א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין

שליחה דורך קהל'ס נער »

א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין, מען קען אסאך ארויס נעמען וראיתי לנכון לשתף.

קהל'ס: מעיג מען לייגן א מחיצה אין א סוכה אין יום טוב כדי צי כשר'ן די סוכה?

דיין: ניין, כאטשיג ריקן א מחיצה איז מותר, אבער דא וויבאלד ס'איז א מחיצה המתרת איז עס אסור.

קהל'ס: איז וואס וועט זיין מיט א מחיצה אין בית מדרש פאר פרויען?

דיין: מותר, ווייל ס'איז נאר מחמת צניעות און נישט קיין מחיצה המתרת.

קהל'ס: וואס הייסט, מען טאר דאך נישט דאווענען אין א בית המדרש אן קיין מחיצה?

דיין: ס'איז נאר כדי צי שטארק מאכן די עניין, אבער למעשה איז עס נישט אסור.

קהל'ס: הייסט גאנץ דיני צניעות איז נישט קיין הלכה? למשל די 4 אינטשעס נאך די קני?

דיין: ס'איז יא א הלכה, אבער די אלע הגדרות זענען נישט קיין הלכה, די מיינונג פון צניעות איז נישט צי ארויסשרייען און ציען אויגן, נאר אין די סקולס מיז מען מאכן רולס, אין אמת'ן קען א פרוי נאך קימען א רולס אין נאך אלץ נישט זיין צניעות'דיג, אויב פרובירט זי צי ציען פרעמדע אויגן, וכן להיפך, אינדערהיים זענען גאר פרימע פרויען געגאנגען מיט קורצע ארבל אין נאכאלץ געוועין צניעותדיג, היינט קען א פרוי גיין ציגעדעקט פון אלע זייטן און נאכאלץ נישט זיין צניעותדיג.

קהל'ס: קימט אויס אז מען מעיג קיקען אויף א בילד פון א צניעות'דיגע פרוי?

דיין: מען מעיג די נקודה איז מען זאל נישט ציקימען צי קיין הירהורים, אין אמת'ן מעיג מען קיקען אויף א פרוי אליין אויכט, אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים, ס'קען אמאל זיין א יונגערמאן וואס וועט נישט קיקען אויף א זיבעציג יעריגע פרוי, אבער מיט זיין שוועגערין וועט ער פארברעינגעין אין ארום לאכן ווייל זיי זענען קרובים איז דאך מותר, עולם הפוך ראיתי!

קהל'ס: טאקע, וואס הייסט די דיין האט פארגעסן פון ולא תתורו אחרי עיניכם?

דיין: יא יא, דאס מיינט עס מעס זאל נישט נאכשפיאנירן אין וואס די אויגן האט געזעין, דאס מיינט הירהורים.

קהל'ס: קימט אויס אז איך דארף נישט האבן קיין פילטער אויף מיין פאון?!

דיין: ניין, דאס גייט שוין אריין אין איכא דרכא אחרינא, לייג יא א פילטער.

קהל'ס: אבער לאמיר זאגן איך קען נישט מיט א פילטער, לאמיר זאגן איך דארף האבן סייטס וואס די פילטער לאזט נישט וויבאלד ס'קען אריין פאלן שמיץ דארט ווי למשל יוטוב?

דיין: נו, איז דאך ליכא דרכא אחרינא, אז מען קען נישט קען מען נישט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך דארף דעם נומער פונעם דיין... כלייג אים אויף ספיד-דייל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

דאס איז א אמת'ע שמועס מיט א אנגענימענע דיין, ער איז פשוט צי א גרויסע תמים, און ער כאפט נישט אז מען געט נישט ארויס די הלכות פאר די עולם גולם.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א שו"ת סעסיע מיט א ערנסטע דיין

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך זע נישט די חידוש דא. דאס איז פשוט'ע הלכה מיט קאממאן סענס, נו מורא'דיג האסט געטראפן א דיין וואס זאגט עס אויכעט? איך דארף נישט קיין דיין פאר דעם מעיקרא.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פאליטיקאנט האט געשריבן:איך זע נישט די חידוש דא. דאס איז פשוט'ע הלכה מיט קאממאן סענס, נו מורא'דיג האסט געטראפן א דיין וואס זאגט עס אויכעט? איך דארף נישט קיין דיין פאר דעם מעיקרא.
הא גופא איז די חידוש, אז די דיין זאגט עס ארויס.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

קהל'ס: איז וואס וועט זיין מיט א מחיצה אין בית מדרש פאר פרויען?

