שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג

שליחה דורך הגיון »

גענומען פון אייוועלט

לקראת ראש השנה הבא ווען טויזענטער ברסלבער חסידים גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן אין שאטן פון די שרעקליכע מלחמה וואס קומט פאר יעצט אין אוקריינע. וועלן מיר אייך ברענגן א שמועס צווישן א ברסלבער חסיד, מיר וועלן אים רופן "שראליק" על שם א'שרינו ש'יש ל'נו ר'בי כ'זה, און דעם אינטערלאקוטאר מיטן נאמען שמחה, על שם דעם טאטן פון מוהר"ן מברסלב זי"ע.

שראליק: איך האב רעזערווירט טיקעטס קיין אוקריינא צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג.

שמחה: זיכער האסטו געהערט פון די מלחמה וואס עס גייט יעצט פאר אין אוקריינא, האסט נישט מורא?

שראליק: דער רבי היט אונז מיט אייבירשטענס הילף פארשטייט זיך. און בכלל עס איז נישטא וואס מורא צו האבן. רוסלאנד האט אינוואדירט מזרח אוקריינא, און אומאן איז אזוי ווייט פון דארט אזוי ווייט ווי קאלעפארניע איז פון קרית יואל. ווען דו הערסט אז עס איז דא אומריען אין קאלעפארניע האסטו מורא ארויסצוגיין אין גאס?

שמחה: איין מינוט, בעפאר מיר גייען רעדן וועגן די סכנה, לאמיר רעדן פון די טעכנישע חלקים, עס קאסט דאך א געוואלד מיט געלט, עס פארן נישט קיין דירעקט פליגערס קיין אוקריינא. איך הער אז אזא שפיל קען אפקאסטן שווערע טויזענטער דאלארן.

שראליק: נע, מיין חבר איז טאקע שוין געפארן, אים וועט עס טאקע קאסטן איבער צוואנציג אלפים. אבער איך מאך עס אונטער 8 אלפים די גאנצע געשעפט. די רייזע נעמט אריין 2 קאנעקטינג פליגערס מיט רויטע אויגן, מען קומט אן קיין מעלדאווע, נאכדעם כאפט מען א קאר קיין אוקריינא, די וועג נעמט אונטער 13 שעה, און 3 טעג שפעטער איז מען ביים הייליגן רבי'ן.

שמחה: פשיהא!, 8 אלפים איז אויך א טייער געשעפט, פון וואו נעמט מען געלט, עס איז נאכנישט די טעקס-רעטורן סעזאן?

שראליק: ס'שאלה, עס ליגט דאך אין מיין נאמען "אשרינו שיש לנו רבי כזה", דער רבי שיקט געלט. מען דארף טון און נישט אויפטון. מען גלייבט און שוין.

שמחה: איך הער אז די וועג מיט די קאר איז גאר ריזיקאלישע און מסוכן. צומאל דארף מען אויסלעשן די לייטס און פארן מיט גרויס פארזיכטיקייט.

שראליק: נארישקייטן. עס פארן ארום ווידיאוס ווי מ'זעט א סך אידן שוין זיצן אין אומאן, און דרייען זיך אינדרויסן כאילו לא היה, נישטא קיין זכר פון קיין מלחמה. אה צוריק צו דיין קשיא, נישטא וואס מורא צו האבן, מ'דארף האבן אמונת צדיקים, ווי שווער די וועג אלס גרעסער איז די שכר. בד"וו איך הער אז רבי יעקב מאיר שעכטער פלאנירט צו קומען. אלעס פארט געהעריג.

שמחה: מעמיר שוין רעדן וועגן רבי יעקב מאיר, לאמיר צוריק גיין צום רעאליטי. רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינא. זיי זענען טאקע יעצט קאנצעטרירט אין מזרח זייט, אבער די הימלען איז א שטח הפקר. רוסלאנד קען סטרייקן - און האט שוין געסטרייקט - אן א פריערדיגע מעלדונג איבעראל אין אוקריינא, פון מזרח ביז מערב. אוקריינא איז אין א טאטאלען אנארכיע און כאאטישן צושטאנד. די מיליטער קאנטראלירט דאס לאנד. מען פארט נישט אין א שעת מלחמה, חמירא סכנתא מאיסורא.

