עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים

לכבוד המערכת אנ"ש דחסידי סקווירא שיחי'
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי אדמורי"ם רבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ל"ע, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז אז ווען איר האט אויסגערעכנט מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האב איך באמערקט אז איר האט געשריבן אויף אים "הגה"צ אב"ד ליסקא שליט"א, האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך criteria ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנה ווער עס איז א אדמו"ר, א גאב"ד, אדער א אבד"ק?
איך האב איך באמערקט אז אז איר האט געשריבן דעם טיטול "כ"ק" אויף געוויסע רבי'ס און אויף געוויסע רבי'ס האט איר אויסגעלאזט דעם טיטול. וואלט איך געוואלט פארשטיין ווי אזוי איר קומט צו פארשטיין וועלכע געהערט צו וועם.
אויב אייער טיטול'ן ווענט זיך אויף די צאל און מספר פון די חסידים אדער מוסדות, אדער גרויסקייט פון זיין בית המדרש, דאן האב איך נישט וואס מער צוצולייגן. אויב האט דאס מער מיט א מסורה'דיגע א היסטורישע באצואונג וואלט איך אייך געוואלט אופמערקזאם מאכן אז דער ליסקא דינאסטיע האט א גאר שטארקע שייכות צו חסידות בכלל, און פאר חסידות אונגארן בפרט. לדוגמא הרה"ק המפורסם בעל אך פרי תבואה זי"ע, באקאנט אין די וועלט אלץ רבי הירש'עלע ליסקא איז געווען דער וואס האט פארשפרייט חסידות און אונגארן און אסאך פון די אויסגערעכנטע וואס איר האט באטיטול'ט אונטרן טיטול 'אדמו"ר' זענען זייערע זיידעס געפארן קיין ליסקא.
איך ברענגט דאס ארויס צוליב עטליכע סיבות:
איר שרייבט אויף פאפא, וויען, אלץ אדמו"ר, פרעזענטליך האב איך נישט קיין פראבלעם אז איר באטיטולט זיי כ"ק אדמו"ר", אבער עס איז איראניש אלס היסטוריש גערעדט האבן זיין בכלל נישט פירגורירט אלס א חסידות בכלל. אויב וועט איר מיר זאגן אז היינט צו טאג שפילן זיין יא בדרך החסידות טוט איר זייער גוט אז שרייבט אויף זיי "כ"ק אדמו"ר".
אבער, למעשה גערעדט, אויס צו לאזן דעם טיטול פון "אדמו"ר" אויף מיין טאטע, וועלכע איז פאקטיש דער נאכפאלגער פינעף דורות, בן אחר בן, וואס טראגט דעם נאמען פונעם פארשפרייטער פון חסידות און אונגארן, ווייזט דאס מיך אז ליידער איז היינט דא נאר איין זאך ווי אזוי חסידות ווערט געמאסטן, וואס דאס איז לויט די מספר החסידים, בניני מוסדות, א.ד.ג.
ווייל אויב וואלט מען געמאסטן דעם טיטול לויט דער יחוס, מסורה, ערליכקייט, תלמיד חכם'שאפט, וואס מיין טאטע פארקערפערט אין זיך, וואלט איר אים זייער גערן בא'טיטולט "כ"ק אדמו"ר", וויבאלד ער איז א רבי וואס איז פאר'דבק'ט אין זיינע אבות, זעצט פאר ווייטער דער מסורה פון דער הייליגע גזע וואס ציט זיך שוין צוויי הונדערט יאר, ביז צום היינטיגן טאג רעכענען זיך א גרעסע צאל אידן טוהן אנערקענען אז עס איז דא א ליסקא רבי וואס איז ממשיך דער שלשלת הקודש עד ביאת גואל צדק בב"א.
דרך אגב, איז זייער וויכטיג צו דערמאנען, מענין לענין באותו ענין, א עובדא וואס ברענגט שטארק ארויס מיין נקודה. מיין טאטע אלס בחור איז עטליכע מאל געפארן קיין סקווירא בימי חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זי"ע, איינמאל האט מיין טאטע בימי בחרותו געוואלט איבער געבן א קוויטל פאר דער רבי ז"ל, האט דאס דער סקיווירא רבי ז"ל צוריק געוויסן אז ער וול נישט נעמען דעם קוויטל, זאגענדיג "אונז האבן געהאט די זעלבע זיידעס", ע"כ העובדא.
