קאסע גראנדא אריזאנא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

זיי מסביר וואס הייסט "20 זענען זיצען"
-
אנטשולדיגט איך האב נישט געוואוסט אז דא judge'ט מען יעדע ווארט.
= 20 זיצן.
שמעקעדיג האט געשריבן:ער (זי?) האט געוואלט פארטייטשן "תושבים".... האט ער געקוקט אין בית יהודה חומש....
אזוי שווער איז צו גלייבן אז איך בין א פרוי פון גאטס באשאף אליין?!
וואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.
איך האב א פריינדין וואס וואוינט אין מאנסי,( א פרוי) וואס איר שוועגערין(אויך א פרוי) וואוינט אין קאסא גראנדא. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...
גראדע בין איך געווען דארטן פאר א וואקאציע עס איז זייער א שיינע פלאץ. אויף צו וואוינען וויל איך נישט אריינרעדן, און ביטע פרעגטס מיך נישט. ווער עס איז זייער נייגעריג אדער טראכט פון זיך אהינציען, דארף אליין זעהן שטעטל.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

איין זאך ברויך גענומען ווערן אין באטראכט בעפאר מען קלערט זיך אריבער צו צוען צו א נייע יושב. אויב דארט וועט אויך אנגיין די זעלבע טעראר פון תקנות מוסדות פעיר פרעשור סמארטפון משוגע מאכן וכ'ו וכ'ו...... איז שוין בעסער צו בלייבן אין די ביז יעצטיגע פלאץ......
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

Nanach האט געשריבן:איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען
כ'ווייס נישט פון וועלכע וועבסייט דו רעדסט, אבער אויב דו מיינסט די קאמפעני וואס האט געהאט לעצטענס אן אינטערוויו אויף Latesttalks ביי זיי דארף מען רופן, מ'קען נישט בוקן אן-ליין.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

איך האב מיר נאכגעפרעגט וואס גייט פאר, האב איך געהערט אז עפעס קריגט מען זיך אבער איך האב נישט געקענט אנקומען צו קיין קאנקרעטע פרטים (איך האב געטראכט פון א מעגליכקייט אהין צו מופן ווען עס איז דא 50-100 משפחות, כרגע זעט עס אויס אראפ פון טיש)
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען
כ'ווייס נישט פון וועלכע וועבסייט דו רעדסט, אבער אויב דו מיינסט די קאמפעני וואס האט געהאט לעצטענס אן אינטערוויו אויף Latesttalks ביי זיי דארף מען רופן, מ'קען נישט בוקן אן-ליין.
ניין זיי האבן אין סקאטסדעיל, איך רעד עס איז דא פון א קאמפאני פון איינעם פירטה איך האב געבוקט ביי אים פאריגע ווינטער און זייער הנאה געהאט, איך מיין ער האט נאר אין קאסא גראנדע
באניצער אוואטאר
שעצונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 3:50 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך שעצונג »

די היימען מארקעט אין אריזאנע האט זיך אנגעהויבן אביסל צו סטאביליזירן אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעצונג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע פיינט - די ציונים ימ״ש.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

שעצונג האט געשריבן:די היימען מארקעט האט זיך אנגעהויבן אביסל צו סטאביליזירן אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סמבטיון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האמיר אמאל געהערט פון א גדול בישראל, אז ווי קלענער א שטעטל איז, אלס אויף קלענערע נארישקייטן קריגט מען זיך. ווי גרעסער עס ווערט, פארנעמען די קלייניקייטן נישט קיין ארט.
דוק ותשכח
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

לעיקפראנט
ווי איז דאס?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

היסטאריע האט געשריבן:
לעיקפראנט
ווי איז דאס?
okeechobee florida
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

סמבטיון האט געשריבן:וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס נישט צו דער עולם דא גייט מיך פארשטיין (ס'האט מיך געדויערט אפאר יאר וואוינען אינדרויסן עס צו באמערקן) אבער חרדים האבן א געוויסע דיפעקט וואס איך ווייס נישט וויאזוי דאס מגדיר צו זיין, איך ווייס נישט צו ס'איז אוממענטשליכקייט, אומערצויגנקייט, צופלויגענקייט, פארמאכטקייט, קינדערישקייט, אדער סתם א נאכגעלאזטע חינוך, you name it. איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך רעד מיט חברה פונעם געטאו (לאו דווקא וואס געפינען זיך נאך בפועל דארט אבער דאס קולטשורעל געפ האבן זיי נאכנישט מצליח געווען אנצופילן) פיל איך אסאך מאל ווי איך רעד מיט קינדערגארטן קינדער, זיי קענען אפילו זיין עלטער, קלוגער, און מער אויפגעקלערט פון מיר, אבער עפעס א מעטשוריטי האט דער דורכשניטליכער אמעריקאנער וואס זיי האבן נישט. מילא ווילאנג זיי בלייבן אין זייער וויליאמסבורג זענען זיי מחויב צו וויליאמסבורג און דאס האלט זיי ווי נישט ווי, אבער די טעקסאס/פלארידע/קאנארסי/האנאלולו חסידים האבן דאך געוויזן א מיטלסטע פינגער פאר וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, they totally lost it (אמאל פלעגט מען עס זאגן אויף מענטשן וואס האבן זיך געצויגן קיין מאנסי...) איך זאג נישט אז אלע חברה פון די נייע יישובים זענען אזוי אבער ס'איז א חלק הניכר פון זיי, און דערפאר קוקט עס אזוי אויס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דער עולם דא גייט מיך פארשטיין (ס'האט מיך געדויערט אפאר יאר וואוינען אינדרויסן עס צו באמערקן) אבער חרדים האבן א געוויסע דיפעקט וואס איך ווייס נישט וויאזוי דאס מגדיר צו זיין, איך ווייס נישט צו ס'איז אוממענטשליכקייט, אומערצויגנקייט, צופלויגענקייט, פארמאכטקייט, קינדערישקייט, אדער סתם א נאכגעלאזטע חינוך, you name it. איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך רעד מיט חברה פון "דארט" פיל איך אסאך מאל ווי איך רעד מיט קינדערגארטן קינדער, זיי קענען אפילו זיין עלטער, קלוגער, און מער אויפגעקלערט פון מיר, אבער עפעס א מעטשוריטי האט דער דורכשניטליכער אמעריקאנער וואס זיי האבן נישט. מילא ווילאנג זיי בלייבן אין זייער וויליאמסבורג זענען זיי מחויב צו וויליאמסבורג און דאס האלט זיי ווי נישט ווי, אבער די מענטשן האבן דאך געוויזן א מיטלסטע פינגער פאר וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, they totally lost it (אמאל פלעגט מען עס זאגן אויף מענטשן וואס האבן זיך געצויגן קיין מאנסי...) איך זאג נישט אז אלע חברה פון די נייע יישובים זענען אזוי אבער ס'איז א חלק הניכר פון זיי, און דערפאר קוקט עס אזוי אויס.
איר מיינט צו זאגן פעיר פרעשור?

ווען איך בין געווען דארט פאר וואקעישען האב איך עס באמערקט מער אויף א וועג , ווי לאז דיך אפ פון די משגעת 'ן. די פרויען דארטן וועלן נישט גיין טאקע מיט זייערע שייטלען איינקויפן, אבער וועם שטערט אז זיי גייען מיט סנודס? מיין געפיהל איז געווען דארט וואו קאנטרי אזא געדאנק. אויב גיין מיטן שטריימל אגאנץ שבת מיינט ערצויגן, און צאמגענומען, און ערוואקסענקייט גוי עהעד.
( חוץ אויב איך האב נישט פארשטאנען וואס איר מיינט איז סארי פון פאראויס.)
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
ראזשינקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 07, 2017 11:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ראזשינקע »

איך האב געהאט א געוואלדיגע הנאה פראוונדיג א הערליכן סוף וואך (וויק ענד בלע''ז) אין קאסא גראנדע אריזאנע, עס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב באגעגענט א פלאץ וואס איז אזוי ווארעם און געשמאק צו יעדעם צוגלייך, א פלאץ אן קיין פרעשור און לחץ בנוגע סמארטפאון, אינטערנעט, פאליטיק, און דאס גלייכן, א פלאץ ווי יעדער באקומט די נויטיגע רעספעקט, א פלאץ יעדער האלט זיך צוזאמען, נישט קיין חילוק צו סאטמאר, בעלזא, סקווירא, ברסלב, א.א.וו.

בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...

עס איז דא אסאך מער דעטאלן און אנטוויקלונגען בנוגע די פאסירונג דארט, נישט אלעס פיל איך איז פאסיג ארויסצולייגן דא אין פובליק, אי''ה עוד חזון למועד.
נייגעריגע אינגערמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 11:18 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך נייגעריגע אינגערמאן »

ראזשינקע האט געשריבן:
בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...
.
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא, פארוואס זאל א משפחה אפלאזן אלעס און מאפן נאר צו אנזייען כאאס, און צושטערן די רואיגקייט?
לכאורה איז מער אזא זאך ווי מיספארשטענדענישן, אדער ווי בתוך עמי האט געשריבן :
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....
סקען פלעין זיין געווענדליך דעי וואס מאפן פון ניו יארק, זוכן נישט די סיסטעם, ווי סאיז משמע פון דעי וואס קומען צוריק פון וואקעישענען דארט, איז עס גאנץ א קאנטרילירטע פלאץ, קען זיין אז מענטשן האבן ליב פרידעם.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

מען קריגט זיך איבער וועלכע פאמיליע זייעט אן די כאאס….
Don’t ask unless you want to hear the answer.
קאסא גראנדע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו

שליחה דורך קאסא גראנדע »

שלום וברכה צו חשובע קאווע שטיבל ליינער און שרייבער כל אחד בשמו הטוב יבורך בשם ה'.

