איך בין אויך א מענטש - חלק ב'
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
איך בין אויך א מענטש - חלק ב'
אזוי ווי אסאך פון אונז, האבן באקומען א אנדערע חינוך ווי וואס זיי געבן. איז נישט אפגעפרעגט אז אונזערע קינדער וועלן אויך טוישן די חינוך און השקפה מעטאדן. איז מיך אינטערעסאנט צו הערן, ביז וואו ווייט קען מען זעהן די קינדער זיך טוישן, און נאכאלס זאגן ''איך האב הנאה פון מיינע קינדער''. אדער אפשר גאר זאל מען זאגן ''איך וויל נישט מען זאל מיך נאכקוקן, און איך וויל נישט נאכקוקן מיינע קינדער'' נאר אדרבה, טוטס וואס סאיז גוט פאר ענק, אז ענק זענען אקעי מיט וואס ענק טוען, בין איך זיכער צופרידן.
דעיס נעמט אריין זייער אסך קעפלעך, לאמיר נעמען איין חלק, און זעהן אויף וויפיל זייטן מען קען עס דרייען און קוועטשן, און און נאך אלס בלייבן מיט א ניכטערע בליק, אן קיין נגיעות.
L.g.b.t.q.
איך בין זיכער אז א געוויסע פראצענט ביי אונזער היימישע געזעמל דרייען זיך מיט אט דעי מציאות, און ווייסען נישט וואו זיך צו אהינטאהן פון סיסטעם אדער פעיר פרעשור קייטן. און וואלטן זייער שטארק געוואלט אז די זוהן זאל זיי אנפאנגען שיינען פון מעריב, און קענען לעבן א לעבן וואס ספאדערט זיי צו לעבן.
יעצט אפאר זאכן דארף מען נעמען אין קענטעניס:
* סאיז דא א תורה וואס לכבוד דעם האבן מיר געוויסע באגרעניצונגען.
* די פראפאגאנדע אויפן גאס איז אסך מאל איבער געטריבן, וואס לכבוד דעם קען מען זיך איינרעדן אדער באמת מיינען, אז זייערע עלטערן האבן פאר א מיסטעיק אויסגעלאזט איין אות ביים נאמען געבן, און באמת זענען זיי אקעי.
* ווייל מען וויל זיך פילן סעיף און סעקיורט, מיינט מען אסך מאל אז מאיז באמת אקעי, אבער אין ריכטיגן פראספעקטיוו, ליידן זיי נאר ווייל א סטעמפל אויף זייער רוקן שטעכט זיי אין די אויגן, מילא איז זיי ענדערש זיך צו איינרעדן - מיר זענען אקעי, ווען סאיז נישט.
יעצט, ווען סקומט צו אונז אליין, זאל יעדער מאכן זיינע חשבונות וואס ער אדער זי האלט אז סאיז גוט אדער דווקה שלעכט פאר זיי.
דעי אשקול איז געמאכט פאר אונזערע לעכטיגע קינדערלעך, וואס מיר עלטערן טוען אלס אז זיי זאלן קענען שיינען מיטן פילן פראכט. און אונז זאלן זיי אזוי קלאר מיט זיך, יא, איך וויל די בעסטע פאר מיינע טייערע - וואס דאס מיינט : וואס איז די בעסטע פאר זיי.
* * *
מימי זיצט אין קלאס, רוקט ארויף איר נאסע אויגן גלעזער, נעמט צום דריטן מאל ארויס איר פיס פון איר שיך און לייגט זיי צוריק אריין, אפשר אזוי וועל איך פילן לופט. זי נעמט נאכאמאל אראפ איר גלעזער, און ווישט זיי אפ מיט איר בלויע שמאטעלע.
"מרים ביסט מיט מיט אונז?" דינערט אפ די שטרענגע קול פון לערערין פעדערמאן. " אם יא אהא אלס גוט, נאר איך מיין אז די עירקאנדעישען איז צובראכן, סאיז אביסל הייס. " " קוק ארויף און זאג דו מיר אויף וועלכע נאמבער סאיז אנגעשטעלט. " די שטילע געלעכטער פון אירע קלאס פריינדינס, מאכן איר זעהן אז סאיז אויף '69. " גיי ארויס נעמען א קאלטע גלאז וואסער, און קום גראד צוריק. איך גלייב נישט אז דו ווילסט פארפאסן אונזער משלי שיעור. "
שטייענדיג ביים סינק בשעת'ן אפוואשן איר פנים, קען זי נישט כאפן וואס דא גייט פאר. אלס איז געווען פיין ביז יעצט, געלערנט פלייסיג, געמאכט טעסטס, פארברענגט אביסל מיט די חבר'טעס. סך הכל האב איך געטראפן א ביסל א נענטערע פריינדין, וואס איז גאנץ א אפענע. מען קען שמועסן מיט איר גאנץ אינטערעסאנטע זאכן, נישט נאר פון קליידער און שיך. איין פראבלעם, אלס ביים שמועסן לויפט איר דורך א הייסע סקרוך אין אלע גלידער, און נאכדעם קען זי זיך נישט קאנצעטרירן ביים שיעור.
