ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
יא יא, צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט. יאלא ברענגען א קוואוט און לינקן צו א פאלאסי קענסטו אויך?
איך דארף מיך למשל דערשרעקן ווייל דו האסט "געזאגט" אז זיי נוצן די "אלע" מעטאדן?
איך דארף מיך למשל דערשרעקן ווייל דו האסט "געזאגט" אז זיי נוצן די "אלע" מעטאדן?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
וויאזוי רופט מען עס נאר....? [emoji848]סאנטיאגא האט געשריבן:יעצט צו זיין מעכטיגע פילם מאכער טיטל: איך ווייס אז ער האט אויסגענוצט מענטשן פאר קלענערע ראלעס פאר זיין פילם און זיך אויסגענומען אז ס'איז נישט פאר באצאלט, און ער איז נישט דער איינציגסטער. סתם, איך ווארף עס אריין פאר איינער איז זיך טועה אז דא רעדט מען פון סטיוון ספילבערג אליין, ניין ער קומט נאך צו צו טובות, און דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון אונזער חינוך. איינער אין האליוואד ארבעט פאר פרי? קיינמאל!
אה, יא, א רויטן הערינג. די מאטיאש סארט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
ער רעדט פון זיין קאריערע אין דעם קליפ (עכ"פ וויאזוי איך פארטייטש עס צו דעמאנסטרירן וואו ווייט ער איז אנגעקומען מיט זיין לימיטיד עדזשוקעישן) אדרעסיר איך דאס אין ריספאנס, איך זעה נישט די פראבלעם. מאטיאש איז נישט מיין פעוואריט.החוקר האט געשריבן:אה, יא, א רויטן הערינג. די מאטיאש סארט.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
פין עצי שטים
ביסט גערעכט. האב איך געפרעגט א באבאווער וואס גייט דא פאר, זאגט ער מיר אז דער רב האט א טשיפ אויף זיינע שאלדערס, און וויל הייסען א חאניאקישע מוסדות, לייגט ער זיך צוזאמען מיט אלע אנדערע וואס לערנען ווייניג, ווייל עס פאסט אים נישט אז באבוב זאל הייסען א מוסד וואס לערנען גענוג ענגליש לויט ווי דער גאווערנמענט הייסט.די זעלבע דא.. (איך רעד נישט פון וויליאמסבורג אדער מאנרא ווי קינדער קענען טאקע גארנישט. און עס קומען אריין חסידישע אינגעלייט לערנען ענגליש... איך רעד פון אסאך בארא פארקע מוסדות אינקלודינג באבוב ווי ליטווישע צו אמאל גוים קומען לערנען ענגליש) קען זיין אז א העכערע לעוול וואלט געווען בעסער. אבער ווילאנג זיי לערנען בעיסיק רעכענען און קענען שרייבן, ליינען און רעדן, פארוואס זאל זיך די גאווערמענט אריינמישן. פרנסה קענען זיי שוין מאכן, און אז איינער וויל זיך עקסטער בעסער עדזשוקעיטן קען ער דאס אויך טון.
פרעג מיר ביטע נישט פאר קיין סטאטיסטיקס, ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא. אבער איך האב אפאר באבובע חברים פון בארא פארק.. זיי קענען גאנץ א פיינע ענגליש.. און נישט פון זיך עקסטער לערנען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די פראבלעם איז אז דו ברענגסט אויך נישט קיין נומערן...סאנטיאגא האט געשריבן:יעדער וואס קען אביסל קריטיקל טינקינג ווייסט אז מ'רעדט קיינמאל נישט פון פערזענליכע עקספירענס צו מאכן אן ארגומענט שטערקער. ווייל דאס הייסט אנאקדאטישע באווייז, ס'איז אזוי ווי זאגן: מיין טאטע האט גערויכערט צוויי פושקעס א טאג און געלעבט ביז די פינף און ניינציג, אשר על כן איז רויכערן נישט קיין סכנה. נישט שלעכט הא? פונקט ווי ביי ראסיזם פארשטייט מען אז די אווערגענערעלעזאציע פון די טאהטן פון א יחיד איז א ראנג וועג פון דן זיין א רבים, די זעלבע דארף מען פארשטיין אז דא טויג דאס אויך אויף כפרות; מיין ביזנעס סוקסעס און די סוקסעס פון מיינע קליענטן זאגט גארנישט אויף מיין געמיינדע. גאר - נישט!!! קענסט דאך שוין פאר די געלט א ראיה ברענגען אויף די בליענדע שפרודל'דיגע עקנאמיע פון צפון קארעא נאר פון כאפן א בליק אויף קים דזשאנג אן'ס 250 פיסיגע יאכט, און זיין מעיבעך? פליז. די חברה האקן א לעבן דארט, והא ראיה קים דזשאנג אן האקט.עצי שטים האט געשריבן:ברוך פערלאוויץ מיט א ווידיא אין דיפענס פאר די ישיבה עדיקעישן
