ס'איז לדעתי א שטארקע טענה.מי ימצא האט געשריבן:מיין קערפער הייבט זיך אן ווארפן אין א קאלטע פיבער.
סוי אויב איך קוק אן אזאנס גרויליג, וואס אפשר (איך האף אז נישט) וועלן מיינע קינדער אנקוקן ווי העכסט נארמאל.
אפשר, אפשר, זענען מיינע עלטערן גערעכט מיט דעם וואס זיי האלטן אז די יעצטיגע ארטיקל איז שרעקליך. און אין מיינע אויגן איז עס אקעי צו געבן א געהעריגע עדיוקעשען פאר די קינדער?????????
ישיבת מגן דוד - טרענס טיטשער
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
זיכער אז זאכן שיפטן...צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ס'איז לדעתי א שטארקע טענה
ביי טרענס איז עס אינטערשטעליג פון ג. און ל. ווייל דאך איז טרענס א לעבנס טויש, און קינדער וואס טוען עס און נעמען פיובירטי בלאקערס קען עס האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענסן. אבער אפילו אין די רעכטע לאגער ווי די זאכן זענען מיט צוואנציג יאר צוריק געווען מופרך לגמרי איז עס שוין היינט מער אנגענומען.
די ווינט בכלליות איז מער און מער אנצונעמען די אותיות חברה, און זיי גיבן מער רעכטן און אנערקענונג. נישט צו לאנג צוריק איז געי מערידזש נישט געווען ליגאל אין אמעריקע, און אבאמא האט עס ליגאליזירט! יא בלויז אבאמא... נישט קיין 50 יאר צוריק. אבער עס גאלאפירט שנעל אין יענע דירעקציע.. עס איז העכסט נארמאל פאר א ליבעראלע משפחה אין לאס אנדזשעלעס אדער ניו יארק סיטי צו האבן לכה"פ איין אותיות מעמבער אין די משפחה אויב נישט מערערע. די זאך עקספלאדירט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם, און די קאורטס, פאלעטישנס, און מידיא איז אויף זייער זייט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
הרב יששכר כ”ץ שרייבט אז ער קען גוט די טיטשער, און הלואי זאלן אלע אונזערע קינדער’ס טיטשער’ס האבן די יראת שמים און אהבת התורה און זיין א מדקדק בקלה כבחמורה אזויווי זי איז.
לגבי די חלק ההלכה, ער אטעטשט א 60 בלעטערדיגע בירור וואס איך האב נישט דורכגעלערנט.
לגבי די חלק ההלכה, ער אטעטשט א 60 בלעטערדיגע בירור וואס איך האב נישט דורכגעלערנט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
חדשים האט געשריבן:הרב יששכר כ”ץ שרייבט אז ער קען גוט די טיטשער, און הלואי זאלן אלע אונזערע קינדער’ס טיטשער’ס האבן די יראת שמים און אהבת התורה און זיין א מדקדק בקלה כבחמורה אזויווי זי איז.
לגבי די חלק ההלכה, ער אטעטשט א 60 בלעטערדיגע בירור וואס איך האב נישט דורכגעלערנט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לכבוד הרב עוז”ר,
איך פארשטיי נישט דיין געלעכטער. דו ביזט אין א אשכול ווי מען שמועסט אויס און מען ברענגט אראפ אנטוויקלונגען אין די מעשה. אז עס שטעלט זיך ארויס א רב, א תלמיד חכם, מיט זיינע אייגענע נאמען, און שרייבט אזא פאוערפול סטעיטמענט, איז עס גענוג וויכטיג אראפצוברענגען. עס ברענגט ארויס די מהות פון די טיטשער אין א פאזיטיווע ליכט און עס פארפילט די קאנטעקסט. עס איז נישט קיין מילתא דבדיחותא אשכול. אריינווארפן א סמיילי איז אקעגן די מינדסטע רעספעקט צו אנושיות וכבוד התורה והבריות. בתקוה להבנה.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
שיינע פשט'לך. נעמט א יסוד פין שינוי, וואס שטייט לגבי א מאכל איסור, אז ווען עס ווערט נשתנה הייסט עס א נייע זאך, ממילא ווען איינער ווערט נשתנה צו א נקבה, איז עס א נייע זאך און האט לגמרי א דין נקבה.חדשים האט געשריבן:הרב יששכר כ”ץ שרייבט אז ער קען גוט די טיטשער, און הלואי זאלן אלע אונזערע קינדער’ס טיטשער’ס האבן די יראת שמים און אהבת התורה און זיין א מדקדק בקלה כבחמורה אזויווי זי איז.
לגבי די חלק ההלכה, ער אטעטשט א 60 בלעטערדיגע בירור וואס איך האב נישט דורכגעלערנט.
דא איז דא א פראבלעם, אויב מען גייט מיט שינוי, שינוי זאגט נישט אז דער זאך ווערט עפעס, עס איז סך הכל א דין וואס האקט אפ דער שייכות צו פריער. ממילא איז דער וואס ווערט נשתנה צו א נקיבה, איז לויט דער סברא פין שינוי, א נייע בריאה, און איז אפשר נישט בגדר אדם בכלל, און דאס איז דאך דער דעת נישט סובל. פונקט ווי פלייש וואס מען מאכט אין לאב, האט נישט קיין דין בשר, ווייל האסט עס אליין געמאכט. און אפילו מען זאל טענה'ן אז א דין אדם האט דער בריאה יא, אבער מהיכי תיתי צו געבען א דין נקיבה.
ווי אויך, איז דער סברא פין שינוי נאר אין צוזאמענהענג מיט דער מציאות אז דער פריעדיגע מציאות איז בטל געווארען. אויב נישט, ווען איינער וועט מאכען וויין פין טרויבען פין ערלה, איז דא שינוי און אויס ערלה? וכהנה רבות. שינוי איז נאר ווען דער ערשטע מציאות ווערט בטל לגמרי. ממילא, מי הגיד לך, אז דער זכר ווערט נאר דעפענירט דורך דער איבר המין? אולי איז דאס נאר וואס מען זעהט, און דער זכר איז קיינמאל נישט נתבטל געווארען? א קורצע גוגל זוך ווייזט אז עס זענען דא צענליגע חילוקים צווישען א זכר און א נקיבה.
ויש לפלפל הרבה עוד. דער תשובה איז טאקע מלא בקיאות וחריפות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הרב כץ הייבט אָן מיט אנדרוגינוס אז פון דארט זעהט מען אז אבר המין איז דאס וואס איז קובע בחז״ל די הגדרת זכר או נקיבה. דערנאך ברענגט ער זיך א ראיה פונעם רבינו יונה ביי מוס״ק אז ווען די חומר/צורה פיזיקאלי של הדבר עצמו ווערט נשתנה איז אזלינן בתר השתא ווי אזוי עס איז יעצט. ולכן, אז די אבר המין, שהוא/שהיא הקובע בהגדרת זכר/נקיבה כנ״ל, איז נשתנה געווארן און יעצט כנקיבה, אזלינן בתר השתא און די מענטש האט דין נקיבה. (ואולי קען מען מחלק זיין און פרעגן אז ביי מוס״ק איז נישט דוקא אז עס איז גערעכענט ווי א ישות ״כדהשתא״. נאר די געדאנק איז אז ס׳איז נשתנה מאיסור דם הרביע עליה והשתא אזיל ליה און דערפאר איז עס מותר - נישט דייקא ווייל איך רעכען עס דוקא שבא לכלל סוג והגדרה חדש של ״פרש״ כדהשתא. מיינענדיג, אז די ״השתא״ באדייט אויפ׳ן נעגאטיוון חלק פון שולל זיין היותו של דם, און נישט אויפ׳ן פאזיטיוון חלק פון סוג חדש. וכן משמע במ"א באו"ח סימן רטז ס"ק ג וז"ל, "ומ"ש הרר"י דפירשא בעלמא הוא היינו שאין עליו תורת דם" עכ"ל ע"ש. משא״כ דא וויל מען אים סיי מוציא זיין מסוג זכר אין א נעגאטיוון סענס, און אים סיי מכניס זיין לסוג חדש של נקיבה אין א פאזיטיוון סענס. אביסל ענליך צו זיין קשיא אויף ראייתו של הרב יעקב אריאל מאילונית: ביי אילונית איז נישטא ביי איר א דין או מציאות של איש אין א פאזיטיווע סענס, נאר נישט קיין אשה לגמרי - אין א נעגאטיווע סענס אז ס׳פעהלט פונעם גענצליכן ״פרוי׳קייט״. איה״נ אז דארט איז עס נאר נעגאטיוו צו א דעגרי און נישט לגמרי, איז עס אבער דומה בזה אז די געדאנק איז ענליך: דארט איז די דגוש אויף דעם ״ניין-פרוי״, און טאקע צו א מדריגה אין דעם ״ניין״ און נישט גענצליך, און דא איז דאס ״ניין-דם״ און גענצליך. אבער אין דעם זענען זיי ענליך אז די דגוש ודיון וואס מאכט אויס איז אויף דעם חלק פון ״ניין״, און מ׳זאגט גארנישט לגבי די חלק פון ״יא״ אויף פארקערט.)
די קשיא דיינע איז לגבי ראיתו משינוי תוריתא דנהמא. ער זאגט טאקע אז דאס איז טאקע נישט קיין שטארקע ראיה צום נידון ומטעם אחר (ג״כ).
ער זאגט אז דאס אלעס איז טאקע טאמער פארשטייט מען די סוגיא ביי אנדרוגינוס אלס דאס אז די אבר איז א סיבה לההגדרה; נישט אבער אויב עס איז נאר א סימן לההגדרה. (אבער טאמער עס איז נאר א סימן לההגדרה, דאן קען אויסקומען אז אפילו וואו די מענטש האט איין אבר המין און האט זיך נישט געטוישט אין דעם מעת ההולדה, אבער עס זענען דא שטערקערע סימנים דערקעגן אין וואס די מין זיינע איז, דאן קען דאס גאר קובע זיין בההגדרה נגד די אבר המין.)
די חבל נחלתו (ח״י סימן ח) וואס ער האט ציטירט לגבי אבר מושתל, און די חילוק בינו לבין prosthetic, רירט אָן אויפ׳ן חילוק התשב״ץ (ח״ב סימן ד) בין הרכבה מזגית און הרכבה שכונית.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
וואס זאל איך טוהן אז אין אזא ערנסטע אשכול האט זיך מיר צעפלאצט די געלעכטער סטרינעס...חדשים האט געשריבן:לכבוד הרב עוז”ר,
איך פארשטיי נישט דיין געלעכטער. דו ביזט אין א אשכול ווי מען שמועסט אויס און מען ברענגט אראפ אנטוויקלונגען אין די מעשה. אז עס שטעלט זיך ארויס א רב, א תלמיד חכם, מיט זיינע אייגענע נאמען, און שרייבט אזא פאוערפול סטעיטמענט, איז עס גענוג וויכטיג אראפצוברענגען. עס ברענגט ארויס די מהות פון די טיטשער אין א פאזיטיווע ליכט און עס פארפילט די קאנטעקסט. עס איז נישט קיין מילתא דבדיחותא אשכול. אריינווארפן א סמיילי איז אקעגן די מינדסטע רעספעקט צו אנושיות וכבוד התורה והבריות. בתקוה להבנה.
יעך וואלט דעם יששכר כץ צוזאמען מיט זיינע גאונות עולם אויפגעהאנגען אויף איין שפיז, און משמח געווען די וואס האבן נאך יא א גראדער שכל בדורינו אנו...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
באגיין א פּוּ-פּוּ פאָלאָסיִ, וואו מ׳איז סתם דוחה בקש ובמחי יד א לענגערע לאגישע בירור אָן זיך באציהען צו די טענות דערין כלל וכלל, בנוסף צו סתם אַן עד האמינעם פון אטאקירן די כאראקטער פונעם מענטש [זיין אי-״שכל הישר״] אָן צייגן קיין שום משל וואו ער באגייט א טעות בדיונו, איז א סימן פון א ״גראדער שכל״? אתמהה.באהעלפער האט געשריבן:יעך וואלט דעם יששכר כץ צוזאמען מיט זיינע גאונות עולם אויפגעהאנגען אויף איין שפיז, און משמח געווען די וואס האבן נאך יא א גראדער שכל בדורינו אנו...
(ביי דעם כאטש באציה איך זיך צום נידון וטענה פון וואס דו רעדטסט: שכל הישר און אז די וואס לאכן בסתם פון דעם האבן דאס.)
אולי דארף שטיין ״בדורינו עני״, ואין עני אלא בדעה (נדרים מא.).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אנטשולדיגט פארן פרעגן אן דורכגיין דעם תשובה, גייט ער אריין אין די איסור לא ילבש?
דהיינו ס’קען זיין אז די עצם טראנזישאן איז נכלל אינעם איסור, (אדער גאר דער עצם עיקר האיסור) וואס דאן וועט דער היתר פון שינוי מוזן ארבעטן מיט אזא באין כאחד מהלך...
דהיינו ס’קען זיין אז די עצם טראנזישאן איז נכלל אינעם איסור, (אדער גאר דער עצם עיקר האיסור) וואס דאן וועט דער היתר פון שינוי מוזן ארבעטן מיט אזא באין כאחד מהלך...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
זי איז דאך שוין נישט קיין גבר….מתבודד האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן אן דורכגיין דעם תשובה, גייט ער אריין אין די איסור לא ילבש?
דהיינו ס’קען זיין אז די עצם טראנזישאן איז נכלל אינעם איסור, (אדער גאר דער עצם עיקר האיסור) וואס דאן וועט דער היתר פון שינוי מוזן ארבעטן מיט אזא באין כאחד מהלך...
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
פרנס החודש האט געשריבן:זי איז דאך שוין נישט קיין גבר….מתבודד האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן אן דורכגיין דעם תשובה, גייט ער אריין אין די איסור לא ילבש?
דהיינו ס’קען זיין אז די עצם טראנזישאן איז נכלל אינעם איסור, (אדער גאר דער עצם עיקר האיסור) וואס דאן וועט דער היתר פון שינוי מוזן ארבעטן מיט אזא באין כאחד מהלך...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דא האסטו פון אנפאנג פון די בירור.מתבודד האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן פרעגן אן דורכגיין דעם תשובה, גייט ער אריין אין די איסור לא ילבש?
דהיינו ס’קען זיין אז די עצם טראנזישאן איז נכלל אינעם איסור, (אדער גאר דער עצם עיקר האיסור) וואס דאן וועט דער היתר פון שינוי מוזן ארבעטן מיט אזא באין כאחד מהלך...
דיון הלכתי בסוגיה זו מתפצלת לשני ראשים, אחד הדן בעצם "מעשה השינוי" (ניתוח, טיפול הורמונלי וכדו') ואחד דן בהגדרתו בעקבות השינוי. הדיון הראשון מברר האם מותר לאדם לשנות המגדר בו נולד, ואילו הדיון השני מעיין בהגדרתו ההלכתית של מי שכבר עבר שינוי מגדרי, לגבי אותם הלכות התלויים במגדר, כמו תפילין, ציצית, עליה לתורה, צירוף למנין, והמסובך ביותר - דיני אישות. דהיינו, מה מעמדו ההלכתי של אדם שהמגדר שלו השתנה באופן מלאכותי מהמין שבו נולד?
בשאלת היתר שינוי המין עצמו, דן באריכות הגאון ר' עידן בן-אפרים בספרו 'דור תהפוכות', וגם ציין לשלל פוסקים הדנים בזה, קחנו משם. ואף שיש לדון הרבה במסקנתו, כעת אין בדעתי לדון בסוגיה זו כלל. ברצות ה' כשאפנה אשנה פרק זו.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ער רירט אהן ערגער פין דעם, ואת זכר לא תשכבו משכבי אשה, ברענגט דער אבן עזרא אז עס מיינט א זכר וואס האט געמאכט בבשרה א וועג עס זאל זיין שכיבה כעין אשה. לויט דעם ווען מען מאכט א אפעראציע, איז עס נישט נכלל בתוך האיסור, נאר דער איסור זעלבסט. ער זאגט נישט קיין מהלכים אויף דעם, ווייל דאס מיינט דאך גארנישט אויב ער ווערט אויס זכר מיט די פשט'לך.מי אני האט געשריבן:ער איז נישט דן דערין. לכאורה, אליביה, איז איסור לא תלבש נאר בנוגע drag ווען די זהות והגדרה זיינע/אירע (בנפשו/בנפשה וכו׳) איז נאך בעצם די אנדערע מין פון וואס ער/זי טוהט אָן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
העמיר דארפן ווארטן לכשיפנה.
איך זע נישט וויאזוי די עצם טראנזישאן זאל קענען זיין מותר, ווייל אפי’ את”ל אז בשעת הניתוח ווערט ער אויס גבר ממילא פאלט אראפ פון אים די איסור לא ילבש (גבר..) איז אבער דא א געוואלד מיט פרטים וואס ער טוט בהיותו גבר וואס זענען יא נכלל אינעם איסור, און ער איז נאך א גבר.