שראליק: הער אויף צו קוקן וואצעפ וועסטו נישט האבן מער קיין קשיות. הער אויס, לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל פון רבי נתן:

וְדַע, שֶׁכָּל מַה שֶּׁהַנֶּחְשָׁק גָּדוֹל בְּיוֹתֵר, מַזְמִינִים לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת בְּיוֹתֵר, כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּבֵּר הַחֵשֶׁק בְּיוֹתֵר כִּי הַחֵשֶׁק הוּא כְּפִי הַמְּנִיעָה. וְעַל־כֵּן רָאוּי לָאָדָם לְהָבִין, כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת מְאֹד מְאֹד לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק, וְעוֹמְדִים וּמִשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו מְאֹד מִכָּל הַצְּדָדִים לְמָנְעוֹ, מִזֶּה בְּעַצְמוֹ יֵדַע וְיָבִין עֹצֶם מַעֲלוֹת הַנֶּחְשָׁק, שֶׁמֵּחֲמַת זֶה הַמְּנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת כָּל כָּךְ, כִּי עַל כָּל הַדְּבָרִים שֶׁבִּקְדֻשָּׁה יֵשׁ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל, אֲזַי בְּוַדַּאי מִתְגַּבְּרִים הַמְּנִיעוֹת בְּיוֹתֵר.

נו, היש לך מניעות גדולה יותר מזו?

שמחה: מיין טייערע חבר, לאמיר דיך עפעס מסביר זיין, אבער קודם לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל חומש: אין פרשת ויקרא שטייט: וּשְׁמַרְתֶּם אֶת חֻקֹּתַי וְאֶת מִשְׁפָּטַי אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֹתָם הָאָדָם וָחַי בָּהֶם אֲנִי ה'. אמר רבי יהודה אמר שמואל: " וחי בהם - ולא שימות בהם.

א טויטער מענטש איז חפשי מן המצות. היטן די געזונט פון א מענטש איז די העכסטע פריאריטי פון א איד. יעדעס קינד וואס ווייסט פון מודה אני, ווייסט אויך צו זאגן פון פיקוח נפש דוחה שבת. ונשמרתם מאד את לנפשותיכם איז די אינטעגראלע חלק פון יעדן איד.

לעולם יהא אדם, קודם דארף מען זיין א מענטש, צו זיין א מענטש איז צו לעבן אין א וועלט פון Low and order, דאס מיינט אז מיר לעבן אין א וועלט פון געזעצן און ארדענונג. מיר מוזן לעבן אין די סיסטעם פון אלמלא מוראה של מלכות כל הגדול מחברו בולע את חבירו. דאס איז נישט קאוויד ווי דו קענסט זאגן אז די גאווערמענט האט נישט קיין קאנטראל דערויף. און דאס אלעס איז געזאגט געווארן אין פרידנס צייטן, און כל שכן וקל וחומר אין א שעת מלחמה. מען רעדט דא פון א פאל ווי די מוראה של מלכות האט געזאגט: "איך היט דיך נישט אפ". אלע דריי לענדער, אמעריקע, אוקריינא, און ארץ ישראל, האבן אומצוויידייטיק געזאגט: "נישט גיין קיין אוקריינא".

נאך פאר די ענטפערסט מיך, אודאי דארף מען צוקומען צום שומר ישראל, צום גרויסן באשעפער וואס נאר ער קען אונז אפהיטן. אבער חז"ל האט אונז געזאגט הוי מתפלל בשלומה של מלכות, און ווי לאנג מיר לעבן, "וחי בהם", מוזן מיר צוקומען צו מוראה של מלכות.

שראליק: לאמיר דיך פארציילן א סיפור. איינמאל האט פאסירט אין שנת תר"פ, ווען עס האט געהערשט א גרויסע סכנה צו פארן קיין אומאן. אויף אזוי ווייט אז ווען ר' יצחק דאחוונע ז"ל האט געוואלט פארן קיין אומאן, און זיין ווייב האט זיך געוואנדן צו אים און זיך געבעטן צו אים ער זאל זיך נישט אריינשטעלן אין א סכנה, האט ר' יצחק איר געזאגט: איך פאר קיין אומאן בכל אופן. און אויב ח"ו איך וועל שטארבן אויפן וועג, וועל איך מרויח זיין אז לכל הפחות בין איך געווען אין אומאן ראש השנה. צו בלייבן דא איז ערגער ווי טויט. "לעבן און נישט זיין אויף ראש השנה קען נישט זיין וועט מיר שיסן אויפן וועג בין איך דאך פאר א יאר גיווען."

