ס'גייט זיך הערן זייער petty, אבער די פינעווער פאר צדקה קענסטו יא געבן פאר דיין פעטער. פארוואס נאר אן ערענסטער סכום? ווען די טיילסט פאר יענעם געסטו א פינעווער, אפילו ס'איז א קליינע סכום, ווייל פרוטה לפרוטה מצטרפת, מילא פארדינט דער מקבל עפעס צום זאך, און ס'מאכט עם גוט פילען.ששון ושמחה האט געשריבן: אמת, אבער אז כ'האב א פינעווער פאר צדקה קען איך עס נישט געבן פאר מיין פעטער. אוודאי אויב וויל איך אמאל מנדב זיין א ערענסטע סכום וועט עס גיין פאר קרובים.
דיין קרוב דעזערווט די זעלבע. מאך עם גוט פילן. גייסט קויפן וויין לכבוד יום טוב? קויף א באטל פאר עם אויך, ס'מוז נישט זיין טייער, און בדרך כבוד אומגזאגט, געסטו עם די גוטע געפול אז ווען דו ביסט געווען אין וויין געשעפט האסטו געטראכט פון עם אין זיין מצב. דא איז אויך פרוטה לפרוטה מצטרפת, טוה עס נישט נאר איינמאל א יאהר, ווייל די קליינע רעקאגנישאנס קומען אן גאנץ ווייט, פארשטייט זיך נאר מיט שכל און בדרך כבוד.
גייסט חול המועד האלטן? נעם מיט דיין ברודער'ס קינדער מיט עפעס א תירוץ אז דיין קינדער דארפן קאמפעני. בדרך כלל קען מען דערשמעקן ווי מ'קען מאכן א גוט געפול בדרך כבוד פאר א משפחה מיטגליד.
דאס איז ריכטיגע מבשרך אל "תתעלם". די חיזוק פון דעם "נארישע" פינווער וכדומה, קען גיין זייער ווייט. ס'איז נישט די דאלאר amount, ס'איז די תתעלם זאך, א קליינס א וויכטיגס, כמאמר חז"ל (ב"ב אז ע"ב) אמר רבי יצחק כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות והמפייסו בדברים מתברך בי"א וכו', עיי"ש. א יעדער ווייסט ביי עם אין משפחה וועלעכע קלייניגקייט איז גאנגבאר. האסט דא סיי צדקה מיט געלט און סיי צדקה בגוף.