לשנה טובה תיכתב ותחתם לאלתר לחיים!
אמן! לשנה טובה תיכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים!
אמן! לשנה טובה תיכתב ותחתם לאלתר לחיים, א גוט געבענטשט יאר!
אמן! לשנ...
ווירבלט א שטוב מיט קרובים און געפילדער. פאמיליעס פאמיליעס וואונטשן מיט א גערודער. די זיידעס האנט א באקטעריע צוקושטער, די באבעס באקן א ליפסטיק צושמירטע.
פיצלעך קינדער שטורעמען דעם בית נאמן, מיט הוטלעך איבער די קעפ און אנצוגן איבער די קערפער. קליינטשיגע מיידלאך זענען מיט פרפראות באצירט און טופען די פיס מיט טייערע שיך. אפילו דיזע פון די וויגעלעך זענען נישט סתם אבּי. אין א שוויגער'ס געשאנק ליגן זיי איינגעוויקלט, באקאקט פון קאפ ביז פיס.
"צאָרטי, זאג גוט יום טוב פאר באבי" בעהט זיך א נחת שעפענדע מוטער ביי איר פרי בטן, "נו זאג שיין, לעשאָ, נאָ, טוי, טויב, טובה" בעט זיך די מאמע, באשיינפערליך בכל לשון של בקשה.
מורמלט א צוטומלטע צאָרטי דעם איינגעחזרט'ן זאץ, און ווערט גראטולירט, צוהאלזט און צוקישט פון אלע ארומיגע מומעס. צוקער דעיס קינד! 'איך עס איר אויף' שרייט מומע מַרים.
די קארידארן צום מאגערן הייזקע זענען פארשטעקט מיט וויגעלעך און ארויסיאגענדע אייניקלעך וואס געבן זיך בעל כרחם אפ דעם לאנגן וואונטש.
שווער פארפּאנצערטע פרויען און אויסגעפיצטע כלה מוידן, שטייען ארום ס'שטוב מיט שמייכלען און ערנסטקייט.
די קליידער זענען עדות אויף די שלאפלאזע טעג וואס זענען אריין דערין, פונעם אפירקראצן ביזן אהערשטעלן.
צווישן מאנטאג פאר ניישלאס און מיטוואך פאר לאנדאן קידס האט מען א טאג אוועקגעלייגט פאר סענטרי ודעימיה, און נאך שווערע האראוואניע פון נישטערן פאר מציאות מיט א טריקענעם פיסק און ווייעדיגע פיס האט מען ענדליך א קלייד אפגעפונען מיט א שיינעם יחוס און א גוטן פרייז.
אבער נישט ממש, ווארום פון אהונטער איז עס עטוואס געהאנגען און ביי די לענדן איז זיך עס אביסל צאמגעקומען. ראוי לביאה איז עס נאכנישט געוועזן. אין צוגאב צו דעם האט די מארקאוויטש באבע באשלאסן אז ס'קען נאך ניצן א שיינע טעפעטע מאשני ביי די זייט.
האט מען די מומע אנגעקלינגען און זיך באראטן, ברויך מען שניידן, קען מען שניידן, און ווי צו שניידן, און דאנערשטאג צום שניידערין געלאפן און בתחנונים געבעטן: די כלה האט נישט קיין נייעם קלייד אויף יום טוב!
אן עקשנות'דיג שניידערין פראטעסטירט "כ'האב דיך דאך לעצטע וואך דריי קליידער געשניטן?!"
נעה, וואס פארשטייט דען די שניידערקע. די ווייסע וועלאנטינאו אידעך פאר די ערשטע טעג סוכות,
די שווארצע סעטין איז פאר ווען די כלה גייט באזוכן די מחותענ'עסטע, און די שיינע פלארעל מיט די מאשני פון אהונטער איז פאר ווען די חתן קומט ארויף.
"א קלייד אויף ראש השנה איז נישט דא" ערקלערט א צובראכענע מוטער א פרעמדן ביישויער מיט א אייגן פעקל.
האט זיך די שניידערקע ענדליך געבראכן און נאך א דריי שטונדן ווארטן, דאס קלייד געמאסטן.
שטייט די ציכטיגע כלה מיט א פיס העכער און ווארט אפ דעם איידלען מופלג בתוי"ש ביים שוועל.
הערט זיך ענדליך דעם קלאפ און א בשורה פארשפרייט, דע חתן איז דא!
פארהאקט די זיידע דעם נחלי בינה און דער פעטער זיין פה מפיק, די פלאפלענדע פלימעניצע שוואגט שטיל, און די קינדער לאזן די שפילצייג אראפ. נעמט די מאמע ארום די כלה'ס האנט, און אלע אויגן צילן צום טיר, וואס עפענט זיך מיטן אלטן פאריאוועטען קוויטש.
דער חתן אין באגלייטונג פונעם פאטער און א יונגערן ברודער שפאצירט מיטן שפאגל נייעם אנצוג אריין, און א ברייטן האריגן ביבער הוט, הארטע שמאלע שיינעדיגע שבת שיך , און ציכטיג געקרייזלטע פיאות. מיט די הענט ציהט ער צוזאם דעם געהעקלטן בר מצוה גארטל און מיט'ן פנים בייגט ער אין באגריסונג צו די פארזאמלטע.
מיט פארכט און איידלקייט שפאנט דער חתן אנוואונטשן דעם זיידן, צו די בליקן פון אלע ארומיגע און א נחת רייכע שווייגעניש.
די באבע שטראלט, די מוטער קוועלט, און די כלה מעלט.
לשנה טובה אהין און צוריק, צוריק און אהין. בחור צום זיידן, מחותן צום טאטן, פעטער צום חתן, טאטן צום פעטער, אא"וו.
א וואקעלדיג שמועס וועבט זיך ביים טיש. אן אומזיכערער מחותן פרובירט מיט שוועריקייט נאכשטאמלען א הייליג ווארט פונעם כלה'ס גרויסן זיידן (ער ווערט'ך טאקע אן אייניקל יעצט), א צווייטער פארציילט איבער די מאסן ביי צדיק פלוני, דער אפענער פעטער יואלי גיבט איבער באריכטן, היימישע שאצונגען און פאקטן איבער אומאן מיט די פונקטליכע פראצענטן פון רייזענדע און רויכערער.
וואונטשן זיך די צוויי מחותנים ווארעם, צו א פריידיגן צוקונפֿט/מיטן רעכטן פיס/הונדערט און צוואנציג/וכו'
פארקיווערט זיך דער חתן לקראת כלה און כאפט ס'לעצטע מאל א בליק אויף די לאנגע געבלאזענע האר, אויף די יונגע פינק אין אירע צאנקיגע אויגן. און זיין הארץ צושפרידלט זיך:
יָפָה אַתְּ רַעְיָתִי כְּתִרְצָה, נָאוָה כִּירוּשָׁלִָם; אֲיֻמָּה, כַּנִּדְגָּלוֹת. הָסֵבִּי עֵינַיִךְ מִנֶּגְדִּי, שֶׁהֵם הִרְהִיבֻנִי; שַׂעְרֵךְ כְּעֵדֶר הָעִזִּים, שֶׁגָּלְשׁוּ מִן-הַגִּלְעָד. שִׁנַּיִךְ כְּעֵדֶר הָרְחֵלִים, שֶׁעָלוּ מִן-הָרַחְצָה: שֶׁכֻּלָּם, מַתְאִימוֹת, וְשַׁכֻּלָה, אֵין בָּהֶם. כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ, מִבַּעַד לְצַמָּתֵךְ.
א מזל האט ער אז בלויז גאט איז דער בוחן לבבות און קיין מאנסביל אין שטוב קען זיין הארץ נישט אפּליינען.
א שעמוועדיגער, א פארשוויצטער, עפענט ער ס'איידלען פיסק און וואונטש זיין צוקונפט תכתבי ותחתמי, דריקענדיג אויפן יוֹד מיטן גאנצן מאכט.
תכתבי ותחתמי
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הבל וריק האט געשריבן:א שעמוועדיגער, א פארשוויצטער, עפענט ער ס'איידלען פיסק און וואונטש זיין צוקונפט תכתבי ותחתמי, דריקענדיג אויפן יוֹד מיטן גאנצן מאכט.
בדרך "דרוש"(...) קען מען אפשר זאגן אז דער יערות דבש (א ו) מאכט א חשבון אז פאר די מלאכים איז זייער יוה"כ צעהן [י'] טעג פריער אויף ר"ה, דורך דעם וואס מ'רעכענט די ראשי חודשים דורכאויס די יאר, ע"ש באריכות. יעצט, ר"ח בסתם איז געגעבן געווארן פאר די פרויען אלס זייער יו"ט (על שלא פרקו נזמיהן לעגל), עיין בטור או"ח סימן תי"ז. אויף יוה"כ אליין (יום גמר סליחת חטא העגל) טרעפן מיר (תענית לא.) אז עס איז געווען א זמן עיסוק בנישואין און ס'זענען געווען די וואס האבן געזאגט אז שאין האשה אלא ליופי (אדער די מעלה איז לגבי די משפחה).
איז דא דער בחור/חתן וואס גייט אים אן בעיקר זיין כלה'ס יופי ( ) (און ביי די מחותנים איז דער עיקר די משפחה מיט וועם מ׳איז זיך משדך...), לייגט ער דעם דגוש אויפ'ן י', מרמז צו זיין צו דעם אז אויבן פאר די מלאכים איז יוה"כ, וואס איז א זמן נישואין (ובדיקה ליופי), אויף דעם טאג ר"ה [צעהן טעג פריער], ומחמת די יו"ט ר"ח וואס איז געגעבן געווארן פאר די נשים וכנ"ל...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הבל וריק: עליך נאמר הכתוב...."מ'חיים גראדע ועד הבל וריק לא קם כהבל וריק"...איך האב דעם זעלבן פיעלינג ווען איך ליין דיינע מאמרים פונקט ווי ווען איך האב געליינט די נאסטאלגישע מעשה'לעך געשריבן דורך דעם געוועזענעם ישיבה בחור (און שטיקל בעל תשובה) חיים גראדע. דער תלמיד פון חזון איש. וועלכער איז ( א ביסל) נחמץ געווארן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: