ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
ענגלישע קעניגן עליזאבעט II איז טויט
די אפיס פון די בריטישע קעניגרייך האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט זאגנדיג אז די דאקטורים זענען באזארגט איבער די געזונט צושטאנד פונעם קעניגן, דאס האט געפירט צו שפעקולאציעס אז די קעניגן איז געשטארבן, ווייל זיי האבן געזאגט אז מ'גייט נישט מעלדן ביז די גאנצע פאמיליע איז דארט, און זיי אלע קומען צו פארן יעצט, די מידיא אנקארס האבן שוין אן שווארצע רעקלעך און נעקטייס ווי די פראטאקאל איז אז מ'דארף גיין ווען די מאנארך שטארבט, דאס איז א אנדייטונג אז זיי ווייסן דערוועגן און זיי ווארטן אויף רשות צו מעלדן, מענטשן האבן שוין אנגעהויבן צו לייגן בלומען ארום די באקינגהעם פאלאץ, עס איז אינטערסאנט אז די קעניגן האט נאך באגריסט צוויי טעג ליז טרוס צו ווערן די נייע פרעמיערשע אין ענגלאנד, אויף די בילדער האט נישט אויסגעקוקט ווי זי האלט שוין ביים שטארבן.
קומט יעצט אריין די נייעס אז BBC האט אפיציעל באשטעטיגט אז די קעניגן איז געשטארבן היינט אין אוונט, עס איז ערווארטעד אז דער זון פרינץ טשארלס זאל איבערנעמען די סימבאלישע מלוכה, די גאנצע בריטישע קאמענוועלט איז איינגעהילט אין א טרויער...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
רעבעצין עליזאבעט איז געשטארבן.
לויט א ספעציעלע פראטאקאל מיטן נאמען ''לאנדאן ברידזש'' וועלכע איז גרייט נאך פון די 60'יער יארן וועט די פראצעדור אריבערגיין ווי פאלגענד:
פרעימיער מיניסטער (ליז טראס וועלכע איז ממש יעצט ערוועלט געווארן) וועט באקומען די ביטערע בשורה דורך די פריוואטע סעקרעטאר פונעם קעניגן דורך א זיכערע טעלעפאן ליניע.
-סעקרעטאר פון ממשלה באקומעט די נייעס און ער מעלדעט עס פאר די מיניסטארן
-די נוסח :'' אין די מינוט זענען אונז אפגעדעיט געווארן איבער די טויט פון הוד מלכותה''
די פענער גייען אראפ צו האלב. ביז צען מינוט וועט דער בית המלוכה אפדעיטן די ברייטע מאסן
- די פרעסע וועט באקומען די נייעס דורך די אפיציעלע מידיע אפיס און די פרעזענטארן וועלן אנטון טונקעלע שניפלסעך און די באריכט וועט זיך אנפאנגען מיט א סעריע בילדער גרייט פון פאראויס ביז עס וועט ארויסגיין די אפאציעלע באריכט.
- די אויפנאמע פון טשארלס אלץ קעניג וועט זיין צומארגנס. זייגער 10 וועט זיך צוזאמען קומען א ספעציעלע קאמיטע אין די פאלאץ וועלכע וועט אויסרופן טשארלס אלץ יורש.
-2 טעג נאך די טויט אויסרוף וועט די ארון געשטעלט ווערן אין באקינגהאם פאלאץ.
- די גרויסארטיגע לווייה וועט פארקומען 10 טעג נאכן טויט אויסרוף אין וועסטמינסטער קירכע. די טאג פון לוויה וועט זיין א נאציאנאלע יום אבל און טרויער פאראדן וועלן מארשירן איבער גאנץ ענגלאנד.
און איך האב געמיינט אז נאר אונז האבן אדמו"רים און רבי'ס..

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
טראכט נאר אריין אין דעם:
א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.
איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.
קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.
די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.
געהעריגע רעביסטעווע..

- הודעות: 263
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
א טשיקאווע מעשה האט זיך אויסגעשפילט אויף סאושל מידיא היות אז אין קאנאדא דארפן נייע בירגער שווערן געטריישאפט צו די מלוכה און ווען די נייעס איז אריינגעקומען איז מען געבליבן סטאק אינדערמיט, סהאט גענומען א וויילע ביז מען האט אויסגערופען
His Mastery King Charles III, King of Canada
און
The Queen is dead, long live the king"!
https://twitter.com/robroc/status/15679 ... 8hnKE-ELUA
His Mastery King Charles III, King of Canada
און
The Queen is dead, long live the king"!
https://twitter.com/robroc/status/15679 ... 8hnKE-ELUA
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
עס איז טאקע צייט צו אויפלעזן די גאנצע קעניגרייך און דאנעטן די געלט פאר היימלאזע.שאלתיאל האט געשריבן:טראכט נאר אריין אין דעם:
א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.
איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.
קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.
די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.
געהעריגע רעביסטעווע..
די וועלט זאל פשוט נישט רעאגירן צו די קינגדעם מער.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:17 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
פארגעס פון ווערן קעניג אזוי שנעל, צוליב ’געוויסע’ סיבות האט מען אפגעשטיפט די קרוינונג אויף נאך א יאר...קהל'ס נער האט געשריבן:בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
ווייל די פאלק האט איר געקרוינט. סימפל.קהל'ס נער האט געשריבן:בותי ורמורי!
איך דערקלער א רעוואלוציע אקעיגן די נייע קעניג פון ענגלאנד און איך דערקלער מיך אלץ דער נייע קעניג, כ'האב שוין געקויפט אין toys4u א קרוין מיט א קעיפ, עולם, פון היינט בין איך קליג כ'האב א מיינונג, כ'בין ארויפגעקיקט, און ווער עס וועט נישט אויספאלגן מיינע באפעלען וועט מען....עעהההם....נעווער מיינד
אבער פליז פארגינטס מיך כאטש דעם "אייער מאיאסטעט הער @קהל'ס.....
סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
אז דו וועסט האבן א ציבור וואס וועט דיך קרוינען דאן ביזטו קעניג. אין מלך בלא עם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
פאר אלע דא וואס מיינען אז עס איז נאר סימבאליש, לאמיר אייך מודיע זיין לא מיט אן א'.
די קעניג אין ענגלאנד האט באמת א כח, עס איז טאקע נישט קיין טאטעל מאנארכי, אבער די פאוער ליגט ביי די קעניגרייך. פאר איין דוגמא, אין ענגלאנד וואוט מען נאר פאר די האוז אף קאמאנס (עקוועוועלענט צי קונגרעס אין אמעריקע). די האוז אף לארדס (עקוועוולענט צו סענאט דא) קומט אדער בירושה אדער ווען די קעניג שטעלט אריין, און עס איז אנלימיטעד וויפיל די מלוכה קען אריינשטעלן, און טעקניקעל קען די מלוכה עס צונעמען אפילו פון איינעם וואס האט עס בירושה (עס געשעהט כמעט נישט).
דאס איז איינע פון די וועגן פאר די מלוכה צו קאנטראלן די געזעצן אן צו דארפן וועטאען.
איך בין פויל צו שרייבן ווייטער אבער תן לחכם ויחכים, סערטש אביסל וועסטו זען אז זי/ער האט געהעריג פאוער, אזוי ווי א קאנסטעטאשענעל מאנארך.
די קעניג אין ענגלאנד האט באמת א כח, עס איז טאקע נישט קיין טאטעל מאנארכי, אבער די פאוער ליגט ביי די קעניגרייך. פאר איין דוגמא, אין ענגלאנד וואוט מען נאר פאר די האוז אף קאמאנס (עקוועוועלענט צי קונגרעס אין אמעריקע). די האוז אף לארדס (עקוועוולענט צו סענאט דא) קומט אדער בירושה אדער ווען די קעניג שטעלט אריין, און עס איז אנלימיטעד וויפיל די מלוכה קען אריינשטעלן, און טעקניקעל קען די מלוכה עס צונעמען אפילו פון איינעם וואס האט עס בירושה (עס געשעהט כמעט נישט).