שמחה: מיין טייערע ברודער וויפיל איך קען געדענקן איז נאר פארהאנען 3 מאל וואס א מענטש דארף זיך לאזן הרג'נען. איך ווייס נאר וואס חז"ל זאגט, און חז"ל זאגט אונז כל הדרכים בחזקת סכנה. און כל שכן וקל וחומר אין א שעת מלחמה.

ווען אידן האבן מיטגעמאכט צרות ביים צווייטן וועלט קריג, האט יעדער איד זיך גע'חלומ'ט צו זיין לכל הפחות 5 טויזענט מייל ווייט פון אייראפע. יעצט ווען מיר שטייען אין די ארגסטן מלחמה זייט די שואה, און ב"ה מיר לעבן רואיג אין אמעריקע אדער ארץ ישראל, פארוואס זאל א בר דעת וועלן פארן אין א מלחמה זאנע? וואלסטו געפארן יעצט קיין אפגאניסטאן אדער סיריע? אייראפע ברענט יעצט. רוסלאנד ווארפט טויטליכע וועקיום באמבעס, הונדערטער טויזענטער מענטשן זענען שוין אומגעקומען. די מערב לענדער אריינגערעכענט אוקריינא ווארענען נישט צו גיין, וואס נאך דארף פאסירן אז מען זאל זען די סכנה גדולה פון פארן קיין אוקריינא דאס יאר?

שראליק: דו מיינסט אז עס געשעט נישט קיין שיסערייען אין אמעריקא, וואס איז געשען אין זשערזי סיטי? און דאמאלטס ווען א גוי האט געשטאכן א איד אין מאנסי? איבעראל איז מסוכן.

שמחה: דו מאכסט ליצנות פון מיך יעצט?

שראליק: וואס פאלט דיך איין. ווייסט, לאמיר דיך פרעגן עפעס, וואס טוט זיך מיט ארץ ישראל, איז דאס נישט א מקום סכנה? חאמאס שיסן ראקטעס, און די אראבערס שטעכן מיט מעסערס, און דאך האסטו נישט מורא אהין צו פארן. שמחה: מיין טייערע ברודער, דא איז נישט קיין פאליטישע געים, פון קענען טרעפן גוטע תירוצים וויאזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם. מען רעדט דא פון דיין לעבן! דיין טייערע לעבן וואס הקב"ה האט אונז געהייסן אפהיטן און זיך לאזן הרג'נען נאר 3 מאל. דאס מיינט נישט נעמען מסוכנ'דיגע מיסיעס. ארץ ישראל איז טאקע אויך א גרויסע פראבלעם בשעת מלחמה, און פארדעם איז טאקע דא טרעוועל עדווייזעריס ווען די מצב ווערט גאר ערנסט. בנוסף צו דעם איז דא אבער א גרויסע חילוק. אויסער פון די פאקט אז מענטשן פארן בדרך כלל צו משפחה, אדער ישיבות, איז ארץ ישראל אן אינדיווידואלע פראבלעם, דאס מיינט אז עמיצער וואס פארט בשעת עס איז דא א מלחמה שטעלט ער איין זיין און זיין משפחה'ס לעבן. דא אין אומאן אבער, רעדט מען פון א מאוומענט, ווי מען רייצט אן תמימי לב אז מען זאל זיך אויסלאכן פון אלעמען און יא פארן. דאס איז א ציבור'דיגע פראלבעם, פון מפתה זיין תמימות'דיגע אידן אז מען זאל זיך נישט לאזן פון די אלע שונאים און מניעות און מ'זאל פארן מיט מסירת נפש.

שראליק: בדרך אגב, כאב פריער געזאגט אז עס קאסט בערך 8 אלפים א רייזע קיין אוקריינא, כאב געהאט א טעות, איך קען עס האבן פאר בערך 2 טויזענט דאלער אינקלודינג די טיפ פארן דרייווער, און אש"ל באקום איך בחנם.

שמחה: אהא, יישר כח פארן קארעקטן די רעקארד.