דיין: מותר, ווייל ס'איז נאר מחמת צניעות און נישט קיין מחיצה המתרת.
לפי זכרוני געבט מען זיך אן עצה מיט דער רמ"א אז ער רעדט פין א מחיצה בשעת א דרשה, ווייל בשעת דאווענען איז עס טאקע יא א מחיצה המתרת.

ביסט זיכער אז דער "ערענסטע דיין" האט אזוי געזאגט?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אשפגתני מאוד, איך קען אפשרייבן א דיקן בוך פון אלע מיינע שו"ת סעסיעס מיט ערנסטע דיינים וואס פסק'נען פון בויך סברות, ווי רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה :lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

קהל'ס נער האט געשריבן:וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.
ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס דו קוקסט אן ווי אויפן קאפ געפאלן איינער וואס צווייפלט אין די אויטענטישקייט פון דיין שמועס.

אויך בין איך נייגעריג, אויב וואלט די דיין 'נישט' מתיר געווען דיינע ענינים צו דאן וואלט די דיין נאך אלס געווען א ערנסטע דיין אדער דעמאלטס וואלט ער געווען א חלק פון די ביליגע אגענדע שטיפערס.. למאי נפקא מינה? ווייל אויב זיין ערנסקייט באשטייט פון זיין מתיר זיין דיינע אגענדעס דאן קענסטו נישט ניצן זיין ערנסקייט פאר א ראי'. ודו''ק.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אשפגתני מאוד, איך קען אפשרייבן א דיקן בוך פון אלע מיינע שו"ת סעסיעס מיט ערנסטע דיינים וואס פסק'נען פון בויך סברות, ווי רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. למעשה האב איך א חבר א גוי וואס האט געהאט א near death experience און ער האט מער ווייניגער ארויס וואס גייט פאר דארט אויבן, אויף וואס מ'שיקט אין גיהנם און אויף וואס אין גן עדן, וואס ברויזט אויף גאט און וואס מאכט איהם העפפי, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה :lol: :lol: :lol:
רביה"ק איז דא צירוק ווי אין די אלטע גוטע צייטן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

קהל'ס נער האט געשריבן:וואס מיינסטו איך חלום וואך?
די רמ"א איז מתיר, אוי וויי ס'שטימט דאך נישט מיט אינזער אג'ענדע, אה ווייסטע וואס מען וועט זיך א עצה געבן מיט עם, מען וועט איינרעדן די עולם אז ער רעדט ביי א דרשה.
נישט דאס איז דער שמועס במחכ"ת. פארדריי נישט. דער שאלה איז וואס אן ערענסטע דיין וואלט געזאגט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אשפגתני מאוד, איך ........

, בקיצור, ער דארף נישט צוקומען צו בויך סברות ווייל ער ווייסט, און איהם פרעג איך אלע מיינע שאלות אין הלכה :lol: :lol: :lol:
דערמאנסט מיר א מעשה.
א דארף'סַ איד פלעגט קומען מיט די שאלות צום רב אין שטאט. אמאהל איז ער געקומען, נאכדעם וואס ער איז פאר א לאנגע צייט נישט געוועהן מיט א שאלה.
פרעגט אים דער רב, וואס איז געשעהן? נישט געהאט קיין שאלה פאר אזא לאנגע צייט?
זאגט דער דארף'סַ איד, אז ער איז אויפגעקומען מיט א פאטענט, היות עס שטייט לכלב תשליכון אותו, ווען ער ווארפען יעדער שאלה פאר דער הונט, אויב דער הונט עסט עס, איז א ראי'אז עס איז טריפה, אבער אויב דער הונט לאזט עס איבער איז א ראי'אז עס איז כשר.
נו, פרעגט דער רב, וואס איז געשעהן? פארוואס ביסטו היינט יא געקומען?
זאגט דער דארף'ס איד, דער הונט איז א גרויסע מחמיר.