איך בין נישט דוקא א שרייבער אדער קאמענטירער אבער ההכרח לא יגונה ב"ה עס איז געפאלן אויף מיר די אחריות צו זיין א חלק פון די וואס טוען אויפשטעלן און מנהל זיין די נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע און איך וואוין דא פאר איבער א יאר ב"ה או איך זעה דער עולם איז נייגעריג צו הערן איבער אלע שמועות וכדו' בין איך דא אייך צו ענטפערן (בפומבי אדער אין אישי) אויף אלע אייערע פראגן בנוגע די נייע ישוב. (ביטע פארשטייט אמאל ווען איך טשעק נישטא אריין פאר א טאג אדער צוויי), פון מיר וועט איר באקומען אפיציעלע ענטפערס נישט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר וואס וואוינט אדער וואוינט נישט דאהי נאר ערשטהאנטיג.

צום אלעם ערשטן וועל איך פראבירן צו דורכגיין אלע פריערדיגע תגובות און זעהן צו פאררעכטן אדער אריינקומען קלאר מיט אלעם וואס איך זעה אז דער עולם איז געווארן נישט ריכטיג אינפארמירט. מיין אינפארציע איז גראד פון קהל חסידים בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל שטיינמעץ גאב"ד קאסא גראנדע שליט"א

אונזער ציהל איז נישט צו געבן אומריכטיגע אינפארמאציע (אפילו אויב מאכט זך געוויסע אומפארגינער וועלעכע וועלן שטענדיג פראבירן צו זאגן אנדערש) נאר מיר פראבירן יעדעס מאל צו זיין אויפריכטיג און האנדלען ריכטיג מיט יעדע סענסיטיווע אינפארציע. ביטע פון יעדער וואס וויל עפעס וויסן צו קומען און פרעגן אדער זאגן עצות. אונז זעמיר דא צו סערווירן דעם עולם בס"ד.

ווי אויך קען זיין נוגע צו באזוכן די קהלות נייע וועבזייטל וואס האלט אינמיטן ווערן אויפגעשטעלט אבער איז שוין געווארן פאבליצירט פארן פאבליק (פארשטייט אז עס איז נאך ווייט פון פארטיג און מאטש מאר טו קאם ב"ה) וויכטיג צו באטאנען אז אויף קהל'ס וועבזייטל קענט איר אלעמאל טרעפן די לעצטע אינפארמאציע אויף יעדע זאך וואס איז אייך נוגע אפילו אויב איר ווילט נאר קומען באזוכן קענט איר מאכן זיכער איר דינגט א דירה פון א ערליכע נישט מייקרי השער וואס איז אפראווד פון קהל. אויך טרעפן די תקנת המוסדות והקהלה אדרעסן פון שוהלן און זמני תפלה, גראסערי. און ארטיקלן בנוגע אריזאנע און קאסא גראנדע און נאך פיל. און פיל מער צו קומען ב"ה
https://khalchasidimcg.com/
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

א גיט יאר ערעב קאסע.
איך זעה אויף דיין וועבסייט א די ישוב איז אינטער א HOA, פארוואס?
אויב זענט איר צווישן די ביי אונז וועלכע האלטן זיך פאר רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטן, און איר האט מורא אז א פרעזידענט פון דעם אנדערן פארטיי וועט פארכאפן די מאכט און חרוב מאכן דאס לאנד, און אפשר גאר שלעכטס טון פאר די אידן, דאן איז קאסא גראנדע א גוטער מקום פאר אייך. עס געפונט זיך נישט ווייט פון דעם גרעניץ מיט מעקסיקא, און אין א שווערע מינוט, קענט איר זיך אריבערשווערצן דעם גרעניץ און אנטלויפן קיין מעקסיקא.
א גיטן סענס אוו הומאר האסטו, פאר דעעם אליין לוינט זיך שוין ציקימען.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.

עני אינפא @קאסא גראנדע?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מתבודד האט געשריבן:איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.

עני אינפא @קאסא גראנדע?
די סטארי איז אז די וועד דארט נעמט נישט אן אין די מוסד, איינער וואס קויפט א הויז אן דורך גיין די וועד.
גראדע פארשטיי איך עס, ווייל די תקנה איז לטובת הכלל, צי האלטן די פרייזן נידריג אזוי וועט זיך די שטאט בויען, און אז איינער רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דארף די ציבור זיך נישט רעכענען מיט עים.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט