ראש השנה - דער פאַרהאַנקעטע שופר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

ראש השנה - דער פאַרהאַנקעטע שופר

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר האלטן אין די טעג פון פרשת נצבים וואס געפאלט שטענדיג סמוך ונראה צום גרויסן הייליגן יום טוב ראש השנה וואס דערנענטערט זיך צו אונז מיט שנעלע טריט. וואס פארשטייט זיך אז יעצט איז די צייט עוסק צו זיין אין הכנה צום גרויסן יום טוב, און זיך מתבונן זיין אביסל אין די מהות פון די געוואלדיגע הייליגע און דערהויבענע טעג, די ימי הרחמים והסליחות אין וועלכע מיר שטייען שוין.

אונזער פרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער וואס משה רבינו רעדט צו כלל ישראל, און ער זאגט זיי ווי פאלגענד: "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" איר שטייט אלע דא היינט פארן אייבישטער, און ווי רש"י זאגט אז משה רבינו האט טאקע צוזאמגעברענגט גאנץ כלל ישראל אינאיינעם פאר זיין הסתלקות פון די וועלט, און ער רעכנט אויס ווער עס געפונט זיך אלס דא, רָאשֵׁיכֶם, שִׁבְטֵיכֶם, זִקְנֵיכֶם, וְשֹׁטְרֵיכֶם, כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל, עס זענען זיך צוזאמגעקומען יעדער פון גרויס ביז קליין, אנגעהויבן פון די הויפטן און די זקנים פון כלל ישראל, און אינעם קומענדיגן פסוק איז ער ווייטער ממשיך, ווער נאך עס שטייט דא אלס מיט אלע אידן צוזאמען, טַפְּכֶם, נְשֵׁיכֶם, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ, די קינדער, די ווייבער, די גרים, און אפילו "מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ" די האלץ האקער און די וואסער טרעגער זענען אויך געקומען הערן דעם דבר השם.

אביסל ווייטער אין די פסוקים, ברענגט רש"י א מדרש אגדה, פארוואס קומט פרשת נצבים דא באלד נאך פרשת כי תבוא, וויבאלד אין פרשת כי תבוא האבן מיר געהאט די שטרענגע פסוקים פון די תוכחה, וואס דארט שטייט אויסגערעכנט אלע קללות און עונשים וואס וועלן קומען ח"ו אויב מ'פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין; איז ווען די אידן האבן געהערט די סך הכל פון די אכט און ניינציג קללות וואס ווערן דארט אויסגערעכנט, "הוריקו פניהם, ואמרו מי יוכל לעמוד באלו" זייער פענימער זענען ממש גרין געווארן פון שרעק, כלל ישראל איז געווארן דערציטערט הערנדיג די זאכן, זיי האבן געקלערט צו זיך ווער קען דאס דען ביישטיין, וויאזוי וועלן מיר האבן א קִיוּם מיט אזא שרעקליכע תוכחה. התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום, הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כלייה והרי אתם קיימים לפניו! דערפאר האט משה רבינו זיי געוואלט 'מפייס' זיין און בארואיגן אז זיי זאלן נישט אזוי מורא האבן, און ער האט זיי געזאגט "אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם" למעשה לעבט איר, איר זענט דא און איר שטייט נאך פארן אייבישטער, טראצדעם וואס איר האט שוין אזויפיל מאל געזינדיגט און דערצערנט דעם אייבישטער ח"ו, מיט דעם אלעמען האט ער אייך נישט פארלענדט און חרוב געמאכט, דאס איז א גוטע סימן אז איר קענט יא האבן א קִיוּם און איר דארפט נישט מורא האבן פון די תוכחה.

וואס לכאורה שטעלט זיך באלד די פראגע, וואס פאר א סארט 'פִּיוּס' איז דאס? אזוי בארואיגט מען א מענטש וואס האט מורא? לאמיר אנכאפן בדרך משל, להבדיל, ווען איינער האט מורא פון זיין שותף אין ביזנעס וויבאלד ער איז באגאנגען אן עוולה קעגן דעם שותף, וועט קומען איינער איהם בארואיגן "נעה, דארפסט זיך נישט זארגן, ווייל דו האסט איהם שוין בא'עוול'ט צען מאל, און ער האט זיך קיינמאל נישט אויפגערעגט, אויב אזוי שטייסטו גוט, ווייל ס'איז זיכער אז אויך יעצט וועט ער זיך נישט אויפרעגן אויף דיר"... פארשטייט זיך אז דאס איז גאנץ א שוואכע טרייסט, ווייל אדרבה, א מענטש שפירט ביי זיך היות איך האב איהם שוין אפגעטוהן אזויפיל מאל, און ביז היינט האט ער גארנישט רעאגירט, אפשר דאסמאל וועט עס אבער יא זיין די איינע מאל וואס איך האב שוין 'איבערגעצויגן דעם שטריקל', און אפשר היינט וועט ער זיך שוין יא אויפרעגן איינמאל פאר אלעמאל, איז וויאזוי דארף דאס אונז טרייסטן אז מיר האבן שוין אסאך מאל מַכעיס געווען דעם אייבישטער און ביז היינט האט ער אונז נישט געשטראפט מיט די תוכחה?.