שראליק: איין מינוט, האסט מיך אריינגעהאקט, איך האב געהאלטן דיך אינמיטן ענטפערן וועגן ארץ ישראל. אין ארץ ישראל הערט מען אבער סך מער רציחות ווי אין אוקריינא. אקעי, כמיין עס איז טאקע א מלחמה יעצט אין אוקריינא, אבער רבי נחמן האט געזאגט אז ער וועט זיין א לויער ווער עס ווערט קומען צו זיין ציון אויף ראש השנה. און אויכעט, ווי דערמאנט ווי גרעסער די מניעות אלס גרעסער איז די שכר, אזוי ווי איך האב געברענגט אויבן: וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל, אֲזַי בְּוַדַּאי מִתְגַּבְּרִים הַמְּנִיעוֹת בְּיוֹתֵר.

און אויכעט עס איז נישט אזוי געפערליך ווי דו מאכסט עס. עס איז אפשר דא %1 סכנה.

שמחה: לאמיר דיך פרעגן עפעס, ביסט דאך א בר דעת. מעג זיך א מענטש איינשטעלן אפילו פאר 1% סכנה? מעג א איד וואס האט א געבענטשטע פאמיליע, איינשטעלן זיין לעבן, זיין משפחה, אפילו פאר איין פראצענט?

שראליק: ליידער הערט מען יעדעס יאר אן אומגליק, סא ווייסט וואס איך מיין. דער אייבערשטער זאל אודאי יעדעם אפהיטן.

שמחה: איז ווערט די גאנצע אומאן, מיט אלע טויזענטער מענטשן, מיט אלע תיקון הכללית, אז אפילו איין איד זאל זיין אפילו 1% במקום סכנה?

שראליק: חלילה, איך זאג נאר אז, בקיצור, עס איז גארנישט אנדערש דאס יאר ווי יעדעס יאר. נאר דאס יאר איז דא א מלחמה מיילן אוועק. און מ'דארף געדענקן וואס ר' יצחק דאחוונע האט געזאגט: אויב ח"ו איך וועל שטארבן אויפן וועג, וועל איך מרויח זיין אז לכל הפחות בין איך געווען אין אומאן ראש השנה. צו בלייבן דא איז ערגער ווי טויט.

וועסט נאך זען ווי נאך ראש השנה וועלן טויזענטער אידן צוריק קומען אן קיין קריץ, און עס וועט גארנישט האבן פאסירט.

שמחה: וויאזוי גייט נאר די ווארט: "א נארישקייט וואס געלונגט בלייבט נאך אלס א נארישקייט". און ביי אונזער פאל, אויב האסטו איבערגעלעבט א מקום מלחמה וואס דו האסט זיך אליין אריינגעלייגט, בלייבט עס נאך אלס א סכנה וואו דו האסט איינגעשטעלט דיין לעבן.

מ'דארף פרעגן א שאלה אויב מען מעג בענטשן גומל.

שראליק: למעשה וואס זיכסטו אויפצוטון מיט די שמועס, עס וועט דיך גארנישט העלפן סייווי. פונקט אזוי ווי איך זיך דיך נישט צו מאכן פאר א ברסלבער. וועסט למשל קיינמאל נישט זען קיין מיסיאנערישע ברסלבער ביכער אדער קונטרסים וואס זוכט איבערצורעדן מענטשן, ברסלב זיכט נישט אריינצוכאפן אנדערע. סא פארוואס פראבירסטו מיך איבערצורעדן נישט צו פארן קיין אומאן?

שמחה: ניטאמאל א קלער האב איך געהאט דיך אפצוהאלטן. איך האב נישט קיין ספק אז אפילו רוסלאנד וואלט געשאסן 2 מייל פון אומאן, וואלטן די ברסלבער חסידים באקומען א בריוו פון פוטין ווי ער איז מבטיח אז ער וועט נישט שיסן קיין אומאן. און אויך, דאמאלט וואלטן די מניעות געווען א סך גרעסער, סא די שאנסן נישט צו פארן וואלטן אויך קלענער געווארן.

שראליק: אומאן ראש השנה!!

שמחה: שומר פתאים השם.

שראליק: בדרך אגב, איך האב אסאך חברים וואס גייען דאס יאר נישט פארן קיין אומאן.

