דעמאקראט, רעפובליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

מען ליינט כסדר אין די צייטונגען וואס עס טוט זיך אפ אין די פאליטישע וועלט, ווען אין וואשינגטאן ראנגעלט מען זיך ארום איבער כל מיני פראבלעמען און מען הערט כסדר אז די רעפאבליקענס טוען אזוי און די דעמאקראטן שטעלן זיך אקעגן, און אז אבאמא איז א שטארקער ליבעראלער וואס קען זיך שווער אויסקומען מיט א פארפיינטעטן רעפאבליקען קאנגרעס, און דא האלט מען פאר די וואלן און די שאלה דערווייל איז ווער איז גענוג קאנסערוואטיוו אז ער זאל זיין ראוי צו ווערן דער נאמינירטער פרעזידענט קאנדידאט פון די רעפאבליקען פארטיי.
ביי אונז חסידישע אידן ווייסט מען צו זאגן אז די תורה פארלאנגט אז מען זאל זיין קאנסערוואטיוו געשטימט ווייל זייערע מיינונגען איז די נענטסטע אויסגעהאלטן על פי תורה. מען וועט אויך נישט פארגעסן אריינצורוקן אין דעם אבאמא וואס מאכט ממש חרוב דאס אמעריקאנע פאלק און אמעריקע בכלל.
איך קען שווער נאכשרייבן די אלע שטותים וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף די ליבעראלן בכלל און פרעזידענט אבאמא בפרט, און בחדא מחתא זיך פרייען מיט די געלטער וואס טאקע דער טיפש אבאמא האט אריינגעשטופט פאר די פוד סטעמפס געניסער, און אויך די איבעריגע פאר דאלער וואס קומט צו פארדאנקען דעם פרעזידענט וואס האט שטארק גע'שתדל'ט אריינצורוקן אין די ענדע יאר טעקס רעטורן פאר די אידעלעך וואס האבן גאר ווינציג אריינגעצאלט אינעם סיסטעם...
דער נושא פארוואס מיר אידן זענען עפעס אזוי שטארק קאנסערוואטיוו געשטימט איז אזא וואס מען קען דערפון ארומרעדן אסאך, אבער איך וויל ענדערש אנהייבן דעם שמועס מיט באשרייבן וואס די נפק"מ צווישן די פארטייען און זייערע אנשויאונגען זענען. דערנאך וועט מען אריבערגיין און זען אויב איז טאקע ריכטיגער פאר אונז אידן צו זיין מער קאנסערוואטיוו געשטימט.
דיסקלעימער, איך בין א שטארקער ליבעראלער שטיצער און געשטימט פאר אבאמא און אזוי טו איך געווענליך שטיצן די דעמאקראטישע פאליטישאנס.
המשך יבוא.
ביי אונז חסידישע אידן ווייסט מען צו זאגן אז די תורה פארלאנגט אז מען זאל זיין קאנסערוואטיוו געשטימט ווייל זייערע מיינונגען איז די נענטסטע אויסגעהאלטן על פי תורה. מען וועט אויך נישט פארגעסן אריינצורוקן אין דעם אבאמא וואס מאכט ממש חרוב דאס אמעריקאנע פאלק און אמעריקע בכלל.
איך קען שווער נאכשרייבן די אלע שטותים וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף די ליבעראלן בכלל און פרעזידענט אבאמא בפרט, און בחדא מחתא זיך פרייען מיט די געלטער וואס טאקע דער טיפש אבאמא האט אריינגעשטופט פאר די פוד סטעמפס געניסער, און אויך די איבעריגע פאר דאלער וואס קומט צו פארדאנקען דעם פרעזידענט וואס האט שטארק גע'שתדל'ט אריינצורוקן אין די ענדע יאר טעקס רעטורן פאר די אידעלעך וואס האבן גאר ווינציג אריינגעצאלט אינעם סיסטעם...
דער נושא פארוואס מיר אידן זענען עפעס אזוי שטארק קאנסערוואטיוו געשטימט איז אזא וואס מען קען דערפון ארומרעדן אסאך, אבער איך וויל ענדערש אנהייבן דעם שמועס מיט באשרייבן וואס די נפק"מ צווישן די פארטייען און זייערע אנשויאונגען זענען. דערנאך וועט מען אריבערגיין און זען אויב איז טאקע ריכטיגער פאר אונז אידן צו זיין מער קאנסערוואטיוו געשטימט.
דיסקלעימער, איך בין א שטארקער ליבעראלער שטיצער און געשטימט פאר אבאמא און אזוי טו איך געווענליך שטיצן די דעמאקראטישע פאליטישאנס.
המשך יבוא.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
נאכן לייגן דעם אשכול האט מיר איינער אריינגעשיקט אז ערגעץ וואו האט מען שוין גערעדט וועגן אונזערע אידעלעך וואס זענען שומע לקחו פון ראש לימבאו, האב איך געמאכט א זוך און אנגעקומען צו דעם אשכול ווי אונזער חשובער מעמבער ר' חיים נחום שליט"א האט שיין צולייגט דעם ענין. אט זענען זיינע פערל ווערטער וואס האבן א שייכות צום נושא וואס איך וויל ארומרעדן:
די נייע מאדע פון באזירן אונזערע שטימען לויט די "מאראלישע" איבערצייגונגען פון א קאנדידאט, נעמט נאר אן העכערע שטיפעס, און עס לייגט זיך ממש נישט אויפ'ן שכל. איך מיין אז דאס איז נאך א רינגעלע אין דעם קייט פון דער חרדישער איבערוואנדערונג צו דער קאנסערוואטיווער לאגער אין די לעצטע יארן, א דאנק כ"ק משפיע דורינו, מוה"ר ראש לימבא שליט"א.
עס איז א טעות צו טראכטן אז מיר דארפן אריינשטעלן קאנדידאטן אין דער רעגירונג וועלכע פּרעזענטירן אונזערע דעות און די ווערטן פון תורה ומצוות. עס זענען אפילו געווען פעלער ווען די רבנים האבן געהייסן שטימען פאר נישט-אידישע קאנדידאטן קעגן שומרי תורה ומצוות. עס פארשטייט יעדער אז א שומר תורה ומצוות האט גרעסערע שאנסן אז זיינע געזעצן וועלן זיין אין איינקלאנג מיט דער תורה, דאס איז אבער קיינמאל נישט געווען דער וועג וויאזוי מען האט געקליבן קאנדידאטן פאר סעקולערע רעגירונג פּאסטנס – אלעס איז געווען געוואנדן איבער וויפיל די חרדי'שע קאמיוניטי וועט אין פּראקטיק נהנה זיין פון אים. גארנישט מער.
עס פעלט זיך נאר אויס ארומצוקוקן אויף די חרדי'שע וועטעראן-עסקנים וועלכע זענען אלע לאנגיעריגע רעגיסטרירטע דעמאקראטן.
עס האט אונז אויך קיינמאל נישט אינטערעסירט צי די קאנדידאטן שטיצן געזעצן וועלכע זענען מתיר איסורי דאורייתא – אפילו אויב זיי זענען פון די שבע מצוות בני נח. האט איר שוין אמאל געהערט א טענה אויף א קאנדידאט אז מען טאר נישט שטימען פאר אים ווייל ער איז קעגן א געזעץ וואס פארבאט דאס סערווירן לעבעדיגע "לאָבסטער" ווייל דערמיט איז מען עובר איינע פון די שבע מצוות בני נח – אבר מן החי?...
דאס איז עס. מיר לעבן אין א מדינה וואס ווערט נישט געפירט דורך אידן, ניטאמאל דורך רעליגיע – וואס דאס איז דאך די סיבה פארוואס אידן קענען – פונקט ווי להבדיל אנדערע – פּראקטיצירן זייער רעליגיע אן קיין שטער, די איינציגסטע קריטעריאנען וויאזוי מיר קענען מעסטן א קאנדידאט איז ווי גוט ער איז פאר אונזערע טאג-טעגליכע אינטערעסן.
*
מענטשן מאכן א טעות ווען זיי מיינען אז די דעמאקראטישע פּארטיי באשטייט פון אפּגעריסענע אימיגראנטן, בעטלערס, ליידיגגייער, נידריגע, שמוציגע און אוממאראלישע עלעמענטן, בעת די רעפּובליקאנער פּארטיי באשטייט פון די העכערע קלאס, די אריסטאקראטן, רייכע, באזעסענע, אינטעלעקטואלן, און מענטשן וועלכע האבן מאראלישע גדרים.
דער אמת איז אבער זייער ווייט פון דעם. רוב אינטעלעקטואלן זענען דווקא ליבעראלן, בעת די קאנסערוואטיוון באשטייען מערסטנס פון פארביסענע פונדאמענטאליסטישע קריסטליכע ראדיקאלן.
בעת עס אמת אז די קאנסערוואטיוון זענען קעגן דאס וואס מ'רופט "חוקי תועבה", איז דאס אבער נישט ווייל זיי האבן א לויטערע אנערקענונג אין די מענטשליכע מאראלישע פליכטן, זייערע חושים זענען נישט אויסגעשארפט צו האבן א געפיל פאר מאראל, אלע זייערע אידעאלאגיעס שטאמען אפּ פון זייערע רעליגיעזע לערעס וואס ווערן געפּרעדיגט אין די קירכעס, און דאס ווילן זיי ארויפצווינגען אויף דער גאנצער באפעלקערונג.
גרויסע טיילן פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג ווערן געטריבן מיט עקסטרעמע שיטות וועלכע זאגן אז די גרינדונג-טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען קריסטן און טראצדעם וואס זיי האבן געגרינדעט א מדינה וועלכע איז אומאפּהענגיק אין רעליגיע האבן זיי אבער געוואלט אז די קריסטנטום זאל זיין דאמינירנד אין אלע אספּעקטן פון געזעץ!
עס איז איבריג ארויסצוברענגען וואס עס מיינט פאר די אידן אז פּערשוינען וועלכע טראגן זיך ארום מיט אזעלכע ווילד-שעדליכע געדאנקען זאלן קומען צו דער מאכט אין אונזער מדינה. צי איז גוט פאר אונז צו האבן א פּרעזידענט וואס מאכט זיינע באשלוסן לויט ווי עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז ג-ט האט אים באפוילן?... יא, צי איר ווילט גלייבן צי נישט, איז דאס איינער פון די טעמים וואס דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אנגעגעבן פאר דער מלחמה אין איראק. און בוש איז נישטאמאל אזא ראדיקאלער ווי אנדערע קאלעגע קאנסערוואטיוון.
וואס וועלן די אידן טאן אז איין אזא עקסטרעמיסטישער פּרעזידענט וועט "הערן" פון ג-ט אז ער דארף ענג מאכן די אידן צוליב דעם וואס זיי האבן גע'הרג'עט דעם אותו האיש? יא, אוודאי, מיר לעבן אין א דעמאקראטישער מדינה, א צו-גירוש וועט ער נישט קענען – האפנטליך – ארויסגעבן, דארפן מיר אבער אז א פּרעזידענט זאל זיך ארומטראגן מיט אזעלכע געדאנקען? צי וואלט אזא פּרעזידענט גערירט געווארן פון די טרערן פון א חסיד'ישן רבי'ן און באפרייט אידן פון תפיסה-טערמינען?