קען אבער זיין אז אויב גייט מען אז שער השחי איז מדרבנן כדי שלא ישב בין הנשים מעג ער יא ווייל ער ווערט דאך (לשיטתם) א פרוי.
נאכדעם איז דא די איסור פון זיך מסרס זיין... (וואס דא העט מען ווייטער דארפן קוועטשן אז ניתוחו ונקבתו באין כאחד ובאותו רגע האט ער שוין נישט דעם איסור, וואס קוקט אביסל אויס ווי א פורים תורה...)
@היסטאריע, לויט’ן אבן עזרא קומען נישט אריין די פשט’לעך, די תורה האטעך אט דאס גע’אסר’ט.
איך זע נישט וויאזוי די עצם טראנזישאן זאל קענען זיין מותר, ווייל אפי’ את”ל אז בשעת הניתוח ווערט ער אויס גבר ממילא פאלט אראפ פון אים די איסור לא ילבש (גבר..) איז אבער דא א געוואלד מיט פרטים וואס ער טוט בהיותו גבר וואס זענען יא נכלל אינעם איסור, און ער איז נאך א גבר.
קען אבער זיין אז אויב גייט מען אז שער השחי איז מדרבנן כדי שלא ישב בין הנשים מעג ער יא ווייל ער ווערט דאך (לשיטתם) א פרוי.
נאכדעם איז דא די איסור פון זיך מסרס זיין... (וואס דא העט מען ווייטער דארפן קוועטשן אז ניתוחו ונקבתו באין כאחד ובאותו רגע האט ער שוין נישט דעם איסור, וואס קוקט אביסל אויס ווי א פורים תורה...)
@היסטאריע, לויט’ן אבן עזרא קומען נישט אריין די פשט’לעך, די תורה האטעך אט דאס גע’אסר’ט.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ער איז דאס שולל מהנידון. וז"ל:היסטאריע האט געשריבן:ער רירט אהן ערגער פין דעם, ואת זכר לא תשכבו משכבי אשה, ברענגט דער אבן עזרא אז עס מיינט א זכר וואס האט געמאכט בבשרה א וועג עס זאל זיין שכיבה כעין אשה. לויט דעם ווען מען מאכט א אפעראציע, איז עס נישט נכלל בתוך האיסור, נאר דער איסור זעלבסט. ער זאגט נישט קיין מהלכים אויף דעם, ווייל דאס מיינט דאך גארנישט אויב ער ווערט אויס זכר מיט די פשט'לך.
ער גייט סתם אזוי שטארק מיט א מהלך (און ער איז זיך נאך מבסס וסומך על קבלה) אז טאמער איז ער בנפש בוודאות א פרוי (ער איז מעורר אז מ'דארף טאקע מגדיר זיין דעם "וודאות") דאן איז ער טאקע א פרוי. און אזא פאל איז דאך דאס נישט משכב זכר בכלל (הגם ער איז טאקע מהסס פון מתיר זיין עפי"ז עד עניני עריות).לכאורה יש להסיק מפירושו של רבנו חננאל ששינוי פיזי של איבר המין אינו משנה מעמדו המגדרי של אדם, שהרי לדעתו איש השוכב עם איש אחר שאיבר המין שלו הוא איבר מין נשי נחשב "שוכב עם זכר". העובדה שהאדם שעמו שכב שינה את פלג גופו התחתון לאישה אינה משנה, מעמדו המגדרי לא השתנה. כמה אחרונים אכן הוכיחו כן מדבריו (ראה לדוגמה קובץ תשובות מהגאון ר' יוסף שלום אלישיב חלק א', אהע"ז סימן קנב; שו"ת אבני דרך (פרינץ) חלק יד, סימן רא, ד"ה מדברי האבן עזרא; ושב ורפא חלק ב, סי' עט, ד"ה עוד הוכחה; דברות אליהו חלק ח, סימן ק, ד"ה והנה ברור הדבר) אבל הדברים צ"ע. קשה להוכיח דבר מדבריו כיון שאין אנו יודעים מה המציאות שאליה התייחס רבינו חננאל. אי אפשר לומר שהוא מדבר על מקרה שבו האיש לא עבר שינוי פיזי ממש אלא הוא נהיה אישה על ידי "תנוחת איברים היוצרת מקום לדוש בו" (גם אני אודך חלק א, סי' כז, ד"ה והנה בשו"ת ושב ורפא), שאם כן הרי לאמיתו של הדבר הבועל לא עשה כלום, לא היתה חדירה מינית כלל. מצד שני קשה להאמין שהוא מדבר על מקרה של שינוי מין ממש על ידי ניתוח, שהרי מסתבר שבשעתו עדיין לא היתה קיימת אפשרות כזאת. גם לא ברור אם מדובר במישהו שהחליף איבר גברי באיבר נשי, או שרק "חידש בגופו כצורת בשר אשה" אבל איברו הזכרי כדקאי קאי. אם אכן זו כוונתו, אז אין לדבריו שום שייכות לשאלת מעמדו המגדרי של מי ששינה והפך איבר מינו ממין אחד לשני.
