עין רואה ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר (הפנים) נכתבים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

עין רואה ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר (הפנים) נכתבים!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דאך א דבר ידוע אז גוגל האט (כמעט) בראשית דרכם אנגעהויבן נאכצוקוקן און האלטן חשבון פון די אלע מענטשן וועלכע ..."קליקן"... אויף זייער וועבסייט פאר אינפארמאציע. נאכדעם גייען זיי און פארקויפן די דאזיגע אינפאו פאר פארשידענע ביזנעסעס פאר גוט געלט.

למשל איך האב אמאל געקליקט אויף יו טיוב װעגן אינפארמאציע איבער א געוויסן פלאמבינג ריפעיר. האביך געהאלטן (פאר א לאנגע צייט) נאכדעם אין איין באקומען עדס פון פלאמבינג סופליי קאמפעניס. בערך א יאר צוריק האביך געקליקט וועגן אינפארמאציע אויף געוויסע טולס, איז ארויפגעקומען די נעמען פון 3 קאמפעניס וועלכע פארקויפן די מיני טולס. איינס פון זיי הייסט ..."הארבאר פרעיט"... איך באקום נאך ביז היינט עדס פון זיי. למעשה זענען זיי געווען די טייערסטע.

לעצטנס האביך אנגעהויבן באקומען עדס אין ספאניש אויף א אידישע וועבסייט. ס'איז דא א וועבסייט וואס זאגט די זמנים פון שחרית, סוזק"ש און אנדערע זמנים לויט די פ' השבוע און לויט דעם ענגלישן קאלענדאר. האביך געוואלט דערגיין פארוואס פונקט איך, און פארוואס אין ספאניש, ביז כ'האב געכאפט אז די לעצטע שטיק צייט קליק איך א סאך אויף גוגל טרענסלעיט אויף ספאניש.

ווער ס'ווייסט נאך פון קעיסעס וואס מ'באקומט געוויסע (טארגעטעד) עדס נאכ'ן זוכן אינפארמאציע ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביי עמעזאן איז זיכער אזוי. ווען אימער איך זוך א געוויסע אייטעם, באקום איך א עד דערפון אין כמעט יעדע וועבסייט וואס איך באזוך.

אויך ווייל עמעזאן האט א סאך סופלייערס און וועבסייטס ועלכע זענען דיירעקטלי פארבינדן מיט זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאו דווקא. עס פאסירט אפילו ווען איך סורטש אויף די עפפ.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אזוי ווי איינער האט שוין פריער געשריבן; אז דו נוצט גוגל ענדזשין און בראוזעראון דו געבסט זיי נאך פערמישענס צו אלעס, לאקעישאן, קוקיס, בראוזינג פעטערנס וכדומה, זעען זיי דאך אלעס און קענען טרעידן די אינפארמאציע מיט אנדערע. אבער בעיקר איז עס 3רד פארטי קוקיס און טרעקינג פון די גרויסע אדווערטייזערס וואס טרעקן דיך פון איין וועבסייט צו די אנדערע. איך וועל רעדן פון דעם אין מיין קומענדיגע חלקים פון מיין ווי-פי-ען ארטיקל. אגב, א ווי-פי-ען העלפט נישט דירעקטלי (אומדירעקט אפשר יא אויב די ווי-פי-ען פראוויידער האט א גוטע עד בלאקינד מעקאניזם) נאר אז דו זעהסט די עדווערטס אין לאטייניש (צו וועלכע אנדערע פרעמדע מדינה דו טשוזט דיין סערווער) איז עס שוין א האלבע ישועה ווייל כאטש זענען די ווערטער פאר דיר פארנצויזיש כלשון בנ"א.

עטליכע סעלושענס פאר עדס און טרעקינג קוקיס איז:
  • טויש צו א בעסערע בראוזער (פייער-פוקס צו ברעיוו) מיט אן עד-בלאקער עקסטענשאן.
  • דוק-דוק-גאו האט אן עד-בלאקער עקסטענשאן וואס דו קענסט אריינפלוגן אויך אין אנדערע בראוזערס.
  • EFF פריוועסי בעדזשער, איז זייער א גוטע בראוזער עקסטענשאן וואס נוצט אן אלגאריטם צו דערשפירן און בלאקן די (קוקיס פון) טרעקינג דאמעינס דורכן אויטאמאטיש אויפכאפן וועלכע עמבעדעד קאנטענט אויף די וועבסייסט דו באזוכסט, עס קומען פון דאמעינס וואס באווייזן זיך מערערע מאל פון איין וועבסייט צו דאס אנדערס - דאס הייסט וועלכע אדווערטייזערס טרעקן דיך פון סייט צו סייט. די פלאגין דאַן הייסט דיין בראוזער צו סטאפן לאודן די קאנטענט פון דיע אדווערטייזערס, וואו אימער דו ביסט, אזוי אז דו ווערסט אומזעהבאר צו זיי. פריוועסי בעדזשער אַלגאָ לערנט פון גרויסע אדערווערטייזער טרענדס און פאפולער וויזיטעד וועבסייטס און קען אויך ווערן אנגעשטעלט צו לערנען פון דיינע אייגענע בראוזינג העביטס, אויב באזוכסטו כסדר וועבסייטס וואס זענען מער ניעש, און וואס אנדערע באזוכן נישט אזוי אפט.
  • דערנאך איז דא א פיי-האול סערווער, א דנס סינקהאול וואס ארבעט אויף די נעטווארק לעוול, און טיילט אויס דאמי אדרעסן צו אזא עמיצער וואס זי קלאסיפיצירט אלץ אדווערטייזער/טרעקקער, פון א קאנפיגרעבל ליסטע פון אדווערטייזערס און טרעקינג דאמעינס, אזוי אז דער יעניגער וואס בעהט פאר דיין אדרעס כדי דיך צו באמאכן מיט עדווערטס קען דיך זוכן ביז מארגן..
    א קאמבינאציע פון די אלע וועט דיך גיבן א נייס קליען בראוזינג עקספיריענס אהן די אלע חסרונות און צעברעכונגען וואס קומען פון מעֶרלי דיס-עיבלען דזשאווא-סקריפט אין די בראוזער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

The social dilemma' on Netflix'
האר אויפשטעלענדע פאקטן פון ביג-טעק אינדזשענירן אויף די נושא
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איבערגעטריבן און אווער דראמאטייזד. הענס די איבערהאקנדע סטופיד מאווי סצענעס.

נאכאמאל פון דער זעלבער געדאנקען גאנג אז סתם מענטשן האבן נישט קיין בחירה. שוין באלד ווי די עסקנים און רבנים וואס זענען נגד האינטרנט.

די שונאי טעכנעלאגיע און דיבור חופשי, די איינגערעדטע, א.ג. רעליגיעזע, סאושעל אינדזשענירס וסיעתם, גלייב מיר, האבן, און טוען אויסאיבן, נידריגערע און טונקעלערע וועגן אונז צו פראגראמען און מאנופולירן. מיט מער צוואנג און מער גאט-שפילעריי.
רוב מענטשן לערנען זיך סוכ"ס אויס אז צופיהל צוגעבונדענקייט צו די באנוץ פון טעק איז עדיקטיוו און לערנען זיך אליינס אויס, מיט די הילף פון גוטע מענטשן עראונד, וועגן זי צו קאנטראלירן. שכוח, ניין, מ'דארף נישט גאווערנמענט זאל עס קאנטראלירן פאר עדאלטס אזוי ווי מ'דארף נישט רבנים זאלן קאנטראלירן וואספארא ביכער און צייטונגען, מענטשן מעגן לייענען.

אוי וויי, זיי מאכן אלגאריטמען.. איך בין מאכטלאז, בלי בחירה. וואט בעלאוניס. אלגאריטמען זענען נאר די פרעזערווירונג פון עטליכע, קלוגע מענטשנס' פעטהס פון טראכטן עט עי פערטיקולער פוינט אף טיים. נישט קיין עי איי שמעי איי.. אקעי, then there is the איידיע אף אינפינעט פאסיביליטיס און די פראסעסינג פאוער פלוס ספיד אבער דאס איז נאך אלעם נאכאלס ווי א טרוקענער טשעס געים. נישטא קיינע חידושים דארט. משא"כ די מענטשליכע ברעין. ד.ה. ס'קען נישט וויסן אויף זיכער צו כ'וועל ממשיך זיין די טיווי שאו און נישט פארקלאפן דעם קאמפיוטער אזוי ווי צעווארפן די שאך ברעט אינמיטן שפיהלן איז נישט פארט אף די חשבון. מינינג, די רולס וואס קריעיטן די קאנטעקסט זענען פיקסד משא"כ די מענטשליכע ברעין.
והעיקר, גיי דו אויך און לערן צומאכן אלגאריטמען אנשטאט עס אנקוקן ווי אזא בוגימען (און די מענטשן וואס מאכן איר) אהן אנהייבן וויסן וואס די זאכן זענען.
זיי האבן געפיקט די ווראנג ענגל פון די פראבלעם. עיין מיין vpn אשכול.
עדיקטעד צו דזשימעיל ער איז. כא.. ער ווייסט וואס מיינט עדיקשען?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: דער תמצית פון דיינע ווערטער איז אז מ'האט נאכאלץ א וועג פון נישט אריינפאלן אין די ..."פאללאו-נעץ"...! און די עצה פון גאווערנמענט רעגולעישנס איז נאך ערגער פון די אריגינאלע פראבלעם.

ועוד. אפילו די טארגעטעד עדס זענען אויך נאך צו אויסהאלטן, ס'איז נישט אזא ערנסטער פראבלעם. איך האב עס נאר אויפגעברענגט אלס אינטרעסאנטקייט אז אזא זאך עקזיסטירט, נישט אז ס'איז אן ערנסטער פראבלעם.
פארשפארט