די נקודה איז אזוי, עס איז אמת דער פאקט אז די קאנסערוואטיוון זענען – פּונקט ווי אונז, להבדיל – אויך רעליגיעז, און האבן פארשידענע ענליכע שיטות ווי מיר פארמאגן. אבער אין פּראקטיק לוינט זיך בכלל נישט פאר אונז אז זיי זאלן שאפן געזעצן לויט זייערע איבערצייגונגען, ווייל נישט אלעס פון זייערע שיטות איז צו אונזער געשמאק, מילד גערעדט.
א גוטע ביישפּיל צו דעם איז דאס אז דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אפּגעשטעלט די רעגירונג-פאנדן פאר "סטעם-סעל ריסויטש", א וויסנשאפט וואס קען מעגליך היילן צענדליגער שווערע מחלות, און איז אין די שטארקע אינטערעסן פון דער גאנצער באפעלקערונג אריינגערעכנט דאס יהדות החרדית. די סיבה וואס בוש האט אנגעגעבן: "עס איז אוממאראליש." וואס איז אבער פּרעזידענט בוש'ס קנה-מידה וויאזוי צו מעסטן אזא אבסטראקטיווע באגריף ווי מאראל? תורת יאשקע!
מה לנו ולהם? צו וואס זאלן מיר זיך אידענטיפיצירן מיט אזעלכע וועלכע מיינען נאר זיך און זייערע שמייליגע לערעס וואס זענען טאקע צומאל ענליך צו להבדיל א"א הבדלות דעם דעת תורה, אבער זענען פיל מאל אין פולן קאנטראסט און קעגן אונזערע אינטערעסן, און דאס איז אלעס אין דער צייט וואס אין פּראקטישן זין בענעפיטירן מיר טאג-טעגליך פון די ליבעראלע מאראלישע איבערצייגונגען וועלכע ברענגען אונז די שטאטישע פּראגראמען צו וועלכע א גרויס חלק פונעם יהדות החרדית איז ליידער אנגעוויזן.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
איך בין גאנץ ניי אין פאליטיק, איך האלט נאר מיט פון סעפט. 11. אזוי האביך אפגעלערנט ביידע פארטייען.
די דעמאקראטן שטעלן זייערע פאליטיק פאר די נאציאנאלע זיכערהייט פונעם לאנד. די דעמאקרטן האבן געשטעלט שטיינער אין וועג פון בוש אלץ נאר פאר פאליטיק צי זאל עס זיין וואטערבארדינג, איווס-דראפינג (אונטעהערן), די פאטריאט אקט (וואס בוש האט דורכגעפירט נאך 11/9) אא"וו.
דער נ.י. טיימס וואס ארבעט פאר די דעמאקראטן האט געבראבן כסדר שלעכטע נייעס אין איראק צו די פרייד פון די דעמאקראטן וואס האבן זיך צוגעכאפט צו יעדן באריכט אבי אפצוטוהן און אינטערברענגען בוש, דער טיימס האט געבראכן די אבו-גאריב טורמע נייעס און געלאזט לויפן 18 רעפארטאדזשן אויף זייער פראנט זייט! דאס אז די אבו גראב מעשה האט אפגעקאסט אמעריקאנער בלוט איז זיי -און די דעמאקרטען- אנגעגאנגען א רעטעך, אבי ס'ברענגט אונטער בוש!
די דעמאקראטן זענען די וואס זארגן פאר די רעכטען פון פאטענציאנאלע טעראריסטן,- וואס און וואו איך האב נאר צאמגעלייענט און צאמגעהערט (נישט לימבאו) די יארן נאך 911 איז אלץ דער ליבעראל געווען אויף די טעראריסט זייט, אייביג פארענטפערט פארוואס אמעריקע איז ראנג און דער שונא נישט, איך געדענק נישט קיין סאך דיטעילס נאר דאס אז מיין בלאד פרעשער האט זיך געהויבן ווען א דעמ. האט זיך געעפענט דאס מויל. קיינמאל קיינמאל האביך נישט געהערט א רעפובליקאנער זאל אטאקירן א דעמאקראט אויף נעשענעל סעקיורעטי אישוס (ד.מ. ווען דער דעמאקראט האט געטון עפעס קעגן טעראריזם) די רעפובליקאנער זענען פארטייאיש אבער נאר ביז ס'קומט צו די זיכערהייט פון לאנד! זיי וועלן נישט זוכן צו בענעפעטירן אויב קומט דאס מיט א קאסט צו אמעריקעס נעשענעל סעקיורעטי אדער די מיליטער.
איך בין נישט קיין אידיאלאג, דערפאר קען איך זאגן אז אין א געוויסן זין איז יא בעסער אויב א פאטריאטישער דעמאקראט איז פרעזידענט, ווייל ווען אמעריקע האט א דעמאקראטישע פרעזידענט וואס זארגט זיך פארן לאנד וועט ער קענען טוהן זאכן וואס פאר א רעפוליקאנער איז שווער צו טוהן. אבאמא ווערט נישט קריטיקירט פון זיין פארטיי ווען ער טוט א גוטע זאך ווייל אבאמא אידאך א דעמאקראט, און די רעפובליקאנער קריטיקירן אויך נישט ווייל זיי האבן מער ליעב זייער לאנד אווי זיי האבן פיינט אבאמא און דער נ.י. טיימס קריטיקירט אויך נישט ווייל אבאמא (און אזוי יעדער דעמאקראט) אידאך זייער ליבלינג!
ערגעץ איז לעצטענס געווען באשריבן וויזוי אבאמא באקומט א "פעס" פונעם "טיימס" פאר זאכן אויף וואס בוש איז ארינטערגעריסן געווארן!! איינער הערט נאך היינט וועגן איווס-דראפינג ? ס'גייט נאך אן! פאטריאט עקט ? ס'גייט נאך אן! גיטמא ? גייט נאך אן! איין חילוק נאר... אבאמא איז פרעזידענט סוי אלעס איז גין גאלד!!
בעסער וואלט אבער געווען ווען מ'קען האבן א רעפובליקאנער פרעזידענט וואס שרעקט זיך נישט פאר די ליבעראלע מידיע!!! גינגרידזש וואלט לכאורה געווען אזא סארט.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
ווי דו, זר זהב, האב איך זיך אנגעהויבן באקענען מיט דער פאליטישער וועלט נאך (און מסתמא אדאנק) 9-11. איך גלייב נישט אז סאיז פאראן איין ספעציפישער סיסטעם וואס ארבעט אייביג פאר יעדן. יעדע פארטיי האט עפעס וואס איז גוט אין זיין צייט און פלאץ.
בדרך כלל, פרוביר איך נישט צו וויסן וואס א ספעציפישע פארטיי האלט איבער א געוויסער נושא. איך קען באשטיין אויסצוהערן פריער וואס מיין שכל זאגט מיר און באשליסן פאר זיך אליין. איינמאל איך ווייס שוין וואס איך האלט, קען מיר זיין אינטערעסאנט צו וויסן וועלכע שיטה איז מיט מיר מסכים.
יעצט, ווי דער מצב איז, פיל איך זיך באקוועמער מיט די רעכטע, הגם מיט א סך רעזערוואציעס. איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז די צוויי הויפט זייטן אין דער פאליטישער שפיל זאלן זיין די רעפובליקאנער און ליבערטעריענס. די ליבעראלן האבן זיך זייערע חלקים וואס געפעלן מיר; איך פיל נאר אז מיט די אישוס פון זיכערקייט און עקאנאמיע זענען זיי שטעקן געבליבן אין אידאלאגישער נאאיוויטעט. ווידער מיט די סאציאלע אישוס מיט וועלכע איך טראכט יא ווי די ליבעראלן זענען יעצט אויפ'ן מאמענט נישט די וויכטיגסטע זאכן אויפ'ן סדר היום.

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
מען דארף לכאורה מחלק זיין אין אזא שמועס צווישן עקענאמישע ליבארליזם/קאנזערוואטיוויזם און סאציאלע ליבארליזם/קאנזערוואטיוויזם. כאטשיג געווענטליך זענען ליבעראלע-געשטימע ליבעראל סיי לגבי סאציאלע ענינים און סיי לגבי עקענאמישע ענינים און הוא הדין פארקערט לגבי קאנזערוועטיוון, איז אבער פאר אונז אידן א גרויסע חילוק צווישן די צוויי. לגבי עקענאמיע גיי איך נישט יעצט דא אריין גיין וועלכע פון די צוויי מאדעלן ארבייטן בעסער, איך פערזענליך בין משוכנע אז א מאדערעט ליבעראליזם איז גוט פאר די עקענאמיע, בעת סיי וואס פארא פארם פון עקענאמישע קאנזערוועטיזם שאדט על פי רוב פאר די עקענאמיע. אבער דאס האט נישט מיט אידישקייט צו טאן. אידישקייט קומט אריין לגבי סאציאלע ליבארליזם/קאנזערוואטיוויזם. עס איז קלאר, ווי ר' חיים נחום האט שיין ארויסגעברענגט אז לא כצורינו צורם, זייער קאנזערוועטיזם איז נישט די זעלבע ווי אונזערע. רוב קאנזערוועטיוון זענען גלויביגע קריסטן, וועלכע גלייבן און האלטן אז וויבאלד די פאונדינג פאטערס פון אמעריקא זענען געווען גלויביגע קריסטן, און אויב אזוי איז דאך אודאי געוויס די קאנסטעטוציע געבויעט אויף קריסטליכע ווירדען, ובכן דארף די היינטיגע אמעריקאנע געזעץ זיך האלטן צו די קריסטליכע ווירדן. מיר דארפן נאר דערמאנען וויאזוי די אלע מיט "די קריסטליכע ווירדן" האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'ן טויזענטע אידן בשם די רעליגיע, צו פארשטיין ווי ווייט זייערע ווירדן איז פון אונזערע. איך בין מודה אז געוויסע פון די ווירדן זייערע איז זייער ענליך צו די אידישע ווירדן (אזוי ווי תועבה געזעצן), אבער לאמיר נישט קוקן א רגע אויף די עצם אישו נאר אויף די אונטערליגענדע רעיון. די קאנזערוועטיוון האלטן אז די קריסטליכע רעליגיע זאגט אז משכב זכר איז תועבה, איז דאך עס אודאי תועבה אויב אזוי דארף גאנץ אמעריקא אויך האלטן אז עס איז תועבה. די ליבעראלע זאגן אבער אז אפילו אויב די קריסטליכע רעליגיע לערנט אז מ"ז איז תועבה, זענען אבער דא טויזענטע נישט-קריסטן אדער נישט-פראקצעטירנדע קריסטן וועלכע האלטן נישט אז עס איז תועבה. איז וויאזוי קענען די קריסטן ארויף צווינגען זייער רעליעגעזע מיינונג אויפן גאנצן לאנד?! פאר אונז אידן איז פיל בעסער און רוב פעלער די ליבעראלע שטאנד אז עס דארף זיין א גענצליכער צעטיילונג צווישן שטאַט און רעליגיע, און אז דער געזעץ טאר נישט אננעמען קיין איין רעליגיעס דעפעניציע פון וואס איז ערליך און וואס נישט, נאר דארף נוצן איינגעבויטער מענטשליכער מאראלישער געפיל (פארשטייט זיך ע"פ רוב העם יישק דבר).
המשך יבוא
המשך יבוא
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:א דאנק אך שמח פאר'ן מיך ציטירן און אזוי שיין ארומרעדן איבער דעם ענין. יעדער דא זאגט אייזענע נקודות, און ס'איז א שאד, ווייל אז מ'רעדט פאליטיק איז עס נאר אינטערעסאנט אז אן איפכא-מסתברא'ניק פארדרייט א קאפ און די טענער צעהיצן זיך.
אמת אז מען דארף ארויפברענגען דא עטליכע רעכטע און לינקע חברה זאלן זיך ארומרייסן ביי די בערד, אבער קודם דארף מען באשרייבן די נקודות אויף וואס די פארטייען און מיינונגען זענען געבויט און געבוירן געווארן, און דערנאך וועט מען בכלל קענען זען וואס מען האלט...
די וואס הערן און באמבלען נאר נאך מיסטער לימבאו ווייסן בכלל נישט וואס זיין מהלך איז אויסער אז מען דארף אראפרייסן דעם פארשאלטענעם אבאמא און אים אונטערברענגען ביי יעדע געלגנהייט, נישט קיין חילוק אויב ער טוט גוט, און אוודאי אויב ער מאכט א טעות.
די פאלשקייטן פון דעם פארשוין און אזוי אויך זיינע מויל דרייעדיגע פריינט זענען גאר אסאך, און מען קען דאס באשרייבן און נישט ענדיגן, אבער דאס איז גוט פאר א אשכול בפנ"ע.
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
איך זע אז דער עולם דא איז ליבעראליש געשטימט, און מאנכע דא (ר' ח"נ און ר' אך) מאכן אוועק דאס אוממאראלישקייט פון די ליבעראלע כאילו ס'גארנישט, און לויט ר' יידל איז דאס נאר א מעלה. אבער שמעו נא רבותי, הערטס מיך צו, מיר אידן זענען קאנזערוואטיוו, נישט ווייל מיר האלטן חלילה אז די קריסטיליכע תורה האט האפט רח"ל, נאר ווייל מיר דארפן זיך מתנגד זיין צו די אוממאראלישקייט פון די ליבעראלן בכל תוקף.
יידל האט געזאגט אז לגבי די תועבה געזעצן איז עפעס א מחלוקה צווישן קריסטן און נישט קריסטן צו עס איז תועבה און דערפאר טארן מיר נישט שטיצן די קריסטליכע פארשטאנד אין תועבה. אבער דאס איז פאלש דורכאויס!! אויב די תורה הק' זאגט אז דאס איז תועבה, איז דאס תועבה! עז איז באקאנט אז הקב"ה איסתכל באוריתא וברא עלמא, דאס מיינט אז ער האט אויסגעפארמט די וועלט און אירע כללים לויט די תורה, און אז אין די תורה שטייט אז דאס איז תועבה, איז עס תועבה אפילו פאר א גוי אין הרי אררט, וועלכער גלייבט אין אלע שווארצע רוחות! מארגן וועט מיך נאך יידל קומען זאגן אז "בעצם איז רצח'נען נישט קיין אוממארלישע זאך, און מ'טאר נישט צוהערן צו די רעליגיעזע פארשטאנד אין אוממאראלישקייט, און אסרן רציחה" רח"ל מהאי דעתא!
לאמיך זאגן קורץ אין שארף: די סיבה פארוואס מיר האלטן ווי די קאנזערוואטיוון איז נישט ווייל מיר זענען פרא די קריסטן ח"ו - אידן זענען קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין גויאשיע פאליטיק צו נעמען א צד בכלל, אידן האבן אלץ מתפלל געווען הנותן תשועה למלכים אויף ווער ס'דאן געווען אין הערשאפט - נאר אידן זענען אנטי ליבעראלן! און א איד וועלכע זעט נישט דעם חורבן פון די ליבעראלן פעלט אים לכאורה אין אידישקייט. נמעט נאר א ביישפיל פון די יעצטיגע מערכה פון אבאמא ארויפצוצווינגען געבורט קאנטראל אויף יעדעם. לאמיך דיך פרעגן, יידל, דו זאגסט אז מ'טאר נישט אננעמען די קריסטליכע אפפטייטש פון תועבה - און די אנטי רעליגעזע אפטייטש מעג מען יא?! אתמהה!
יידל האט געזאגט אז לגבי די תועבה געזעצן איז עפעס א מחלוקה צווישן קריסטן און נישט קריסטן צו עס איז תועבה און דערפאר טארן מיר נישט שטיצן די קריסטליכע פארשטאנד אין תועבה. אבער דאס איז פאלש דורכאויס!! אויב די תורה הק' זאגט אז דאס איז תועבה, איז דאס תועבה! עז איז באקאנט אז הקב"ה איסתכל באוריתא וברא עלמא, דאס מיינט אז ער האט אויסגעפארמט די וועלט און אירע כללים לויט די תורה, און אז אין די תורה שטייט אז דאס איז תועבה, איז עס תועבה אפילו פאר א גוי אין הרי אררט, וועלכער גלייבט אין אלע שווארצע רוחות! מארגן וועט מיך נאך יידל קומען זאגן אז "בעצם איז רצח'נען נישט קיין אוממארלישע זאך, און מ'טאר נישט צוהערן צו די רעליגיעזע פארשטאנד אין אוממאראלישקייט, און אסרן רציחה" רח"ל מהאי דעתא!
לאמיך זאגן קורץ אין שארף: די סיבה פארוואס מיר האלטן ווי די קאנזערוואטיוון איז נישט ווייל מיר זענען פרא די קריסטן ח"ו - אידן זענען קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין גויאשיע פאליטיק צו נעמען א צד בכלל, אידן האבן אלץ מתפלל געווען הנותן תשועה למלכים אויף ווער ס'דאן געווען אין הערשאפט - נאר אידן זענען אנטי ליבעראלן! און א איד וועלכע זעט נישט דעם חורבן פון די ליבעראלן פעלט אים לכאורה אין אידישקייט. נמעט נאר א ביישפיל פון די יעצטיגע מערכה פון אבאמא ארויפצוצווינגען געבורט קאנטראל אויף יעדעם. לאמיך דיך פרעגן, יידל, דו זאגסט אז מ'טאר נישט אננעמען די קריסטליכע אפפטייטש פון תועבה - און די אנטי רעליגעזע אפטייטש מעג מען יא?! אתמהה!
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
לאמיך דיר, שמואל שלום שלמה, עפעס פרעגן. אויב די רעכטע זאלן באשליסן צו פארבאטן עבודה זרה והמסתעף. נישט דווקא די עבודה זרה פעלער וואס מיר קענען, פון דער תורה און היסטאריע (ביקן זיך צו א דומם, מרקוליס, פעור אא"וו), נאר יעדע זאך וואס איז נישט דינען אן איינציגן ג-ט, ווי פארשטאנען דורך מאנאטאאיזם. יענע רעכטע וועלן באשליסן צו פארבאטן הינדואיזם, בודהיזם (איך גיי מיט'ן חשבון אז יענע רעליגיעס זענען עובדי ע"ז) און ענליכע ווייטע מזרח'דיגע קולטורן. וואלסטו מיט יענץ אויך מיטגעשטאנען?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
Re: דעמקראט, רעפאבליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו
איך בין אינגאנצן איינשטימיג מיט שמואל שלום שלמה. תורה טרייע אידן זענען קעגן ליבעראליזם. קעגן פרייהייט פון שפוט את השןפטים. וועגן וואס פשוט קאמפליצירט זאגט, ווייס איך נישט וואס ער וויל. אוודאי וועלן ערליכע אידן שטיצן צו גיין קעגן עובדי ע״ז. אונז זעען דאס אז אמונה בה׳ אחד איז פארשפרייט געווארן אויף די וועלט ווי השגחה פרטית. און אז קריסטן ווילן אויך גיין קעגן עובדי ע״ז איז א גוטע זאך.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:איך זע אז דער עולם דא איז ליבעראליש געשטימט, און מאנכע דא (ר' ח"נ און ר' אך) מאכן אוועק דאס אוממאראלישקייט פון די ליבעראלע כאילו ס'גארנישט, און לויט ר' יידל איז דאס נאר א מעלה. אבער שמעו נא רבותי, הערטס מיך צו, מיר אידן זענען קאנזערוואטיוו, נישט ווייל מיר האלטן חלילה אז די קריסטיליכע תורה האט האפט רח"ל, נאר ווייל מיר דארפן זיך מתנגד זיין צו די אוממאראלישקייט פון די ליבעראלן בכל תוקף.
יידל האט געזאגט אז לגבי די תועבה געזעצן איז עפעס א מחלוקה צווישן קריסטן און נישט קריסטן צו עס איז תועבה און דערפאר טארן מיר נישט שטיצן די קריסטליכע פארשטאנד אין תועבה. אבער דאס איז פאלש דורכאויס!! אויב די תורה הק' זאגט אז דאס איז תועבה, איז דאס תועבה! עז איז באקאנט אז הקב"ה איסתכל באוריתא וברא עלמא, דאס מיינט אז ער האט אויסגעפארמט די וועלט און אירע כללים לויט די תורה, און אז אין די תורה שטייט אז דאס איז תועבה, איז עס תועבה אפילו פאר א גוי אין הרי אררט, וועלכער גלייבט אין אלע שווארצע רוחות! מארגן וועט מיך נאך יידל קומען זאגן אז "בעצם איז רצח'נען נישט קיין אוממארלישע זאך, און מ'טאר נישט צוהערן צו די רעליגיעזע פארשטאנד אין אוממאראלישקייט, און אסרן רציחה" רח"ל מהאי דעתא!
לאמיך זאגן קורץ אין שארף: די סיבה פארוואס מיר האלטן ווי די קאנזערוואטיוון איז נישט ווייל מיר זענען פרא די קריסטן ח"ו - אידן זענען קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין גויאשיע פאליטיק צו נעמען א צד בכלל, אידן האבן אלץ מתפלל געווען הנותן תשועה למלכים אויף ווער ס'דאן געווען אין הערשאפט - נאר אידן זענען אנטי ליבעראלן! און א איד וועלכע זעט נישט דעם חורבן פון די ליבעראלן פעלט אים לכאורה אין אידישקייט. נמעט נאר א ביישפיל פון די יעצטיגע מערכה פון אבאמא ארויפצוצווינגען געבורט קאנטראל אויף יעדעם. לאמיך דיך פרעגן, יידל, דו זאגסט אז מ'טאר נישט אננעמען די קריסטליכע אפפטייטש פון תועבה - און די אנטי רעליגעזע אפטייטש מעג מען יא?! אתמהה!
זייט ווען דיקטיטירן איסורי התורה וואס איז מאראליש און וואס נישט? [ראה אשכול רעליגיע און מאראל]. די תורה אסרט אומצאליגע זאכען וואס זענען בכלל נישט אוממאראל, און זי שרייבט אויך תועבה אויף דעם, ווי למשל מאכלות אסורות, "לא תאכלו כל תועבה", ווילט איר אז מזאל אסרן עסן חזיר אין אמעריקע וייל די תורה רופט עס תועבה-אוממארליש.?
א איד האט רעכט צו האבען מאראלישע מיינונגען פונקט ווי א גוי [הגם איך האב נישט קיין מושג מיט וואס מ"ז איז אוממאראל און חתונה האבן מיט א איילונית נישט] אבער ער קען נישט טעהנן אז דאס האט עפעס מיט די תורה.
חוץ מזה, האסטו סתם פארציילט א בלבול שקר אויף אבאמא כאילו ער צווינגט איינער צו נעמן בירט קאנטראל. קיינער צווינגט נישט קיינער קיין שום ליבערילשע מיינונגען וואס ער זאל טון אין פריוואטן לעבן. דארט ווי סשטערט פאר א צווייטער יא און מיט רעכט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לכאורה איז דא דא אסאך מער א יסודישער שאלה. דהיינו וויאזוי מיר שטעלן זיך אוועק כלפי דער אלגעמיינער פאבליק דא אין אמעריקע ווי מיר ואוינען, צו האלטן מיר זיך א חלק פון אמעריקא באיזה מובן און מיר פרובירן משפיע זיין אויף זיי לפי דעתנו אזויווי יעדער אייינער האט א רעכט אין דעם דעמאקראטישען שפיל פראבירן משפיע זיין אויף פאבליק פאליסי אדער שפירען מיר זיך דא נאר געסט אויף א א ויילע אין גלות און די איינציגסטע זאך וואס גייט אונז אן אין אמעריקע איז מזאל אונז לאזן אומבאשטערט זיין יודען און ווארטן אויף משיח מיט א מינימום פראבלעמן.
ווילאנג מיר שטעלן נישט אועק קלאר אונזער שטלונג לגבי די שאלה האט די גאנצע חקירה לגבי ליבערל vs. קונסערוויטיוו קיין שום מובן נישט.
[נישט שווער צו זעהן אז סדא דא א סתירה עצומה לגבי די מיינונגען פון מענטשען איבער די צויי אישוס, לאמער זעהן צו איינער וועט פארשטיין ואס איך מיין]
מה דעתכם רבותי?
ווילאנג מיר שטעלן נישט אועק קלאר אונזער שטלונג לגבי די שאלה האט די גאנצע חקירה לגבי ליבערל vs. קונסערוויטיוו קיין שום מובן נישט.
[נישט שווער צו זעהן אז סדא דא א סתירה עצומה לגבי די מיינונגען פון מענטשען איבער די צויי אישוס, לאמער זעהן צו איינער וועט פארשטיין ואס איך מיין]
מה דעתכם רבותי?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:56 am
- געפינט זיך: וואשינקטאן די סי
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:שמואל שלום שלמה האט געשריבן:איך זע אז דער עולם דא איז ליבעראליש געשטימט, און מאנכע דא (ר' ח"נ און ר' אך) מאכן אוועק דאס אוממאראלישקייט פון די ליבעראלע כאילו ס'גארנישט, און לויט ר' יידל איז דאס נאר א מעלה. אבער שמעו נא רבותי, הערטס מיך צו, מיר אידן זענען קאנזערוואטיוו, נישט ווייל מיר האלטן חלילה אז די קריסטיליכע תורה האט האפט רח"ל, נאר ווייל מיר דארפן זיך מתנגד זיין צו די אוממאראלישקייט פון די ליבעראלן בכל תוקף.
יידל האט געזאגט אז לגבי די תועבה געזעצן איז עפעס א מחלוקה צווישן קריסטן און נישט קריסטן צו עס איז תועבה און דערפאר טארן מיר נישט שטיצן די קריסטליכע פארשטאנד אין תועבה. אבער דאס איז פאלש דורכאויס!! אויב די תורה הק' זאגט אז דאס איז תועבה, איז דאס תועבה! עז איז באקאנט אז הקב"ה איסתכל באוריתא וברא עלמא, דאס מיינט אז ער האט אויסגעפארמט די וועלט און אירע כללים לויט די תורה, און אז אין די תורה שטייט אז דאס איז תועבה, איז עס תועבה אפילו פאר א גוי אין הרי אררט, וועלכער גלייבט אין אלע שווארצע רוחות! מארגן וועט מיך נאך יידל קומען זאגן אז "בעצם איז רצח'נען נישט קיין אוממארלישע זאך, און מ'טאר נישט צוהערן צו די רעליגיעזע פארשטאנד אין אוממאראלישקייט, און אסרן רציחה" רח"ל מהאי דעתא!
לאמיך זאגן קורץ אין שארף: די סיבה פארוואס מיר האלטן ווי די קאנזערוואטיוון איז נישט ווייל מיר זענען פרא די קריסטן ח"ו - אידן זענען קיינמאל נישט געווען אריינגעמישט אין גויאשיע פאליטיק צו נעמען א צד בכלל, אידן האבן אלץ מתפלל געווען הנותן תשועה למלכים אויף ווער ס'דאן געווען אין הערשאפט - נאר אידן זענען אנטי ליבעראלן! און א איד וועלכע זעט נישט דעם חורבן פון די ליבעראלן פעלט אים לכאורה אין אידישקייט. נמעט נאר א ביישפיל פון די יעצטיגע מערכה פון אבאמא ארויפצוצווינגען געבורט קאנטראל אויף יעדעם. לאמיך דיך פרעגן, יידל, דו זאגסט אז מ'טאר נישט אננעמען די קריסטליכע אפפטייטש פון תועבה - און די אנטי רעליגעזע אפטייטש מעג מען יא?! אתמהה!
זייט ווען דיקטיטירן איסורי התורה וואס איז מאראליש און וואס נישט? [ראה אשכול רעליגיע און מאראל]. די תורה אסרט אומצאליגע זאכען וואס זענען בכלל נישט אוממאראל, און זי שרייבט אויך תועבה אויף דעם, ווי למשל מאכלות אסורות, "לא תאכלו כל תועבה", ווילט איר אז מזאל אסרן עסן חזיר אין אמעריקע וייל די תורה רופט עס תועבה-אוממארליש.?
א איד האט רעכט צו האבען מאראלישע מיינונגען פונקט ווי א גוי [הגם איך האב נישט קיין מושג מיט וואס מ"ז איז אוממאראל און חתונה האבן מיט א איילונית נישט] אבער ער קען נישט טעהנן אז דאס האט עפעס מיט די תורה.
חוץ מזה, האסטו סתם פארציילט א בלבול שקר אויף אבאמא כאילו ער צווינגט איינער צו נעמן בירט קאנטראל. קיינער צווינגט נישט קיינער קיין שום ליבערילשע מיינונגען וואס ער זאל טון אין פריוואטן לעבן. דארט ווי סשטערט פאר א צווייטער יא און מיט רעכט.
איים סאררי באט מ"ז איז נישט דא קיין טשענס איליינות האמיר א באשעפער א כל יכול צווייטנס די פארשטייסט א נקבה ווען מ'איז 60 ??? דריטנס אילונית איז די מין מותר און גענצליך מאראליש מ"ז איז די גאנצע מין אוממאראליש סא למעשה אויב גיימער קעגן מ"ז און די גאס קען די גאס זיין מער מאראליש )אסאך מער( און אינזערע קינדער און אייניקלעך )קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער( ווייניגער אריין פאלן אין דעם נעץ די מעגן זען ווידיאוס דארף געסטאפ'ט ווערן...
דער פאליטישער אנאליסט . וואשינגטאן די סי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:56 am
- געפינט זיך: וואשינקטאן די סי
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
צי לעיקוואוד
און וועגן לא תאכלו כל תועבה אד"ג מוז איך זאגן (במחילת כבודך) ביזטו א פשוט'ע ע"ה, כל תועבה כל שתיעבתי לך ד"מ כל שעשיתי לך כמו תועבה שאתה מבחין מעצמחך שהיא תועבה... ועיין היטב... ועוד ביי עניני אכילה איז נישט מעגליך אז עס מיינט אוממאראל ווייל ביי גויים איז עס "נישט" אוממאראל, סא איז נישט מעגליך אז דאס איז בעצם אוממאראל.
דער פאליטישער אנאליסט . וואשינגטאן די סי
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ראמני רייען האט געשריבן:איים סאררי באט מ"ז איז נישט דא קיין טשענס איליינות האמיר א באשעפער א כל יכול צווייטנס די פארשטייסט א נקבה ווען מ'איז 60 ??? דריטנס אילונית איז די מין מותר און גענצליך מאראליש מ"ז איז די גאנצע מין אוממאראליש סא למעשה אויב גיימער קעגן מ"ז און די גאס קען די גאס זיין מער מאראליש )אסאך מער( און אינזערע קינדער און אייניקלעך )קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער( ווייניגער אריין פאלן אין דעם נעץ די מעגן זען ווידיאוס דארף געסטאפ'ט ווערן...
לא הבנתי כל דבריך הקדושים. מה שהצלחתי להבין איז לכאורה באציסטו זיך צו וואס איך האב געשריבן אז איך זעה נישט פארוואס מ"ז איז אוממאראליש [חוץ אז מה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי] , איז זעה איך נישט וואס איר ענטפערט אויף דעם. אמת, מיט א 60 יעריגע איז די זעלבע קשיא, ואין סומכין על הנס. רוב מענטשען טאקע האבן נישט די יצר, אבער זעהט אויס סדא א מיעוט וואס יא, איז פארוואס איז זייער *** וייניגער מאראליש אויב זיינען מיר מסכים אז ס'איז מאראליש אפילו ווען מ'קען נישט האבן פון דעם קיין קינדער עם אשה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ראמני רייען האט געשריבן:און וועגן לא תאכלו כל תועבה אד"ג מוז איך זאגן (במחילת כבודך) ביזטו א פשוט'ע ע"ה, כל תועבה כל שתיעבתי לך ד"מ כל שעשיתי לך כמו תועבה שאתה מבחין מעצמחך שהיא תועבה... ועיין היטב... ועוד ביי עניני אכילה איז נישט מעגליך אז עס מיינט אוממאראל ווייל ביי גויים איז עס "נישט" אוממאראל, סא איז נישט מעגליך אז דאס איז בעצם אוממאראל.
גם זה לא זכיתי להבין. אם מילת תועבה בתורה אין פירושה אוממאראליש, כמו שאתה מודה לגבי מאכלות אסורות [אפילו נתווכח אם הפירוש שאתה צריך לתעב את זה, נגד מארז"ל אפשי בבשר חזיר] איז פארוואס גבי מ"ז ביסטו מחליט אז דאס איז יא אוממאראליש.
אחוץ דו טענה'סט אז מ"ז איז אסור לב"נ, כמ"ש כמה פוסקים, אבער דאס איז ווייטער מדין התורה ולא מדין מאראל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~