שמחה: פשוט, ווייל זיי ווילן קענען פארן נעקסטע יאר..

שראליק: דו מיינסט איך קען נישט אפשרייבן די זעלבע שמועס דא אויף פארקערט, און ארויסברענגן די וויכטיגקייט פון יא פארן קיין אומאן, און נישט זיין אזוי בייעסט ווי דיך.

שמחה: וועסט נאך אלץ אבער האבן געהאט איינגעשטעלט דיין לעבן.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

וחי בהם... און דערפאר הייסן די ברעצלעווערס ''טויטע''.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

Re: שראליק מיט שמחה שמועסן איבער אומאן אין ראש השנה תשפ"ג.

שליחה דורך אמת וצדק »

זייער שיין געשריבען @הגיון!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמת וצדק האט געשריבן:זייער שיין געשריבען @הגיון!
גע'גנבעט פון אייוועלט
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

דאס האט אמ’’ת וצד’’ק געמיינט.
זייער שיין אז האסט געשריבן אז ס’קומט פון אייוועלט....
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

הגיון האט געשריבן:
לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל פון רבי נתן:
לאמיר דיך פארלערנען א שטיקל פון רבי נחמן:
“איך בין חשובער פון אלע גרויסע, און מיין עלטער זיידע דער בעל שם, אויך דער אר”י הקדוש קומען נישט אן צו מיין הויעכע מדריגה, ווייל זייט אברהם אבינו איז נאכנישט געווען אזא חידוש ווי מיין נשמה... און אלעס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אויפגעטון, איז נאר געווען גוט פאר זייער דור, אבער מיין כח איז אייביג געווען, און וועט אייביג זיין, ווי א פייער וואס ברענט שטענדיג”...

“ווער ס'האט נאר געקענט מיין זיידע פון האראדענקא [הרה”ק ר' נחמן פון האראדענקא], ווייסט אז ער האט בכלל נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי איך... און מיך דארף די גאנצע וועלט, אויך די גרעסטע צדיקים דארפן אנקומען צו מיין כח, ווייל איך דארף זיי ווייזן די ריכטיגע דרך... אויב איז דא א צדיק אמת איז עס איך, און אלע אנדערע זענען שקרנים, ווייל גאנצע שטיקלעך פונעם ספר קדושת לוי, איז גע'גנב'עט פון מיינע חידושים...

- המשך יבוא
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באהעלפער האט געשריבן:

וואס איז דיין אג’ענדע?
ווער האט דיר וויי געטון?
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

דא שרייבט מען נאר ווען מ'איז וויי געטון?
אפשר מעג מען דא שרייבן היסטאריע, און פאקטן וואס איי וועלט מעקט אויס?
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באהעלפער האט געשריבן: “ווער ס'האט נאר געקענט מיין זיידע פון האראדענקא [הרה”ק ר' נחמן פון האראדענקא], ווייסט אז ער האט בכלל נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי איך... און מיך דארף די גאנצע וועלט, אויך די גרעסטע צדיקים דארפן אנקומען צו מיין כח, ווייל איך דארף זיי ווייזן די ריכטיגע דרך... אויב איז דא א צדיק אמת איז עס איך, און אלע אנדערע זענען שקרנים, ווייל גאנצע שטיקלעך פונעם ספר קדושת לוי, איז גע'גנב'עט פון מיינע חידושים...
מקור?
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

פלוצלינג איז @באהעלפער שטיל געווארן
נעם אחריות אויף דיינע ווערטער ברענג א מקור. אדער ביזטו סתם א סקווערע מנלנ”ז
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

Nanach האט געשריבן:פלוצלינג איז @באהעלפער שטיל געווארן
נעם אחריות אויף דיינע ווערטער ברענג א מקור. אדער ביזטו סתם א סקווערע מנלנ”ז
די ביכער פון הרה"ק ר' נחמן און ר' נתן זענען היבש צענזורירט געווארן נאכ'ן שואה, און ס'שטייט אסאך ערגערע זאכן אין די ערשטע דפוסים.
די ווארט מקור ביי ברעסלעוו איז א אפגעפרעגטע זאך, ווייל ס'נישטא קיין איין אמת ווארט אין די אלע מעשה ביכער זייערע.
ס'דא וואס האבן נאך די ערשטע דפוסים פון 'אמרי פנחס' און 'כתבי ר' יאשע' וואס דארט שטייט קלאר די גאנצע היסטאריע.
סתם א סקווערע איז א שיינע טיטול, אבער איך האב מיט סקווער גארנישט. נאר אז איך האב הנאה פון זייערע אויסגאבעס וואס איז זייער אוטענטיש.