https://t.me/YidInfo/27772
די טענה איז דא אז חסיד'ישע עדיוקעישן גרייט נישט אהן די קינדער צו קענען האבן געהעריגע פרנסות. אויף דעם ברענגט פערלאוויטש זיין אייגענע עקספיריענס און פון אסאך אנדערע, אז ער פארדינט יא גאר שיין און גאר אסאך מאכן פיין פרנסה אין די היימישע קאמיוניטי. ער ברענגט טאקע נישט קיין נומערן מיט סטאטיסטיקס ווייל כ'ווייס נישט צו ס'איז דא. יא, נומערן אז מען קען נישט אזא גוטע ענגליש איז טאקע דא, ווי די ני"ט האט שוין געברענגט, אבער ווער זאגט אז דאס אפעקטירט ביזנעס? קודם כל איז דא אהן א שיעור אפערטונעטיס אין די קאמיוניטי וואס פאר דעם מוז מען טאקע נישט קענען קיין ענגליש. למשל, מלמדים, קאר סערוויס דרייווערס, באס דרייווערס, איינגעשטעלטע אין געשעפטן, ועוד ועוד.
און אז איינער וויל דווקא טון עפעס וואס ער מוז יא קענען ענגליש דערפאר, איז אים גארנישט אזוי שווער זיך שנעל צוצולערנען.. אזוי ווי גאר אסאך טוען טאקע.
דו קענסט גאנץ א גוטע ענגליש, סאנטיאגא.. אין וועלכע פאבליק סקול האסטו געלערנט?
פארשטייט זיך אז אויב א יוקל ווי יוסף קרויס טאנצט ארויס פון קרית יואל גראד אריין קיין מעקדאנעלדס צו ווערן א סערווירער, וועט עס נישט ארבייטן. ער ווייסט נישט וואס מען רעדט צו אים. אבער דאס זענען בלויז יחידים.. און מען קען דאך נישט ברענעגען קיין ראיות פון יחידים.
איך זאג נישט אז עס איז אזוי.. אבער קיין נומערן האסטו אויך נישט.
די עוורידזש פארדינער אין אמעריקע פארדינט צווישן 40k און 60k יערליך עיין כאן
דאס ווייסט יעדער קלאר אז ווער עס זוכט נאר א פרנסה אין די היימישע געגנט מאכט אזוי פיל. אפילו מלמדים מאכן בערך דאס, און מלמדים הייסן די אונטערגעצאלטע.
נאר וואס דען? פאר א חסיד וואס האט צען קינדער און זיין ווייב ארבייט נישט (אנדערש ווי אין די סעקולארע וועלט ווי זיי האבן איינס-צוויי קינדער, און די ווייב ארבייט על פי רוב אויך) איז 60k יא יאר נישט גענוג. ובפרט אז עס קומט צו די אידישע עקספענסעס וואס דער גוי האט נישט, און מען דארף אויך א גרעסערע הויז פאר די אלע קינדער. אטאמאטיש נעמט מען פוד סטעמפס מיט די אנדערע פראגראמען, וואס דאס מאכט צייגן אז די היימישע געגנטער זענען "ארעמעלייט".
אבער איך זוך אויך די נומערן.. אדרבה ברענג סטאטיסטיקס צו איז דא ביי אונז פארצענטואל מער אדער ווייניגער עשירים ווי אין אנדערע קאמיניטיס.
יא, ענגליש קענען אונז ווייניגער ווי די פאבליק סקול דאון די בלאק. אבער קאמפעיר אויך די פארדינסטן פון די צוויי גרופעס... האסט נומערן?
איך קען פינקט אזוי זען אז די ענד ריזאלט זאל זיין בערך די זעלבע. אפאר פראצענט ארעמע רוב מיטל פארדינער און א קליינע פראצענט עשירים.
די פוינט וואס זיי ברענגען וועגן ווי געקניפט און געבינדן די קאמיוניטי איז, מיינען זיי צו אפשלאגן מיט דעם דעם געדאנק אז מען דארף אויפלעזן די חסידים. יא, כ'ווייס אז דו קוקסט עס נאר אהן ווי די סטעיט וויל פשוט געבן פאר די חסידים אביסל מער עדיוקעישן.. אבער זיי קוקן עס נישט אהן אזוי. זיי זעהען בלויז ווי די גאווערמענט זוכט זיך אריינצומישן און זיי מאכן פאר אויס. היום אומר לו עשה כך ומחר.. זיי טראכטן שוין פון די סע*ס עד מיט טרענס אדילאגיעס וואס מען וועט באלד באצווינגען צו לערנען.
