ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיבות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

דעילי ניוס היינט פובליצירט א גאר שטארקע ארטיקל איבער די טענה פון ״parental choice”.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מתבודד האט געשריבן:זאלסט מיר אנטשולדיגן הער סאנטיאגא אבער דיין זיסע סארקאסטישע ענטפער איז לגמרי נישט אין פלאץ..
@אלע צוזאמען האט אפשר איבערגעטריבן מיט זיין לשון, אבער אדרבה זאג די מיר, ווי קומט אריין אין א סאפאוסעד זשורנאליסטישע מסקנא פון אינוועסטיגאציע אויף די חסידישע לעוועל עדיוקאציע, גאנצעטע פאראגראפן איבער דאס שוידערליכע פיזישע אביוז וואס קומט אנגעבליך פאר ביי חסידישע מוסדות, א זאך וואס איז קרוב צו אויסגעראטן געווארן די לעצטע -לכה”פ- צען פופצן יאר???
אלא מאי אז ס’רעגנט, גיסט שוין. אפי’ ס’לגמרי נישט אינעם נושא און קרוב לשקר גיט עס אבער צו זאפטיגע מטעמים צום שלעכטן פנים זיי ווילן אראפמאלן די חסידים. און דאכט זיך ס’איז נישט ס’איינציגע אזא דוגמא פונעם ארטיקל.

אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט פאר די חסידישע ווארטזאגערס (?) אריינווארפן א ווארט וועגן די ריזיגע חילוק פון סועסייד און דראג ראטעס בין חסידים לאלגעמיינע ניו יארקע באפעלקערונג. דאס האט די פסוק געמיינט עם עקש תתפתל.
דריי נישט קיין קאפ אז די ני”ט וואלט געדארפט רעדן פון אליעזר קעסטנבוים, סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

אנלעס די האלסט אז די ני”ט האט געשריבן אן קיין בייעס, יאפ. דאן ביסטו גערעכט. אבער זע צו בעסער אפלערנען די היסטאריע פון דעם ’קעניג אין זשורנאליזם’.
לאמיך דיר פרעגן, וואס איז דער אמת לאמיתה, אויב א מנהל (א פרישע מנהל וואס איז א טיפש) צולאזט זיך אויף א יונגעל און שלאגט אים, ווערט ער אויס מנהל?

איך ווייס פין אזעלכע וואס זענען נאך אלץ אין די ביזנעס. מען האט זיי גארנישט געטוהן מטעם דער מוסד. דער ארטיקל ברענגט ארויס א אמת'ע ביטערע מציאות, די און איך און יעדער ווייסט עס.

פרוביר נישט מיט ליגענט צו טענה'ן אז דער טיימס זענען ליגנערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

היסטאריע האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:זאלסט מיר אנטשולדיגן הער סאנטיאגא אבער דיין זיסע סארקאסטישע ענטפער איז לגמרי נישט אין פלאץ..
@אלע צוזאמען האט אפשר איבערגעטריבן מיט זיין לשון, אבער אדרבה זאג די מיר, ווי קומט אריין אין א סאפאוסעד זשורנאליסטישע מסקנא פון אינוועסטיגאציע אויף די חסידישע לעוועל עדיוקאציע, גאנצעטע פאראגראפן איבער דאס שוידערליכע פיזישע אביוז וואס קומט אנגעבליך פאר ביי חסידישע מוסדות, א זאך וואס איז קרוב צו אויסגעראטן געווארן די לעצטע -לכה”פ- צען פופצן יאר???
אלא מאי אז ס’רעגנט, גיסט שוין. אפי’ ס’לגמרי נישט אינעם נושא און קרוב לשקר גיט עס אבער צו זאפטיגע מטעמים צום שלעכטן פנים זיי ווילן אראפמאלן די חסידים. און דאכט זיך ס’איז נישט ס’איינציגע אזא דוגמא פונעם ארטיקל.

אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט פאר די חסידישע ווארטזאגערס (?) אריינווארפן א ווארט וועגן די ריזיגע חילוק פון סועסייד און דראג ראטעס בין חסידים לאלגעמיינע ניו יארקע באפעלקערונג. דאס האט די פסוק געמיינט עם עקש תתפתל.
דריי נישט קיין קאפ אז די ני”ט וואלט געדארפט רעדן פון אליעזר קעסטנבוים, סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

אנלעס די האלסט אז די ני”ט האט געשריבן אן קיין בייעס, יאפ. דאן ביסטו גערעכט. אבער זע צו בעסער אפלערנען די היסטאריע פון דעם ’קעניג אין זשורנאליזם’.
לאמיך דיר פרעגן, וואס איז דער אמת לאמיתה, אויב א מנהל (א פרישע מנהל וואס איז א טיפש) צולאזט זיך אויף א יונגען און שלאגט אים, ווערט ער אויס מנהל?

איך ווייס פין אזעלכע וואס זענען נאך אלץ אין די ביזנעס. מען האט זיי גארנישט געטוהן מחדש דער מוסד. דער ארטיקל ברענגט ארויס א אמת'ע ביטערע מציאות, די און איך און יעדער ווייסט עס.

פרוביר נישט מיט ליגענט צו טענה'ן אז דער טיימס זענען ליגנערס.
דאס איז נאך גוט, איך קען פעדאפילן וואס זענען מחנכים שוין פאר יארן.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

און דאס וואס די שלעגעריי איז געפאלן מיט א 75% האט אויך נאר פאסירט נאך וואס די קינדער האבן זיך אויסגעלערנט רופן די פאליציי.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך החוקר »

שקר.

אמאל איז פאר א טאטן נישט בייגעפאלן צו פארהאלטן א מלמד/מנהל היתכן אז זיין קינד האט געכאפט מכות. די וואס יא, האט מען אנגעקוקט אלס טראבל מעיקערס.

היינט, אז א טאטע הייבט אויף א טעלעפאון דערוועגן וועט דער מחנך זיין אין א ווינקל און וועט זיך מוזן פארענטפערן. וואס ברענגט אים צו טראכטן צוויי מאל פאר ער שלאגט דאס קומענדיגע מאל.

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:דאס איז נאך גוט, איך קען פעדאפילן וואס זענען מחנכים שוין פאר יארן.
היינטיגע מחנכים אדער די שריים פון אמאל?

נישט אז אן אלטער שייסער איז אקעי, אבער עס מאכט א חילוק וויאזוי די מוסד וועט עס באהאנדלען.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

החוקר האט געשריבן:שקר.

אמאל איז פאר א טאטן נישט בייגעפאלן צו פארהאלטן א מלמד/מנהל היתכן אז זיין קינד האט געכאפט מכות. די וואס יא, האט מען אנגעקוקט אלס טראבל מעיקערס.

היינט, אז א טאטע הייבט אויף א טעלעפאון דערוועגן וועט דער מחנך זיין אין א ווינקל און וועט זיך מוזן פארענטפערן. וואס ברענגט אים צו טראכטן צוויי מאל פאר ער שלאגט דאס קומענדיגע מאל.
אבי גערעדט.
עס הייבט זיך אהן א וויכוח ווי שטארק די פעטש זענען געוועהן.

עס מאכט זיך כסדר אז א מלמד שלאגט, א קליינע פעטשעל, א קליינע ציפ, קען מען נאך מיישב זיין, און הגם עס איז ראנג, נישט וועגען דעם רעדט מען. איך רעד פין מכות נאמנות, סיי דורך פארלירן קאנטראל אויף זיך אליין, און סיי דורך סיסטעמטישע מכות. מען טוט דער מלמד מנהל גארנישט, זיי בלייבען ווייטער, און עס הייבט זיך אהן א מחלוקת וואס איז געוועהן.

דער טיימס איז גערעכט, דאס וואס די קעגנער ווארפען אפ אז עס זענען סך הכל דא געציילטע רעפארטעד קעיסעס, דאס איז דערפאר ווייל מסירה איז אסור בתכלית, נישט ווייל עס געשעהט נישט. און דער ענין דארף א תיקון, און בעוה"ר איז דער טיימס דער וואס דערמאנט אונז.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

היסטאריע האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:.
לאמיך דיר פרעגן, וואס איז דער אמת לאמיתה, אויב א מנהל (א פרישע מנהל וואס איז א טיפש) צולאזט זיך אויף א יונגען און שלאגט אים, ווערט ער אויס מנהל?

אהא, איז וועגן מ’ווארפט נישט ארויס א מנהל וואס מאכט א טעות איז אמת דאס אז ביי חסידים באגייען זיך מחנכים מיט מכות אכזריות?? אקעי, נישט געוואוסט

איך ווייס פין אזעלכע וואס זענען נאך אלץ אין די ביזנעס. מען האט זיי גארנישט געטוהן מחדש דער מוסד. דער ארטיקל ברענגט ארויס א אמת'ע ביטערע מציאות, די און איך און יעדער ווייסט עס.

דו האלסט אז ס’איז אמת? ווי אפט הערט מען היינט אז א מלמד האט מכבד געווען א קינד מיט אזא מכה הכתובה בני”ט?? זייער ווייניג, מיטן מציאות לעב איך. קען זיין די לעבסט אינעם פארגאנגנהייט, אדער טוט דיר נאך וויי די פעטש וואס די האסט געכאפט, אויב יא האב איך מיטלייד מיט דיר, אבער ביטע פאבראציר נישט קיין נייע מציאות’ער.
(אין א סייד נאוט, איך קען איינער פון די וואס די ני”ט באשרייבט זיין שלעכטע עקספעריענס מיט א מלמד, וואס איז לדבריהם ”לעצטנס פארגעקומען”. יענער איז שוין ארויס פון חדר בערך פופצן צוואנציג יאר צוריק.

פרוביר נישט מיט ליגענט צו טענה'ן אז דער טיימס זענען ליגנערס.

ווייז מיר מיין ליגנט פליז, דערווייל האסטו בלויז געמאלן וואסער.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

החוקר האט געשריבן:שקר.

אמאל איז פאר א טאטן נישט בייגעפאלן צו פארהאלטן א מלמד/מנהל היתכן אז זיין קינד האט געכאפט מכות. די וואס יא, האט מען אנגעקוקט אלס טראבל מעיקערס.

היינט, אז א טאטע הייבט אויף א טעלעפאון דערוועגן וועט דער מחנך זיין אין א ווינקל און וועט זיך מוזן פארענטפערן. וואס ברענגט אים צו טראכטן צוויי מאל פאר ער שלאגט דאס קומענדיגע מאל.
Here you go again,
ווייל אויב ארבייט ער נישט מיט מיט די עלטערן ווייסט ער אז כבר היה לעולמים אז עלטערן האבן אויסגענוצט זייערע רעכטן.און היינט איז שוין דא עלטערן וואס זאגן לכתחילה פאר די קינדער צו רופן פאליציי אויב עפעס איז נישט ווי עס דארף צוזיין. דו פארפעלסט צו באמערקן די footprint פון די לעגאלע פראטעקטיוו סיסטעם, ווען נישט געזעץ וואלט מען די חברה געלייגט אין מצה אויוון.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך החוקר »

לאמיר פארשטיין וואס דו זאגסט.

אין פאבליק סקול שלאגט מען נישט פשוט ווייל יעדער ווייסט אז מען מעג נישט און מען קען גיין יושב'ן אויב צופירט מען זיך די הענט.

דאגעגען אין חסידישע מוסדות וואלטן געוויסע מלמדים געהאקט אן רחמנות. דאס וואס די יעניגע טוען עס נישט, איז פשוט ווייל זיי האבן מורא פון געזעץ.

קלאר פארשטאנען?
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב נישט אנאליזירט פובליק סקולס, איבער די היימישע מוסדות האסטו מיר פארשטאנען.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך החוקר »

דו כאפסט אפילו נישט אז דאס איז א דאבל סטאנדארט?

ביי די גוים שלאגט מען נישט. אמער, עס הערשט געזעץ און ארדענונג.

ווידעאום ביי די חסידים, מוז מען צוקומען צום געזעץ עס זאל זיין ארדענונג.

זינג די ניגון אנדערש.
#טאטע_שיק_מיר_הויזן
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך החוקר »

היסטאריע האט געשריבן:איך רעד פין מכות נאמנות, סיי דורך פארלירן קאנטראל אויף זיך אליין, און סיי דורך סיסטעמטישע מכות. מען טוט דער מלמד מנהל גארנישט, זיי בלייבען ווייטער, און עס הייבט זיך אהן א מחלוקת וואס איז געוועהן.
דו ווייסט פערזענליך פון אזא מעשה? אויב יא קום אריין מיט אלע דעטאלן. לאז אבער נישט אויס די מוסד'ס צד, וואס איז געווען זייער ענטפער/תירוץ. מוזט נישט שרייבן קיין שום פערזענליכע דעטאלן.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

החוקר האט געשריבן:דו כאפסט אפילו נישט אז דאס איז א דאבל סטאנדארט?

ביי די גוים שלאגט מען נישט. אמער, עס הערשט געזעץ און ארדענונג.

ווידעאום ביי די חסידים, מוז מען צוקומען צום געזעץ עס זאל זיין ארדענונג.

זינג די ניגון אנדערש.
#טאטע_שיק_מיר_הויזן
דאס איז פונקטליך וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען , אז ווען דער גוי פארשטייט אז ער ברויך צוקומען צום געזעץ, האט מיר אויסגעזען פון דיינע תגובות אז דו וואלסט געמעגט אנערקענען מער די impact וואס געזעץ האט אויף אונזער ציבור.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך החוקר »

איך כאפ נישט וואס די ברענגסט ארויס.

אז, היתכן אידן ברויכן צוקומען צום געזעץ נישט צו שלאגן? פארוואס מען פארשטייט נישט אליינס?
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך פרנס החודש »

נעם ארויס די ״היתכן״ און די פראגע צייכענעס , איך האב פשוט אנגעמערקט א פאקט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

בילד

די ניו יארק טיימס ארטיקל האט אויפגעטון אז עס האט איינמאל פאר אלעמאל געטוישט פון זיך באציען צו די אלטרע-ארטאדאקס צו חסידיש, דאס איז א ריזיגע געווינס.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מתבודד האט געשריבן:ע פיזישע אביוז וואס קומט אנגעבליך פאר ביי חסידישע מוסדות, א זאך וואס איז קרוב צו אויסגעראטן געווארן די לעצטע -לכה”פ- צען פופצן יאר???

אלא מאי אז ס’רעגנט, גיסט שוין. אפי’ ס’לגמרי נישט אינעם נושא און קרוב לשקר גיט עס אבער צו זאפטיגע מטעמים צום שלעכטן פנים זיי ווילן אראפמאלן די חסידים. און דאכט זיך ס’איז נישט ס’איינציגע אזא דוגמא פונעם ארטיקל.

אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט פאר די חסידישע ווארטזאגערס (?) אריינווארפן א ווארט וועגן די ריזיגע חילוק פון סועסייד און דראג ראטעס בין חסידים לאלגעמיינע ניו יארקע באפעלקערונג. דאס האט די פסוק געמיינט עם עקש תתפתל.
דריי נישט קיין קאפ אז די ני”ט וואלט געדארפט רעדן פון אליעזר קעסטנבוים, סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.

אנלעס די האלסט אז די ני”ט האט געשריבן אן קיין בייעס, יאפ. דאן ביסטו גערעכט. אבער זע צו בעסער אפלערנען די היסטאריע פון דעם ’קעניג אין זשורנאליזם’.
וואס פונקטליך מיינט "קרוב צו אויסגעראטן?... אויב אז א פובליק שולע שלאגט נישט, איז דאס די בעסטע דיפענס וואס דו קענסט טראכטן? עפפ.. מאך עס נישט מער ווי ס'איז! ...

פארוואס זאל מען נישט רעדן פון קעסטענבוים? ווען דאס איז די איינציגסטע (קאנפירמעישן בייעס פון די 1% סוקסעס און איגנארירן די 99%) סארט פובליסטי וואס א חסיד איז גרייט אויפצונעמען מיט אפענע ארעמעס? און אויף אלעס אנדערש איז די קאווער אפ באלד אנטסימיט? אוי... ווען די הינט בילט...

ס'זעהט מיר אויס פון דיין געדאנקענגאנג אז דו האסט נישט ארויס די דזשאנער פון אינוועסטיגעטיוו דזשורנאליזם. די רעפארטערס האבן גענומען אזא אפראוטש פון אויפדעקן געוויסע אומרעכטן און אביוז וואס שפילט זיך אפ בין כותלי תלמיד תורות אין די לעצטערע יארן, צו ס'איז פיזיש צו ס'איז גייסטיש, דאס איז זייער אין די נושא פון די קלאסרום, אויב דו געדענקסט אמאל עפעס א געלן ביכל פון א בארימטע שרייבער אין ק"ש איבער דעם גאנצן פאלעמיק, האט ער דארט אויך געפינען פאר וויכטיג צו בארירן דעם קריוודע, און איך האב דיך נישט עפעס געהערט שרייען דעמאלטס אז ס'קומט נישט אריין... און אפילו אויב ס'איז שוין נאך סטעשו אף לימיטעישן זאל מען נאך אלס רעדן דערפון און נישט שווייגן נאך צוואנציג יאר... יעדן דריטן טאג קומט ארויס באריכטן און דאקומענטריס אויף אלטע עבירות אין פארשידענע סעקטעס. זיכער איז דאס פוסטע סענסעשעליזם...

אויב דו ווילסט נישט קיין דעקונג, סימפלי זעה ס'זאל נישט זיין וואס צו דעקן. טוה נישט קיין עוולות, און זיכער נישט קיין עוולות וואס קען גרינג פארמישט ווערן מיט אנטיסעמיטיזם חלילה.

די קריים און דראגס ארגומענט איז די זאמד אין די אויגן אויב קענסטו נאך עטוואס ארויסקוקן פון צווישן די זאמד...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

החוקר האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך רעד פין מכות נאמנות, סיי דורך פארלירן קאנטראל אויף זיך אליין, און סיי דורך סיסטעמטישע מכות. מען טוט דער מלמד מנהל גארנישט, זיי בלייבען ווייטער, און עס הייבט זיך אהן א מחלוקת וואס איז געוועהן.
דו ווייסט פערזענליך פון אזא מעשה? אויב יא קום אריין מיט אלע דעטאלן. לאז אבער נישט אויס די מוסד'ס צד, וואס איז געווען זייער ענטפער/תירוץ. מוזט נישט שרייבן קיין שום פערזענליכע דעטאלן.
איך האלט נישט דערביי.
עס געשעהט גענוג, און דער מנהל צו דער מלמד האט נישט קיין קאנצעקווענצעס.
ווילסט דיך איינרעדן אז אלעס איז כשר וישר? געזונטערהייט, אבער די וואס האבן קינדער אין מוסדות און האבן שוין זוכה געוועהן צו האבן א מלמד א שלעגער פאר זייערע קינדער, וויסן אז עס געשעהט. און דאס איז אהן דערמאנען דער אביוז וואס קען פארקומען אויף אנדערע אופנים, וואס דער טיימס רעדט נישט דערפון. געדענקסט נישט ווען ביסט געוועהן א יונגל איז געוועהן א נרדף אין דער קלאס? דאס רעד איך. און דאס געשעהט גאר גאר אסאך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

היסטאריע האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך רעד פין מכות נאמנות, סיי דורך פארלירן קאנטראל אויף זיך אליין, און סיי דורך סיסטעמטישע מכות. מען טוט דער מלמד מנהל גארנישט, זיי בלייבען ווייטער, און עס הייבט זיך אהן א מחלוקת וואס איז געוועהן.
דו ווייסט פערזענליך פון אזא מעשה? אויב יא קום אריין מיט אלע דעטאלן. לאז אבער נישט אויס די מוסד'ס צד, וואס איז געווען זייער ענטפער/תירוץ. מוזט נישט שרייבן קיין שום פערזענליכע דעטאלן.
איך האלט נישט דערביי.
עס געשעהט גענוג, און דער מנהל צו דער מלמד האט נישט קיין קאנצעקווענצעס.
ווילסט דיך איינרעדן אז אלעס איז כשר וישר? געזונטערהייט, אבער די וואס האבן קינדער אין מוסדות און האבן שוין זוכה געוועהן צו האבן א מלמד א שלעגער פאר זייערע קינדער, וויסן אז עס געשעהט. און דאס איז אהן דערמאנען דער אביוז וואס קען פארקומען אויף אנדערע אופנים, וואס דער טיימס רעדט נישט דערפון. געדענקסט נישט ווען ביסט געוועהן א יונגל איז געוועהן א נרדף אין דער קלאס? דאס רעד איך. און דאס געשעהט גאר גאר אסאך.
איך האב געכאפט, מיינע חברים האבן געכאפט, אין חדר, אין ישיבה קטנה. איין פאל ווי א מנהל האט געשמיסן פון אימפאלס און כעס פאר א לענגערע צייט, פאר א שטות וואס קומט זיך אפשר א פסק און א התראה... אבער איך זעה נישט וואס מ'דארף דא קומען מיט גאנצע מי טו'ס. אויב איז דא איינער וואס לעבט נאך און איז מיסטריטעד געווארן קען ער אייביג רעדן דערפון, ברענגען צו גערעכטיגקייט אפשר נישט, אבער רעדן???? וואס א חילוק ווען ס'האט פאסירט? ווי איך פארשטיי די קאנטעקסט פון די טיימס רעדט מען אויך אסאך פון מענטשן וואס זענען שוין היינט ערוואקסענע.

נישט אז היינט איז דאס נישט מצוי. אבער וואס מאכט א חילוק די אלטקייט פון א מעשה צו איר גרויזאמקייט? עגעין מאך אויף א טעלעוויזיע יעדן טאג קומט ארויס אלטע מעשיות אויף אביוזערס, Dateline קוקט נישט נאר אויף פארברעכן פון תש"פ און ארויף. אז די מוסדות האבן א צד זאלן זיי ביטע ענטפערן די request for comment די תירוצים וואס מאנכע קומען אויף דא...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

די רעכטע ברייטבארט מיט א לענגערע ארטיקל איבער די ניו יארק טיימס ארטיקל, ווי זיי רייסן אראפ די ארטיקל מיט די שרייבערס, און באשילדיגן אז די שרייבערס האבן דוקה באהאלטן אינפארמאציע און נאר געזיכט צו באשמיצן די חסידים און אראפמאלן א פאלטשע בילד.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: ברעיקינג: ערשטע פעידזש ארטיקל פון ני"ט קעגן חסידישע ישיב

שליחה דורך טראכטכמוני »

עצי שטים האט געשריבן:די רעכטע ברייטבארט מיט א לענגערע ארטיקל איבער די ניו יארק טיימס ארטיקל, ווי זיי רייסן אראפ די ארטיקל מיט די שרייבערס, און באשילדיגן אז די שרייבערס האבן דוקה באהאלטן אינפארמאציע און נאר געזיכט צו באשמיצן די חסידים און אראפמאלן א פאלטשע בילד.
עס וועט זיין א גרויסע חורבן אויב דער גאנצער ענין וועט ווערן א רעכטס-לינקס פאליטישע קאלאר-וואר.

ס'אמת עס האט שוין אביסל אנגעהויבן גיין דעם גאנג מיט די אלע לי זעלדין פרא-ישיבה אויפטריטן, אבער ער לויפט דאך ארויסצושטויסן האקול. אבער אז די הייפער-רעכטער ברייטבארט שטעלט זיך שוין ארויס אזוי שארף פרא, שטייט מען שוין איין טריט נענטער צו דעם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

https://www.nytimes.com/2022/12/12/nyre ... vorce.html

פרישע ארטיקעל.
זייער אהבת ישראל האט נישט קיין גבול.

פארשפארט