סתם צופלויגענע רעיונות פון דורכאויס ראש השנה העעל"ט
***
מיינע טרערן ביים דאווענען איז א ראי' אז נאך אלעם איז יא דא א גאט, ווייל עס ווערט דאך געברענגט אז די התעוררות לבכי וואס א מענטש האט ראש השנה קומט בשעת מען איז אים דן, טא, אויב איז נישטא קיין גאט ווער דען איז מיר דן?
ער האט אונז פיין מסדר געווען מיט זיין אלול, מ'קען פארשוועכן צען יום כיפור'ס אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, אז דער טאטע האט געוויינט און דער זיידע האט געוויינט און זיין זיידע האט געוויינט, וועסטו אויך אויך וויינען, מען קען נישט צוריקשטופען די מאסע פון הונדערט דורות, ס'איז נאר דא איין וועג אויף שביל ר' דוב.
***
אינם סידור נאך ושמרו ביים שבת׳דיגן מעריב איז אויך אריינגעדרוקט דער יום טוב׳דיגער וידבר משה, דער ראש השנה'דיגער תקעו בחודש שופר, און אויך דעם יום כיפור'דיגן "כי ביום הזה". פארשטיי איך נישט פאר וועם דאס איז ווייל די יום כיפור'דיגער מעריב איז נישט געדריקט אינם סידור. אפשר פאר רעפארם שולן?
***
מען זאגט לטהר חוסיו בדין, דער באשעפער זייפט אונז אינם יום הדין, און מ׳ווייסט דאך אויך שוב יום אחד לפני מיתתך, דערפאר לייגט מען נישט קיין זייף ביים בית הכסא כדי זיך צו דערמאנען תשובה צו טון יעדן טאג.
***
דער חזן שרייט חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו העכער פון אלע אנדערע אבינו מלכינו׳ס. פאר מיר אבער איז עס א פשיטא אז דער באשעפער וועט אוודאי רחמנות האבן אויף די פיצלעך, זאג איך עס אייגענטליך רואיגער.
***
מרחוק ה׳ נראה לי, איך געדענק אים פונם ווייטן אמאל, פונם פארנעפלטען עתיד, איך הער אים ווי עפעס א פייף פונם לייף-גארד אין סווימינג פול, די אויער נאך פול מיט וואסער, די גלעזער איז נאך אין די שיך. ער זאגט מיר אהבת עולם אהבתיך אבער זעען זע איך נאר א צינישער אפשיי. סלאוען קעטערינג איז פול, אויב דו ביסט טאקע דער וואס היילט, וואס׳זשע מאכסטו קראנק? וואס שרייסטו עוד אבנך בתולת ישראל, עוד תטעי כרמים, אז תשמח בתולה ובחורים וזקנים… עוד… אָז… כ׳גיי, כ׳וועל, אויב דו קענסטו דעמאלטס דאן וואו ביסטו היינט?
חאצאצקער רבי זאגט בעסער לייז אונז אויס אלץ אידן ווי איידער אלץ משוגעים חלילה, און איך זאג דיר אונז זעמיר שוין יעצט גוט משוגע טאטע׳ניו, דיינע גאולות וועלן שוין קיין סאך נישט העלפען, דאך אבער, פרובירן שאדט נישט, לאמיר זען וואס דו קענסט, ווייז אונז אונז דיין בעסטע שאס, מיר ווארטען אלע, צינד אונז אן די לעקטער אין קאפ, א גאולה פרטית יעדן אינדיווידואל און א גאולה כללית אונז אלעמען.
***
מען בעט ביים דוכנ׳ען אויף חלומות בין שחלמתי על עצמי ובין שחלמתי על אחרים ובין שחלמו אחרים עלי. פארוואס בעט מען נישט אויך אויף חלומות שחלמו אחרים על אחרים?
***
די שטריימלעך און טיכלעך שפיגלען זיך אפ אינם איסט ריווער, די ברויט ברעקעלעך שווימען ארום ציללאז, די קינדער שרייען און די קאטשקעלעך מאכן א סעודה׳לע. איך בעט ותשליך במצולות ים כל חטאתם אבער באמת וואלט מיר נישט געטון אַרן אז ער ווארפט מיר אויך אריין צוזאמען מיט די עבירות, די וואסער איז היימליך און ציענד, עס ווילט זיך מיר גיין קושן דעם לויתן, כמים לים מכסים און קושטס מיר אלע די אחוריים, ס׳איז מיר גוט דארט אויך.