אגודת ישראל האלט נישט אז עס איז "מלחמה" אדער "גרויס זארג"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

אגודת ישראל האלט נישט אז עס איז "מלחמה" אדער "גרויס זארג"

שליחה דורך calculator »

נעכטן איז פארגעקומען א zoom מינטונג צווישן אגודת ישראל מיט אלע אדמינסטראטארן פון די מוסדות, ווי זיי האבן פארגעלייגט די אפשענס ווי אזוי די מוסדות קענען זיך ארויסדרייען פון די געזעץ
אויך האבן זיי געזאגט אז עס נישט דא קיין זארג און חשש פון תפיסה, טשיילד אביוז, די איינציגע קאנסיקווענצן קען זיין אפצוהאקן די פאונדיג פון מוסדות.

חיים שלום לעפקאוויטש זאגט אז ער האט מיט געהאלטן די מיטונג ווי איינע פון די אדמיניסטרעיטארס האבן אים געגעבן עקסעס צו די מיטונג
(אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו)

חלק א.mp3
חלק ב.mp3

דער איד און בלאט האלטן אז יא
113199.jpeg
דער איד.jpg
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אוודאי איז עס מלחמה אדער גרויסע זארג מען שלאגט זיך אויף געלט
אויב וועט נישט זיין קיין גאווערמענט געלט וועט מען קענען ארויסרייסן נאך געלט פון די עלטערן
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

ס'האט מיך געכאפט א עקל ווי ער הייבט אהן אז אפילו ער איז נישט געווען ביי די אסיפת אדמורי"ם און נישט געהערט וואס דארט איז פארגעגאנגען פארשטייט ער אז ס'איז נישט גוט געווען און מ'האט זיכער נישט געטוישט די טאן (טראץ דעם ווי די זאך האלט אסאך ווייטער ווי ביז יעצט)
אז מגייט צי מיט אזא וועג און מ'האקט שוין אויף די רבנים וואס פאר א פנים האט עס
אגב בין איך נישט מצדיק קיין שום מנהיג בישראל אויב טוהט ער נישט וואס די תורה הייסט בכל הענינים און אויב פילט ער אז די נסיון איז צי גרויס און ס'איז צי שווער זאל ער עס אפלאזען ודו"ק כי קצרתי מפני חוסר הזמן ואי"ה עוד חזון למועד...
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

בקיצור, אין פערלס זיצט א גרויסע טיפש וואס פירט אונז לטמיון.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
שעצונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 3:50 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך שעצונג »

נאָר געלט. עס איז א גזירה פאר די אדמיניסטראטארן רבנים און עסקנים וואס גנב׳נען געלט פון מוסדות פאנדינג.
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע פיינט - די ציונים ימ״ש.
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

שליחה דורך די אנדערע זייט »

לאמיר אביסל צונעמען די נושא.

איך האב נישט אדורכגעטוהן די עצם געזעץ, אבער דאך אביסל וואס מ'קען פארשטיין:

א. דאס איז זיכער אז אפילו זאל זיין די גאנצע פראבלעם נאר די געלט איז עס אויכעט א גזירה, פשוט ווייל אונזערע מוסדות, עכ''פ די גרויסע, מוזן צוקומען צו די געלט, לכן איז די געלט אליין א גרויסע פראבלעם,
(און די וואס זאגן אז מ'דארף בכלל נישט זייער געלט והא ראי' אז ס'האבן זיך געפענט מוסדות וואס נעמען נישט, דעס איז נאר קליינע, אבער גרויסע איז אסאך שווערער, און יא ס'איז מעגליך אבער זייער זייער שווער).

ב. אז מ'רעדט שוין פון געלט דארף אויכעט ארויסגעברענגט ווערן די גרויסע עוולה פון כמה מוסדות'ן וואס האבן גענאסן פון גרויס געלטער און נישט צוגעשטעלט אלעס וואס מ'האט געקענט און נאך אלס פארשטייט זיך גענומען א גרויס פארציע שכר לימוד,
(טאקע נישט אלע, אבער איך ווייס פון אפאר וואס האבן זיך געבאדן אין גרויס געלט און פארשטייציך גענומען גרויס שכר לימוד, אבער נישט צוגעשטעלט וואס מ'האט געדארפט).
ואפשר איז פאר דעם יצא הקצף, ווייס איך נישט.

ג. און בנוגע די לימודים איז פשוט אז עס איז דא אזעלכע וואס ווילן אונז זאלן טוישן באופן וואס ס'איז נישט אויסגעהאלטן, און אפילו יכול להיות אז ס'דארף א טויש, זיכער נישט ווי זיי ווילן, און אפילו זיי גייען עס נישט קענען דורכפירן, דעס אז זיי זענען מצליח צו מאכן געזעצן טויג נישט, און גאט זאל באהיטן.

והנראה לפי עניית דעתי כתבתי...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האט איינער באקומען די פייערדיגע אימעיל פון די הייליגע חברה אקעגן פיערלס און אגודת ישראל?
וירח ה' את ריח הניחוח
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער באקומען די פייערדיגע אימעיל פון די הייליגע חברה אקעגן פיערלס און אגודת ישראל?
נו, ברענג אהער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מלחמה דעקלעראציע!!

פולע מלחמה מאבאליזאציע ביים יהדות החרדית, נאכדעם וואס די רעגירונג דערקלערט קריג קעגן דעם יהדות החרדית, מיט'ן באשטעטיגן די שוידערליכע נייע חינוך גיידליינס, נאכ'ן באקומען די שטילע שטיצע און מיטארבייט פון די 'אגודת ישראל' פארטיי, און זייער 'פערל’ס ארגאניזאציע'!!