אויב דער מעשה ברענגט נישט ארויס – היינט צו טאג - דעם זעלבן אנערקענונג צו א חסידישע גזע ווי אזוי דער סקווירא רבי ז"ל האט עס אנגעקוקט, האב איך איך אייך ווייטער גארנישט מער וואס צוצולייגן.
אמת, היינט צו טאג, מעסט מען דעם טיטול לויט די צאל בנינים/חסידים, אויב אזוי וויל איך ענדיקן אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, זאלט איר לייגן קאטעגאריעס אויף ליסטעס אזוי: "גרויסע רבי'ס", "קליינע רבי'ס, און "גאר קליינע רבי'לעך", אזוי ווי מ'שרייבט עס היינט בלשון לע"ז.
צום שלוס, וויל איך באטוינען אז דעם טיטול "אב"ד", איז נישט א באליידיגונג, נאר אויב מ'וויל זיך האלטן אמת'דיג צו מסורה אזוי ווי סקווירא באגערט, וואלט איר ווען געשריבן "כ"ק אדמו"ר" און צוגאב צו דעם טיטול "אבד"ק".
נאך א באמערקונג איידער איך ענדיג מיינע ווערטער, איך האב באמערקט אז ביי די שבעה ל"ע זענען געווען איינס צו צוויי גרויסע רבי'שע בענקלעך, וואס דערויף האט מען מכבד געווען צו זיצן נאר די וואס ווערן היינט אויסגערעכט לשיטתכם גרויסע רבי'ס. אבער אזא עלטערע רבי ווי מיין טאטע ווען ער קומט אריין וועט מען אים נישט מכבד זיין זיצן דערויף, כאטש ער איז קרובן לבן שמונים לאוי"ט, כאטש ער פארמאגט א געוואלדיגע רבי'שע יחוס, און איז א גאון עצום און א שטארקע מתמיד. נאר פאר דעם איינעם עבירה אז ער האט נישט קיין ריזיגע בנין/בנינים אדער פארמאגט נישט חסידים, זעצט מען איהם אוועק אויף א רעגלמעסיגע בענקל.
אגב איינע פון די רבי'שע בענקל איז נישט געווען באנוצט בשעת ער איז דארט געווען. אבער ווען עס וועט אריינקומען א רבי פופציג יאר יונגער ווי מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט מען אים יא געבן זיך צו זעצן אויף דעם רבי'שן בענקל.
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי כלל ישראל, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מזאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפירן צו אדמורי"ם רבנים וכיוצ"ב נאר לויט זייערע גשמיות'דיגע חיצוניות'דיגע ווירדן און נישט לויט זייערע עלטער אדער רוחניות'דיגע פארקערפערונג, וכיוצ"ב.
בכבוד רב,
פנחס עזרא פריעדלאנדער

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פון וואו קומט דאס?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
באמת איז זיך ליסקא אליינס שולדיג פארוואס מ'גיט זיי נישט אפ דעם ריכטיגן כבוד (כפי דעתם)
ליסקא וואלט געקענט אסאך מער אויפטון פאזיטיוו, אפילו אן קיין בנינים, מוסדות, און אפילו אן קיין חסידים.
ביז היינט האט חצה"ק ליסקא גאנץ ווייניג אינוועסטירט אין בויען זייער פרעסטיזש און אימעזש אויף א רעספעקטפולע וועג. דורך ארויסגעבן די ספרים (לעצטנס אביסל), תולדות חייהם, מכתבים, מנהגים, ניגונים, נסיעות צו די קברים, וכו' וכו' וואס א חצר קען אלס צושטעלן צו בויען זייער נאמען און דרך.
מיט אזעלכע וויינעדיגע בריוו, און נארישע פאמפלעטן וואס גלייכן צו דעם טל חיים זצ"ל צו הג"ר חיים קנייבסקי זצ"ל (חיים חיים לגז"ש!), אדער איז מסביר ווי ליסקא איז די עכטע ממשיכים פון ישמח משה (נישט ווי סאטמאר וואס עסט מצות פסח!) אדער מודעות וועגן די איבערגעדרייטע פיש טעלער, וכו' וכו', ברענגט נישט צו קיין מענטשן, און לאמיר האפן אז ס'דערווייטערט נישט.
אויב וואלטן זיי געהאט ארום זיך אפאר געלונגענע יונגעלייט צו ארויסלייגן ריכטיגע חומר, אין בויען א אמת'ע הערצה צו די צדיקים נבג"מ פון די גזע, וואלטן זיי זיך איינגעשפארט די אלע נערישקייטן. וחבל.

- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דו קענסט טאקע גוט אטאקירן. נאר. ערשטנס זאג נאך א מאמר חז"ל פונקטליך. צו-הארגע עס נישט. צוועיטנס (בלשון סקווירא). דער גאנצער בריוו אנגעבליך געשריבן דורך עזרא פריעדלאנדער איז נישט אויטענטיש. ס'איז נישט מער ווי א פראוואקאציע. עזרא שרייבט נישט אזא עם הארץ-ישן אידיש. אויך דער אינהאלט איז נישט געשריבן דורך אזא אדורכגעטראכטן מענטש ווי ער...! ס'איז פעיק, פאוני, פראוד...!באהעלפער האט געשריבן:כל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו, וחילופיהן בגולם...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער בריוו מאכט מער חוזק פין סקווירא ווי ליסקא.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
פין א בעל מדות האט מען מורא.באהעלפער האט געשריבן:כ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
לויט די אי-מעילס זעהט מיר אויס ווי דאס האט עזרא יא געשיקט, אבער נישט דאס איז מיין נקודה פון מיין יעצטיגע שרייבן, אויך איז מיר נישט דער נפק"מ לגבי ליסקא בפרטיות.
מיר איז אינטרעסאנט זיין 'אינהאלט', בבחינת קבל הדברים ממי שאמרם, באופן כללי האט ער זייער א שטארקע נקודה לגבי ווי אזוי אונז קוקן אן 'צדיקים' דהיינו אז דער צדיק מוז זיין איינגעהילט אין א פעלץ מאכן פאקסען מיט אויגן וכו' וכו'. און בלויז אויף דעם אופן זאגט מען "אה! ער איז א צדיק!".
איך מיין דער ענין איז אסאך מער טיפער ווי עזרא לייגט עס אראפ, נאר ער האט א פרעזענטליכע נגיעה, אבער אויסגעלאזט זיין נגיעה, זעהט מען א געוויסע פארפוילקייט אינעם היינטיגן מהלך פון דער אזוי גערופענע 'דרך חסידות'.
דער סקווירא מהלך בפרט איז "וואס האב איך דערפון?" אדער בעסער געזאגט ביי יעדע וועלטליכע אידישע מאורע פרעגן די העומדים בראש דארט "ווי אזוי קען סקווירא ארויס קעשן פון דעם געשעניש?" (עי' ערך רובאשקין, ל"ג הדלקה, טעכנעלאגיע, בילדער, די וואך, דער בליק, ועוד ועוד). פון א גרויסע רבי האבן זיי פראפאגאנדע מאטעריאל, לדוגמא רוב צדיקי דורנו אחר פטירתם ווערן אוטומאטיש א סקווירא חסיד למפרע (עי' ערך ערלוי, וואזער, פאפא ז"ל, סקולען ז"ל, ר' יחזקאל מערץ, ר' טוביה ווייס, וכו' וכו').
עכ"פ חסידות האט בכלל נישט מיט פנימיות, עס איז ווי אזוי דער גשמיות'דיגע אימעדזש זעהט אויס. און סקווירא לערנט מען נישט אידישקייט (אדער כמעט סיי וועלכע אנדערע חסיות בכלל), מען לערנט אויס ווי אזוי זאלסט דינען יענעם פארטיי.
ועוד לדלות ולהשקות אי"ה

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
יעצט קומט צו א פרישע רינגעלע צום שלשלת הגאוה...דורך דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:48 pm
ווי געשריבן אמאל אין א אנדערע אשכול, אז דער סקווירא-ספרינגוועלי רעבע שליט"א האט גארנישט וואס צו פארקויפען אויסער דער "איך, זיך, און מיך". עס ווערט פארקערפערט אין זיין התנהגות פון דורכאויס דער יאר און פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס מוז זיין אויף א סטעידזש, (וכקפעידוס תמונות יוכיח).