אפשר זאל איך אויפגעבן די פריינדשאפט? וואס עפעס, נעמט זי זיך טענה'ן מיט זיך אליין. זי איז א ערליכע, קומט פון א פיינע שטוב, דאכטס זיך אפילו איר טאטע האט אויסגעדריקט צופרידענהייט, ווען זי האט אים פארציילט פון איר נייע פריינדשאפט.
מיט א פעסקייט מאכט זי אפ מען דארף קענען צוטיילן סקול און חבר'טעס. זי גייט אריין אין קלאס א אויפגעפרישטע, און מישט גראד אויף ווי מען האלט. " אין כל חדש תחת השמש" נעמט זיך די לערערין מסביר זיין. צירי שטעקט א פינגער. " איז טאקע נישט דא אזא מציאות ווי חדש , איז דען אמאל אלעס געווען? " " מיידלעך מיר זענען נישט קלוגער ווי שלמה המלך, אז ער האט אזוי געזאגט, מוז זיין אז סאיז אזוי. "
צירי לייגט צוריק איר האנט אויפן טיש, און מיט א מורא'דיגע רואיגקייט נעמט זי אירע אויגן, און שנייד עס דורך די קלאס, ביז סלאנדעט אויף מימיס צומישטע מחשבות. מימי דערפילט עס גראד, זי גיבט א האסטיגע דריי אויס איר קאפ. קוקט צוריק צירי און די אויגן, אפילו זיי זיצן דריי שורות אפגעריקט.
" מרים און צירל, גייט יעצט ארויס פון מיין קלאס, ווען ענק וועלן וויסן ווי אזוי זיך צו אויפפירן, זאלן ענק אליינס אפמאכן אויב ענק ווילן צוריק קומען. " ווי פון א ווינט געטריבן, טרעפן זיי זיך ביידע, ביי זייער באליבטע ווינקל אונטער די קליינע שורה ביימעלעך.
צוויי יאר שפעטער.
" מרים'ל מיין נשמה'לע, וועסט נישט גלייבן, היינט האט מיך די שדכנטע געקלונגען נאכאמאל מיט א נאמען, וואס איך זאג דיר אפילו דו וועסט עס שוין נישט קענען אפזאגן. "
" מאמי איך בין זייער דאנקבאר וואס דו און טאטי טוען פאר מיך. אבער יעצט בין איך זייער קאלט, איך גיי מיך גיין אביסל אנווארעמען, אונז וועלן רעדן שפעטער ווען איך שטיי אויף. " " האסט פארגעסן מימי אז אונזער הויז האט נישט קיין עירקאנדעישען דעי צייט אין טאג, ווען טאטי איז אינדערהיים?
נאך א צוויי שעה'יגן אום רואיגע שלאף, כאפט זי דעם טלפון און קלינגט צירי. אונטער פינעף מינוט איז צירי געזעצן אויף מימיס צווייטע זייט בעט. מיט א אפענע מויל האט זי אלעס געהערט. א איידעלע קלאפ אין טיהר, האט זיי אויפגעוועקט פון זייערע געדאנקען.
" נו, צירי וואס זאגסטו צו מימיס נייעס? קענסט דיך שוין נעמען באקן, ווייל מארגן איז בעשוי, און גראד נאכדעם האפט צו מאכן לחיים און ווארט. "
מרים און צירל שטעלן זיך אויף, גראדן אויס זייערע אקסלען און גייען אריין אין דיינוג רום. מימיס טאטע קומט ארויס פון קאך און וואונטשט הערצליך אן צירי. " דער באשעפער זאל העלפן אז ביי דיך זאל אויך זיין די שמונה עשרה לחופה, מיט א גוטע צוגעפאסטע זאך. "
זייערע בליקן האבן זיך באגעגענט. " איך גיי " זאגט צירי שטיל. " זי איז געגאנגען " רופט זיך מימי אן ווען טרערן נעמען אנפילן די ווינקלען פון אירע אויגן.
* * *
לאמיר צוזאמען דעבאטירן, וואס וואלט איר געטאהן ווען אייער בחור, מיידל לייגט אייך אראפ א פאקט, און איר ווייסט ביי זיך אז סאיז נישט קיין געפאפטע מעשיות, נאר זיי האבן באמת נאך אותיות?????????????

אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך האב א ענדליכע שאלה, וואס טוט א פיינע וואוילע ערליכע בחור וואס האלט פאר שידוכים, ער וויל טון א שיינע שידוך אזוי ווי אלע זיינע חברים אויפשטעלן א שטוב אזוי ווי יעדן, און זיין מאמע קומט אים זאגן שעפעלע טייערע, דו ביסט א ממזר! על פי הלכה טארסטו נישט חתונה האבן! וואס דארף אזא בחור טון? וואס וואלט איר געטון אזא פאל? איר וואלט געבליבן מיטן ביבער הוט שבת ביז די אכציג מיט א לאנגע ווייסע בארד? אדער איר וואלט.... און שוין....?
מ'קען מאכן די שאלה אביסל נענטער, טאמער א סאטמארע אינגערמאן ווערט געוואיער אז ס'איז נישט במציאות ער זאל האבן א קינד נאר דורך טון עפעס וואס סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געאסרט זייער שארף, אבער ר' משה פיינשטיין האט עס מתיר געווען, צו וואלט ער געזיצן א גאנץ לעבן אליינס אדער וואלט ער זיך פארלאזט אויף ר' משה און פערטיג?