ניו יארק - דאס יהדות החרדית קאכט ווי א קעסל, נאכדעם וואס די ניו יארק סטעיט עדזשוקעישאן דעפט. האט פולשטענדיג באשטעטיגט די נייע שוידערליכע גיידליינס אויף אלע פריוואטע שולעס און תלמוד תורה'ס, ישיבה קטנה'ס, מיידל שולעס, ווי זיי האבן זיך גענומען די פולע בעלות אויף די מוסדות התורה, אז זיי קענען און וועלן פארלאנגען אז מען זאל לערנען מיט אונזערע צאן קדשים די אלע סעקולארע פארדארבענע און טריפה'נע גוי'אישע לימודים וואס מען לערנט אין די פובליק שולעס רח"ל, מיט די שטילע שטיצע און מיטארבייט פון די 'אגודת ישראל פארטיי' און זייערע פערל’ס ארגאניזאציע.

כלל ישראל איז צושאקעלט ביז גאר צוזעהענדיג ווי מען האלט שוין ליידער, אז די ניו יארק סטעיט רעגירונג באאמטע שעמען זיך גארנישט צו פארלאנגען אזוינע שוידערליכע גיידליינס אויף ערליכע אידישע מוסדות התורה, און טוען דאס נאך מיט א געהויבענע קאפ און שטאלץ. וואס ביז אפאר יאר צוריק האט אויסגעזעהן אוממעגליך צו פאסירן האט ווירקליך פאסירט, און ליידער איז געווארן אדורכגעפירט די שוידערליכע גיידליינס.


יסוד פון די גזירה

די יסוד פון די גאנצע גזירת החינוך איז אן אלטן אפגעשימעלטן געזעץ פון יארע 1894 וואס ניו יארק סטעיט האט דאן אדורכגעפירט, אז די פריוואטע שולעס ברויכן געבן אן עדזשוקעישאן וואס איז מער-ווייניגער די זעלבע ווי די פובליק שולעס, ובלשונם 'סאבסטענשיל עקוויווילענד', וואס די רעגירונג דא אין ניו יארק האט קיינמאל נישט געהאט קיין הוא אמינא און חוצפה צו פארלאנגען פון רעליגיעזע אידן שומרי תורה ומצוות אז זיי זאלן דארפן לערנען די אלע שמוציגע אומווערדיגע תועבה'דיגע לימודים וואס מען לערנט מיט אלע גוים און גוי'טעס אין די פובליק שולעס.

אויף די צוויי ווערטער, האבן זיך אפאר משומדים ארויף געכאפט, נאכדעם וואס זיי זעלבסט זענען געגאנגען שטודירן אין די קאלעדזשעס, נאכדעם וואס די ציוני'סטישע פעדעראציע די פארשאלטענע UJA פעדערעישאן האט זיי באצאלט טויזענטער דאלארן פאר זייערע סקאלערשיפ צו גיין שטודירן, און זיך באקענענדיג מיט די שמוציגע אומווערדיגע גוי'אישע אפיקורס'ישע גאס, דורך לערנען די אלע נידריגע און טריפה'נע סעקולארע לימודים זעהען אויס שוין היינט צו טאג, און אויב זיי וועלן מצליח זיין צו אינפארסירן דעם געזעץ און באצווינגען די מוסדות התורה צו ברויכן לערנען די לימודים פון פובליק סקול'ס, דאן חלילה וחס לא ישתייר משונאיהן של ישראל שריד ופליט רח"ל.


פעדערעישאן הציוני קומט אריין אין בילד

די פעדעראציע הציוני האט פארלאנגט פון די אפיקורסים פאר וועם זיי האבן באצאלט זייערע סקאלערשיפ, אז זיי ברויכן נייטיג האבן חסיד'ישע אפגעפארענע יונגאטשעס, וועלכע זאלן קענען שרייען אז זיי האבן געלערנט אין חסיד'ישע מוסדות און מען האט זיי בא'עוול'ט מיט דעם אז מען האט זיי נישט געלערנט סייענס און סאשעל סטאדיס וכו', און פאר'ן אויסטויש וואס די פעדערעישן באצאלט זיי זייערע קאלעדש סקאלערשיפ, זאלן זיי מוזן אנהייבן צו העצן און מאכן גערודער, אין די צייטונגען, און ביי די רעגירונגס לייט, אנווייזנדיג אז די חסיד'ישע קאמיוניטי וואקסט זייער שנעל, זיי האבן גרויסע משפחות, און דאס נישט לערנען די אלע סעקולארע לימודים דאס האלט אן זייער אידישקייט זייער שטארק, ממילא ווילן זיי אז מען זאל באצווינגען די חרדים אז זיי זאלן ברויכן לערנען סעקולארע לימודים אזוי ווי אין די פובליק שולעס, און דאס וועט שוין פירן צו א גרעסערע צאל אסימילאציע רח"ל היל"ת.


מוסרים לאזן זיך ארויס אויף זייער מיסיע

בשנת תשע"ה האבן די משומדים אריינגעגעבן זייערע פארמאלע מסירה בכתב, אנקלאגענדיג 28 מוסדות התורה פון ברוקלין, אז מען לערנט נישט דארטן דאס וואס מען לערנט אין די פובליק שולעס. ווען וועלט איז וועלט, וואלטן דאן די רבנים די מנהיגי הקהילות זיך צוזאמען געקומען און דן געווען כדת מה לעשות, וואס מעג מען זאגן פאר די רעגירונג, וואס טאר מען נישט זאגן פאר די רעגירונג, צי גייט דאס אריין אין די שאלה פון 'ערקתא דמסאנא', און מען ברויך זיך לאזן הרג'ענען און נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא, אא"וו,


די הנהגה פון כלל ישראל פארכאפט דורך געוויסע 'סאשעל סערוויס' עסקנים און ציוני'סטישע 'אגודת ישראל' פארטיי

אבער ליידער האט דאס נישט פאסירט, נאר אנשטאט דעם האבן די פירער'ס וועלכע פירן אן פוד סטעמפ מיט סעקשאן 8 אפיסעס, זיך דערקלערט אז זיי זענען די רבנים וואס ווייסן ווי אזוי מען דארף אומגיין מיט אט די גזירה, און זיי האבן פאררופן אן אסיפה בלויז מיט אדמיניסטראטארן, און אריינגעשלעפט אין דעם עסק ביש דעם טרויעריג-בארימטן אפיס פון אגודת ישראל דאמעריקא, וואס זעהט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט'ן לערנען א פולשטענדיגע סעקולארע סדר הלימוד אין אונזערע היימישע מוסדות, און נישט מיט'ן גיין שטודירן, זייענדיג אליינס קאלעדזש פראפעסארן, און מען האט אנגעהויבן אליינס אויף די אייגענע האנט אדרעסירן דעם שרעקליכן גזירת החינוך, אנע אנפרעגן אפילו איין איינציגע דעת תורה אויף דעם ענין.