און ווי מיר ווייסן, שטייט דאָך אין זוהר הקדוש, וואס אלע ספרים ברענגן דאס, אז אַתֶּם נִצָּבִים "הַיּוֹם" כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, היום גייט ארויף אויף ראש השנה, דער יום הדין אין וועלכע מיר שטייען אלע פאר השי"ת. אויב אזוי לאמיר זיך פארטיפן, און זיך מתבונן זיין וואס משה רבינו לערנט אונז דא, און מיט וואס איז עס נוגע צו אונזער היינטיגע עבודה אין די טעג פון ראש השנה.

איינס פון די הויפט מצוות היום וואס מיר זענען מקיים אין ראש השנה, איז די מצוה פון תקיעת שופר, א זאך וואס מיר הייבן שוין אָן אין די טעג פון חודש אלול. וואס כידוע דער שופר האט אין זיך גאר אסאך ענינים און טעמים, סיי בנגלה און סיי בנסתר, פארוואס מען בלאזט, און וואס די מצוה באדייט. ווי רבינו סעדיה גאון זי"ע רעכנט אויס צען טעמים, און מיר וועלן דערמאנען אין קורצן בלויז געציילטע פון זיי:

וויבאלד ראש השנה איז דער זמן פון תחלת הבריאה ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט, און אנגעהויבן צו קעניגן איבער די וועלט, און אין דעם טאג זענען מיר טאקע ממליך דעם אייבישטער. און אזוי איז די סדר ביי די מְלָכים אז ווען א נייער קעניג פאנגט אָן צו קעניגן, בלאזט מען מיט שופרות און טראמפייטערס צו לאזן וויסן פון זיין קעניגרייך. און דאס שטייט אין תהלים "בַּחֲצֹצְרוֹת וְקוֹל שׁוֹפָר הָרִיעוּ לִפְנֵי הַמֶלֶךְ ה'".

אדער צו דערמאנען דער קול שופר וואס איז געווען ביים בארג סיני, ווי ס'שטייט ביי מתן תורה "וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד", און אז מיר זאלן זיך מקבל זיין דאס זעלבע וואס אונזערע עלטערן האבן דעמאלטס מקבל געווען און געזאגט נעשה ונשמע.

נאך א טעם, ווייל מיטן הערן א קול שופר ווערט דער מענטש דערציטערט, ווייל דאס איז דער נאטור פון א שופר אז עס מאכט א מענטש ציטערן, ווי דער נביא זאגט (עמוס ג') אִם יִתָּקַע שׁוֹפָר בְּעִיר וְעָם לֹא יֶחֱרָדוּ. אדער כדי אונז צו דערמאנען דעם גרויסן יום הדין און אז מיר זאלן מורא האבן דערפון, ווי עס שטייט אין די פסוקים (צפניה א') קָרוֹב יוֹם ה' הַגָדוֹל... יוֹם שׁוֹפָר וּתְרוּעָה...

ווי אויך איז דא איין גאר באקאנטע טעם, וואס חז"ל ברענגן דאס אין גמרא, אז מיר בלאזן מיט'ן שופר כדי צו דערמאנען עקידת יצחק, וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען פארן אייבישטער, אזוי אויך זאלן מיר זיין גרייט אויף מסירות נפש פאר השי"ת, און אזוי וועלן מיר געדענקט ווערן צום גוטן פארן אייבישטער.

און ווי די גמרא זאגט טאקע אין מסכת ראש השנה (ט"ז.) אז דאס איז די טעם פארוואס מ'נוצט די שופר פון אן אַיִל, א ווידער, אמר רבי אבהו למה תוקעין בשופר של איל, אמר הקדוש ברוך הוא תקעו לפני בשופר של איל כדי שאזכור לכם עקידת יצחק בן אברהם, ומעלה אני עליכם כאילו עקדתם עצמכם לפני. וויבאלד נאך די מעשה פון עקידת יצחק שטייט אין די תורה וַיִּשָּׂא אַבְרָהָם אֶת עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה אַיִל אַחַר נֶאֱחַז בַּסְּבַךְ בְּקַרְנָיו וַיֵּלֶךְ אַבְרָהָם וגו' וַיַּעֲלֵהוּ לְעֹלָה תַּחַת בְּנוֹ, אז אברהם אבינו האט באמערקט דארט א ווידער, און ער האט גענומען אט דעם איל און עס מקריב געווען פאר א קרבן עולה אנשטאט זיין זוהן יצחק. און ווי רש"י ברענגט אין חומש וואס חז"ל דערציילן אונז, אז אברהם אבינו האט געהאט אזא השתוקקות צו טוהן דעם רצון השי"ת, און ווען דער מלאך האט איהם באפוילן אז ער זאל נישט שחט'ן יצחק, איז ער געלאפן מקריב זיין דעם איל מיט די גאנצע ברען און חשק, און ביי יעדע פרט וואס ער האט געטוהן האט ער מתפלל געווען און געזאגט "יהי רצון שתהא זו כאלו היא עשויה בבני, כאלו בני שחוט, כאלו דמו זרוק, כאלו הוא מופשט, כאלו הוא נקטר ונעשה דשן", ער האט זיך מְצַיֵיר געווען און פאָרגעשטעלט כאילו ער פירט זיין זוהן יצחק צו די שחיטה, כאילו ער שפריצט יעצט זיין בלוט, און אזוי ווייטער ביי יעדע פעולה, וויבאלד עס האט געברענט אין איהם די תשוקה און די רצון מקיים צו זיין דעם ציווי השי"ת, און דערפאר האט ער אלעס געטוהן "תַּחַת בְּנוֹ" ווי למשל ער טוט דאס יעצט מיט זיין אייגענעם קינד. און דערפאר באנוצן מיר זיך מיט'ן האָרן פון אן איל, כדי צו דערמאנען דיז כות פון עקידת יצחק. [וואס דא דארף מען אויך פארשטיין מיט וואס צייכענט זיך אויס דווקא די 'הארן' פונעם איל, און פארוואס דורך דעם דערמאנען מיר די עקידה, און נישט דורך סיי וועלכע אנדערע וועג וואס קען דערמאנען עקידת יצחק].

אבער איידער מיר זענען ממשיך ווייטער איז כדאי צו דערמאנען א באקאנטע משל וואס די ספרים הקדושים ברענגן בשם דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע, צו וואס דער ענין פון תקיעת שופר איז צוגעגליכן.

געווען איז אמאל א בן מלך, דער קעניג'ס איינציגסטע קינד, וואס איז פארכאפט געווארן אין געפענגעניש צו א ווייטע מדינה, וואו ער איז געווארן געהאלטן צווישן געמיינע פארברעכער און רויבער, ער איז געווען ארומגענומען מיט די ביליגסטע און ערגסטע סארטן פארשוינען, מיט זיי האט ער געלעבט, געוואוינט, און פארברענגט, און עס האט נישט געדויערט לאנג ביז דער קעניגליכער פרינץ האט צוביסלעך פארלוירן זיין אמאליגער געשטאלט, זיינע האָר זענען זיך צעוואקסן ווילד, זיינע קליידער זענען געווארן צוריסן, זיין פנים פארשווארצט, ער האט זיך אנגעהויבן אפצולערנען פון זיינע ארומיגע שכנים און זיך אויפפירן ווי זיי, בקיצור ס'איז שוין נישט געבליבן קיין זכר צום אמאליגן 'בן מלך' מיט זיין גאנצע פראכט און שטאלץ.

לאנגע יארן זענען פארביי, ויהי היום, און דאס קינד באמערקט אז עפעס אויסערגעווענליך קומט פאָר אין די געגענט, נאכן זיך נאכפרעגן איז ער געוואר געווארן אז זיין טאטע, דער גרויסער און שטארקער קעניג קומט צו גיין, און ער גייט אדורכפארן נישט ווייט פון וואו ער געפונט זיך. עס כאפט איהם אָן א בענקעניש צו זיין פאטער, די געגועים וועקן זיך אויף, און זיינע אינערליכע סטרונעס פון הארץ פאנגן אָן צו שפילן אין איהם, ער שפירט ווי ער האלט עס נישט אויס, יעצט איז די צייט, ער מוז זעהן פאר יעדן פרייז זיך דערנענטערן צו זיין טאטן און איהם זאגן אז דאס איז ער, זיין טייערע באליבטע בן יחיד וואס איז ליידער פארכאפט און פאַרוואָרפן געווארן אין די מרחקים,
יעצט איז די שאנס, ואם לא עכשיו אימתי.

אבער דער פרינץ גיבט זיך א קוק אָן און ער פארשטייט באלד אז די מצב טויג נישט, אויף דעם אופן ווי ער קוקט יעצט אויס, ווער וועט איהם דען גלייבן אז ער איז דער קעניג'ס א זוהן? ווער וועט איהם בכלל לאזן צוקומען נאנט צו זיין טאטע? ער זעהט דאָך אויס אזוי אפגעריסן און אפגעשליסן, ער איז ווייט נישט צום דערקענען פון זיין אמאליגן גלאץ און שיינקייט, ער זעהט אויס ווי א גאסן יונג, און נאך מער, ניטאמאל די שפראך האט ער געדענקט, וואס וועט ער זאגן פארן מלך און זיינע משרתים? וויאזוי וועט ער בכלל קענען עפענען זיין מויל און זאגן וואס ער וויל? ווער וועט איהם פארשטיין?

הכלל, דאס קינד האט זיך באררעכנט און געוואוסט אז ער האט נישט קיין צוויי ברירות, ער וועט מוזן געבן א געשריי, קוויטשן און שרייען אויפן קול, אָן קיין ווערטער, אָן קיין בקשות, אפשר אזוי וועט דער טאטע כאפן אז דאס איז ער, אפשר וועט ער דערהערן זיין רוף און דערקענען זיין קול... און דאס זענען אונזערע קולות אין ראש השנה, עס איז בלויז א קרעכץ און א שריי פון טיפן הארצן, תקיעה, שברים, תרועה, תקיעה, עס איז א רוף פון טיפן הארצן פון איד, עס איז א וויי געשריי וואס רופט אויס אונזער בענקעניש, אונזערע געגועים און געפילן צו אבינו שבשמים פון וועמען מיר האבן זיך ליידער אזוי דערווייטערט און פארקראכן במשך דעם יאר, אז מיר זענען שוין כמעט נישט צום דערקענען ח"ו, אבער מיר ווילן נאך אלס רופן, אונזער הארץ וויל אויסשרייען דעם קול אז מיר זענע נאך דבוק און מקושר צו השי"ת, מיר האבן נישט אינגאנצן פארגעסן, און מיר ווילן ממליך זיין דעם אייבישטער פון דאסניי.

נו, א משל פונעם בעל שם טוב איז דאָך הייליג און טיף, עס איז העכער פון אונזערע השגות, אבער מיר קענען זיך מתבונן זיין דערין, אויב אזוי פארוואס ראש השנה שטעלן מיר זיך נישט אוועק שרייען מיט'ן אייגענעם מויל, אזוי אז דער ליבליכער טאטע אין הימל זאל הערן 'אונזער' קול, ער זאל דערקענען אונזער געשריי און זיך מרחם זיין אויף אונז? פארוואס באנוצן מיר זיך מיט'ן שופר כדי צו שרייען און רופן דעם טאטן אין הימל?.

נאר לכאורה ליגט דא גאר גרויסע און לעכטיגע יסוד, וואס וועט אונז באלייכטן און צוגעבן א טעם אין די פנימיות פון מצות תקיעת שופר.

לאמיר צוריק גיין צו די מעשה העקידה ווען אברהם אבינו איז געגאנעגן און מקריב געווען דעם איל אנשטאט זיין זוהן, לאמיר זיך א מינוט אפשטעלן און זעהן וואס עס האט זיך דארט אפגעשפילט: די תורה הקדושה דערציילט אונז אז אברהם אבינו הייבט אויף זיינע אויגן, און באמערקט דעם איל ווי עס איז "נֶאֱחַז בַּסְבַךְ בְּקַרְנָיו" דאס הייסט אז דער ווידער איז געווען פארטשעפעט מיט זיינע הערנער צווישן די צווייגן פון די ביימער, און אברהם אבינו האט געדארפט גיין און עס ארויסשלעפן פון דארט. פארוואס האט דאס פאסירט? ברענגט רש"י, "שהיה רץ אצל אברהם, והשטן סובכו ומערבבו באילנות" בעצם איז דער איל געלאפן צו אברהם אבינו און געוואלט אז אברהם אבינו זאל איהם מקריב זיין פאר א קרבן, וויבאלד דער איל איז באשאפן געווארן פאר דעם צוועק. אבער דער שטן האט נישט געלאזט, דער שטן איז געלאפן אין די לעצטע מינוט און פאַרהאַנקעט די הערנער פונעם איל אין די ביימער, אזוי אז ס'זאל אנקומען נאך אביסל שווערער פון אברהם איהם צו דערגרייכן, נאך א שטרויכלונג אין זיין וועג.

אז מ'טראכט אריין דערין קומט אויס אז דאס אליינס איז געווען נאך א באזונדערע און געוואלדיגע מעשה מסירות נפש פון אברהם אבינו. אברהם אבינו האט דעמאלטס געהאלטן נאך די גרעסטע נסיון אין זיין לעבן, ער האט ארויפגעלייגט זיין איינציגסטע און באליבטע זוהן אויפן מזבח און איז געווען גרייט איהם צו שֶׁחט'ן אָן צו פרעגן קיין קושיות און אָן צו מהרהר זיין אויפן אייבישטער. ער האלט שוין נאך די נסיון און ער וויל מקריב זיין א בהמה, א פשוט'ע קרבן פאר השי"ת, אבער ניין, דער שטן איז נאך נישט פארטיג, יעצט גייט ער מאכן שווער, ער איז דא מיט א פרישע טאקטיק פון נֶאֱחַז בַּסְּבַךְ בְּקַרְנָיו, אדרבה, זאלסטו ארבעטן שווער כדי עס צו קענען ארויסשלעפן און אויפמאכן פון די צווייגן... מיר וואלטן אלע גוט פארשטאנען און מיטגעפילט, אויב אברהם אבינו וואלט דעמאלטס אויפגעהויבן די אויגן צום הימל מיט א קרעכץ פון ייאוש, און וואלט געפרעגט "רבונו של עולם, באמת? דער שטן האט נישט בעסער וואס צו טוהן נאר מיך צו קומען שטערן? און נאכדערצו יעצט נאכן ביישטיין אזא נסיון פון די עקידה, דאס קומט זיך מיר יעצט?, וואס נאך ערווארט מיך אלס?"... ער האט אדורכגעמאכט אזויפיל נסיונות, אזא לאנגע וועג ביז אהער, און דא ווייזט דער שטן אז ער איז ווייט פון פארטיג! ער האט נאך גענוג און נאך מיט וואס צו פייניגן אברהם אבינו.

אבער אברהם אבינו גיבט נישט אויף, ער רעדט זיך נישט אפ, וַיֵּלֶךְ אַבְרָהָם, וַיִּקַּח אֶת הָאַיִל, אברהם אבינו גייט מיט געדולד, ער בינדט אויף דעם איל פונעם פלאץ וואו ער איז פארהאנקעט אינעם בוים, וַיַּעֲלֵהוּ לְעֹלָה תַּחַת בְּנוֹ, און ער איז ווייטער ממשיך זיין עבודה מיט די זעלבע ברען און חשק, און ער ווארפט נאך אריין א תפילה אז ס'זאל זיין חשוב אין הימל כאילו ער איז יעצט מקריב זיין זוהן.

טייערע אידן, אט דאס סימבאלאזירט דער 'האָרן'; פונעם איל, נישט בלויז די מעשה העקידה, נאר די מסירות נפש און עבודת השי"ת וואס איז געקומען נאכן עקידה! אברהם אבינו האט אונז געוויזן מיט'ן שטיין און ארויסשלעפן די הערנער פונעם איל, אז א עובד ה' גיבט קיינמאל נישט אויף! ער מעסט נישט אויב ער האט שוין יוצא געווען אדער נישט, ער טראכט נישט אויב ס'קומט זיך איהם אזא נסיון אדער נישט, ער טראכט נישט פון זיך. פינטל! ער איז דא בלויז פאר איין צוועק, צו טוהן וואס השי"ת פארלאנגט פון איהם יעצט, און ער מאכט נישט קיין שום חשבונות! און אפילו ווען ער האט אלע רעכטן אויפצוגעבן און זיך מייאש זיין חס ושלום, גייט ער ווייטער און ער טוט וואס דער אייבישטער וויל פון איהם. איי דער שטן לייגט אונטער שטיינדלעך און שטרויכלונגען אין וועג? דאָך ווערט ער נישט נתפעל דערפון, זאל זיין וואס זאל זיין, ער שטייט ווייטער געטריי צו דינען דעם אייבישטער, וּמָצָאתָ אֶת לְבָבוֹ 'נֶאֱמָן' לְפָנֶיךָ! ער פארלאזט נישט זיין אמט און זיין תפקיד אין קיין שום מצב, אפילו נאך די שווערסטע נסיונות ווען ער האט געהאפט אז עס גייט זיך שוין ענדיגן, און דערווייל קומט דער שטן און פארדרייט איהם א קאפ מיט נארישע פראבלעמען און מוטשענישן.

וועלן מיר אודאי מיינען אז דאס איז א העכערע סארט עבודה וואס געהערט נאר צו אברהם אבינו און זיינס גלייכן... ניין! מיר אלע טוען כסדר באווייזן אזא גבורת הנפש, מיר אלע קענען גיין אין די זעלבע פיסטריט ווי אברהם אבינו... ווער? איך? ווי קום איך אפילו נאנט צו א ברעקל פון אזא מסירות נפש? ווי האב איך בכלל א שייכות צו אזא געוואלדיגע עקידת יצחק?

דער תירוץ איז אבער, אז ביי אונז קליינע מענטשן, אין אונזער וועלטל, דארף מען אויך כסדר צוקומען צו מסירות נפש ממש, יא ס'איז טאקע ווייט כרחוק מזרח ממערב פון אברהם אבינו'ס דעמאלטסדיגע מסירות נפש, אבער ס'איז פאָרט די זעלבע געדאנק. ווען א איד היינטיגע צייטן, ווען אלעס איז ליידער קאלט און פרעמד, ער איז טרוד א גאנץ יאר על המחיה ועל הכלכלה, ער איז פאַריאָגט און פאַרפּלאָגט, ער גייט זיך אדורך זיינע עשר נסיונות ברוחניות ובגשמיות, און עס קומט צו גיין די סליחות טעג, די גרויסע און הייליגע ראש השנה, קען איהם אנכאפן אזא סארט ייאוש געפיל, רבונו של עולם, איך האב שוין פראבירט פאַריאָר, איך האב זיך שוין אונטערגענומען, איך האב שוין תשובה געטוהן, איך האב זיך באמת געוואלט טוישן און צוגעזאגט צו ווערן בעסער, און נישט נאר לעצטע יאר, נאר צוויי יאר צוריק אויך, און דריי יאר, און פינף יאר, און צען יאר צוריק, און ליידער בין איך נאך אלס וואו איך בין, איך בין נאך אלס פאַרהאַנקעט און פאַרפלאָנטערט אין מיינע נסיונות און שוואכקייטן, חטאתי עויתי ופשעתי, איך האב שוין אזויפיל געזינדיגט און זיך אזויפיל דערווייטערט, וואס פאר א פשט האט בכלל אז איך זאל קומען צו גיין נאָכאַמאָל און זיך שטעלן דאווענען און בעטן מחילה סליחה און כפרה אויף מיינע מעשים; איך ווייס דאָך יא דעם אמת ווי ווייט איך בין שוין פארקראכן, איך ווייס דאָך יא אז עס איז גאר שוואכע שאנסן אז איך וועל זיך באמת טוישן און אז מיין נייע יאר וועט אויסזעהן בעסער ווי די פאַריעריגע...

עס קען אנכאפן א ייאוש פארן מענטש צוליב זיין שְׁפַל-המצב, צוליב זיין נידריגקייט און דערווייטערטקייט, און ער וואלט געקענט פראבירן צו אנטלויפן פון די גאנצע זאך ח"ו, וואס טויג מיר די ראש השנה און די סליחות, פארוואס רעד איך זיך בכלל איין אז מיין דאווענען און מיין האלב-אפגעריסענע תשובה איז עפעס חשוב און ווערד; אבער דאָך שטארקט זיך דער איד און ער קומט אין שול אריין, ער איז יא גרייט זיך אנצושטרעגנן, ער איז יא גרייט אפצורעכטן א ראש השנה פארן אייבישטער, אפשר דאָך וועט מען זיך מרחם זיין אויף איהם פון הימל, אפשר היי יאר וועט איהם יא געלונגען צו מאכן א שטיקל שינוי לטובה און אנהייבן צו שטייגן אביסל העכער. דער איד עפנט א סליחות און גיבט א קרעכץ, ער שטייט ביי תקיעת שופר און פראבירט מיט אלע כוחות אפשר וועט ער דאס יאר יא ממליך זיין קודשא בריך הוא ווי עס דארף צו זיין און ווערן אביסל אן עבד ה'. דאס איז דאָך א קליינע בחינה פון מסירות נפש פון אונזער זייט! יא, ריכטיג אז ס'איז טאקע טויזנטע מיילן ווייט פון די מסירות נפש פון אברהם אבינו. אברהם אבינו האט געהאלטן נאכן ביישטיין די גרעסטע און שווערסטע נסיונות, און נאכדעם האט ער זיך נישט מייאש ווען ס'איז געקומען צו גיין ווייטערדיגע קליינע נסיונות און מכשולות אין זיין וועג, און מיר האלטן נאך 'פאר' אלעם, אונזערע ייאוש געפילן שטאמען פון נידריגקייט, פון דערווייטערטקייט, פון דעם וואס מיר שפירן ליידער נישט קיין טעם אין תורה און מצוות, מיר שפירן נישט קיין טעם אין עבודת השי"ת, און מיר שפירן נישט קיין דערהויבנקייט אינעם ראש השנה, אבער צו דען איז דא א גרעסערע נחת רוח אויבן אין הימל ווען מ'זעהט ווי דער אידעלע קומט צו גיין, טראץ זיין גאנצע דערווייטערטקייט, טראצדעם וואס ער שפירט ליידער נישט קיין טעם, און טראצדעם וואס ער איז שוין אזויפיל מאל אדורכגעפאלן און זיך נישט פארבעסערט, אבער דאָך ער איז דא! ער איז געקומען צו גיין! ער גייט פראבירן ממליך צו זיין דעם אייבישטער און טוהן וואס דער באשעפער פארלאנגט פון איהם, אין הימל איז דאס חשוב כעולה וכקרבן, און דאס איז ממשיך די עבודה פון מסירות נפש וואס אונזער זיידע אברהם אבינו האט אונז געלערנט אז מ'גיבט קיינמאל נישט אויף, אפגעזעהן אויב מ'האלט שוין גאר ווייט און טיף אריין אין עבודת השי"ת, אדער פארקערט, מ'שטייט נאך אינדרויסן און מ'האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן, אבער איין זאך איז זיכער, א איד א עבד ה' איז זיך נישט מייאש, ער ציט נישט צוריק און ער לויפט נישט אוועק, ער קוקט נישט אויף זיך און אויף זיין מצב, ער קוקט בלויז ארויף צום טאטן אין הימל און וויל איהם פאלגן און צופרידנשטעלן.

ווי לעכטיג און זיס ווערט יעצט די באדייט פון די ווערטער וואס משה רבינו זאגט צו כלל ישראל, אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' - הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כלייה והרי אתם קיימים לפניו! וואס בפשטות קוקט עס אויס ווי א טרייסט אז ער איז מחזק כלל ישראל, גיבט א קוק איר האט שוין אזויפיל מאל געזינדיגט און דאָך זענט איר דא און איר עקזיסטירט נאך... אבער לויט ווי מיר דערהערן יעצט, שטייט דא אסאך טיפער פון דעם! משה רבינו זאגט פאר די אידן, טייערע אידן, אשריכם ישראל, גיבט א קוק אז נאך די אלע תוכחה און נאך די אלע קללות ברוחניות ובגשמיות, אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם! איר זענט נאך אלס געקומען און זיך געשטעלט פארן אייבישטער, איר זענט נישט אנטלאפן און איר זוכט זיך נישט ארויס צו דרייען, איר זענט געקומען, נִצָּבִים, איר האט זיך געשטעלט ווי עבדי ה' וואס ווילן טוהן דער רצון פון אבינו שבשמים, אויב אזוי איז דאס די גרעסטע נחמה און טרייסט! ווייל דאס איז מעורר די גרעסטע אהבה און רחמים אין הימל, ווען דער רבוש"ע זעהט ווי זיינע געטרייע קינדער קומען איינמאָל און נאָכאַמאָל מיט א מסירות נפש, אפילו ווען עס גייט זיי שווער, אפילו זיי פארשטייען נישט, זיי פילן נישט, אבער זיי זענען געטריי, וּמָצָאתָ אֶת לְבָבוֹ נֶאֱמָן לְפָנֶיךָ! מיר קומען מיט א נאמנות און מיט א ערליכקייט.

און אפשר פארדעם שרייט נישט דער איד מיט זיין אייגענעם קול ראש השנה, ווי מיר האבן פריער מדייק געווען, פארוואס נוצן מיר דעם שופר?, ווייל מיר ווייסן און אנערקענען אונזער שוואכקייט, מיר ווייסן אז מיר קומען נישט מיט שטאלץ, מיר זענען נישט קיין צדיקים און קדושים, לֹא בְחֶסֶד וְלֹא בְמַעֲשִֹים בָּאנוּ לְפָנֶיךָ, מיר האבן ליידער נישט אפגעראכטן אזא שיינע יאר ווי עס דארף צו זיין, און מיר רעדן זיך נישט איין קיין איין מינוט אז השי"ת איז אונז עפעס שולדיג אדער אז ער קומט אונז עפעס, און מיר זענען בכלל נישט פארזיכערט אז ער וויל הערן אונזער קול, אדרבה, מיר קומען מיט בושה און הכנעה, מיר זענען זיך אינגאנצן מבטל, ניטאמאל שרייען מיט'ן אייגענעם קול ווייל מיר שעמען זיך דערמיט, מיר שעמען זיך מיט וויאזוי מיר קוקן אויס, און מיר האבן מורא אז אפשר האבן מיר זיך שוין צופיל דערווייטערט ח"ו. נאר מיט'ן קול שופר, מיט דעם קומען מיר צו גיין, מיר קומען בעטן אין זכות פון אברהם אבינו, אין זכות פון זיין מסירות נפש און ליבשאפט צו השי"ת, און אין דעם איז נכלל אין איינוועגס אויך א לימוד זכות אויף אונזער אייגענע מסירות נפש מיט'ן קומען און זיך שטעלן ראש השנה פארן הייליגן בורא.

ווי אויך דינט דער שופר אלס א שטיקל מליץ יושר אויף אונז, מיר זענען מרמז דערמיט אז דאס וואס מיר זענען ליידער אזוי דערווייטערט א גאנץ יאר, דאס איז אלעס נאר צוליב דעם וואס דער שטן קומט טאקע און 'פאַרהאַנקעט' אונז און פארדרייט אונז מיט זיינע נסיונות און מכשולות, אבער בפנימיות זענען מיר וואויל, מיר ווילן אלע זיין גוט, וְהָא ראיה ווייל מיר קומען צו גיין, מיר פראבירן נאָכאַמאָל דאס יאר צו ווערן בעסער און שטייגן העכער.

און דאס איז די גרעסטע 'מלכיות' וואס מיר קענען נאר ארויסווייזן פאר השי"ת, מיט דעם וואס מיר שטעלן זיך אום ראש השנה מיט'ן מחזור און מיט'ן שופר און מיט אונזערע בקשות און תחנונים, מיר דרייען זיך נישט ארויס און מיר זענען זיך נישט מייאש, דאס ווייזט ווי ווייט מיר זענען מקבל אויף זיך עול מלכות שמים ממש מיט א בחינה פון מסירות נפש. אַתֶּם נִצָּבִים "הַיּוֹם" כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, טאקע אום ראש השנה ווי דער זוהר הקדוש זאגט, ווען יעדער איד אין יעדע מצב קומט צו גיין זיך שטעלן פארן אייבישטער און אפרעכטן א עבודה פון ראש השנה, ביז צום לעצטן און שוואכסטן איד, ביז דער חֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שֹׁאֵב מֵימֶיךָ, מיר קומען צו גיין טראץ אונזערע שוואכקייטן און טראץ אונזערע טרדות און פראבלעמען בגשמיות וברוחניות, דאס אליינס שרייט ארויס אז מיר זענען ממליך דעם אייבישטער אויף אונז, און דאס וועט מעורר רחמים זיין אויף אונז אלע אין הימל און ברענגן פאר אונז א שנה טובה ומתוקה, א זיס לעכטיג יאר אין אלע ענינים, און א שנת גאולה וישועה בגשמיות וברוחניות, אמן כן יהי רצון.

א לעכטיגע שבת און א גוט יום טוב
א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

באניצער אוואטאר
שעצונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 3:50 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך שעצונג »

:גוווט: געוואלדיג!!

אינהאלטסרייך און געשמאק
כלל ישראל וועט קיינמאל נישט פארגעסן דעם איראנער פרעזידענט מאחמוד אחמאדינעזשאד יר״ה וואס פלעגט אוועקגעבן זיינע טייערע צייט זייענדיג איראנער פירער און אנגעפירט מיטן מלחמת השם בעמלק און געקעמפט קעגן אונזערע פיינט - די ציונים ימ״ש.
פארשפארט