. . .
בראשונים ובאחרונים המובהקים לא נמצא שום דיון בנושא שלנו, כיוון שבזמניהם לא היה שייך דבר כזה. בדרך הטבע אי אפשר היה לבני אדם להפוך ולשנות המגדר בהם נולדו. יוצא מן הכלל הוא רבי אברהם אבן עזרא בשם רבינו חננאל, שמפרש את האיסור לזכר לשכב עם זכר אחר "משכבי אשה", היינו שאסור לו להכניס איבר מין שלו לגופו של איש אחר בדרך משכבי אשה, הכוונה "כי יש מי שיחדש בגופו כצורת בשר אשה". היינו שלדעתו מדובר באדם שאיכשהו ברא לעצמו איברי הולדה של אשה, ואדם כזה עדיין דינו כאיש ולכן אם אדם אחר בא עליו דרך נקבתו חייב משום משכב זכר.
כפי שאמרנו, קשה לומר בברירות על איזה מקרה רבנו חננאל מדבר. לא מסתבר שהוא מדבר על מישהו שסתם עיקם איבר מינו הזכר שיראה כאיבר הולדה נקבי. שינוי מלאכותי ובלתי בר קיימא כזה ברור לא מחיל על האיבר דין איבר של אישה, להצדיק התיאור "משכבי אשה". מאידך גיסא, קשה להאמין שמדובר בניתוח ממש. בלתי סביר שבימיו כבר ידעו לבצע ניתוח כעין זה. ממילא, אין ללמוד מדברי חננאל כלום לענייננו כיוון שאי אפשר לוודא את המציאות שעליה סובבים דבריו.
ער פאר זיך איז נישט דן באיסור סירוס אין מאכן די אפעראציע. ער ברענגט אראפ ווי אנדערע אסר'ן דערוועגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
זעה איך אז ס'פארהאן א וויקיפעדיע בלאט אויף דער נושא https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%9B%D7%94
ער ברענגט אן איסור פון סירוס, עכ"פ ביי זכרים וואס שניידן זייער איבר און טענה'ט אז לויט רוב פוסקים טוישט זיך נישט דער הגדרה פון דער מענטש און ער/זי בלייבט ווי פריער.
וויקישיבה בלאט https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%99%D7%9F.

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער פראבלעם מיט אננעמען א שיטה כללית פין כדקאי קאי, ווייל למעשה האלט מען נישט אזוי, און מען טוט פארקערט. ל"ע ווען א קינד ווערט געבוירן א אנדרוגינוס, איז למעשה אנגענומען נאך אלע תשובות אז מען מאכט דאס קינד פאר א מיידל, און זי האט אפילו חתונה.
מה נשתנה? נישטא קיין אמת'ע חילוק. ער ברענגט די פוסקים אין דער ענין, איך ברענג נאר ארויס דער מנהג אין דעם.
בנוגע דער אפעראציע אליין, טאמער טוט עס א גוי, און מען שלאפט, קען מען נישט זאגן א קלארע איסור. פונקט ווי שניידען נעגל אין שבת שטייט להיתר דורך א גוי במקום צורך, און דא איז נישטא קיין מסייע, ווייל מען שלאפט.
מה נשתנה? נישטא קיין אמת'ע חילוק. ער ברענגט די פוסקים אין דער ענין, איך ברענג נאר ארויס דער מנהג אין דעם.
בנוגע דער אפעראציע אליין, טאמער טוט עס א גוי, און מען שלאפט, קען מען נישט זאגן א קלארע איסור. פונקט ווי שניידען נעגל אין שבת שטייט להיתר דורך א גוי במקום צורך, און דא איז נישטא קיין מסייע, ווייל מען שלאפט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
פון א קשה להאמין אז דעמאלטס איז נישט געוועהן דער מהלך עס צו טוהן קען מען נישט בויען קיין חידוש, ווייל הא גופא, ווער זאגט דער ר"ח רעדט פין א אופן וואס איז געווען בימיו? ער זאגט אז טאמער מען זאל עס טוהן, דאס מיינט דער פסוק. ער קען מיינען דורך כישוף, און ער קען רעדן טעארעטיש אויך. בקיצור, ער האט נישט קיין תירוץ.לכאורה יש להסיק מפירושו של רבנו חננאל ששינוי פיזי של איבר המין אינו משנה מעמדו המגדרי של אדם, שהרי לדעתו איש השוכב עם איש אחר שאיבר המין שלו הוא איבר מין נשי נחשב "שוכב עם זכר". העובדה שהאדם שעמו שכב שינה את פלג גופו התחתון לאישה אינה משנה, מעמדו המגדרי לא השתנה. כמה אחרונים אכן הוכיחו כן מדבריו (ראה לדוגמה קובץ תשובות מהגאון ר' יוסף שלום אלישיב חלק א', אהע"ז סימן קנב; שו"ת אבני דרך (פרינץ) חלק יד, סימן רא, ד"ה מדברי האבן עזרא; ושב ורפא חלק ב, סי' עט, ד"ה עוד הוכחה; דברות אליהו חלק ח, סימן ק, ד"ה והנה ברור הדבר) אבל הדברים צ"ע. קשה להוכיח דבר מדבריו כיון שאין אנו יודעים מה המציאות שאליה התייחס רבינו חננאל. אי אפשר לומר שהוא מדבר על מקרה שבו האיש לא עבר שינוי פיזי ממש אלא הוא נהיה אישה על ידי "תנוחת איברים היוצרת מקום לדוש בו" (גם אני אודך חלק א, סי' כז, ד"ה והנה בשו"ת ושב ורפא), שאם כן הרי לאמיתו של הדבר הבועל לא עשה כלום, לא היתה חדירה מינית כלל. מצד שני קשה להאמין שהוא מדבר על מקרה של שינוי מין ממש על ידי ניתוח, שהרי מסתבר שבשעתו עדיין לא היתה קיימת אפשרות כזאת. גם לא ברור אם מדובר במישהו שהחליף איבר גברי באיבר נשי, או שרק "חידש בגופו כצורת בשר אשה" אבל איברו הזכרי כדקאי קאי. אם אכן זו כוונתו, אז אין לדבריו שום שייכות לשאלת מעמדו המגדרי של מי ששינה והפך איבר מינו ממין אחד לשני.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 7%95%D7%A1שאלתיאל האט געשריבן:איז עס א אפטע זאך אז עס ווערן געבוירן אנדרוגינוס אדער ווי מ'רופט עס היינט 'אינטערסעקס' ? און אויב יא וואס טוט מען?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שאלתיאל: ס'איז א פאקט אז רוב פון די וועלכע גייען אדורך א ס---טשענדזש אפעראציע זענען נישט געבוירן פיזיש אנדערש ווי א יעדער אנדערער זכר אדער נקיבה. נאר זיי פיהלן א נפשיות'דיגן דראנג צו טוישן זייער דזשענדער אידענטיטעט. למשל א מאן וועלכער האט פרויענישע תכונות הנפש. א דינעם קול. און ווערט זייער שנעל נתרגש ביז טרערן. אדער א פרוי וועלכע האט די מערסטע תכונות הנפש פון א מאן. זי האט א גראבן קול. און איז זייער אגרעסיוו. אט די מענטשן פיהלן אז זייער אידענטיטעט איז אנדערש ווי זייער גוף דעמאנסטרירט. דאס האט גארנישט צו טון מיט א טומטום ואנדרוגינוס וועלכע ווערן דערמאנט אין די גמרא און הלכה. (כמו שפירש רש"י בכמה מקומות). זיי (טו"א) זענען געבוירן פיזיש אנדערש פון א נארמאטיוון זכר אדער נקיבה.שאלתיאל האט געשריבן:איז עס א אפטע זאך אז עס ווערן געבוירן אנדרוגינוס אדער ווי מ'רופט עס היינט 'אינטערסעקס' ? און אויב יא וואס טוט מען?