איך בין נישטא אויפצואווייזן די לעכערליכע לעגעסי פון אומאן ברעצלעוו און נשתכח תורת בעל שם און די איבריגע נאן סענס. נאר ארויסצולייגן וואס איך באקום פון אנדערע פון מיינע פארשונגען.

און מיר קוקט אויס אז אויב איינער דארף זיך פעמפערן זענען עס די נאכמנים המשוגעים על הראש.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

Nanach האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן: “ווער ס'האט נאר געקענט מיין זיידע פון האראדענקא [הרה”ק ר' נחמן פון האראדענקא], ווייסט אז ער האט בכלל נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי איך... און מיך דארף די גאנצע וועלט, אויך די גרעסטע צדיקים דארפן אנקומען צו מיין כח, ווייל איך דארף זיי ווייזן די ריכטיגע דרך... אויב איז דא א צדיק אמת איז עס איך, און אלע אנדערע זענען שקרנים, ווייל גאנצע שטיקלעך פונעם ספר קדושת לוי, איז גע'גנב'עט פון מיינע חידושים...
מקור?
אז דו ווילסט באמת וויסן מקורות, און ביסט גרייט צו מאכן האום ווארק, דאן געב איך דיר אפאר נעמען.

ספרי ומאמרי דוד אסף, ופרופסור צבי מרק. וואס זיי האבן ארויסגעלייגט די ערשטע צענזורירטע קטעים פון ליקוטי נחמן ונתן.
אין די היינטיגע ספרי עצבות מאומאן וועסטו נישט טרעפן 'גלייך' די קטעים פון יענע ערשטע דפוסים. ולהבדיל מקודש לחול, אויך די נייע ספרים פונעם הייליגער שפאלער זיידע איז ארויסגענומען די עיקר סחורה, אזויווי די טיפשים פון ירושלים וואס האבן איבערגעדרוקט אמרי פנחס און מדרש פנחס און צענזורירט אלע מאמרים פון ר' פנחס'ל קעגן הרה"ק ר' נחמן, און האבן נישט געקלערט אז ס'דא אלטע אוצרות פון די ערשטע דפוסים....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

באהעלפער האט געשריבן: סתם א סקווערע איז א שיינע טיטול, אבער איך האב מיט סקווער גארנישט
:lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

עפעס א גירסא דינקותא האב איך אז איינער וואס רעדט אויף צדיקים ווערט נענש מיט שלשול.
באהעלפער, פליז טו עס נישט דא.

שוין גענוג אנגע’חזר’ט דא. בין באשכול זה בין בשאר אשכולות, בין בניק זה בין בשאר ניקים.
ויהי רצון שלא תחזור בהם ולא תשוב להכעיס...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

מתבודד האט געשריבן:עפעס א גירסא דינקותא האב איך אז איינער וואס רעדט אויף צדיקים ווערט נענש מיט שלשול.
באהעלפער, פליז טו עס נישט דא.

שוין גענוג אנגע’חזר’ט דא. בין באשכול זה בין בשאר אשכולות, בין בניק זה בין בשאר ניקים.
ויהי רצון שלא תחזור בהם ולא תשוב להכעיס...
אויף א צדיק האב איך קיינמאל - און כ'וועל קיינמאל נישט רעדן 'שלעכטס'.
אויף א חולה נפש איז שוין דא א ניסיון.
אבער וועלכע מקור האסטו אויף דעם 'גירסא דינקותא'? אויך פון דעם זעלבן עצבות טעפל?...
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איך בין זיכער אז ווען מען וועט דיר פרעגן אין הימל פארוואס דו האסט גערעדט אויף ר' נחמן, און דו וועסט ענטפערן בפקודת דיין אדמו"ר, ווען מען דיר פילייכט אראפשיקן זיין נעבן אים.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