די תירוץ איז געווענטלעך ווענדט זיך ווי שטארק די יראת שמים איז, אז איינער ווייסט אז אין די תורה שטייט אז מ'טאר נישט טון די להט"ב עניינים, און מ'האט עכט יראת שמיים וועט מען עס נישט טון אפילו אויב מ'האט נאך א אות צו די נאמען, אבער טאמער מ'טוט אלעס פשוט ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן אבער מ'האט נישט קיין יראת שמים דעמאלטס אז ס'ווערט זייער אומבאקוועם קען מען עס דראפן.

- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: איך בין אויך א מענטש - חלק ב'
שוין לאנג נישט געזען איינער ארויסברענגען אזוי קלאר די נקודה. און ניין עס איז נישט תלוי אין יראת שמים נאר מער ווי שטארק א מענטש האט זיך ליב , און צו ער איז גרייט צו טון עפעס דערוועגן, אדער אפלעבן א בדיעבדיגע לעבן מיט א פוילע תירוץ פון רעליגיע אדער עפעס אנדערש.תרמב האט געשריבן:איך האב א ענדליכע שאלה, וואס טוט א פיינע וואוילע ערליכע בחור וואס האלט פאר שידוכים, ער וויל טון א שיינע שידוך אזוי ווי אלע זיינע חברים אויפשטעלן א שטוב אזוי ווי יעדן, און זיין מאמע קומט אים זאגן שעפעלע טייערע, דו ביסט א ממזר! על פי הלכה טארסטו נישט חתונה האבן! וואס דארף אזא בחור טון? וואס וואלט איר געטון אזא פאל? איר וואלט געבליבן מיטן ביבער הוט שבת ביז די אכציג מיט א לאנגע ווייסע בארד? אדער איר וואלט.... און שוין....?
מ'קען מאכן די שאלה אביסל נענטער, טאמער א סאטמארע אינגערמאן ווערט געוואיער אז ס'איז נישט במציאות ער זאל האבן א קינד נאר דורך טון עפעס וואס סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געאסרט זייער שארף, אבער ר' משה פיינשטיין האט עס מתיר געווען, צו וואלט ער געזיצן א גאנץ לעבן אליינס אדער וואלט ער זיך פארלאזט אויף ר' משה און פערטיג?
די תירוץ איז געווענטלעך ווענדט זיך ווי שטארק די יראת שמים איז, אז איינער ווייסט אז אין די תורה שטייט אז מ'טאר נישט טון די להט"ב עניינים, און מ'האט עכט יראת שמיים וועט מען עס נישט טון אפילו אויב מ'האט נאך א אות צו די נאמען, אבער טאמער מ'טוט אלעס פשוט ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן אבער מ'האט נישט קיין יראת שמים דעמאלטס אז ס'ווערט זייער אומבאקוועם קען מען עס דראפן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך וואלט הנאה געהאט פון די מעשים פון מיינע קינדער ווילאנג עס גייט אריין בגדר געזונט. אויב וואלטן זיי ח"ו נישט געווען געזונט, וואלט איך זיי נאכאלס ליב געהאט און מקרב געווען, אבער די מעשים וואלטן מיר געשטערט און איך וואלט פראבירט זיי צו העלפן.
שטעלט זיך די פראגע, וואס מיינט געזונט..? ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש. למשל איך האלט אז "על" "דשי" און "בי" זענען נישט קיין קראנקהייט, נאר אן עבירה. "טי" איז לדעתי פשוט נישט געזונט.

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע ניסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
זאת ועוד, רעדנדיג פון היימישן ציבור איז מען מער אויסגעשטעלט צו דעם. אויב מימי און צירי זענען צוזאמען פון קינדערגארטן ביזן חתונה און בערל און שמערל רעדן נישט צום פארקערטן מין פון לעקן די האניג ביזן ייחוד שטוב, דאן וואס דען זאל געשען?!
(דא האט @ברוינשטיין געשריבן וועגן דעם...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 59#p490359)
די מציאות האט געוויזן אז אסאך האבן זיך שוין ארויסגעזען פון אזא מצב/מחלה.
יעצט צום שאלה וואס איך וואלט געטון? די זעלבע ווי ווען מיין קינד קומט מיר זאגן אז ער/זי איז געווארן אדיקטירט צו געוויסע סובסטאנצן. כ’וואלט פרובירט בנועם בכבוד ובאהבה און מיט דרויסענדיגע הילף צו העלפן זיך ארויסצוזען פון דעם.

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
רבותי!
יא, געוויסע זענען מצליח זיך צו שטעלן אויף די פיס. כ׳קען אבער א אינגערמאן וואס האט שוין געצאלט צענדליגע טויזענטע דאלארן פאר כל מיני טערעפי וכדו׳ זיך שוין גע׳גט אפאר מאל... און האלט ביי א׳.
ער וויל זייער שטארק האבן א היימישע שטוב, אבער ער קען מיט קיין פרוי נישט לעבן...
