עצי שטים האט געשריבן:א גאר פרימע בחור האט חתונה געהאט, און ער האט נישט געוואלט רעדן קיין ווארט מיט זיין ווייב. ווען מען האט אים פארגעהאלטן דערוועגן האט ער געזאגט אז עס שטייט אין די משנה; אל תרבה שיחה אם האישה.. ובאשתו אמרו.. נו איז דאך עס א אפענע משנה.
האט מען אים געשלעפט צו א רב, האט אים די רב געזאגט אזוי. ביסט גערעכט אז עס שטייט אזוי אין די משנה. אבער אונז האבן א כלל אז יעדע משנה וואס איז א סתם ואח"כ מחלוקת פסק'נט מען נישט ווי דער משנה..
נו אז די וועסט זיך פירן ווי דער משנה וועט עס דאך זיין א סתם משנה ואח"כ מחלוקת...
געוואלדיג!
גראדע איז דא א שמועס אם רבי בא להוציא מן הסתם ואין הלכה כסתם או שאין מוכרח שתהא הלכה כסתם אבל יש לצרפו לסיוע.
אויב איז קודם געווען די מחלוקה און נאכדעם האט ער געסטאפט צו רעדן מיט איר, איז דאך עס א מחלוקת ואח”כ סתם, והלכה כסתם משנה...
א פרוי קומט אהיים אויף איר געבורטסטאג און איר מאן זאגט איר. "איך האב דיר געקופט א מורא'דיגע מתנה, אבער איך דארף דיר אהינדרייוון, און עס איז כדי אז די זאלסט זיין בליינפאלדעט די גאנצע וועג".
אומר ועושה, מען זעצט זיך אריין אין קאר און נאך א האלבע שעה פארן נעמט די מאן אראפ די בליינפאלד פון זיין ווייבס אויגן און זיי טרעפן זיך אין א בית החיים.
די פרוי קוקט מיט וואונדער, וואס איז דאס?
די מאן איז מסביר אז ער האט איר געקויפט א חלקה, ווייל עס איז א שטארקע סגולה אויף אריכות ימים און אלעס גוטס.
די נעקסטע יאר קומט די פרוי אהיים אויף איר געבורטסטאג און פרעגט... נא..? אז לעצטע יאר האסטו זיך געלאזט קאסטן אזוי פיל.. וואס קומט היי יאר..?
האט די מאן געזאגט... אז די האסט נישט געניצט די מתנה פון פאראיאר באקומסטו נישט היי יאר קיין מתנה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
שפאצירט ירוחם געמיטלעך אהיים נאך די ארבעט און פונקט גייט ער אריבער די רעסטוראנט, און די שמעק פון די פרישע באנדלעך קיצלט אים אין נאז אזש ס’כאפט אים אן א בולמוס אויף וואס מ’מעג אויספאסטן יוה”כ, שטייט ער דארט א פארלוירענע, פון איין זייט האלט ער זיך שוין איין גאנצע פיר-און-צוואנציג חדשים, מצד שני טענה’ט זיין הונגעריגע זייט, אידאך היינט ’זיין’ געבורטסטאג, און נאכן אוועקגעבן פון זיך אזוי לאנג קומט אים אביסל אנערקענונג...
מעשה שטן הצליח, ירוחם לויפט אריין אין געשעפט ווי דער חתן אין יחוד שטוב און פאנגט אן אריינשליידערן איין פארציע נאכן צווייטן ווי צו נקמה נעמען אויף די גאנצע צוויי יאר...
ענדליך ענדיגט ער און שפאצירט אהיים האפנדיג אז די שפירן וועלן מיסטעריעז נישט אנקומען,
אנקומענדיג צו זיין הויז קומט טאקע די ווייב אראפ און וויקלט ארום זיינע אויגעלעך מיט א שאל און שלעפט אים אריין אין דייניג רום ווי דעם גנב צום תליה, נאר איידערן אראפנעמען די שאל באקומט זי א וויכטיגע פאון קאלל, ’פאר איין מינוט’ לויפט זי אריין אין קאך אויפהייבן דעם טעלעפאן נישט פאר זי סטראשעט אים מיטן לעבן אויב וואגט ער זיך צו מגלה זיין די עינים.
און דא פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה בתוך ירוחם’ס קישקעס און ס’פאנגען זיך אן אראפלאזן די נפיחות איינס שטערקער פון צווייטן, זיי טראסקען אן קיין ווארענונג ווי די באמבעס אויף ענגלאנד און די די ליידיגע דיינונג רום איז מזדעזע על תק פרסה, מחמת המצב קען נישט ירוחם מתפלל זיין בפה אבער במחשבה בעט ער דער פון אויבן אז דער ותשאני רוח ואשמע קול גדול זאל זאפארט קומען צו א האסטיגע ענדע, פאר א לעצטע חובת השתדלות פריוו וויקלט ער אויף פון בוזעם א איינגעדרייטעם צייטונג און שאקלט עס האסטיג למעלה למטה צפון דרום...
נאך א קנאפע צוואנציג מינוט ענדיגט די ווייב די איין מינוטיגע קאלל און לופט צוריק צו א אנידערגעשלאגענעם ירוחם, מיט עקסטאז וויקלט זי אים אראפ די שאל און צו זיינע דערשראקענע אויגן אנטפלעקט זיך ווי זיין באלעבאס מענעזשער און מיטארבעטער זיצן צעשוידערטע ביי א שיין געדעקטן טיש...
אופס. כ’האב פארגעסן די נמשל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט א שיינע טייטש אויף די יעצטיגע יו"ט, שבת, ערב, סיזאן.
מערב עד ערב תשבתו שבתכם:
צעווישן איין ערב (יו"ט) מיטן צווייטן ערב, ריקט מען נאך אריין א שבת...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
berlbalaguleh האט געשריבן:צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
געהערט יו''ט פון א יוד: אז דריי חסידים האבן זיכער נישט געדינט די עגל א קלויזענבורגער א ליבאוויטשער און א ברסלבר
ווען מ'איז געקומען זאגען אז ס'איז שוין דארך 40 טעג און משה איז נישט דא האט די קלויזענבורגער חסיד געזאגט אז די רבי קומט אריין שפעט
מ'האט געזעהן א צייכן אין הימל אז ער איז געשטארבן האבן די ליבאוויטשער חסידים ווייטער געהאלטן אז די רבי לעבט
און די ברסלבע חסידים זענען צופרידן אפילו ווען די רבי לעבט נישט