רביה"ק,
גיב אכטונג פאר דיין גוי, ער קען זיין א גרויסער מחמיר.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויב איז עס אמת אז מ׳דארף מחמיר זיין און אז נישט גייט מען פלאקערן וויל איך דאך מחמיר זיין, כ'מיין דו ליינסט בכלל וואס דו שרייבסט? אבער נישט געזארגט, אין הלכה איז ער א גרויסער מקיל, אדרבה, ער איז מחמיר מקיל צו זיין, כ'מיין דערפאר איז ער דאך א גוי :D :P
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. :lol: :lol: :lol:
איך האב געהעריג געמיינט אז די טרייבסט שפאס, ביז איך האב דעם שבת נאכגעקוקט אין די הקדמה צום משנה ברורה, און ער שרייבט טאקע בזה הלשון:
ובשולי היריעה פתחתי שער, ושמו שער הציון, בו ציינתי על כל דבר שבתוך המשנה ברורה, כדי לידע מבטן מי יצאו הפנינים האלו.
ס'טאקע מורא'דיג אינטערסאנט אז ער ניצט אזא לשון. ער גיבט דאך אוועק דעם גאנצן סוד...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב איז עס אמת אז מ׳דארף מחמיר זיין און אז נישט גייט מען פלאקערן וויל איך דאך מחמיר זיין, כ'מיין דו ליינסט בכלל וואס דו שרייבסט? אבער נישט געזארגט, אין הלכה איז ער א גרויסער מקיל, אדרבה, ער איז מחמיר מקיל צו זיין, כ'מיין דערפאר איז ער דאך א גוי :D :P

אמת איז סאבזעקטיוו, אבער א רחמנות איז דער וואס טרעפט זיין אמת פין א הונט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עצי שטים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי ישראל מאיר קאגאן שרייבט אין די הקדמה צו די פיסנאטן אויף זיין בוך משנה ברורה "בו יצויין על כל דיבור ודיבור לדעת מבטן מי יצאו הענינים האלו.", איי דאס לצנות איז גרויס. :lol: :lol: :lol:
איך האב געהעריג געמיינט אז די טרייבסט שפאס, ביז איך האב דעם שבת נאכגעקוקט אין די הקדמה צום משנה ברורה, און ער שרייבט טאקע בזה הלשון:
ובשולי היריעה פתחתי שער, ושמו שער הציון, בו ציינתי על כל דבר שבתוך המשנה ברורה, כדי לידע מבטן מי יצאו הפנינים האלו.
ס'טאקע מורא'דיג אינטערסאנט אז ער ניצט אזא לשון. ער גיבט דאך אוועק דעם גאנצן סוד...
די געדאנק איז אז די connotations פון איין שפראך טייטשן זיך נישט איבער, און זענען נישט דאס זעלבע, צו א צווייטע. אין לשה"ק איז דאס נישט עכט pejorative ווי עס איז אין אידיש. ובפרט וואו דאס איז (לכאורה) מיוסד על מליצה. אונז טרעפן אין איוב (לח כט), במענה הקב"ה לאיוב מן הסערה, וואו הקב"ה נוצט די לשון (כביכול) אויף זיך אליין: מִבֶּטֶן מִי יָצָא הַקָּרַח. ע"ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס איז דאך אינטרעסאנט, ווייל דער מושג פין "בויך סברא" איז שוין זיכער געוועהן בימיו, און עס מיינט להיפוך פין א קאפ סברא וואס מיינט געטראכט מיט שכל, איז א בויך סברא אהן שכל.

דער פסוק פין איוב איז מער א עקספרעסיע ווי מען זאגט אויף אידיש אויסגעזויגן פין פינגער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

בויך סברות אין יענע צייטן זענען גערופן געווארן ”סברות כרסיות”, און נישט מבטן וכו’ וואס איז א מליצה ארויסצוברענגן ”ווי איז דער מקור” אזוי ווי הרב @מי אני ברענגט ארויס.

האסטו א ציטוט פונעם נודע ביהודה
והנה אין לי נחת לדבר בדבר שאין לו עיקר בתלמוד כי התלמוד הוא מקור לשאוב ממנו סברות וראיות ובדבר שאין לו שורש אין למצוא ראיות וסברות שרשיות רק סברות כרסיות,
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'האב א שאלה שלא מן העניין: אזא איינער וואס כריסו מלא וגדוש בתלמוד, פונוואנעט ווייסט ער צו א סברא וואס קומט פון זיין בויך קומט נישט אויך פון יענע געדאנקענגאנג (אדער בויכגאנג) וואס די תלמוד האט אים געלערנט? דאס מיין איך נישט מיך אוודאי נאר כ'רעד למשל פון אזא איינער ווי לאמיר זאגן משה מנדלסון?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

מתבודד האט געשריבן:בויך סברות אין יענע צייטן זענען גערופן געווארן ”סברות כרסיות”, און נישט מבטן וכו’ וואס איז א מליצה ארויסצוברענגן ”ווי איז דער מקור” אזוי ווי הרב @מי אני ברענגט ארויס.

האסטו א ציטוט פונעם נודע ביהודה
והנה אין לי נחת לדבר בדבר שאין לו עיקר בתלמוד כי התלמוד הוא מקור לשאוב ממנו סברות וראיות ובדבר שאין לו שורש אין למצוא ראיות וסברות שרשיות רק סברות כרסיות,
בעצם זעה איך אז עס גייט נאך פריער, אין תשובות מהרי"ל.
און גערעכט, זיי נוצען עס אלץ אהן א מקור, נאך פין זיך אויפגעמאכט.
אבער דאך, מוז מען זיין א גאון אין מחלק זיין צווישן א כרס אין א בטן. עס מיינט דער זעלבע. בטן איז לשון קודש. כרס איז נישט לשון מקרא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אדער מל' בּעלי בטן
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני און מתבודד: תנוח דעתכם שהנחתם את דעתי. מענטשן וואס וואלטן (לכאורה) געדארפט צו וויסן בעסער זינקען אין ליצנות. מ'פרובירט נאך איבערצושטייגן איינער דעם צווייטן. די אלע ליצנות טרייבער הייבן נישט אן צו האבן דעם קלענסטן מושג ווער דער בעל משנה ברורה איז געווען. און וואס זיין ציהל מיט אהערשטעללן דעם מאנומענטאלן חיבור. און די שווערע און אויסמאטערנדיגע ארבעט פון יארן. שוין. מ'האט זיך אנגעטשעפעט אויף א ווארט. און מ'בויעט גאנצע בנינים אויף דעם.

איך האב איין קלייינע בקשה צו די אלע חכמים בעיניהם. ביטע ליינטס אדורך די גאנצע הקדמה פון הרב ישראל מאיר (פופקא) קאגאן. נישט נאר איין קליינע שורה'לע אין די פיסנאטן פון זיין בוך. כלשונו הצח של אחד החכמים ולא נבונים...!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ביסט גערעכט. מען ברויך נישט חוזק מאכן פין דער ספר, ער האט עס געמאכט מיט שווייס און בלוט, און אהער געשטעלט א גוטע ארבעט.

אבער דער נקודה וואס ווערט דא ארויס געברענגט, אז אין אורח חיים בעיקר, איז דא א שטארקע אפעלגעטיקא? צו ספרים. איינער האט געשריבן אזוי, און עס ווערט א הלכה, כאטש דער זאך האט נישט קיין קראפט מדינא דגמרא וכו'.

איך פארשטיי אז אין אורח חיים וואס עס האנדלט זיך אסאך ענינים ווי תפילה וכדומה לו, האבן אסאך ענינים מיט געפיל, אבער פין וואס קומט דער חיוב מחייב זיין הלכות פין געפיל ארויס? איז עס נישט"בויך" סברות?

פארשפארט