דאס איז איינע פון די וועגן פאר די מלוכה צו קאנטראלן די געזעצן אן צו דארפן וועטאען.
איך בין פויל צו שרייבן ווייטער אבער תן לחכם ויחכים, סערטש אביסל וועסטו זען אז זי/ער האט געהעריג פאוער, אזוי ווי א קאנסטעטאשענעל מאנארך.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
טאקע דאס בין איך שולל אין מיין תגובה, זי האט געהאט אסאך מער פאווער ווי מענטשן ווייסן.שאלתיאל האט געשריבן:טעארעטיש האט זי אביסל פאוער אבער פראקטיש- זירא. יעדער זאך וואס זי טוט מוז זי זיך דורכרעדן מיט ד פרעמיער און זי איז צוגעבינדן צו אומגעשריבענע ראלס און געזעצן און. למעשה האט זי נישט קיין געהאט קיין פראקטישע אייינפלוס אויף גארנישט.
לייג דיר גוט אריין דערין וועסטו געוואר ווערן אסאך חידושים
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מיט א צירקע 1500 יאר צוריק האט געלעבט א מענטש מיט'ן נאמען Cerdic וואס האט געגרינדעט די קעניגרייך פון וועסעקס און זיך אונטערגענומען צו באשיצן אלע מענטשן וואס וואוינען אין זיין קעניגרייך (ווילאנג מ'באליידיגט איהם נישט...), ויקרא שמו בישראל Cerdic of Wessex. פאר איבער טויזענט יאר האבן ער און זיינע יורשים געטריי געדינט די איינוואוינער פון וועסעקס, געהאלטן ארדענונג אין לאנד, געדינגען סאלדאטן און זיי געפירט אין קאמף קעגן פיינטליכע קעניגן און אינוואדירער ווי די Danelaw און נאך, אין לויף פון די יארן זענען 15 פון זיי אומגעקומען אויפ'ן שלאכטפעלד דינענדיג געטריי זייער היימלאנד, זיי האבן מצליח געווען אין זייער מלחמות מיט פיינטליכע קעניגן און דאס קליינעם לענדל איז זיך צואוואקסן אין די לענג און די ברייט ביז זיי האבן איינגענומען גאנץ ענגלאנד און שפעטער דאס גאנצע בריטישע אינזל. אזוי האבן זיי געטריי געפירט און געשיצט דאס לאנד ביז אום 1643 ווען די קאזינס פון קעניג טשארל'ס דער ערשטער (AKA פארלימענט...) האבן צאמגעשטעלט אן אייגענע ארמיי און איהם אנידערגעזעצט און צום טויט פאראורטיילט און געשטעלט טאמעס פעירפעקס אלץ Commander-in-Chief of the Forces צו באשיצן דאס לאנד אנשטאט. אום 1660 האט פארלאמענט געשלאסן אן אפמאך מיט טשארלס' זוהן - טשארלס II - און מ'האט איהם געלאזט צוריקקומען זיך באזעצן אינעם אחוזה וואס זיינע אור-עלטערן האבן זיך אזוי מוסר נפש געווען אויפצובויען און באשיצן אבער די אויפגאבע צו באשיצן דאס לאנד איז געבליבן ביים Commander-in-Chief of the Forces (איין אויסנאמ'ס פאל איז געווען קעניג דשארדש II וואס האט געפירט די ארמיי אין קריג אין יאר 1743) און מיט דעם האט זיך געענדיגט די עיקר דשאב פונעם בריטישן מאנארך און פון דעמאלטס און ווייטער זיצן זיי במנוחה און עסן די פירות פון זייערע אורעלטערנ'ס מסירות נפש... למעשה זיצט דער קעניג נישט ממש ליידיג, כ'ווייס נישט וואס פונקטליך זיין אויפגאבע איז אבער לויט ווי איך פארשטיי דינט ער ענליכע פונקציעס ווי ראובן ריבלין אין מדינת ישראל (אזוי פארענטפערט מען איין קשיא מיט א צווייטע קשיא ).קהל'ס נער האט געשריבן:סיריעסלי, קען איינער מסביר זיין מיט וואס איז זי מער קעניגען ווי ראפי די קינג איז א קעניג?
