן די מדרשים צוגעלייגט, אז יהושע האט געאפערט א שלום, אפילו פאר די ז' אומות.
רעדנדיג פון היומאניזם דערמאנסט מיך א שווער שטיקל רמב"ם/גמרא איבער הלכות בן נח וואס קען ממש נישט עולה זיין על דעת.
הלכות מלכים פרק ט' סעיף י״":
ובן נח שעבר על אחת משבע מצות אלו יהרג בסייף. ובן נח נהרג בעד אחד, ובדיין אחד, בלא התראה, ועל פי קרובין. (סנהדרין נו.)
איינע פון די שבע מצות איז גזילה. הייסט אז איך זעה א היימלאזער מאן ארויסלויפן מיט א פאר שיך פון א געשעפט קען איך אים מאכן מיט א קאפ קורצער?! לכאורה האט פאר חז"ל קיין סאך נישט געארט ווען גוים ווערן גע'הרג'עט. מ'קען זעהן זייער צוגאנג בנוגע די גוי'אישע געזעלשאפט.
עס נישט אזוי פשוט פשט אין רמב”ם. נאדיר פון תשובות בני בנים חלק ד סימן כז.
בייגעלייגטע פיילס
20023_90_708_941~2.png
20023_90_708_941~2.png (59.11 KiB) געזען געווארן 1909 מאל
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

20023_91_708_944~2.png
20023_92_708_941.webp~2.png
.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

חתן בחור האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און אז מען רעדט פין הלכות וואס חז"ל האבן אויסגעריסן וועגן עס האט נישט געשטימט מיט דער (תורה) בליק אויף יומאניזים, קיין מען צולייגען פין לעצטע וואך, לא תחיה כל נשמה. הגם עס שטייט אין יהושע אז ער האט עס געטוהן, האבן די מדרשים צוגעלייגט, אז יהושע האט געאפערט א שלום, אפילו פאר די ז' אומות.
רעדנדיג פון היומאניזם דערמאנסט מיך א שווער שטיקל רמב"ם/גמרא איבער הלכות בן נח וואס קען ממש נישט עולה זיין על דעת.
הלכות מלכים פרק ט' סעיף י״":
ובן נח שעבר על אחת משבע מצות אלו יהרג בסייף. ובן נח נהרג בעד אחד, ובדיין אחד, בלא התראה, ועל פי קרובין. (סנהדרין נו.)
איינע פון די שבע מצות איז גזילה. הייסט אז איך זעה א היימלאזער מאן ארויסלויפן מיט א פאר שיך פון א געשעפט קען איך אים מאכן מיט א קאפ קורצער?! לכאורה האט פאר חז"ל קיין סאך נישט געארט ווען גוים ווערן גע'הרג'עט. מ'קען זעהן זייער צוגאנג בנוגע די גוי'אישע געזעלשאפט.
אזוי איז געוועהן ביז פאר נישט לאנג צוריק, האט מען גע'הרג'ט אויף גזילה ביי די גוים. און ווען דער תורה שטעלט מצוות פאר גוים, האט ער דאס אויך געלאזט, און נישט געהייסן דווקא אז זיי זאלען זיך פירען מיט דער דיני התורה וואס איז מיוחד פאר אידן.

היינט אבער, זעהט אויס אז די גוים האבן אויך איינגעזעהן די ישרות פין דער משפטי התורה, און שולל געוועהן דער טויט שטראף לגמרי, חוץ אויף רציחה, און אפילו דעמאלס האלטען זיי נאך אינמיטען איינזעהן ווי די משפטי התורה זענען גערעכט, און מען ברויך דאס אויך פטור ווערען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער ר״ן שרייבט אין די דרשות (דרוש יא):
הרי שנינו בפרק היו בודקין (סנהדרין מ:) תנו רבנן מכירים אתם אותו כו’ התריתם בו קיבל התראה התיר עצמו למיתה המית בתוך כדי דיבור וכו’. ואין ספק כי כל זה ראוי מצד משפט צדק, כי למה יומת איש, אם לא שידע שהכניס עצמו בדבר שיש בו חיוב מיתה ועבר עליו, ולזה יצטרך שיקבל עליו התראה, וכל יתר הדברים השנויים באותה ברייתא, וזהו משפט צדק אמיתי בעצמו הנמסר לדיינים. אבל אם לא יענש העובר כי אם על זה הדרך, יפסד הסידור המדיני לגמרי, שיתרבו שופכי דמים ולא יגורו מן העונש. ולכן צוה השם יתברך לצורך ישובו של עולם במינוי המלך, כמו שכתוב בפרשה זו (דברים יז יד–טו) כי תבא אל הארץ וגו’ שום תשים עליך מלך וגו’, שהיא מצוה שנצטוינו בה למנות עלינו מלך, כמו שבא בקבלת רבותינו ז”ל (סנהדרין כ:), והמלך יכול לדון שלא בהתראה כפי מה שיראה שהוא צריך לקיבוץ המדיני.
והיינו, אז מיט התראה איז עס בעצם מן הנמנע: עס איז דאך כעין זעלבסטמארד און ווער וועט דאס טוהן? וממילא אין סתם נארמאלע פעלער וועט דאך זיין אנארכיע ווייל עס איז נישטא קיין עונש. ולכן איז טאקע דא די דין פון מלך וואס דארף נישט געבן התראה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. משה הלברטל לערענט אפ דעם אור שמח בהל' מלכים (פ"ג ה"י), אז ער האט אפגעלערענט דעם רמב"ם אזוי ווי דער ר"ן בהדרשות. והיינו, אז דאס איז פארוואס דער רמב"ם פסק'נט בהל' רוצח (פ"ב ה"ד):
וכל אלו הרצחנים וכיוצא בהן שאינן מחוייבין מיתת בית דין. אם רצה מלך ישראל להרגם בדין המלכות ותקנת העולם הרשות בידו. וכן אם ראו בית דין להרגם בהוראת שעה. אם היתה השעה צריכה לכך יש להם רשות כפי מה שיראו.
וג"כ בהל' מלכים (פ"ג ה"י):
כל ההורג נפשות שלא בראיה ברורה או בלא התראה אפילו בעד אחד או שונא שהרג בשגגה יש למלך רשות להרגו ולתקן העולם כפי מה שהשעה צריכה והורג רבים ביום אחד ותולה ומניחן תלויים ימים רבים להטיל אימה ולשבר יד רשעי העולם.
ווייל דורך בי"ד ודיני תורה איז כמעט מן הנמנע אז דאס זאל צושטאנד קומען. וממילא האט דאס דער רמב"ם צאמגעשטעלט מיט דאס פארוואס/ווי אזוי א בן נח ווערט יא נהרג גרינגער במשפט (שם פ"ט ה"ד). ער שרייבט:
One of Maimonides’ important halakhic innovations in the political sphere pertains to the king’s role as judge and penal officer. The halakhah sets forth very rigorous standards governing when punishment, especially capital punishment, may be imposed by a court — standards so rigorous as to preclude, in effect, all possibility of punishment. To convict someone, there must first be two eyewitnesses who warn the transgressor about the offense before he carries it out. Among other restrictions, these witnesses must be together when they observe the transgression. The halakhah rejects any reliance, in reaching a conviction, on circumstantial evidence, such as a clear motive for the offense, or on the testimony of a single witness or invalid witnesses. Witnesses are interrogated so strictly as to render conviction virtually impossible, and the halakhah sets a high bar with respect to defining the elements of the offense. The forbidden act must be committed directly, by the hand of the defendant; if his action is indirect, he will not be convicted even if his responsibility for the offense is clear. Consistent with that principle, a person will avoid punishment by the court if he binds another, sets him before a lion, and allows the lion to devour the victim; in such a case, death is caused indirectly, not by the perpetrator’s own hand. Halakhah recognizes the moral responsibility of such a perpetrator and holds him liable before the heavenly court, but it exempts him from punishment by a human court

As noted, these strict standards of proof and narrowly defined offenses preclude almost any possibility of punishment by a court and create a vacuum that could result in anarchy. In Maimonides’ view, one of the king’s functions is to fill that vacuum. The king thus operates in those areas where the halakhah recognizes a murderer’s moral responsibility but does not allow for his punishment by a human court, either because of a lack of acceptable proof or because the criminal act was performed indirectly. The king is seen here as responsible for the social order and stability; to that end, he is given broad legal authority to fill the vacuum left by the halakhah
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ר׳ מענדל פינלס פרעגט די קשיא אין זיין דרכה של תורה. ער ענטפערט אז איה״נ מעיקרא איז נישט געווען די דין פון התראה ביי עבירות ידועות:
IMG_7720.jpeg
IMG_7721.jpeg
ר׳ משה וואלדבערג אין זיין כך היא דרכה של תורה, שרייבט אז חז"ל האבן באפעסטיגט די געדאנק פון התראה כדי זיך טאקע ארויסצודרייען פון קעפּיטאל פּאָנישׁמענט, וואס מ׳זעהט אז די מדינות מתוקניות בימינו ‏טוהן.

פארשפארט