איך האב נישט קיין אדמו''ר, מיין רב איז געווען ר' יואל טייטלבוים, ביז אפאר יאר צוריק.
און שיקן שיקט מען שיכורים...
און זיי נישט אזוי זיכער מיט דיינע סטעיטמענטס, נאר זארג דיך אז ווען דו וועסט אויסטון דיינע יונגע ווינדלען זאלסטו נישט חרטה האבן אויף דיין געכאפטע רייד צווישן דיינע מילך ציין
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן: “ווער ס'האט נאר געקענט מיין זיידע פון האראדענקא [הרה”ק ר' נחמן פון האראדענקא], ווייסט אז ער האט בכלל נישט געקענט אזוי גוט לערנען ווי איך... און מיך דארף די גאנצע וועלט, אויך די גרעסטע צדיקים דארפן אנקומען צו מיין כח, ווייל איך דארף זיי ווייזן די ריכטיגע דרך... אויב איז דא א צדיק אמת איז עס איך, און אלע אנדערע זענען שקרנים, ווייל גאנצע שטיקלעך פונעם ספר קדושת לוי, איז גע'גנב'עט פון מיינע חידושים...
מקור?
אז דו ווילסט באמת וויסן מקורות, און ביסט גרייט צו מאכן האום ווארק, דאן געב איך דיר אפאר נעמען.

ספרי ומאמרי דוד אסף, ופרופסור צבי מרק. וואס זיי האבן ארויסגעלייגט די ערשטע צענזורירטע קטעים פון ליקוטי נחמן ונתן.
אין די היינטיגע ספרי עצבות מאומאן וועסטו נישט טרעפן 'גלייך' די קטעים פון יענע ערשטע דפוסים. ולהבדיל מקודש לחול, אויך די נייע ספרים פונעם הייליגער שפאלער זיידע איז ארויסגענומען די עיקר סחורה, אזויווי די טיפשים פון ירושלים וואס האבן איבערגעדרוקט אמרי פנחס און מדרש פנחס און צענזורירט אלע מאמרים פון ר' פנחס'ל קעגן הרה"ק ר' נחמן, און האבן נישט געקלערט אז ס'דא אלטע אוצרות פון די ערשטע דפוסים....
איך שטעל זיך פאר אז דו האסט געטראכט אז דו רעדסט דא צו איינעם וואס קען גארנישט נאר די ברסלבע ספרים, ממילא קענסטו מיר פארקויפן וויליאמסבורג ברידזש.
סתם שיסן נעמען צבי מרק און דוד אסף קען איך אויך. צייכן צו ווי זיי שרייבן אזעלכע זאכן.

דוד אסף האב איך נאכנישט געליינט אבער צבי מרק רעדט גראדע פון ר’ נחמן מיט גאר א שטארקע הערצה (פארשטייט זיך מיט א משכילישע פערספעקטיוו, נישט א חסיד פערספעקטיוו)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

און דרך אגב וואספארא ספרים פון שפאלער זיידע איז ארויס געקומען? און וויאזוי ווייסטו אז עס איז אויטענטיש?
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

Nanach האט געשריבן:און דרך אגב וואספארא ספרים פון שפאלער זיידע איז ארויס געקומען? און וויאזוי ווייסטו אז עס איז אויטענטיש?
שרייב נאר נאך אביסל, און כ'זע באלד ווי ברייט באקאנט דו ביסט...
ס'נישט קיין ספק אז קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי רבי רבי נחמן, און דאס גאנצע אויפוואכונג איז געשען נאכן שואה.
נאר וואס דען, אז דו האסט ליב זיין דרך, בסדר גמור.
אבער פראביר נישט אויפצואווייזן אז אלעס איז גלאט און ווער ס'האט געהאט התנגדות איז עפעס א פארגאנהייט א שלעכטן חלום.
ווילסט גיין מיט ברעסלעוו, נאו פראבלעם, אבער היסטאריע קען מען נישט פארווישן ווי א בת היענה מיט'ן שנאבל אין דער ערד.