איז להוי ידוע, אז דאס קען זיין אן ערנסטע מחלה, ס׳נישט קיין דזשואק!

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
זייער שיין פון דיר אז די נעמסט קעיר פון דיינע קינדערס מחלות. אבער משיכה צי די זעלבע מין איז נישט קיין מחלה. אפשר טרענס יא אבער משיכה נישטמתבודד האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע ניסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
זאת ועוד, רעדנדיג פון היימישן ציבור איז מען מער אויסגעשטעלט צו דעם. אויב מימי און צירי זענען צוזאמען פון קינדערגארטן ביזן חתונה און בערל און שמערל רעדן נישט צום פארקערטן מין פון לעקן די האניג ביזן ייחוד שטוב, דאן וואס דען זאל געשען?!
(דא האט @ברוינשטיין געשריבן וועגן דעם...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 59#p490359)
די מציאות האט געוויזן אז אסאך האבן זיך שוין ארויסגעזען פון אזא מצב/מחלה.
יעצט צום שאלה וואס איך וואלט געטון? די זעלבע ווי ווען מיין קינד קומט מיר זאגן אז ער/זי איז געווארן אדיקטירט צו געוויסע סובסטאנצן. כ’וואלט פרובירט בנועם בכבוד ובאהבה און מיט דרויסענדיגע הילף צו העלפן זיך ארויסצוזען פון דעם.
ווען די תורה זאגט ואת הזכר זאל נישט טוהן די זעלבע וואס מען טוהט מיט א פרוי און אויב יא גייט מען באקומען א עונש זעט מען פון דעם אז עס איז נישט א קראנקהייט,
די תורה איז נישט מעניש אויף קיין מחלות
אמאל האב איך אויך געמיינט אז עס איז א מחלה
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
"למד" איז א עבירה? קיינמאל געהערט?יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך וואלט הנאה געהאט פון די מעשים פון מיינע קינדער ווילאנג עס גייט אריין בגדר געזונט. אויב וואלטן זיי ח"ו נישט געווען געזונט, וואלט איך זיי נאכאלס ליב געהאט און מקרב געווען, אבער די מעשים וואלטן מיר געשטערט און איך וואלט פראבירט זיי צו העלפן.
שטעלט זיך די פראגע, וואס מיינט געזונט..? ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש. למשל איך האלט אז "על" "דשי" און "בי" זענען נישט קיין קראנקהייט, נאר אן עבירה. "טי" איז לדעתי פשוט נישט געזונט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
ער מיינט צו זאגן למד מיט א אלף. אבער מיט ו' איז אקעי.קהל'ס נער האט געשריבן:"למד" איז א עבירה? קיינמאל געהערט?יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך וואלט הנאה געהאט פון די מעשים פון מיינע קינדער ווילאנג עס גייט אריין בגדר געזונט. אויב וואלטן זיי ח"ו נישט געווען געזונט, וואלט איך זיי נאכאלס ליב געהאט און מקרב געווען, אבער די מעשים וואלטן מיר געשטערט און איך וואלט פראבירט זיי צו העלפן.
שטעלט זיך די פראגע, וואס מיינט געזונט..? ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש. למשל איך האלט אז "על" "דשי" און "בי" זענען נישט קיין קראנקהייט, נאר אן עבירה. "טי" איז לדעתי פשוט נישט געזונט.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מעו האט פארדרייט די פשט פון "אין הקב"ה בא בטרוניה על בריאותיו".מתבודד האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע ניסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
ס'מיינט נישט "אז די אייבערשטער געט נישט קיין ניסיון וואס מען קען נישט ביישטיין" פאר 2 סיבות.
1. די מציאות פאטשט אין פנים.
2. פון די גמ' אליינס זעיט מען אז די אייבערשטער שיקט יא נסיונות וואס מען קען נישט ביישטיין, כדלהלן.
ובכן, וויל דאך יעדער איינער וויסן וואס איז יא פשט, דארף מען לערנען די גאנצע גמ' וועט מען פארשטיין די קאנטעקסט, אזוי
הגמרא (מסכת עבודה זרה דף ג עמוד א´) אומרת שלעתיד לבוא יראו הגויים את השכר שמגיע לישראל, וירצו גם הם לקיים את התורה: "אמר להן הקב"ה: שוטים שבעולם, מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת, מי שלא טרח בערב שבת מהיכן יאכל בשבת? אלא אף על פי כן, מצוה קלה יש לי וסוכה שמה, לכו ועשו אותה"... מיד כל אחד ואחד נוטל והולך ועושה סוכה בראש גגו, והקדוש ברוך הוא מקדיר עליהם חמה בתקופת תמוז, וכל אחד ואחד מבעט בסוכתו ויוצא, שנאמר: "ננתקה את מוסרותימו ונשליכה ממנו עבותימו". מקדיר, והא אמרת: אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו! משום דישראל נמי זימני דמשכא להו תקופת תמוז עד חגא והוי להו צערא. והאמר רבא: "מצטער פטור מן הסוכה"! נהי דפטור, בעוטי מי מבעטי?!