מים שלנו - סטעידש
תשליך - סטעידזש
ברכת אילנות - סטעידזש
רעדט צו קינדער - סטעידזש
רעדט צו בחורים - סטעידזש
קרישמע ליינען - סטעידזש
שריפת חמץ - סטעידזש
מצות באקן - סטעידזש
התרת נדרים - סטעידזש
קידוש לבנה - סטעידזש
כתיבת אות בס"ת - סטעידזש
כפרות - סטעידזש
נענועים - סטעידזש
מחצית השקל - סטעידזש
קבר רחל - סטעידזש
מערת המכפלה - סטעידזש
כותל המערבי - סטעידזש!!!!
קבר מהר"א מבעלזא - סטעידזש
קבר רבי מאיר בעל הנס - סטעידזש
שבעה זיצן (ניחום אבלים) - סטעידזש!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
כ'ווייס שוין וואס עהם שטערט
כ'האב מיך נישט געפוילט, און אנגעקלונגען מיין מחותן וואס קען די אינסייד סטאריס.
עזרא האט דארט ארויסגענומען ברבים זיין 'סמארטפאהן' און מ'האט עהם געציצקעט... און פינעף מינוט שפעטער האט ער זיך געשטעלט מאכן א קליפ ווי זיין טאטע רעדט מיט די אבלים, און מ'האט אנגעהויבן ווידער ציצקענען, ביז איינער דארט האט זיך הויעך אנגערופען, אראפ מיט'ן כלי...
לכאורה דא האט ער זיך געשוואוירן נקמה.
נו האט עזרא געמיינט אז יעדער איז זיינס, איז ער געוואויר געווארן אז נישט 'ממש' יעדער.
כ'האב מיך נישט געפוילט, און אנגעקלונגען מיין מחותן וואס קען די אינסייד סטאריס.
עזרא האט דארט ארויסגענומען ברבים זיין 'סמארטפאהן' און מ'האט עהם געציצקעט... און פינעף מינוט שפעטער האט ער זיך געשטעלט מאכן א קליפ ווי זיין טאטע רעדט מיט די אבלים, און מ'האט אנגעהויבן ווידער ציצקענען, ביז איינער דארט האט זיך הויעך אנגערופען, אראפ מיט'ן כלי...
לכאורה דא האט ער זיך געשוואוירן נקמה.
נו האט עזרא געמיינט אז יעדער איז זיינס, איז ער געוואויר געווארן אז נישט 'ממש' יעדער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דולה ומשקה: דו האסט א שטארקע נקודה. נאר ס'איז דא נאך א פינטל וואס דרוקט. מילא אז סקווירא זענען זעלבסט פאקוסירט און אבזארבירט אין זיך אליין איז נאך א האלבע צרה. אבער פארוואס פארגינען זיי נישט דעם עלעמענטאר'ן כבוד פאר א צווייטן איד אויך. דער ליסקא רבי האט זיך מטריח געווען און געקומען ביז סקווירא (פון בארא פארק) געב איהם כאטש אפ דעם כבוד הראוי. ווייז ארויס (א ביסל) אן הכרת הטוב.
ועוד. פון וואס קען דען דער העיליגער רבי שמועסן מיט א גאסט א באזוכער?! ביי וועלכע סוגיא ער לערנט יעצט. אדער וועלכע סימנים אין שו"ע ער האט לעצטנס (אדער ערשטנס) אדורכגעלערנט. נאך א מזל ער האט געהאט א טאאטע. ווייל ער זאגט איבער נאכאמאל און ווידעאמאל...דער טאאטע...ער וועט טאקע האבן א סאך שכר בעוה"ב פאר די מצות כיבוד אב...אבער ער קען דאך (ליידער) נישט עפעס אנדערש. ווען ער וואלט געווען א אידענע וואלט ער געקענט איבערשמועסן ס'ארא גוטן טעם די פאטעיטא קוגל אדער די (געזאלצענע) לאקשן קוגל האט געהאט...אזוי ווי די סקווירא חסידות'טעס די נשים צדקניות זענען זיך נוהג צו טון...!