דאס פיש שמעקט פון קאפ!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:און דרך אגב וואספארא ספרים פון שפאלער זיידע איז ארויס געקומען? און וויאזוי ווייסטו אז עס איז אויטענטיש?
שרייב נאר נאך אביסל, און כ'זע באלד ווי ברייט באקאנט דו ביסט...
ס'נישט קיין ספק אז קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי רבי רבי נחמן, און דאס גאנצע אויפוואכונג איז געשען נאכן שואה.
נאר וואס דען, אז דו האסט ליב זיין דרך, בסדר גמור.
אבער פראביר נישט אויפצואווייזן אז אלעס איז גלאט און ווער ס'האט געהאט התנגדות איז עפעס א פארגאנהייט א שלעכטן חלום.
ווילסט גיין מיט ברעסלעוו, נאו פראבלעם, אבער היסטאריע קען מען נישט פארווישן ווי א בת היענה מיט'ן שנאבל אין דער ערד.
א לאנגע תגובה און גארנישט געזאגט איך האב דיר געבעטן א מקור און וואס האסטו גענטפערט
יעדער... קיינער.....

הרב באהעלפער סאפארט דיינע ווערטער מיט מקורות קונקרטי ראיות.....
און האסט מיר נאכנישט געענטפערט וואספארא ספר עס איז ארויס געקומען פון שפאלער זיידע
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באהעלפער האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:און דרך אגב וואספארא ספרים פון שפאלער זיידע איז ארויס געקומען? און וויאזוי ווייסטו אז עס איז אויטענטיש?
שרייב נאר נאך אביסל, און כ'זע באלד ווי ברייט באקאנט דו ביסט...
ס'נישט קיין ספק אז קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי רבי רבי נחמן, און דאס גאנצע אויפוואכונג איז געשען נאכן שואה.
נאר וואס דען, אז דו האסט ליב זיין דרך, בסדר גמור.
אבער פראביר נישט אויפצואווייזן אז אלעס איז גלאט און ווער ס'האט געהאט התנגדות איז עפעס א פארגאנהייט א שלעכטן חלום.
ווילסט גיין מיט ברעסלעוו, נאו פראבלעם, אבער היסטאריע קען מען נישט פארווישן ווי א בת היענה מיט'ן שנאבל אין דער ערד.

דאס פיש שמעקט פון קאפ!
און ניין איך בין זייער אבדזשעקטיוו יא עס איז געווען מחלוקת אויף ר’ נחמן אבער נישט פון אלע צדיקים אזוי ווי דו זאגסט נאר שפאלער זיידע און נאך אפאר וואס ער האט אנגעדרייט וואס אונז ווייסן היינט נישט פון זיי און ווען נישט דער פון פוילן וואס האט געדרוקט אלע מעשה’לעך פון שפאלער זיידע וואלטן אונז היינט נישט געוואוסט דערפון

אויך איז געווען א מחלוקת צווישן ר’ נחמן און זיין פעטער ר’ ברוך ממעז’יבוז’, וואס כנודע האט ר’ ברוך זיך געקריגט מיט אסאך צדיקי דורו צוליב זיינע עניים און זיין נעליו איז גארנישט אנדערש געווען, און ממשך די צייט פון די מחלוקת האבן זיי זיך כמה פעמים געטראפען און פארברענגט

פון צוויטע זייט איז באוויסט די שטארקע הערצה פון בעל התניא צו ר’ נחמן, פרעג נישט די ברסלבע פרעג די ליובאוויטשע

שפעטער ביי ר’ נתן האט זיך אנגעהויבן א פרישע מחלוקת פון ר’ משה סאווראנער אויף ר’ נתן (נישט אויף ר’ נחמן) אין ברסלב זאגט מען צוליב קנאה. איך וואלט זייער געוואלט הערן די סאווראנער זייט נאר היות עס איז גארנישט געבליבן דארט האב איך עס נישט ווי צו הערן

ווייטער מיט טשערנאבעל ווייס איך נישט וואס איז געווען אנהייב, אבער קיין מחלוקת זיכער נישט ווייל ר’ מרדכי מטשערנבעל האט זיך משדך געווען מיט ר’ נחמן, און ר’ נחמן האט שוין נישט געלעבט דעמאלטס און ר’ נתן איז געווען אפוטרופוס, ממילא קיין מתנגד קעגן זיי איז ער זיכער נישט געווען דעמאלטס (דרך אגב סקווערע רבי איז א אייניקל פון זיי).
ווי עס האט זיך אנגעהויבן איז נישט קלאר פאר די היסטאריקער עס איז דא אפאר השערות
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

און יעצט לאמיר זעהן צו @באהעלפער וועט ענטפערן צום זאך אדער ווייטער טראלען
פארשפארט