זעיט מען די ניסיון פון נישט קענען זיצן אין סוכה גייען זיי נישט קענען עומד זיין, ווייל ס'גייט במציאות זיין אזוי הייס אז ס'איז אוממעגליך צי זיין אין סוכה, פרעיגט די גמ' והרי אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו, דהיינו וויאזוי קען מען שטראפן אויף א ניסיון וואס זיי האבן נישט געקענט עומד זיין, אויף דעים ענטפערט די גמ', אז זיי וועלן ווערן געשטראפט פארן צושטויסן די סוכה וואס דאס איז א ניסיון וואס זיי קענען יא עומד זיין.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
וואס איז די שאלה?? וואס אלץ איז דען שייך צו טון? זיי חתונה מאכן אזוי איז דאך נישט קיין אפציע...! איז, וואסערע אפציעס זענען יא פארהאן?מי ימצא האט געשריבן:לאמיר צוזאמען דעבאטירן, וואס וואלט איר געטאהן ווען אייער בחור, מיידל לייגט אייך אראפ א פאקט, און איר ווייסט ביי זיך אז סאיז נישט קיין געפאפטע מעשיות, נאר זיי האבן באמת נאך אותיות?????????????
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האף אז ווען מיינע קינדער וועלן זיין אין די יארן וועט מען זיך שוין מער נישט משוגע מאכן איבער די זאכן און ס'וועט זיי ניטאמאל איינפאלן אז זיי איינעם פארציילן אדער איבערצייגן.מי ימצא האט געשריבן:לאמיר צוזאמען דעבאטירן, וואס וואלט איר געטאהן ווען אייער בחור, מיידל לייגט אייך אראפ א פאקט, און איר ווייסט ביי זיך אז סאיז נישט קיין געפאפטע מעשיות, נאר זיי האבן באמת נאך אותיות?????????????
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ויש לחלק. כאן באומר אוהב אני, וואס איז א תאווה ווי אלע אנדערע תאוות, וכאן באומר אי אפשר בלא זה, ואי אפשר במין אחר, וואס איז א מחלה. ודוק.מרדכי מרדכי האט געשריבן:זייער שיין פון דיר אז די נעמסט קעיר פון דיינע קינדערס מחלות. אבער משיכה צי די זעלבע מין איז נישט קיין מחלה. אפשר טרענס יא אבער משיכה נישטמתבודד האט געשריבן:די גאנצע זאך איז א פשוט’ע תאווה, אדער צום מערסטנס א מחלה. ביי מיר גילט נאך דער כלל ’’אין הקב”ה בא בטרוניא עם בריותיו” מילא א שווערע ניסיון, יא. אבער א אנדערע טבע, ניין.
זאת ועוד, רעדנדיג פון היימישן ציבור איז מען מער אויסגעשטעלט צו דעם. אויב מימי און צירי זענען צוזאמען פון קינדערגארטן ביזן חתונה און בערל און שמערל רעדן נישט צום פארקערטן מין פון לעקן די האניג ביזן ייחוד שטוב, דאן וואס דען זאל געשען?!
(דא האט @ברוינשטיין געשריבן וועגן דעם...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 59#p490359)
די מציאות האט געוויזן אז אסאך האבן זיך שוין ארויסגעזען פון אזא מצב/מחלה.
יעצט צום שאלה וואס איך וואלט געטון? די זעלבע ווי ווען מיין קינד קומט מיר זאגן אז ער/זי איז געווארן אדיקטירט צו געוויסע סובסטאנצן. כ’וואלט פרובירט בנועם בכבוד ובאהבה און מיט דרויסענדיגע הילף צו העלפן זיך ארויסצוזען פון דעם.
ווען די תורה זאגט ואת הזכר זאל נישט טוהן די זעלבע וואס מען טוהט מיט א פרוי און אויב יא גייט מען באקומען א עונש זעט מען פון דעם אז עס איז נישט א קראנקהייט,
די תורה איז נישט מעניש אויף קיין מחלות
אמאל האב איך אויך געמיינט אז עס איז א מחלה
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך האב טאקע נישט מדייק געווען, די גרעסטע איסור דערויף איז מעשה ארץ מצרים. (וואס איז אגב א ראי' עס איז שוין געווען איינגעפירט טויזנטע יאר צוריק).קהל'ס נער האט געשריבן:"למד" איז א עבירה? קיינמאל געהערט?יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך וואלט הנאה געהאט פון די מעשים פון מיינע קינדער ווילאנג עס גייט אריין בגדר געזונט. אויב וואלטן זיי ח"ו נישט געווען געזונט, וואלט איך זיי נאכאלס ליב געהאט און מקרב געווען, אבער די מעשים וואלטן מיר געשטערט און איך וואלט פראבירט זיי צו העלפן.