איפכא מסתברא? קען זיין, אבער דאס איז וויאזוי די גאנצע זאך האט זיך אנגעפאנגען, קוק דא.
למעשה שטערן זיי נישט קיינעם, זיי טארן ניטאמאל זאגן א מיינונג אין פאליטיק, ס'נישט ווי אנדערע לענדער וואו די קעניגליכע פאמיליעס האבן געמאכט טראבל און מ'האט זיי געמוזט ארויסטראסקענען אדער אומברענגען און בארויבן זייערע פאלאצן און פארמעגנס. זאלן זיי זיך ענדשויען מיט זייערע פאלאצן און וועכטער און ווער ס'פארגינט זיי נישט זאל קוקן די אנדערע זייט, לגבי די געלט וואס ס'קאסט אויפצוהאלטן דאס שפיל דאס ווערט געדעקט דורך די טוריזם וואס זיי ברענגען אן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שאלתיאל: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. די בני המלוכה. די פרינצן. די קינדער פון די קעניגן עליזאבעטה די צווייטע, יר"ה ע"ה, האבן אלע געדינט אין מיליטער. דער יונגערער זון איז אפילו געווען א געלערנטער מיליטערישער העליקאפטער פיילאט. די באבע, די מלכה בכבודה ובעצמה איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה א טראק מעקעניק. דער איינציגער וועלכער האט גארנישט בייגעשטייערט פאר'ן וואוילזיין פונ'ם לאנד איז געוען פרינץ פיליפ. וועלכער איז אליין נישט געווען קעניג. ווייל ער איז נישט געווען מזרע המלוכה. זיין תפקיד איז געווען צו שטיין ביי אלע אפיציעלע צערעמאניעס נעבן זיין רביצין און שמייכלען.שאלתיאל האט געשריבן:טראכט נאר אריין אין דעם:
א מענטש וואס האט נישט געהאט קיין שום פראקטישע איינפלוס, בעיקר סימבאליש.
איז אויפגענומען געווארן בלויז אלץ א המשך צו די שושולת, אירע מאמע איז געווען קעניגן. נישט ווייל זי איז געווען עפעס א מורם מעם אדער א ספעציעלע פערזענליכקייט.
קיינער פארשטייט נישט פארוואס מען דארף דאס האבן בכלל אבער עס האט אפגעקאסט מיליארדן פארן פאלק.
די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך די בנש"קים,יעדער מיט אויפגעבלאזענען טיטלען אבער א באנדע פאראזיטן וואס האבן גארנישט געטון און געלעבט אויפן חשבון פון פאלק.
געהעריגע רעביסטעווע..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).עצי שטים האט געשריבן:
ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
96berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: ביי אונז (אין דער בלאט און דער איד) האט מען זיך געפיהרט אז מ'האט געשריבן די ניחום אבלים מודעה מיט'ן אידישן נאמען. וואס מ'האט איהר געגעבן ביים קידוש. אויף אידיש האט זי געהייסן..פריידא בתי' עדינבורג (ווינדזאר). אזוי ווי ס'שטייט אויף די היימישע חתונה בריוולעך. (מרת) לעפקאוויטש (פריינד).עצי שטים האט געשריבן:
ווי אלט איז זי געווען לאורך ימים?