פערל’ס ארגאניזאציע ווערט געגרינדעט

דאן האבן די 'סאשעל סערוויס' עסקנים, צוזאמען מיט די פירער פון 'אגודת ישראל' פארטיי, באשלאסן צו גרינדן אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "פערל’ס", וואס די לכתחילה'דיגע ראשי תיבות איז געווען "פראטעקט עדזשוקעישאן ענד רעלידשעס ליבערטי אין סקולס", ד.ה. צו באשיצן דעם רעליגיעזן חינוך און פרייהייט אין די ישיבות, אבער איז גאר שנעל געווארן אריבערגעטוישט געווארן צו א נייעם ראשי תיבות פון "פערלס פערענטס פאר עדשוקעישענעל ענד רעלידשעס ליבערטי אין סקולס", עס איז טראנספארמירט געווארן פון "פראטעקט" (וואס מיינט באשיצן), צו פשוט "פערענטס" (וואס מיינט עלטערן), און אנגעהויבן ארבייטן אויף די אייגענע האנט, און שוין ביי זייער ערשטע מיטינג געמאלדן אז זיי גייען מאכן פשרות מיט די רעגירונג, אזוי ווי חב"ד אינפוי האט דאס דאן ברייט באריכטעט מיט א גרויסן וויי-געשריי, אז אויב מען וועט נאכגעבן די רעגירונג א פינגער דאן וועלן זיי בעטן א האנט, און ווי אויך אז עס קומט נישט אין באטראכט אויפצוגעבן די רעגירונגס געלטער בכדי זיך צו ראטעווען פון די גזירה, ווייל די ישיבות זענען שוין טיף פארקניפט מיט פילע הויפענס מיט מיליאנען דאלארן פון רעגירונגס פראגראמען, און עס איז נישט שייך זיך צו שיידן דערפון.


"פערל’ס" פארגעלאפן פאר רעגירונג, אפילו מער פון וואס זיי האבן פארלאנגט

איינע פון די ערשטע זאכן וואס פערל'ס האט געטוהן שוין אין די ערשטע וואכן פון זייערע התייסדות, איז דאס אריינשטעלן א ציוני'סטישע געלערנטער מחנך, וואס האט שטודירט אין בר אילן יוניווערסיטי, וויאזוי צו ווערן א 'מענטאר' און קענען טראנספארמירן דעם אידישן חינוך, און ער האט תיכף מציע געווען אז מען זאל מאכן א נייע סעקולארע קאריקולום וואס וועט לויפן אויפ'ן נייעם דרך הלימוד פון "קאמאן קאור", ווי אויך דאס מאכן דעם 'קודש קאריקולום', ווי מען וועט רח"ל אהערשטעלן אן אפיקורס'ישן ביכל ווי אזוי מען לערנט די תורה הקדושה אויף אן אפיקורס'ישע סעקולארן מהלך וואס לערנט אויס די אלע קאמאן קאור סקילס, וואס הגם די רעגירונג האט דאן נאך אפילו נישט פארלאנגט אז פריוואטע שולעס ברויכן לערנען קאמאן קאור, האבן אבער די אגודת ישראל פירער מיט דעם ציוני אלטאבי געפילט פאר וויכטיג דאס אריינצוברענגען אין די מוסדות התורה, וויסענדיג אז דאס קען פירן די קינדער צו ווערן אפיקורסים רח"ל, אזוי ווי די ציונים האבן עס קלאר געשריבן אין זייער JPPI רעפארט.


'אגודת ישראל' / 'פערל’ס' אויף געהיימע מיטינגען פארשלאגן פשרות פאר די רעגירונג

במשך פון די לעצטע זיבן יאר האבן זיך די זעלבסט-געקרוינטע מצילי כלל ישראל געטראפן מיט די עדזשוקעישן דעפארטמענט סיי פון די סיטי און סיי פון די סטעיט זייער אסאך מאל, און כסדר געוויזן די געוואלדיגע שינויים וואס מען האלט אין איין מאכן, סיי די נייע קאמאן קאור ביכער, און סיי די קודש קאריקולום, און קיינמאל נישט געזאגט פאר די רעגירונג באאמטע אז מיר אידן קענען נישט לערנען די לימודים וואס מען לערנט אין די פאבליק סקולס, נישט אין תלמוד תורה, און אוודאי נישט אין די ישיבה קטנות, נאר פונקט פארקערט, פערל'ס האט געהאלטן אין איין זאגן פאר די רעגירונג אז איר זענט גערעכט מיט אייערע פארלאנגען, מיר פארשטייען אז מיר ברויכן זיין 'עקוויווילענד', סיי אין חדר און סיי אין ישיבה קטנה, און מיר האלטן אינמיטן זיך פארבעסערן און תשובה טוען, רוים איז אויך נישט געבוירן געווארן אין איין טאג, און מען זאל זיי געבן פשוט די געלעגענהייט זיך צו פארבעסערן אינגאנצן.


רבנים ומנהיגי הקהילות בכלל נישט אינפארמירט

די אלע פעולות און מיטינגען וואס אגודת ישראל מיט זייערע אפיס פערל'ס האבן אפגעהאלטן, איז געווען בסוד סודות. די רבנים האבן נישט געוואוסט אז מען האט געמאכט בכלל נייע קאמאן קאור ביכער, ערשט דריי יאר שפעטער נאכדעם וואס כלל ישראל איז געוואר געווארן דערפון פון דעם באקאנטן טשענסלער'ס בריוו ווי זיי האבן בארואיגט די סטעיט באאמטע אז פערל'ס מאכט גרויס פארשריט, און זיי האבן שוין אפילו געמאכט און צוגעזאגט צו מאכן און לערנען קאמאן קאור ביכער, און עס איז געווארן א שטורם אין די אידישע גאס איבער דעם נייעם אפיקורס'ישן דרך הלימוד וואס פערל'ס האט אריינגעברענגט אין די מוסדות התורה, האבן זיי ערשט אין חודש אלול תשע"ט אין איילעניש פאררופן א קהל'ישע אסיפת הרבנים פון זייערע באצאלטע דיינים, און גע'כשר'ט דעם קאמאן קאור למפרע שוין אויף שנת תשע"ו.


רעגירונג שרייבט אז מען קען נישט מאכן קיין טויש נאר מיט הסכמה מלאה פון אינעווייניג

די רעגירונג האט כסדר געשריבן אז זיי האבן גרויס הנאה פון די פערל’ס ארגאניזאציע, וועלכע קאלאבארירן מיט זיי 101%, ווייל עס איז זיי נישט מעגליך צו מאכן סיי וועלכע רעפארם אדער טויש אינערהאלב די מוסדות התורה, נאר מיט די פולע מיטארבייט פון אינעווייניג, וואס דאס שטעלט די פערל'ס ארגאניזאציע צו, און ארבייט מיט שכם אחד, צו נאכקומען אלע פארלאנגען פון די רעגירונגס אינסטאנצן.


רעגירונג שטעלט ארויס ערשטע גיידליינס תשע"ט

די רעגירונג וועלכע האט געזעהן די פולע קאאפאראציע וואס אגודת ישראל און זייער ארגאניזאציע פערל’ס שטעלט דא צו, און שטעלן נישט קיין שום ווידערשטאנד אויף קיין איינע פון זייערע פארלאנגען, פארקערט גאר, ביי די אלע פילע געהיימע מיטינגען האט פערל’ס זיי קלאר געשטעלט אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די אלע פארלאנגען פון זיי צו זיין 'עקוויווילענט', און זענען נאך אפילו אנטקעגן געקומען מיט אייגענע אפיקורס'ישע עצות ווי מאכן די קאמאן קאור ביכער מיט דעם שרעקליכן 'קודש קאריקולום', וואס אויף דעם האבן זיי זיך אין זייער וויסטן חלום נישט געקענט אויס'משל'ען אז די חרדי'שע אידן זאלן נעמען די הייליגע תורה און מאכן דערפון אויף די אייגענע האנט אזא שרעקליכע אפיקורס'ישע קאריקולום, האבן זיי פארשטאנען אז די צייט איז גענוג רייף און זיי האבן ארויסגעשטעלט גאר שרעקליכע גיידליינס אויף די מוסדות התורה.


כלל ישראל געכאפט אין שאק

כלל ישראל איז געכאפט געווארן אין טאטאלע שאק, נאכדעם וואס עס זענען ארויסגעקומען די ערשטע גיידליינס, כסליו תשע"ט, וועלכע האט פארלאנגט מיט גאנצן קראפט אלעס וואס דער גוי לערנט אין פובליק סקולס, און מען האט זיך געוואונדערט וואס איז פשט, עפעס האט מען דאך געוואוסט אז עס איז דא אן ארגאניזאציע פערל’ס וואס האט אויסגעזויגן מיליאנען דאלארן פון אלע מוסדות התורה וואס זענען געווען אונטער די קלאגע, און זיי האבן פארקויפט א גאנצן צייט א בריק אז זיי שלאגן זיך פאר אונזער חינוך, אז עס זאל ווייטער זיין בלי שום שינוי כלל, און דא אזא בראך! די רעגירונג פארלאנגט אז אלע ישיבות ברויכן לערנען גענוי אלעס וואס מען לערנט אין די פובליק שולעס היל"ת, וואס איז געשעהן מיט די מכלומר'שטע פולע שתדלנות פון אגודת ישראל מיט זייערע פערל’ס ארגאניזאציע?


כלל ישראל הייבט אן דערשנאפן אז עפעס טויג דא נישט מיט פערל’ס

די ערליכע עסקנים וועלכע האבן שוין פון די ערשטע מינוט אן נישט פארשטאנען אז היתכן אז סאטמארע 'סאשעל סערוויס' עסקנים האבן זיך זעלבסט געקרוינט אלס מומחים און מצילים אין עניני רוחניות ובפרט אין עניני חינוך הבנים והבנות, און נאך מער פון דעם, היתכן אז סאטמארע 'סאשעל סערוויס' עסקנים וועלכע ווילן פארטרעטן אונזערע היימישע חסיד'ישע מוסדות וועלכע האבן אן אייגענע מסורה, וואס איז אינגאנצן מן הקצה אל הקצה פון די מסורה פון וואס די מאדערנע, שטודירטע קאלעדזש פראפעסארן פון די ציוני'סטישע אגודת ישראל פארטיי, היתכן מען האט זיך צוזאמען געשטעלט מיט אט די מאדערנע עסקנים וועלכע האלטן באמת אז יאפע"ד איז גערעכט, און מען ברויך זיין עקווילענט מיט די גוי'אישע פאבליק סקולס?


אגודת ישראל/פערל’ס פירער: דאס נישט לערנען גענוג לימודי חול ביי די חסידים, פירט זיי אפ פון אידישן וועג!!!

ווי מען האט געזעהן אז דער פירער פון די ציוני'סטישן אגודת ישראל פארטיי, הרב צוויבל, האט אפילו געזאגט אז ער האלט, אז נישט נאר אז ברויך מען לערנען א געהעריגן סעקולארן סדר הלימוד אין אונזערע חסידי'שע מוסדות, נאר גאר אז אויב מען לערנט נישט, איז דאס גורם אז חסיד'ישע בחורים זאלן אפלאזן דעם אידישן תורה'דיגן וועג!!! פונקט פארקערט פונעם מציאות, פונקט פארקערט וואס עס שטייט אין פסוק ויתערבו בגויים וילמדו ממעשיהם, מיט אט אזוינע חברה שטעלט מען זיך צוזאם אויף מכלומר'שט צו ראטעווען אונזער חינוך?


רעגירונג שטעלט ארויס גיידליינס צום צווייטן מאל, פערל’ס שרייבט מילדע פעטיציעס

אום חודש מארטש ווען די קאורט האט פארלאנגט פון די רעגירונג, אז איידער זיי ווילן אדורכפירן די גיידליינס מוזן זיי עס ארויסשטעלן פאר'ן ציבור אז זיי זאלן קענען קאמענטירן דערויף פאר א משך פון 60 טעג, האט די רעגירונג דאן ארויסגעלייגט די זעלבע גיידליינס, און געלאזט דעם ציבור שרייבן בריוון, און עס איז דאן אריינגעקומען 140,000 טויזענט בריוון, וואס דאן האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט דעם אמת'ן פרצוף פון פערל’ס, ווי מען האט געזעהן אז זיי האבן נישט געוואלט שרייבן קיין איין ווארט אין זייערע פעטיציעס אז די גיידליינס זענען קעגן אונזער רעליגיע, און אוודאי נישט אז זיי גייען נישט פאלגן די נייע שרעקליכע גיידליינס, און לעומת זה האבן אבער די ערליכע אידן יא דאן אויסגענוצט די געלעגענהייט און געשריבן פאר די רעגירונג אז דאס איז קעגן דת תורתינו הקדושה, און 'ואי להעביר עלינו גזירות קשות את וכלבא שווין', און מיר וועלן אויף קיין שום פאל בשום אופן נישט אויספאלגן די גיידליינס, און די רעגירונג האט דאס טאקע אויפגעברענגט די נקודות בשעת אדורכגיין די אלע קאמענטארן, אז זיי גייען האבן א פראבלעם צו אינפארסירן די נייע שרעקליכע גיידליינס, ווייל טייל ציבור זאגן בפירוש אז זיי גייען נישט אויספאלגן די גיידליינס.


רעגירונג לייגט גיידליינס צוליב דעם וואס ערליכע אידן האבן געשריבן אז דאס אונטערדרוקט זייער אידישן 'דת'

אום חודש שבט תש"פ ווען די רעגירונג איז איבערגעגאנגען אלע פעטיציעס, און עס האט געפעלט א האר אז די גיידליינס זאל דאן אדורכגיין, האט איינע פון רידשענס, וועלכע האט זיך באטייליגט ביי אן אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען ביים שאפראן רב זצ"ל אין שטוב, און זי האט געהערט און געזעהן פון די רבנים אז די גיידליינס איז א גזירת שמד, האט זי פארגעשלאגן דאן פאר די באורד אף רידשענס, אז מען קען נישט אונטער-דרוקן די רעליגיע פון אזויפיל מענטשן כלאחר יד, אפשר זאל מען זיך נאכאמאל טרעפן מיט זיי, און הערן ווי מען קען יא קומען אל עמק השוה.


פערל’ס צווינגט ארויף שטרענגע טעראר, אויף אלע 'היימישע צייטונגען' און 'ראדיא ליניעס'

אין משך פון די לעצטע זיבן יאר האבן די ערליכע אידן אונטער די הדרכה פון די ערליכע זקני הרבנים שליט"א געטוען כמה פעולות לטובה להעביר את רוע הגזירה, און די אגודת ישראל פארטיי, מיט זייערע 'סאשעל סערוויס' עסקנים האבן אנגעפירט א מאסיווע טעראר קאמפיין אנטקעגן אלע היימישע צייטונגען און ראדיא ליניעס, אז מען זאל בשום אופן נישט באריכטן קיין שום פעולה לטובה וואס די ערליכע רבנים און עסקנים האבן געטוהן, כאטש וואס די איינציגסטע מטרה פון אלע פעולות זענען געווען איינצומעלדן פאר די ממשלה אז דאס איז א גזירת שמד, און אז מיר זענען גרייט אויף מסירת נפש, און אפיציעל האבן די אגודת ישראל פארטיי פירער מיט זייערע שותפים די מומחים אין סאציאלע הילף פאר די וויליאמסבורגע איינוואוינער אויך כסדר איינגערעדט דעם ציבור, ווען זיי האבן גערעדט אין די היימישע בתי מדרשים אדער מסיבות, אדער אינעם ציוניסטישן צייטונג 'דער איד', אז זיי שלאגן זיך אנטקעגן דעם גזירת החינוך, און זיי וועלן נישט מאכן קיין שום פשרות אינעם חינוך, דאך האבן זיי אנגעפירט א מאסיווע טעראר קאמפיין קעגן אלע צייטונגען און ראדיא ליניעס, אז מען זאל חלילה נישט מעלדן גארנישט, אפילו עס קען העלפן ראטעווען פון די שרעקליכע גזירת השמד.


פערל’ס 'דו פרצופין' קאמפיין, מיט די 'רבנים', און 'די רעגירונג'

פערל’ס האט אין משך פון די לעצטע זיבן יאר מצליח געווען צו פארנארן דעם ציבור הקדוש, אריינגערעכנט די חשוב'ע רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ווי כאילו זיי שלאגן זיך פאר'ן חינוך, און ממש אין די זעלבע צייט זענען זיי געזעצן מיט די רעגירונג'ס לייט און אויסגעהאמערט מיט זיי אלע סארטן פשרות, אין א פולשטענדיגע הסכמה מלאה אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זיין 'סאבסטענשיל עקוויווילענד' נישט אין די תלמודי תורה'ס און נישט אין ישיבה קטנות, ווי למשל אום מיטוואך פרשת דברים תשע"ט האט פערל’ס פאררופן א אסיפת הרבנים אין סוואן לעיק, ווי מען האט פארקויפט פאר די רבנים שליט"א ווי אזוי פערל’ס איז זיך ממש מוסר נפש פאר אונזער חינוך און שלאגט זיך אז מען גייט בשום אופן נישט מאכן קיין פשרות, און די רבנים שליט"א האבן טאקע אנגענומען מיט א נאמנות אז דאס וואס די פערל’ס עסקנים פארקויפן זיי איז אמת ויציב, און זיי האבן טאקע אונטערגעשריבן א בריוו פאר פערל’ס אז אלעס וואס פערל’ס טוט איז מיט א הכשר הרבנים, און זיי מאכן נישט קיין שום פשרות.

בלויז מיט איין וואך שפעטער, מיטוואך ואתחנן תשע"ט, זענען די פערל’ס עסקנים געזעצן מיט די רעגירונג באאמטע אין אלבאני, און פארגעשטעלט ווער עס זענען אונזערע מומחים פון אונזער ישיבה חינוך, וועלכע האבן געהאלפן מאכן די ערנסטע 'רעפארם און טשענדזש'. צום ערשט, דער באקאנטער 'ריטשארד אלטאבי', וועלכע האט זיך געלערנט אינעם ציוני'סטישן בר אילן יונעווערסיטי ווי אזוי צו רעפארמירן דעם חרדי'שן ציבור, וועלכע האט טאקע מציע געווען און געמאכט די נייע אפיקורס'ישע קאמאן קאור ביכער פאר פערל’ס, ווי אויך האט דארט פערל’ס פארגעשטעלט פאר די ממשלה די עלטערע שטודירטע מיידל פון NYU קאלעדזש 'עדינא שיק', וועלכע האט מחלל געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו בשליחות פון פערל’ס מיט'ן מאכן דעם באקאנטן אפיקורס'ישן 'כופר קאריקולום' רח"ל, און פערל’ס האט געוויזן פאר די רעגירונג וואספארא געוואלדיגע שינויים מען האט שוין אריינגעברענגט אין די מוסדות, וואס אויב וואלטן די רבנים דאס געוואוסט א וואך פריער אין סוואן לעיק, וואלטן די רבנים שליט"א געלייגט אין חרם דעם גאנצן פערל’ס ארגאניזאציע. אבער ווי געזאגט פאר די רבנים רעדט מען איין שפראך, און פאר די רעגירונג האט מען גערעדט א צווייטע שפראך.


צום שלוס: אגודת ישראל / פערל’ס גיבט זייער פולסטע הסכמה צו די שרעקליכע גיידליינס

אבער ווי שוידערליך און ווייטאגליך די אלע פאקטן זענען, איז אבער געווען די שרעקליכסטע פארראט פון אט די בוגדים, פון אגודת ישראל און זייערע פערל’ס ארגאניזאציע, ווען די רעגירונג האט אום חורף תשפ"ב פריוואט זיי געשיקט די פארגעשריבענע גיידליינס וואס זיי פלאנען ארויפצוצווינגען אויף אלע מוסדות התורה, אז זיי זאלן מוזן זיין 'סאבסטענשיל עקוויווילענד', און מוזן רח"ל לערנען די אלע לימודים זרים און מינות ואפיקורסות און תועבה מיט אונזער תשב"ר, און די רעגירונג האט זיי געפרעגט אויב זיי האבן סיי וועלכע הערות? האבן די פאררעטער פון כלל ישראל, די פירער פון אגודת ישראל און די פערל’ס ארגאניזאציע, צוריקגעשיקט א בריוו, אז די גיידליינס זענען אסאך בעסער פון די פאריגע גיידליינס, און האבן געגעבן זייער הסכמה מלאה אויף דעם פארלאנג פון די רעגירונג אז אלע מוסדות התורה זאלן מוזן זיין עקווילענד, און האבן בלויז מציע געווען עטליכע מינדערוויכטיגע טעכנישע שינויים, ווי למשל ווער עס זאל מעגן זיין דער מסור קעצל, וכדומה, און לא די בזה, האבן זיי נאך פראבירט און די לעצטע מינוט איבערצוגעבן פאר די ממשלה די פולע בעלות אויך אויף אונזערע לימודי קודש, מיט'ן פארלאנגען פון די רעגירונג אז זיי זאלן באשטעטיגן צו לערנען דעם אפיקורס'ישן 'כופר קאריקולום' פון עדינא שיק רח"ל, און אזוי ארום וועט מען זיין אייניג מיט די פובליק שולעס רח"ל.


כלל ישראל שרייט אויס פאר אגודת ישראל און פאר זייערע פערל’ס ארגאניזאציע:

הרפו ידיכם פון כלל ישראל!! נעמט אראפ אייערע לאפעס פון כלל ישראל!! אייער אויפגאבע איז צו דינען די אינטערעסן פון מדינת ישראל, און ארויסגעבן 'פרעס ריליעס', זיך אנצונעמען פאר מדינת ישראל, וועלכע האט שוין אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן, נאך מיום פון ווען דער הערצל ימח שמו דער מחולל פון דעם רעיון הציוני האט אנגעהויבן שטופן זיינע שמד פלענער, און צו מאכן פשרות מיט די ציוני'סטישע מדינה אויף כל מיני גזירות רעות, ווי למשל גיוס בנים, גיוס בנות, חילול שבת, וכדומה, און די פערל’ס ארגאניזאציע ארבייט האנט ביי האנט מיט די ציוניסטישע פעדעראציע, מיט'ן ווערן אן אפיציעלן JCC אפיס אונטער זייער פליגל 'מעט קאונסיל', וואס בלויז נעכטן האט מען פארטיילט עסן אין וויליאמסבורג, ערב דעם יום הדין ראש השנה, וועלכע איז נתנדב געווארן דורך אוכלי נבילות וטריפות ומחללי שבתות, ומגלי עריות, כופרים בה' ובתורתו, איצט זענט איר געקומען און ארויפגעלייגט אייערע לאפעס אויף די אמעריקאנע חרדי'שע אידן, און ארבעט אונטערן טיש זיי אפצו'שמד'ן מיט'ן מאכן כל מיני פשרות מיט די רעגירונג אינסטאנצן.


לאזט אונז בלייבן ערליכע אידן!!
קיינער האט אייך נישט געגעבן רעכט צו רעדן אין אונזער נאמען!!
מיר וועלן נישט מיטגיין מיט אייערע פשרות! נאר מיר וועלן זיך מוסר נפש זיין אויף נישט משנה צו זיין קיין זיז כל שהוא.... אבער נישט בלויז זאגן דעם לחש, נאר עס אויספירן מכח אל הפועל!


ובשם ה' נעשה ונצליח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שמעקעדיג האט געשריבן:מלחמה דעקלעראציע!!
דערמאנט מיין צושטעל פונעם ני”ט ארטיקל צום דייטשן שטירמער.

מ’דערציילט אויף א איד אז ער פלעגט ליינען דעם שטירמער זאגנדיג אז די אידישע צייטונגען פארציילן פון גרויזאמע צרות און רציחות וואס אידן גייען אריבער, בעת וואס ליינענדיג דעם שטירמער ווערט ער גאר געוואויר אז אידן פירן די וועלט מיט זייער גרויס געלט און מאכט...

הה”ד לענינינו, די שרעק-ווארפנדע איכה-אימעילס פון די ארכי עקסטרעמיסטן מאכן מיר ביטער אויפן הארץ. די גאנצע אגודה און פעירלס ווערן גע’פאנדט דורך די ציונים וכת דיליה אין א מייסטער קאנספיראציע צו אראפירן מיינע קינדער פון אידישן וועג, זיי האבן שוין גאר האלבוועגס מצליח געווען און די חדרים לערנען מיט די קינדער אנדערקאווער כפירה און תועבה, וכו’ וכו’, אן אנטשלאגענער נעם איך די ני”ט אין האנט און ס’הארץ לייכט מיר אויף! די חסידים לערנען אגאנצן טאג וועגן רעליגיע, מ’לערנט אין די מוסדות נאר וואס די רבנים לאזן, מ’געט פעטש כנהוג מקדמות דנא און מ’האלט זיך שרעקליך אפגעזונדערט פון די סעקולארע גאס, בקיצור אונזער אידישקייט וואקסט און בליט לייק נעווער ביפאר!

גיימער זיך שוין סובסקרייבן אויף נאך א יאר מעמבערשיפ אין ניו יורק טיימ’ס.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אגודת ישראל האט זיך גענומען לעצטנס מיט א שטארקע קאמפיין אנטקעגן אנטיסעמעטיזם, ווי זיי באשולדיגן די ניו יארק טיימס אויף די לעצטיגע אויפשטייג פון אטאקעס אויף אידן. זיי האבן אויפגעהאנגען גרויסע פלאקאטן און בילבאורדס אין עטליכע פלעצער אין מאנהעטן, אריינגערעכטן אנטקעגן איבער די ניו יארק טיימס הויפטקווארטיר, און אזוי אויך אין טיימס סקווער.

זיי האבן אויך געעפנט א וועבזייטל צו קעמפן אטקעגן די שמוץ וואס ווערט פארשפרייט אויף די היימישע ישיבות.

https://www.knowus.org/

אויף טוויטער
https://twitter.com/KnowUs_?t=P5SlySYXW ... 73b3g&s=09
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז פשט פון אזעלעכע קאמפיינס, עס קאסט סתם אפ שווערע טויזענטער דאלערס, און עס טוט אויף בערך אזוי סאך ווי יאסי געשטעטנער׳ס OJPAC
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

עמקות המחשבה האט געשריבן:וואס איז פשט פון אזעלעכע קאמפיינס, עס קאסט סתם אפ שווערע טויזענטער דאלערס, און עס טוט אויף בערך אזוי סאך ווי יאסי געשטעטנער׳ס OJPAC
ווי איך פארשטיי איז די חשבון זייער פשוט. די שרייבער פון די ארטיקל וחביריו לויפן ארום צו אלע פאליטישענס און מויל מאכער פאר סטעיטמענטס. זיי ווילן ארויסשלעפן פון זיי גוטע ווערטער אויף זייער ארטיקל, וואס איז בעצם נישט שווער צו באקומען. קומט די אגודה און פארלויפט זיי די וועג. די רגע וואס די ארטיקל ווערט צוגעטשעפעט צו אנטיסעמעטיזם, שטייט יעדע פאליטישען ווייט דערפון און וועט זיך נישט וואגן צו זאגן א סטעיטמענט וואס קען ווערן אויסגעטייטש ווי אנטיסעמעטיזם.

צו איז דאס די בעסטע מהלך? איך ווייס נישט. עס קען אפשר מער אויפצינדן די NYT און זיי גייען זוכן און שרייבן נאך שמוץ צו בויען זייער נערעטיוו אז קוק מיט וועם מען האנדעלט דא און עס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם. ימים ידברו.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

אגודת ישראל האלט נישט אז עס איז "מלחמה" אדער "גרויס זארג"

שליחה דורך פרנס החודש »

חדשים האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואס איז פשט פון אזעלעכע קאמפיינס, עס קאסט סתם אפ שווערע טויזענטער דאלערס, און עס טוט אויף בערך אזוי סאך ווי יאסי געשטעטנער׳ס OJPAC
ווי איך פארשטיי איז די חשבון זייער פשוט. די שרייבער פון די ארטיקל וחביריו לויפן ארום צו אלע פאליטישענס און מויל מאכער פאר סטעיטמענטס. זיי ווילן ארויסשלעפן פון זיי גוטע ווערטער אויף זייער ארטיקל, וואס איז בעצם נישט שווער צו באקומען. קומט די אגודה און פארלויפט זיי די וועג. די רגע וואס די ארטיקל ווערט צוגעטשעפעט צו אנטיסעמעטיזם, שטייט יעדע פאליטישען ווייט דערפון און וועט זיך נישט וואגן צו זאגן א סטעיטמענט וואס קען ווערן אויסגעטייטש ווי אנטיסעמעטיזם.

צו איז דאס די בעסטע מהלך? איך ווייס נישט. עס קען אפשר מער אויפצינדן די NYT און זיי גייען זוכן און שרייבן נאך שמוץ צו בויען זייער נערעטיוו אז קוק מיט וועם מען האנדעלט דא און עס האט גארנישט מיט אנטיסעמעטיזם. ימים ידברו.
זיי כאפן לכאורה נישט אז זיי שפילן אריין אין יאפפעד׳ס פלאן, די עיקר זאך וואס יאפפעד האט פרובירט (און מצליח געווען) אויסצופירן, איז מאכן עדיוקעישן פאר א טאפ גאווערמענט פריאריטעט דורך נוצן די מידיא. יעצט די אגודה קען באשמוצן די ניו יארק טיימס ביז מארגן, אבער זיי רעדן שוין אויך איבער די וויכטיגקייט פון עדיוקעישן און וואספארא דאקטוירים און לויער׳ס קומען ארויס פון אונזערע מוסדות. און ווי אזוי גייט זיך עס ענדיגן? די גאווערמענט איז נישט גענוג שטארק ארויפצוצווינגען זייער קוריקולום, און די רוב מוסדות קענען נישט עקזיסטירן אן גאווערמענט פאנדינג. ווייטער קיין שום קאורט גייט נישט געבן קיין גרין לייט פאר פריוואטע שולעס נישט צו לערנען די בעסיק ענגליש,מאטעמאטיק, וכדומה. דאס אלעס באדייט אז עווענטועל גייט די סטעיט לעגיסלאטור דארפן באהאנדלען די נושא און אויפקומען מיט א פשרה און א קלארע אויספירבארע מהלך ווי אזוי אונזערע מוסדות זאלן אנגיין.

די אלע וואס באשולדיגן פיערל״ס אין מאכן פשרות וכו׳, כאפן נישט אז עס איז נישט דא קיין שום אויסזיכט פאר א פולשטענדיגע געווינס אין סופרים קאורט, און אז די מוסדות קענען ״נישט״ אנגיין אן גאווערמענט פאנדינג. די אזויגערופענע ״טהרת הקודש״ מוסדות האלטן זיך בעיקר אויס דורך וואוטשערס גענומען אויף די נאמען פון אנדערע מוסדות וכדומה, און אפילו דאס קען נאר ארבייטן פאר א מיעוט עולם. ווייטער איז אונזער גאנצע עקזיסטענס אלס חרדים אנגעוואנדן אין סיסטעמאטישקייט, ממילא וועט מען ענדערש לערנען לימודי חול אויף א סיסטעמאטישן אופן ווי איידער מאכן קאראנע מוסדות.

עווענטועל גייט זיך עס אויסלאזן אין א פשרה מיט די סטעיט. אויב האט די אגודה שכל זאלן זיי פארשלאגן פאר די סטעיט אז זיי זענען גרייט צו לערנען לימודי חול (אויף א באגרעניצטע פארנעם), בתנאי אז די סטעיט זאל מבטל זיין די בלעין אמענדמענט (וואס לאזט נישט די סטעיט פאנדן רעליגיעזע אינסטיטוציעס). סתם אזוי איז מיט די נייע סופרים קאורט דא א שטארקע מעגליכקייט אז די בלעין אמענדמענט זאל ווערן ארויסגעווארפן אויב זאל מען אריינגעבן א רעליגיעזע דיסקרימינאציע אנקלאגע דערגעגן, וואס וואלט ווען געווען א קלוגע שריט פאר די אגודה צו טון, ווען זיי האלטן ווען ביים טון עפעס.

און ממילא איז א שאד זיך צו עקש׳נען און אריינגראבן אויף א זאך וואס גייט ממילא נישט פאסירן. לעצטענס האב איך טאקע באמערקט א טויש אין די טאן פון די זאלי פארטיי אז זיי האבן אויפגעהערט מיט די ״גזירת החינוך פאניק״ און זיי בארוהיגן שוין דעם עולם אז מ׳עט נישט פאלגן און שוין און אז די מוסדות האלטן זיך שוין יעצט אויס זיבעציג פראצענט אן די גאווערמענט געלטער(?!), און דאס אלעס טוען זיי ווייל זיי האבן געכאפט אז מיטן אריילייגן דעם עולם אין גזירת שמד מאוד פארלירן זיי די סאמע מעגליכקייט צו איבערלעבן ווען די געזעצן גייען אריין אין עפעקט.

די יעצטיגע מהלך פון פיערלס און די מוסדות איז צו שטופן צייט מיט קאורט אנקלאגעס. יעצט נניח אז עס וועט זיי געלונגען צו באקומען אן עמערדשענסי אינדשאנקשן (שוואכע מעגליכקייט) און ארומשלעפן ביזן סופרים קאורט (ווי עס גייט בלי ספק בכל אופן אנקומען צום סוף), גייען זיי סך הכל פארדינען אז די פארלאנג צו לערנען אויף ענגליש און לכאורה געוויסע סובדשעקטס וועט אוועקפאלן. דער סופרים קאורט גייט נישט נאכאמאל ארויסגעבן א ״וויסקאנסין געגן יאדער״ אמיש פסק ווי יעדער וואס האט אדורכגעלערט דעם געזעץ ווייסט אז עס איז געבויעט אויף דעם (שקר) אז זיי נעמען נישט קיין גאווערמענט פראגראמען, און אפילו דארט האט די סופרים קאורט פארלאנגט געהעריגע פולע לימודים ביז אכטע קלאס.

ממילא איז צייט פאר די חברה זיך אויפצוועקן און איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום אויסוועג דא חוץ פארהאנדלען מיט די סטעיט לעגיסלעטור, היינט אדער אין צען יאר ארום.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
פארשפארט