שטעלט זיך די פראגע, וואס מיינט געזונט..? ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש. למשל איך האלט אז "על" "דשי" און "בי" זענען נישט קיין קראנקהייט, נאר אן עבירה. "טי" איז לדעתי פשוט נישט געזונט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
זאל סאטמער רב נישט זיין ברוגז אויף מיך, איך ווייס ער האט נישט געוואלט אז פרויען זאלן לערנען. אבער איך וועל יא טרייען צו מאכן מיין אייגענע פשט. ( אויב זעהן ענק אז איין ווארט קלעבט נישט מיט די צווייטע, וועט עס זיין ענקער גרעסטע ראיה אז איך בין א פרוי.)בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואס איז די שאלה?? וואס אלץ איז דען שייך צו טון? זיי חתונה מאכן אזוי איז דאך נישט קיין אפציע...! איז, וואסערע אפציעס זענען יא פארהאן?מי ימצא האט געשריבן:לאמיר צוזאמען דעבאטירן, וואס וואלט איר געטאהן ווען אייער בחור, מיידל לייגט אייך אראפ א פאקט, און איר ווייסט ביי זיך אז סאיז נישט קיין געפאפטע מעשיות, נאר זיי האבן באמת נאך אותיות?????????????
אין מיין קאפ דרייען זיך די רעדער אביסל אנדערש. לויט וויפיל איך פארשטיי איז ג' און ל' א מין מציאות וואס זיי זענען נישט אומשטאנד זיך צו זעהן מיט א אנדערע זשענדער. ממש ס'עקל'ט זיי.
יעצט, דעי מענטשן וואס טאנצן יעדן טאג מיט א צווייטן - לכאורה פון דעם רעדט די תורה איסור משכב זכר. ווייל בעצם קענסטו דיך שטארקן. סאיז נאר אז דו ווילסט נאך א פלעיווער אייסקרים. אקעי, און די תורה זאגט איך לאז האבן נאר איין פלעיווער. סוי לאמיך זעהן צו דו קענסט זיין א גרויסע טאטע, און זיך שטארקן אביסל.
די וועלט איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז סזאל האבן א קיום. איינע פון די פשוטע זאכן איז - אופס, לאמיך נישט רעדן זאכן וואס מנל''נז.
סוי וואס טוט זיך מיט דעי וואס זענען באמת מיט צוגעמאכטע הענט? זיי גייען לכאורה אריין אין א אנדערע כלל. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז בלינדע, טויבע, דאון סינדרעם, שוטים, וכ'ו גייען אריין אין אנדערע קאטאגאריע ווי די געווענדליכע מענטשהייט, און האבן אנדערע הלכות. פונקט אזוי איז מיט די ל' און די ג'. וואס ווילסטו פון זיי? זיי קענען נישט לעבן די לעבן וואס דו לעבסט. סאיז נישט דא קיין שום פלאץ אין די תורה וואס זאגט - איינער וואס איז געבוירן בלינד, זאל מאכן אזויפיל טערעפי, ביז ער וועט קענען זיין א בעל קורא. פארוואס? ווייל ער איז אונטער אנדערע אומשטענדן. און אונזער לעכטיגע תורה איז אזוי ברייט און טיף, אז יעדער קען זיך טרעפן א קארנער דארט, אפילו איינער וואס האט נאך אותיות.
סוי לאמיר מאכן א שטיקל סיכום פון מיין גרויסע לומדות.
* איינער וואס קען זיין אויך מיט א אנדערע זשענדער - זאל פאלגן גאט.
* איינער וואס קען בשום אופן נישט זיין מיט די אנדערע מין - וואס ווילסטו פון א קראנקער?
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
מי ימצא: די מוטשעסט זיך זייער שטארק צו האלטן די תורה גערעכט און פארשטענדליך און אויך אננעמען די היינטיגע בליק אויף ל.ג.ב.ט.
אבער וויפול מען וויל עס ספינען גייען די צוויי זאכן נישט צוזאמען.. סארי.. אדער מעק אויס די תורה, אדער זאג אז די אותיות חברה זענען משוגה און קראנק און זיי טארן נישט וואוינען מיט די זעלבע דזשענדער ווייל דאס איז תועבה.
לויט די תורה.. אויב האבן צוויי בחורים חתונה באקומען זיי סקילה! אפילו זיי טרענדן נישט ארום און גייען בלויז חתונה האבן איינע מיט די צווייטע.
לויט ווי מען פארשטייט עס היינט איז עס זייער שווער. וואס זענען זיי שילדיג? דאס ציט זיי.. זיי קענען נישט אנקוקן די פארקערטע מין.. טא פארוואס סקילה? פארוואס תועבה?

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
נו פארדעים האט @אשת חיל...כ'מיין @מי ימצא זייער שיין גע'מסבירט אז א גימל איז א אנדערע נפש וואס די תורה האט עים נישט גע'אסרט.עצי שטים האט געשריבן:מי ימצא: די מוטשעסט זיך זייער שטארק צו האלטן די תורה גערעכט און פארשטענדליך און אויך אננעמען די היינטיגע בליק אויף ל.ג.ב.ט.
אבער וויפול מען וויל עס ספינען גייען די צוויי זאכן נישט צוזאמען.. סארי.. אדער מעק אויס די תורה, אדער זאג אז די אותיות חברה זענען משוגה און קראנק און זיי טארן נישט וואוינען מיט די זעלבע דזשענדער ווייל דאס איז תועבה.
לויט די תורה.. אויב האבן צוויי בחורים חתונה באקומען זיי סקילה! אפילו זיי טרענדן נישט ארום און גייען בלויז חתונה האבן איינע מיט די צווייטע.
לויט ווי מען פארשטייט עס היינט איז עס זייער שווער. וואס זענען זיי שילדיג? דאס ציט זיי.. זיי קענען נישט אנקוקן די פארקערטע מין.. טא פארוואס סקילה? פארוואס תועבה?
פינקט ווי א בלינדן האט די תורה אלעס מתיר געוועין, איז א גימל בלינד לגבי מלנ"ז.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
ווילסט דוקא לייג אים אריין אין די שוטים גרופ.עצי שטים האט געשריבן:מי ימצא: די מוטשעסט זיך זייער שטארק צו האלטן די תורה גערעכט און פארשטענדליך און אויך אננעמען די היינטיגע בליק אויף ל.ג.ב.ט.
אבער וויפול מען וויל עס ספינען גייען די צוויי זאכן נישט צוזאמען.. סארי.. אדער מעק אויס די תורה, אדער זאג אז די אותיות חברה זענען משוגה און קראנק און זיי טארן נישט וואוינען מיט די זעלבע דזשענדער ווייל דאס איז תועבה.
לויט די תורה.. אויב האבן צוויי בחורים חתונה באקומען זיי סקילה! אפילו זיי טרענדן נישט ארום און גייען בלויז חתונה האבן איינע מיט די צווייטע.
לויט ווי מען פארשטייט עס היינט איז עס זייער שווער. וואס זענען זיי שילדיג? דאס ציט זיי.. זיי קענען נישט אנקוקן די פארקערטע מין.. טא פארוואס סקילה? פארוואס תועבה?
די תורה איז נישט געמאכט צו שטארבן. נאר צו לעבן מיט עס.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
די פראבלעם איז אז איינמאל די לאזט מענטשן טון זאכן ווייל זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, ווי גייסטו לייגן די רויטע ליניע?
וויקי לדוגמא האלט אז פעדאפיליע קען מען נישט אויסהיילן:
איך גלייך עס נישט צו כלפי די חומר הענין. זיכער איז עס הימל און ערד צווישן א הורג נפש בגוף ונפש און צוויי בעלי תאוה וואס זענען שוה בהסכמתם, אבער זיך נישט קענען איינהאלטן איז לאו דווקא א וועג ארויס, און אויב די פארשטייסט אז פעדאפילס דארף מען איינזעצן ווייל ס’איז קעגן די חוק אפי’ ער איז נעבעך געבינדן די הענט, די זעלבע פארשטיי אז אויב די חוק התורה אסר’ט באקומט מען א עונש אפי’ מ’איז געבוירן מיט אותיות.
פארוואס ס’איז אזוי ווייס איך נישט, מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות אויף די מענטשן פונקט ווי מיין הארץ גייט אויס אויף א גרוש/ה וואס קען זיך נישט ממלא זיין די טבעיות’דיגער צרכים, אבער וועלט בלייבט וועלט און חוק בלייבט חוק.

אבער די וואלסט זיי נישט געוואלט זען זיך דרייען אינעם 500 פוס, אדער מייל, פון דיינע קינדער, און וואלסט זיכער נישט לעגיטמיזירט זייער מעשים נשמצים....There is no evidence that pedophilia can be cured.[25] Instead, most therapies focus on helping pedophiles refrain from acting on their desires.[7][82] Some therapies do attempt to cure pedophilia, but there are no studies showing that they result in a long-term change in sexual preference.[83] Michael Seto suggests that attempts to cure pedophilia in adulthood are unlikely to succeed because its development is influenced by prenatal factors.[25] Pedophilia appears to be difficult to alter but pedophiles can be helped to control their behavior, and future research could develop a method of prevention.[84]
איך גלייך עס נישט צו כלפי די חומר הענין. זיכער איז עס הימל און ערד צווישן א הורג נפש בגוף ונפש און צוויי בעלי תאוה וואס זענען שוה בהסכמתם, אבער זיך נישט קענען איינהאלטן איז לאו דווקא א וועג ארויס, און אויב די פארשטייסט אז פעדאפילס דארף מען איינזעצן ווייל ס’איז קעגן די חוק אפי’ ער איז נעבעך געבינדן די הענט, די זעלבע פארשטיי אז אויב די חוק התורה אסר’ט באקומט מען א עונש אפי’ מ’איז געבוירן מיט אותיות.
פארוואס ס’איז אזוי ווייס איך נישט, מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות אויף די מענטשן פונקט ווי מיין הארץ גייט אויס אויף א גרוש/ה וואס קען זיך נישט ממלא זיין די טבעיות’דיגער צרכים, אבער וועלט בלייבט וועלט און חוק בלייבט חוק.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
צו זאגן אזוי דארף מען זיין א רעפארמער. נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, נאר זיי כאטש קלאר וואס די טוסט.קהל'ס נער האט געשריבן:נו פארדעים האט @אשת חיל...כ'מיין @מי ימצא זייער שיין גע'מסבירט אז א גימל איז א אנדערע נפש וואס די תורה האט עים נישט גע'אסרט.עצי שטים האט געשריבן:מי ימצא: די מוטשעסט זיך זייער שטארק צו האלטן די תורה גערעכט און פארשטענדליך און אויך אננעמען די היינטיגע בליק אויף ל.ג.ב.ט.
אבער וויפול מען וויל עס ספינען גייען די צוויי זאכן נישט צוזאמען.. סארי.. אדער מעק אויס די תורה, אדער זאג אז די אותיות חברה זענען משוגה און קראנק און זיי טארן נישט וואוינען מיט די זעלבע דזשענדער ווייל דאס איז תועבה.
לויט די תורה.. אויב האבן צוויי בחורים חתונה באקומען זיי סקילה! אפילו זיי טרענדן נישט ארום און גייען בלויז חתונה האבן איינע מיט די צווייטע.
לויט ווי מען פארשטייט עס היינט איז עס זייער שווער. וואס זענען זיי שילדיג? דאס ציט זיי.. זיי קענען נישט אנקוקן די פארקערטע מין.. טא פארוואס סקילה? פארוואס תועבה?
פינקט ווי א בלינדן האט די תורה אלעס מתיר געוועין, איז א גימל בלינד לגבי מלנ"ז.
די ביסט ממציא א נייע היתר אין יאר 2022 אשר לא שמעני מעולם, און די זאגסט אז די תורה רעדט נישט פון אזא מין מענטש וואס עס ציט אים גאר שטארק, והיינו רעפארם.
איך האב נאך אפאר אזעליכע התירים אויסגעשטעלט אין א רייע.
וחיי בהם.. אויב שוויץ איך שבת קען איך אנצינדען די עיר קאנדישן
וחיי בהם.. אויב בין איך זייער הינגעריג און כ'זע נאר א טריפענע רעסטעראנט מעג איך גיין עסן..
וכן הלאה..
אויב בין איך אזא סארט וואס עס ציט מיר נאר ברויט און איך עקל זיך פון מצה, מעג איך עסן חמץ ביים סדר? מיך לאזט יא די באשעפער?
לויט חז"ל מעג מען נאר עובר זיין אויף עבירות ווען עס איז סכנות נפשות, פקיח נפש, אבער סתם אזוי אז מען איז הינגעריג אדער אנדערע אומבאקוועמליכקייטן איז נישטא קיין היתר. און ביי די ג' חמירות איז נישטא קיין היתר אפילו ביי ביי פקיח נפש!
סאו משכב זכור וואס גייט אריין אין די ג' חמירות איז נישטא קיין היתר אפילו פאר איינער וואס נאר דאס ציט אים.
צא ולמד פון די מעשה וואס די גמרא ברענגט איבער איינער וואס איז אים אריין א הייסע מחשבה איבער א געוויסע מיידל און די דאקטורים האבן געזאגט אז ער וועט שטארבן אויב וועט ער נישט חתונה האבן מיט איר. האבן די חכמים געזאגט "ימית"!
סארא תורת חיים מלנ"ז...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
זייער שיינע בר מצוה \ חתן פשט'ל!
אדרבה זאג דו מיר , וואס טוסטו ווען דיין חצקל'ע אדער בערעלע, קומען אהיים און לייגן דיך אראפ א פאקט?
איך גלייב דו ווילסט זיין די בעסטע טאטע, לאז אפ יעצט דיין שכל, בחירה, פעיר פרעשור, תורה, הלכה, וכו'. טראכט עס איבער.
נאך אלעס אין אלעמען, וואלסטו זיי נישט געלאזט גיין זייער וועג?
אויב אזוי מיט וואס זענען אונז אנדערש ווי די בונדיסטן, פראטעסטן ליידיג גייערס וואס האלטן אז א קאווע שטיבלער איז א אפיקורוס אדער א משכיל?
( איים סארי אויב איך טשעפע איינעם אויף וועג. איך מיין נישט קיינעם פערזענליך. איך וויל נאר קלארער מאכן די פיקטשער.)
אדרבה זאג דו מיר , וואס טוסטו ווען דיין חצקל'ע אדער בערעלע, קומען אהיים און לייגן דיך אראפ א פאקט?
איך גלייב דו ווילסט זיין די בעסטע טאטע, לאז אפ יעצט דיין שכל, בחירה, פעיר פרעשור, תורה, הלכה, וכו'. טראכט עס איבער.
נאך אלעס אין אלעמען, וואלסטו זיי נישט געלאזט גיין זייער וועג?
אויב אזוי מיט וואס זענען אונז אנדערש ווי די בונדיסטן, פראטעסטן ליידיג גייערס וואס האלטן אז א קאווע שטיבלער איז א אפיקורוס אדער א משכיל?
( איים סארי אויב איך טשעפע איינעם אויף וועג. איך מיין נישט קיינעם פערזענליך. איך וויל נאר קלארער מאכן די פיקטשער.)
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
@מי ימצא קיין שום תורה אדער לומדות גייט נישט מתיר זיין די איסור וואס איז דא דערויף מן התורה, און קום ניש דא מיט קיין שטורמישע געפילן פון ''דיין חצקעלע בערעלע'' וכדומה, אך און וויי אז איך טויש די תורה לויט מיינע געפילן וואס יא? אין דער זעלבע צייט קען מען אויך רעספעקטירן און מכבד זיין די החלטה פון מענטשן וואס וועלן צו לעבן אזוי, עס איז נישט ערגער פון סיי וועלכע אנדערע עבירות וואס מענטשן פאלן דורך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard