וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

שליחה דורך שמן למאור »

פינקט ווי אסאך אנטי-סיסטעם חסידישע אידן האב איך מיך אביסל געפריידט צו זען ווי די ניו יארק טיימס ברענגט ארויס אז די ענגליש ביי אונז קען האבן א תיקן, און איך האב מיך היבש אינטערגעשמייכלט הערנדיג איבער די נייע גיידליינס וואס ניו יארק האט איינגעשטעלט.

ווי נישט ווי איז יעדער מודה אז אונזער עולם בכלליות קען גאנץ שוואך ענגליש, די זאך מעג האבן א תיקן. מען מעג צירוקגיין צו די צייטן ווען ישיבות פלעגן נאך אויך האבן ענגליש. דעם חויב ללמד את בנו אומנות האט נישט אויסגעוועפט אין 2022 און ענגליש איז די ערשטע סטעפ דערצו. אפילו אויף "אייוועלט" האט זיך געעפנט אן אנקעטע אויב די עולם קען באשטיין צו האבן בעסערע ענגליש אין די מוסדות, און א מערהייט האט געוועלט אז יא... ביז די אשכול איז געפלויגן..
וואס מען זעט פון דעם איז אז די עולם קען באשטיין אז עס זאל אריינקומען שנוים לטובה, מען וויל אז די קינדער זאלן קענען א בעסערע ענגליש ווי די טאטעס.

איך האב געזען אויף טוויטער ווי @קטלא קניא פייערט אויך די זיג און איך האב נישט געקענט טון מער ווי מיטשאקלען מיטן קאפ און איינשטימען אויף די פייערונג...
אבער דאן האב איך עס געגעבן אביסל מער מחשבה..

צעווישן מיר און דיר גערעדט.. גייט זיך עפעס טוישן? גייט סאטמאר אנהייבן צו לערנען אפאר שעה א טאג ענגליש?? זיכער נישט.. אפילו קיין זוז כל שהוא וועט מען זיך נישט רירן.. ס'טייטש? ס'דאך א שעת שמד!! מען טאר נישט נאכגעבן קיין שיך בענדל! אפילו איין מינוט ענגליש וועט מען נישט צולייגן.

מען וועט זיך שלאגן אין געריכט ביזן סופרים קאורט, מען וועט אויפהערן נעמען פאנדינג און ארויפלייגן די יאך אויף די עלטערן דורכן העכערן די שכר לימוד, מען וועט טוישן די מוסדות צו האום-סקולינג פאסיליטיס... מען וועט טון וואס עס לאזט זיך, אבער קיין ענגליש וועט מען נישט לערנען.. איך קען גוט מיינע ברודערלעך וואס פירן די מוסדות... זיי וועלן מאכן יעדעם ליידן, עס וועט ווערן ענג פארן עמך איד פון אלע זייטן, אבער זיך א בייג טון? חלילה וחס!

און איך שטיי און טראכט צו זיך.. מה הועילו חכמים בתקנתם..? ווען עס ווערט ווען א מהפיכה און מען הייבט אהן צו לערנען ענגליש ווי עס באדארף צו זיין אין אלע חסידישע מוסדות, דאן וועלן מיר טאקע טרינקען שאמפעין אינאיינעם מיט נפתלי מאסטער. אבער צו גייט דאס דען געשען? סך הכל וועט די שטריק איינגעצוימט ווערן ארום די האלז פון די עלטערן וואס ווילן יא א בעסערע עדיקעישן פאר זייערע קינדער.

(איך וויל דא קלארשטעלן אז איך רעד נישט דא פון די עלטערן וואס האבן די שטארקייט צו שיקן זייערע קינדער אין בעסערע מוסדות וואו מען לערנט יא בעסער ענגליש, איך רעד פון מענטשן וואס זענען פארט פון די קראוד, זיי מוזן שיקן צו די חסידות.. זייער ווייב וויל אזוי.. זיי פארנעמען נישט די פרעשור פון די עלטערן, חברים, וכדומה.
אודאי די וואס האט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן און שיקן ווי זיי האלטן פאר ריכטיג, איז אשרי להם ואשרי חלקם, אבער ס'דא געניג וואס זענען סטאק און האבן געווארט פאר א ישועה מבפנים. און אזוי אויך איז דא געניג וואס ווילן יא האבן א געהעריגע חסידישע חינוך נאר זיי קענען באשטיין אז זייערע קינדער זאלן אויך קענען א גוטע ענגליש.. כאילו ס'איז עפעס א סתירה)

דא האסטו א סאטמארע אינגערמאן, ער וואוינט אין וויליאמסבורג.. ער קען באשטיין אז מען זאל לערנען מער ענגליש.. ער האט זיך געלאזט אינטערוויוען ביי די ניו יארק טיימס.. ער האט מסביר געווען בטיב טעם ודעת פארן ריפארטער ווי שוואך די ענגליש איז. ער האט שטילערהייט אלע יארן געשטיצט יאפפעד. ער האט זיך געפריידט ווען די גיידליינס איז ארויסגעקומען. אבער סך הכל וועט זיך בלויז טוישן די פאלגנדע; עס וועט אים ענג ווערן די מצב, שכר לימוד וועט אים ווערן טייער.. די מוסד ווי ער שיקט בעל כרחך וועט ווערן אויס ליגאלע סקול.. און ווען ער וועט אריינברענעגען זיין זון צום שפיטאל פאר סטיטשעס וועט די טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס אים אראפדרייען די געהירן פארן נישט גיבן קיין חינוך פאר זיינע קינדער...

הזאת נעמי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

עצי שטים האט געשריבן:הזאת נעמי?
זייער א שטארקע נקודה. אבער וועם האלסטו דא פאָר?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:הזאת נעמי?
זייער א שטארקע נקודה. אבער וועם האלסטו דא פאָר?
איך האלט נישט קיינעם פאר.. עס איז בלויז א נקידה למחשבה.
אויב האלט איך איינעם פאר, איז עס מיר.. פארן זיך פרייען מיט די נייע געזעצן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

נישט קיין פראגע אז עס גייט מאכן ערגער די מצב ביי די גאר פארמאכטע מוסדות. ביי מוסדות אינעם מונקאטשער גאטונג איז קלאר אז עס וועט העלפן. איבער סאטמאר, וויזניץ וכדומה זעט דערווייל אויס צו זיין האפנונג, פיערלס האט נישט אריינגעגעבן ביזדערווייל קיין לעגאלע טשעלענדש קעגן די רעגולאציעס, און עס קומען אפיר באריכטן דאס די רעגולאציעס זענען געשריבן געווארן מיט געוויסע פארשטענדענישן מיט פיערלס. למעשה האבן די קעגנערס פון די רעגולאציעס גאר א שוואכע קעיס אין געריכט, הגם עס איז א טשאנס. יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה "לימודי חול" אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

אפציע נומער דריי: זיי וועלן זיי זאגן אז מ'לערנט דריי שעה א טאג.

אפציע נומער פיר: זיי וועלן טרעפן א לאך אין די געזעץ.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

אפציעס דריי און פיר זענען נאר טיילווייזע אפציעס. מען קען שטופן און שפירן דא און דארט, מען קען טרעפן א לעכל דא אדער דארט—זייער וואויל. די רעגולאציעס זענען גאנץ קלאר געשריבן, מען קען זיך נישט ארויסדרייען הונדערט פראצענט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

היסטאריע האט געשריבן:איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
זיי וואלטן אפשר נישט געהאט קיין פראבלעם, אבער נישט מיט די 'קנאים' ווי יענקעלע כהן און ר' ישעי' ווייס וואס האלטן זיי ביים דראנג
ימים יגידו
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

פרנס החודש האט געשריבן:יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
איז (דאס) די סכום שעות וואס די גיידליינ׳ס פארלאנגען?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

די גיידליינס פארלאנגען גארנישט, עס איז סך הכל א מהלך צו זיכער מאכן אז די "עקזיסטירנדע" ני"ס געזעצן איבער וואס מען ברויך לערנען ווערט איינגעהאלטן. און ניין, אין די עקזיסטירנדע געזעצן ווערט נישט געברענגט קיין מספר שעות.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

וואס גייט זיין מיט די מוסדות ווייס איך נישט, עס איז אפן פאר דעבאטע. אבער דיין נקודה איז זיכער אמת. ווי שטערקער מ’וויל טוישן די סיסטעם פון דרויסן אלץ שטערקער פייט מען צוריק פון אינעווייניג. די פענאמענען האט זיך אפגעשפילט לאורך הדורות, ווען די משכילים בימיהם האבן אונז געוואלט טוישן, האט די חת”ס ותלמידיו געווארן פרומער און אוועקגעשטעלט נאך שטרענגערע גדרים אז די שונא זאל נישט קענען אריינדרינגען. עס האט אייביג בעקפייערד... וכמאמר הידוע, די רייכע ווערן רייכער און די ארימע ווערן ארימער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האלט אז עפעס גייט מען אויסהאמערן נאך אזא קודש קאריקילום דיעל און אלס וועט פאלן אין פלאץ. די אדמיניסטראטארן וועלן אויף קיין פאל נישט מוותר זיין אויף די מיליאנען וואס גיסן זיך. בכלל, גייט עס נאך נעמען עטליכע יאר ביז מען וועט קענען פולקאם אינפארסירן די נייע גיידליינס, און גלייכצייטיג וועלן די עסקנים ארבעטן אויף קעסט און כלים זיכער צו מאכן אז מען דארף נאר לערנען מער ענגליש להלכה ולא למעשה. אין ענגלאנד גייט שוין די שייגעץ שטיק אן א לאנגע צייט און עס גייט נישט אן פאר די רעגירונג.

נאר וואס דען?

איך קלער, אז טאמער וואלטן די עלטערן פארלאנגט מער ענגליש וואלט מען געקענט עפעס אויפטון, דער פראבלעם איז אבער אז מען האט גענומען דעם ענגליש אישו און עס פארוואנדלט אין א מלחמה לה׳ בעמלק, און אויף דעם קען מען נאר פארדאנקען מוסטער׳ן. אויב וואלט ער טאקע געוואלט אויפטון וואלט ער געברויכט צוזאמנעמען א כאפטע היימישע אידן וועלכע זענען אין די סיסטעם, און דורך זיי פירן דעם קאמף מיט די פוילע מנהלי המוסדות. דאס אז ער האט אנגעהויבן זיך שלאגן אין געריכט האט געברענגט דערצו אז יעדע היימישע אינגערמאן איז קעגן אים.

א צווייטע פראבלעם: מען האט שוין געבויעט גאנצעטע שיטות ארום דעם סוקסעס פון א שוואכן ענגליש.

״מ׳דארף נישט קענען״ - ״איך מאך א מיליאן דאלאר א יאר און איך ווייס נישט צו ספעלן ענטוזיאזם״ - ״מיר האבן מער מיליאנערן ווי די מאדערן ארטאדאקס״ - ״איך וויל זיין דער גביר, זאל מיין אקאונטענט לערנען ענגליש״ און נאך פארשידענע שטותים.

די אלע זאכן זענען אפגעפרעגט נאך בעפארן דיסקוסירן. עדיוקאציע איז נישט דוקא פאר פרנסה, עס איז גוט פאר הצלחה און סוקסעס. יא, עס איז פארהאנען נאך הצלחות חוץ געלט. ווען א מענטש האט נישט די מינימום עדיוקאציע איז ער א בעל מום. א חסיד וואס קען נישט רעכענען איז פונקט ווי א איד וואס קען נישט קיין אלף בית. א חסיד וואס ווייסט נישט קיין בעיסיק היסטאריע איז אזוי ווי א איד וואס קען נישט קיין חומש רש״י.

נאך א פרעכע גרייז איז די טענה אז גמרא מאכט קענען רעכענען. איך האב אויסגעפרעגט פילע אזעלכע, קיינער האט מיר נישט געקענט אנצייגן וועלכע מסכת מאכט קענען גוט רעכענען... אלע קומען ארויס שטאקיגע עם הארצים, קענען נישט קיין ענגליש, נישט קיין לשון הקודש, און ניטאמאל קיין אידיש.

כ׳זעה אז איך האב אסאך געשריבן, און לאו דוקא מן הענין. וועל מיר זיך צוריקקומען א צווייטן מאל ועוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

@יהורם, איך וואלט צוגעלייגט נאך עטליכע פראבלעם וואס אנטוויקלט זיך אויב מען האט נישט קיין עדיוקאציע.

1) עס פעלט א געוויסע סארט ערוואקסענקייט, אז מען קען נישט רעדן און 'ליינען' די גאסן שפראך, לעבט מען אין א געוויסע זין ווי אין א דארף, מ'ווייסט נאר צו זאגן פון דאס וואס מען פיטערט דיך. און לכאורה איז דאס וואס זיי ווילן טאקע מיטן איינמיירענען דעם ציבור.

2) יעדעס מאל וואס מען וויל עפעס נאכקוקן ווי למשל א געזעץ אדער א געזונטהייט אישו הייבט זיך אָן אַן עבודת פרך, מ'הייבט אן צו בלאנזשענען אויף "יו טוב" אדער ליינען האלבע ארטיקלען און אויפכאפן האלבע אינפארמאציע, די אויסערליכע וועלט איז פרעמד און פארנעפלט.

ווען איך זאג אויסערליכע וועלט רעד איך נישט פון ליבעראלע אנשויאונגען און ניטאמאל פון "לייף סטייל", איך רעד פון פשוט'ע טאג טעגליכע נויטבאדערפענישן. ס'איז אן אמת'ע פראבלעם וואס פלאגט דעם ציבור, יא מען געט זיך צום סוף אן עצה, אבער ביז אהין איז מען באַקאַקט פאר גארנישט און פאר נישט, סתם ווייל אזוי!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

היסטאריע האט געשריבן:איך בין מחולק מיט דיר.
זיי וועלען אלס טוהן פאר געלט.
לאמיר האפן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

שליחה דורך החוקר »

פרנס החודש האט געשריבן:יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
התינח ווען די גאווערמענט קומט סתם ארויס מיט נייע רעגולאציעס.

יעצט אבער אז עס קומט מיט העצע פון יאפפעד איז עס א מלחמה פון השכלה קעגן עיקרי הדת און די מוסדות/רבנים גייען זיך נישט וועלן בייגן קיין אינטש. הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט.

מר. מאסטער זאל גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. האסט ארויסגעטשעקט? בלייב אינדרויסן! ער האט געהאט די ברירה צו בלייבן אין די קאמיוניטי און טון עסקנות.

ארגאנישע טויש וואלט כמעט זיכער פאסירט מיט די צייט. זיינע מעשים האבן עס לכאורה אפגעשטופט.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

שליחה דורך פרנס החודש »

בילד
זעהט נישט אויס ווי דער עולם איז אין גזירת שמד mode…
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: וואס די נייע חינוך גיידליינס מיינט פאר חסידים אנוסים

שליחה דורך פרנס החודש »

החוקר האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:יעצט אויב קומט עס טאקע דערצו אז די מוסדות וועלן האבן א אויסוואל צווישן לערנען דריי א האלב שעה ״לימודי חול״ אדער פארלירן גאווערמענט שטיצע, לבי אומר לי אז זיי גייען זיך דערמאנען אז די רעבעזכיסעלייני האט געזאגט אז מען זאל לערנען ווי פיל די ממשלה פארלאנגט ווייל נאכאלעם ברויך מען דאך זיין נארמאלע מענטשן, און עס וועט זיין א ברכה פאר יעדן.
התינח ווען די גאווערמענט קומט סתם ארויס מיט נייע רעגולאציעס.

יעצט אבער אז עס קומט מיט העצע פון יאפפעד איז עס א מלחמה פון השכלה קעגן עיקרי הדת און די מוסדות/רבנים גייען זיך נישט וועלן בייגן קיין אינטש. הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט.

מר. מאסטער זאל גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. האסט ארויסגעטשעקט? בלייב אינדרויסן! ער האט געהאט די ברירה צו בלייבן אין די קאמיוניטי און טון עסקנות.

ארגאנישע טויש וואלט כמעט זיכער פאסירט מיט די צייט. זיינע מעשים האבן עס לכאורה אפגעשטופט.
למעשה זעה איך נישט ביזדערווייל אז דער עולם זאל זיין צעהיצט אזוי ווי ביי מציצה. זעהט אויס אז תש22 קען מען שוין נישט דרייען א קאפ אזויפיל מענטשן, עס איז דא א שיינע פראצענט וואס אידענטיפיצירט זיך אפען מיט מאסטער, און עס שטייט ווייט פון א מלחמת קודש כדבעי.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

בילד

איך ווייס נישט אויב די חברה האבן געטראכט וואס זיי טוען אדער אויב זיי קענען ליינען וואס עס שטייט דערויף. אבער די מעסעדש וואס קומט ארויף איז אז עלטערן האלטן זייערע קינדער אומוויסענד וועגן רעליגיע, הערט זיך זייער נישט גוט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
פארשפארט