נעקסט לעוועל האט געשריבן:איך האב שוין @ מי אני אויף מיין זייט יעצט קומט א העפטיגע וויקאציע פארהוילן פון אידישע אויגן (די רגע איינער גייט שוין יא מיט באדעקטע האר אדער כווייס וואס.. איז עס שוין נישט דרכו של מקום און מדארף שוין חושש זיין... העמיר מעלדן קבל תבל ומלואה, דערוואג דיר נישט אריינצוקומען אין מיין וויקאציע זאנע מיט א אידישן צייכן... העסט מיר נאך הרג'נען מיין קארגע היתר וואס כהאב באקומען פון מרא דק"ש @מי אני !
אם כנים אנחנו מיט אונזער מהלך/היתר איז טאמער איז עס א גוי'שע פלאץ איז דאס אז אן אנדערע אידענע איז דארט אויך אויף וואקאציע און דעקט זיך יא צו מער ועפ"י דת יהודית, מאכט דאס עס נאכנישט די מנהג "דת יהודית" באותו מקום וואס אַן אנדערע אידענע דארט אויף וואקאציע דארף זיך דייקא צושטעלן דערצו.
חדשים האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעלערנט יעצט די גאנצע תשובה פון הרב דר. מיכאל אברהם לגבי סרטים. לפום ריהטא, קען מען לכאורה נוצן די זעלבע יסודות מתיר צו זיין הליכה לחוף מעורב.
איה"נ. אין די קאנטעקסט איז דאך דאס הרב אברהם סתיו טאקע מדמה אין זיין תשובה על היתר סרטים.
חדשים האט געשריבן:לגבי ההיתר של מורינו מי אני ללכת בגילוי שער אם אין יהודים מצוין שם. לכאורה צריכים להגדיר מהו יהודי, שבשבילו/ה יפול ההיתר. ובהשקפה ראשונה הוא רק יהודי שמתנהג עפ’י הלכה זו. אבל במקום שמצוין שם אחינו בני ישראל שאינם מתנהגים כהלכה זו לכאורה אינו אוסרין.
איה"נ. וכעין וואס דער בני בנים זאגט (לחומרא). מיינענדיג, אז טאמער איז דא דארט א אידישע קהילה הנוהגין בעצם כהלכה זענען זיי קובע און חלונים (או פרוצים), אף שהן הרוב, אינן נחשבין. ווען נישט איז דאך די סטאטוס דארט אז עס איז נישטא קיין מנהג בזה להיהודים, און דאן פאלט מען צוריק צו ווי אזוי נשים אין אלגעמיין גייען דארט, וואס אויב איז דאס בגילוי לגמרי פאלט מען צוריק צו דת משה בלא דת יהודית.