די טענה איז אזוי, האסט א קאמיוניטי וואס שטערט נישט די מענטשהייט, זיי פאלן דיר נישט איבער אין די גאסן מיט גאנס, זיי קלאפן נישט אראפ ענקערע קאפס אין די גאסן, מער-ווייניגער ארבייט פיין די סיסטעם הפרנסה פאר רוב עולם, א"כ ליוו ענד לעט ליוו. נישט דאס איז די פראבלעם פון ניו יארק סיטי, אז עס זענען פארהאנען חסידים. ווען די גרעסערע פראבלעמען וועלן ווערן געלעזט קענסטו זיך נעמען צו אונז... און דאס אז דו זוכסט דוקא דעם חסיד פון ווילי, דאס ווייזט אז נישט עפעס ענגליש מיט רעכענען שטערט ענק, נאר וואס שטערט ענק באמת איז די שטריימל און בעקיטשע... (און צווישן מיר און דיר געפעלט עס זיי טאקע נישט.. וואס טויג זיי אלטע פאנאטישע מאדנע געקליידעטע חסידים אין הארץ פון ניו יארק סיטי) אבער טאקע דאס האלטן די חסידים נישט ביים אויפגעבן.
איך ווייס אז די קוקסט עס אהן ווי א פייט פאר אביסל מער ענגליש.. אבער זיי קוקן עס בכלל נישט אהן אזוי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
ווען אונז הייב מיר אן לערנען א בעסערע ענגליש און מעטה אד"ג וואלטן אונז נישט געהאט מער גבירים אדער 0 ארימעלייט.
עס וואלט נאר געגעבן א בעסערע אפארטיוניטי פאר די וואס ווילן ווערן דאקטוירים, לאויערס, אקאונטענטס, און נאך אסאך.
היינט איינער וואס וויל דאס טוהן פאר פרנסה דארף ארבעטן אסאך שווערער צוקומען דערצו אדער געבן זיי אויף נאך פארן אנהייבן.
דאס וואס ער זאגט אז מיר זענען נישט קיין שלעגער מיינט ער צו זאגן אז א יעדע גוי שלאגט יא?
איך קען גענוג שלעגערס פון אונזער קאמיוניטי און זייער אסאך מאל ווערט עס אויך א קהילה פון שלעגערס ווען מען פארלייגט זיך אויף א צווייטע,
ע"ע שלאגן הקפות
גור ווס. ר' שאול
און נאך אסאך אנדערע.

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
אז דו ווילסט דוקא נאדיר די דאטא פון קרית יואל און פון סקווירא דאס איז נישט נארמאל. אפילו אויב זאל די poverty לעוול שטיין ביי 25% איז דאס נאך אלס זייער אסאך מענטשן וואס ווערן געפעילט פון דעם צולעכערטן סיסטעים. אין די קעיס פון ק"י האט מען גערעדט פון ממש בזינות, הגם די ניו יארק טיימס באריכט אויף קרית יואל איז עלף יאר אלט, בליק'נדיג אויפן לעצטן צענזוס האבן זיך די ציפערן נישט עפעס דראסטיש געהויבן. דעמאלטס זענען טיפישע קרית יואלאא געווען עניים ואביונים, און יעצט זענען זיי בלויז אביונים...עצי שטים האט געשריבן: די פראבלעם איז אז די ברענגסט אויך נישט קיין נומערן..
וועסטו זיך אוודאי ארויפכאפן אויף דעם און זאגן הא הא אבער פון פאפא שטעטל, יוניאן סיטי און קענזינגטאן האסטו נישט, און דעריבער איז נישט מעגליך שבעולם צו האבן אן איידיע וואס דארטן טוט זיך פונקט... ענטפער איך אני הקטן מ'דארף נישט נעמען קיין ווילדע געס וויפיל אנדערש די ציפערן זענען אין דורכשניט, אין אנדערע סעקטעס וואס האבן מער ווייניגער די זעלבע לעבנסשטייגער און די זעלבע שוואכע ענגליש עדזשקעישן אביסל ארויף אביסל אראפ, דהיינו אין ב"פ פיר מאל שוואכער ווי די נידריגסטע סטאנדארט און אין באנדרא זעקס מאל שוואכער... ווייל די בעסטע חסידישע מוסד איז היבש אפגערוקט פון עקוויליענסי. אבער שאר, מ'טאר נאכנישט לויפן צו קאנקלוזיעס חלילה און מ'דארף ווארטן אויף סייענס, ווייל דעמאלטס גייסט עס אוודאי גלייבן... ווייל אונזערע וואוילטעיטיגע סייענס דינייערס זוכן דאך נאר דעם אמת...
עצי שטים האט געשריבן: די טענה איז דא אז חסידישע עדוקעישן גרייט נישט אהן די קינדער צו קענען האבן געהעריגע פרנסות.
דאס איז איינע פון די טענות, נאך א טענה איז, אז עס פעלט אין גרייטקייט צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן מענטשן, א נארמאלע מענטש מיינט, אן עטוואס געבילדעטער פערזאן אויסגעקאכט כאטשיג אין די ערשטע 3 פאזעס פון די גאנצע זיבן דרגות פון עדוקאציע, דעפינירט דורך די יו. ען. 'ס אינטערנאצינאלע סטאנדארט קלאסיפיצירונג פון עדוקאציע (א סטאנדארט וואס ווערט נאכקאפירט אין איבער 180 מדינות און שטאטן איבער די גארער וועלט) א נארמאלע מענטש מיינט איינער וואס קען רעדן די שפראך אין די לאנד ווי ער וואוינט, קענען צאמרעכענען חשבונות אן קיין רעכענערס, קענען ליינען בריוון אן א ווייב, קענען פירן לענגערע געשפרעכן מיט אגענטורן אין א פליסיגן ענגליש אנע שטאלפערונגען, קענען אויסשטעלן און שרייבן אן אייגן געמאכטע טעקסט אדער אימעיל אן קיין טייפאוס אדער גראמאטישע ערארס, און אן זיך דארפן פארלאזן אויף ספעלטשעק (א זאך וואס כ'האב מיך אנגעהויבן אפצוגעוויינען דערפון) און פאר א נויט קענען אונטערשרייבן ס'אייגענעם נאמען אין סקריפט, האבן אן אלף בית אהנונג פון סטע"ם, קענען די אלף בית פון פאליטיק צו קענען שטימען אויף די אייגענע מיינונג און פארשטאנד און נישט ווייל עפעס א שילד אין די גאסן פאדערט אויף צו שטימען מיט א בלאק וואוט, וויסן וואס מיינט ווערטיקל און וואס מיינט ענגלס, וואס איז א דיימענשן און וואס איז א פערימיטער - נישט ווייל איין טאג גייט ער אויסשטייגן אן ארכיטעקט, נאר פשוט ווייל ס'העלפט צו צום לעבן דאס צו קענען סתם צו פארשטיין וויאזוי די וועלט ארבעט (ניין, נישט פון קיין עפפ אויף א טעלעפאן, נאר טאקע פון זיך אליין ווייל די ברעין איז נאך די בעסטע עפפ) פונקט ווי מ'לערנט אסטראנאמיע צו פארשטיין די ליכו חמה און ווען ס'איז א שנת העיבור, גארנישט מיט געלט זאכן. סתם אומשולדיגע פרומע ידיעות פון די אינטערסאנטע וועלט. בנוגע פרנסות, מ'קען דאך נישט אלעס פארזעהן וויאזוי איטליכער סטודענט'ס לעבן גייט אויסקוקן אויף די האר, פאר דעם דארף מען טאקע לערנען מער און אוודאי נישט ווייניגער צו פארזיכערן ס'זאל זיין א דבר השוה לכל נפש. ס'איז דא נאך צענדליגע זאכן וואס איך קען דא צולייגן איך בין שוין פשוט מיד פון עס איבערקייען אין יעדע תגובה... ווייל דער וואס וויל עס שטארק וויסן, ווייסט עס שוין, און ווער נישט וועט זיך ווייטער מאכן טעמיש...
פיין, אבער וואס האסטו פון דעם? האסט דאס נישט געוויסט ביז יעצט? איך פארשטיי נישט. לאמיר דיר אזוי פרעגן: איזי ענגלענדער לעבט אויף פוד סטעמפס? און זיינע נאנטע פריינט און קליענטן יא? איז דען פון דעם געדרינגען וואס די דורכשניטליכער אינגערמאן וואס הארעוועט אין משנת יונה מאכט א יאר? הענס מיין משל פון קים דזשאנג אן.. אז מ'קוקט אויף אים איז דאך געדרינגען אז יעדער אין זיין לאנד האט וואס ער האט, אזוי סאונדט פערלאוויטש. טשעריפיקן אינפאו יו קוק ווי רייך הערשל שרייבער איז, איז נישט קיין חכמה און אויסער א נפחה לייגט עס גארנישט צו.עצי שטים האט געשריבן: אויף דעם ברענגט פערלאוויטש זיין אייגענע עקספיריענס און פון אסאך אנדערע, אז ער פארדינט יא גאר שיין און גאר אסאך מאכן פיין פרנסה אין די היימישע קאמיוניטי.
אזוי זאגסטו, און איך זאג, די סיבה איז אז א מענטש וואס איז נישט דא צו האבן אן אויפריכטיגע וויכוח נאר צו נפחה'ען פראפאגאנדע מיט איינזייטיגע טאלקינג פוינטס, דארף נישט קיין פאקטן, ווייל בייעס קומט מיט מיט יעדע מוח, און דעריבער קען איך אים קומען אפפרעגן ווייל כ'האב שוין ברוך השם דורכגעטוהן פאלאסיס און קאגניטיווע בייעסעס און איך רוף אים אויס אויף דעם פאר א סיבה. ווייל כ'ווייס אז נישט אזוי געווינט מען א דיבעיט. אז מ'קען די כללים פון לאגיק - וואס איז כדאי צו לערנען מיט יעדן קינד אין חדר און אין שולע - ווייסט מען פארוואס זיינע ווערטער ארבעט נישט מיט אביעקטיוויטי. און אז מ'קען עס ניט, קוקן זיינע ווערטער אויס ווי א האום-ראן וואס די מאסן ציצקען זיך מיט באגייסטערונג, און זאגן נאך מיט א צוועלף אוינציגע תמימות.עצי שטים האט געשריבן: ער ברענגט טאקע נישט קיין נומערן מיט סטאטיסטיקס ווייל כ'ווייס נישט צו ס'איז דא.
פארוואס זיך צולערנען ווען מ'קען בלויז לערנען? ביזט א גוטער אויף יענעמ'ס חשבון זאג?עצי שטים האט געשריבן: און אז איינער וויל דוקה טון עפעס וואס ער מוז יא קענען ענגליש דערפאר, איז אים גארנישט אזוי שווער זיך שנעל ציצולערנען.. אזוי ווי גאר אסאך טוען טאקע.
די קענסט גאנץ א גוטע ענגליש סאנטיאגא.. אין וועליכע פאבליק סקול האסטו געלערנט?
how about רייס אויס דעם גאנצן ענגליש פונעם סדר היום און די נעבעכדיגע ביסל וואס מ'גיט געב אויך נישט ווייל ס'איז דאך גאר גרינג שפעטער?
טאקע מיינסטעס נישט ערנסט? אסאך טוען טאקע אזוי? ווי ביי קאופ אינסטיטוט? פאר בלוטיגע שווערע אלפים רייך צו מאכן דוד צוויבל דער פאר'סם'טן היפאקריט וואס איז אליינס געווען אין קאלידזש און יעצט וויל ער העלפן די חרדי'שע מוסדות אפצוהאלטן זייערע קינדער פון האבן אזא אפציע בכלל? און וואס איז מיט די ווייניג וואס טוען עס נישט? זיי קומען טאקע נישט אן און מוטשענען זיך ווי אלע אנדערע עמך אידן? צו זיי זענען גאר די לענדלארדס?
דו ווייסט וואס נאך ס'איז גרינגער שפעטער? פארשטיין קאסמאלאגיע, פיזיקס, און בריאת העולם, אבער דאס האט נישט קיין צייט צו ווארטן ביז שפעטער שוין דארף מען דאס לערנען גאר קליין...
נישט אז ס'שמעקט מיר נישט די קאמפלימענט, אבער איך ווארף עס אפ ווייל ווען דו זאלסט ווען ריאליזירן וואס גוטע בעסיק עדזשוקעישן "קען" זיין וואלסטו מיר דאס נאכנישט פארגינט, באמת. מ'רעדט דא פון שטותים... הער אויס פאדקעסטס , ליין ביכער, קוק יוטוב, געוואלד! וויפיל אינהאלטסרייכע און וויכטיגע אינפארמאציע מיר פארפעלן. געוואלד!
און דאס איז נאך זיין שולד אויך? טויזנט פראצענט אז די חינוך וואס מ'גיט אין היימישע חדרים איז נישט דיזיינט (יעצט) צו פראדוצירן פראדוקטן וואס קענען א פערפעקט ענגליש. און דאס איז אים צו בלעימען?עצי שטים האט געשריבן:
פארשטייט זיך אז אויב א יוקל ווי יוסף קרויס טאנצט ארויס פון קרית יואל גראד אריין קיין מוקדאנעלדס צו ווערן א סערווירער, וועט עס נישט ארבייטן. ער ווייסט נישט וואס מען רעדט צו אים. אבער דאס זענען בלויז יחידים.. און מען קען דאך נישט ברענעגען קיין ראיות פון יחידים.
ביזט אזוי פאני, דו שטייסט און פארטרעטס דעם ווידיא ווי איינער טשעריפיקט אינפארמאציע אויפצובלאזן ווי רייך אונזער געמיינדע איז באמת, און מיטאמאל קען מען נישט ברענגען קיין ראיות פון יחידים? איך בין שיכור אדער עפעס? איך ווייס נישט וויפיל מענטשן איז ביי דיר גערעכנט אלס א רבים, (א מינאריטי קען אויך זיין א רוב. רוב = אסאך) באט צענדליגע מענטשן וואס פארלאזן ארטאדאקסישע שיכטן און קרייזן פון איבעראל פון טענה'ן שוין פאר לאנגע יארן אז די מאנגל אין א בעסיק עדוקאציע שטייט זיי ווי א דארן אין אויג און מאכט זיי נישט גרינגער דאס לעבן. פארגעס פון יעדע סוביעקט וואס איך פארפיר דערוועגן. נאר פאר וואוקעבילערי אליינס קומט זיך זיי מכת מרדות. האסט א השגה וואו ווייניג ענגלישע ווערטער א חסידישע אינגל קען? האסט א אהנונג וואו ארים נאר די איינע סוביעקט איז?? ס'איז נישט קיין דזשאוק. אבער דאס איז דאך אפאר אומגעזונטע מענטשן וואס האבן אביסל ווייטאג סא זיי זענען לכאורה שולדיג אין דעם..
WOWעצי שטים האט געשריבן: די עוורידזש פארדינער אין אמעריקע פארדינט צעווישן 40k און 60k יערליך עיין כאן
דאס ווייסט יעדער קלאר אז ווער עס זיכט נאר א פרנסה אין די היימישע געגנט מאכט אזוי פיל. אפילו מלמדים מאכן בערך דאס, און מלמדים הייסן די אינטערגעצאלטע.
מיט די שטערבליכאויפגעבלאזענע סוקסעסן וואס חרדים גרויסן זיך, גלייכסטו זיך פלוצים צו צום עוורידזש? לויט די נעראטיוו וואס דו קויפסט אפ ביזט דו דאך אן עבאוו עוורידזש! נישט אזוי האב מיר געשמועסט? עדזשוקעישן = טענענט חרדישע-עדזשוקעישן = לענדלארד
איך בעט דיר, דו סעטלסט מיר פאר 60 טויזנט דאלער סיריעסלי? דיינע פינגער שפירן די ווערטער וואס זיי טייפן?
איך ווייס נישט וואס מיינט "אנדערע קאמיוניטיס" ווילסט טאקע איך זאל טרעפן א געטאאישע געמיינדע אזוי אפגעזונדערט פון די וועלט סאציאליש, און עלעקטעראניש, סמעק אינמיטן ניו יארק מיט אזא הויעכע געבורט ראטע? ווי טרעפט מען דאס אזאנס? דאס איז נישט דא דא, דארפסטו אפרייזן קיין סאלט לעיק סיטי.עצי שטים האט געשריבן: אבער איך זיך אויך די נומערן.. אדרבה ברענג סטאטיסטיקס צו איז דא ביי אונז פארצענטואל מער אדער ווייניגער עשירים ווי און אנדערע קאמיניטיס.
ס'איז א שאד מ'קען נאך נישט לייגן קיין דזשיפס אהער, יוטובער'ס געבן אמאל אזא ווארף אריין א קורצע אויסצוג פון א מאווי ווייל ס'קומט אריין..כאפט מיר אן א תאווה'לע צו שטעלן דא א שטיקל פון מרדכי הערש הערשקאוויטש אויף די אלטע נייט יוניט קליפ, "האלא נומבערס! נישט דיין נאמען, וואס איז דיין יוניט נומבער?"עצי שטים האט געשריבן:יא, ענגליש קענען אונז ווייניגער ווי די פאבליק סקול דאון די בלאק. אבער קאמפעיר אויך די פארדינסטן פון די צוויי גרופעס... האסט נומערן?
נומערן קען מען דורכטוהן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, קלוגער וועט עס אונזערע קינדער נישט מאכן...
I'm glad you asked סא היום אמר לא עשה כך איז פון די ערשטע פאלאסיס אין דע בוך וואס יעדער ידען אין פאליטיק האט שוין געהערט דאס הייסט the slippery slope דאס מיינט, מ'קען נישט - נישט טוהן עפעס מחמת מורא אז יענע זאך וועט גורם זיין נאך א זאך, וואס וועט ווארשיינליך גורם זיין א דריטע זאך, און א אכטע זאך. און אזוי ביייייזז ס=קס טרענס וכל מילי דמיטב. סטאפ איט, ווען מ'עט האלטן דארט וועט מען זעהן דאן! אין הלכה ארבעט עס טאקע אנדערש, אז אפילו אויב א באלב איז נישט פייער, אבער פון דעם וועט קומען א ציגערעטל און אזוי א נעטפליקס, ==== ביז מ'שמד'ט זיך שוין אינגאנצן, נישט נאר זיך! נאר די קינדער מיט די רינדער נאך אינעם זעלבן שבת... איך מיין דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז קלעציג ביז גאר. די גוטע נייעס איז: נישט אזוי מאכט מען געזעצן, און די רעגירונג זוכט זיך נישט דאס.עצי שטים האט געשריבן: די פוינט וואס זיי ברענגען וועגן ווי געקניפט און געבינדן די קאמיוניטי איז, מיינען זיי צו אפשלאגן מיט דעם דעם געדאנק אז מען דארף אויפלעזן די חסידים. יא, כ'ווייס אז די קוקסט עס נאר אהן ווי די סטעיט וויל פשוט געבן פאר די חסידים אביסל מער עדיוקעישן.. אבער זיי קוקן עס נישט אהן אזוי. זיי זעהן בלויז ווי די גאווערמענט זיכט זיך אריינצימישן און זיי מאכן פאר אויס. היום אמר לו עשה כך ומחר..
עצי שטים האט געשריבן: זיי טראכטן שוין פון די סע*ס עד מיט טרענס אדילאגיעס וואס מען וועט באלד באצווינגען צו לערנען. די טענה איז אזוי, האסט א קאמיוניטי וואס שטערט נישט די מענטשהייט, זיי פאלן דיר נישט איבער אין די גאסן מיט גאנס,
דאס זענען די איינציגסטע וועגן וויאזוי מ'שטערט די מענטשהייט הייסט? כ'האב נישט געוויסט. מאלעסטעישן און דאס אונטערדריקן פרויען און אויך בחורי חמד, איז נישט אזוי געפערליך ווי א נארישע העיטקריים? וואס וועט זיין מיט די מענטשן רעכט פארלעצונג פון די רייט טו עדזשוקעשן?
פון two wrongs don't make one right האט איר שוין אמאל געהערט?עצי שטים האט געשריבן: זיי קלאפן נישט אראפ ענקער קעפס אין די גאסן, מער ווייניגער ארבייט פיין די סיסטעם הפרנסה פאר רוב
עולם, א"כ ליוו ענד לעט ליוו. נישט דאס איז די פראבלעם פון ניו יארק סיטי, אז עס זענען פארהאנען חסידים. ווען די גרעסערע פראבלעמען וועלן ווערן געלעזט קענסטו זיך נעמען צו אונז...
מ'נעמט זיך נישט צו דיר, אנפארטשענטלי זענען דא באנדיטן, מוסרים ומלשינים רעים, מזרע ישראל שש"י וואס האבן אויסגעזאגט העכסט געהיימע סודות וואס האט בעצם געזאלט בלייבן א געהיים לעולמי עד אבער איז למעשה ארויסגערינען, איינמאל דאס האט דערגרייכט די פעיק ניוז פעלינג מידיא, איז שוין געווען כלו כל הקיצין, און מ'האט ענדליך אנגעהויבן מאכן סדר, אבער עטס האטס ענק גענומען צו זיך אליין... סארי אבאוט דעט.
קענסט אונז ביטע ערקלערן גאר קראנט, וויאזוי גייט די שטריימל קרוין קלענער ווערן מיטן צולייגן מער שעה אין טאג צו לימודים איבער קאלקיולעס, היסטאריע, אדער סאציאלע וויסנשאפטן?עצי שטים האט געשריבן:און דאס אז די זיכסט דוקה דעם חסיד פון ווילי, דאס ווייזט אז נישט עפעס ענגליש מיט רעכענען שטערט ענק, נאר וואס שטערט ענק באמת איז די שטריימל און בעקיטשע...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....
איי לאוו דיינע תגובות.
איי לאוו דיינע תגובות.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
און נאך ווי אזוי.מרדכי מרדכי האט געשריבן:ווען אונז הייב מיר אן לערנען א בעסערע ענגליש און מעטה אד"ג וואלטן אונז נישט געהאט מער גבירים אדער 0 ארימעלייט.
עס וואלט נאר געגעבן א בעסערע אפארטיוניטי פאר די וואס ווילן ווערן דאקטוירים, לאויערס, אקאונטענטס, און נאך אסאך.
היינט איינער וואס וויל דאס טוהן פאר פרנסה דארף ארבעטן אסאך שווערער צוקומען דערצו אדער געבן זיי אויף נאך פארן אנהייבן.
דאס וואס ער זאגט אז מיר זענען נישט קיין שלעגער מיינט ער צו זאגן אז א יעדע גוי שלאגט יא?
איך קען גענוג שלעגערס פון אונזער קאמיוניטי און זייער אסאך מאל ווערט עס אויך א קהילה פון שלעגערס ווען מען פארלייגט זיך אויף א צווייטע,
ע"ע שלאגן הקפות
גור ווס. ר' שאול
און נאך אסאך אנדערע.
גיי אין עני בית המדרש, און הייב אהן זאגן אז דו האלטסט דער טיימס איז גערעכט, און דו גייסט ארויס בשן ועין.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דיסעגרי.פאליטיקאנט האט געשריבן:דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....
איי לאוו דיינע תגובות.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.שמעקעדיג האט געשריבן:דיסעגרי.פאליטיקאנט האט געשריבן:דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....
איי לאוו דיינע תגובות.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
מיט אזעליכע 'דאטא' ווער דארף פעיק נויז... אפשר א אינג מיידל וואס ווערט א טיטשער מאכט אזוי פיל... אבער איך ווייס נישט צו א מאן -אפילו ער פראבירט גאר שטארק- קען מאכן אזוי ווייניג. זאל ער נאר שטיין ביים רעדזשיסטער פון א גראסערי מאכט ער אסאך מער פון דעם.. יעדער ווייסט דאס, והמפורסם אין צריך ראיה. ער קומט מיט 'דאטא' פון די usa today אבער סיי ווער עס דרייט זיך דא, לאכט אין די פויסטן.New York: New Square
• Median household income: $23,924 (state: $62,765)
• Poverty rate: 64.4% (state: 15.1%)
• Median home value: $338,200 (state: $293,000)
• Population: 7,995
און די 64% אנעמפלוימענט.. אר יו קידינג מי... חוץ אויב זיי רעכענען די ווייבער וואס ארבייט נישט אלסט 50% דאן שטימט די נאך 14% כולל אינגעלייט (כילו האי ואולי.. אפשר דארף מען צילייגן די רבישע קינדער..) אבער אז נישט הייבן די נומערן נישט אהן צו קלעבן...
ועוד. דאס אז איינער וויל נישט ארבייטן און זיצט אין כולל איז עס זיין דעסידזשן. נישט קיין תוצאה פון א מאנגל און סעקולארע עדוקאציע וואס ערלויבט אים פשוט נישט צו ערייכן זיין וואונטש צו האבן א געהעריגע פרנסה.
סאיז אלעס ליצנות... איך זע נישט אין זיין גאנצע לאנגע תגובה וואו ער ענטפערט גוט מיין פוינט אז מען זעט נישט קיין געפערליכע 'ארעמקייט' ביי אונז מער ווי סיי וואו אנדערש. די דזשאב מארקעט איז ביי אונז די זעלבע ווי און רוב ניו יארק, אדרבה שלעפ ארויס א דזשאב ליסטינג און קוק וואס די אפערס זענען דא ווס. די אפערס אראפ די בלאק.
קען זיין אז די פארדינסטן זענען נישט געניג פאר אונז און אונז הייסן דערפאר ארעם. אבער דאס האט שוין ציטון מיט די אידישע חרדישע לעבנסשטייגער נישט מיט ענגליש. ער האט נישט אפגעענטפערט מיין דאטא וואו איך ברענג אז די עוורידזש פארדינסטן אין ניו יארק איז בערך 40k- 60k. סך הכל האט ער געמאכט אביסל ליצנות כאילו איך האב אמאל געזאגט אז אונז זענען אלע קים יאנג אן'ס מיט איזי ענגלענדערס... איך האב סך הכל געזאגט אז אונזער פארדינסטן מארדזשן איז ביילייפיג די זעלבע ווי גאנץ ניו יארק מיט זייערע הויכקלאסיגע פאבליק סקול עדיוקאציע. איבעראל איז דא עניים עשירים און מיטן קלאס פארדינער, און חרדישע אידן זענען נישט אנדערש. אכ"פ איינער וואס וויל ארבייטן און פארדינען וועט ער קענען מאכן בערך אזוי פיל וויפול ער וואלט פארדינט ווען ער גייט ווען אין פאבליק סקול. די ענגליש שטייט אים נישט אין וועג.
צו האבן אונז א העכערע פראצענט רייכע אין אונזער קאמיוניטי? יש אומרים אז יא. מען קען נעמען אונזער געמיינדע און פארגלייכן די פראצענטן פון עשירים ביי אונז און ביי אנדערע -נאך א זאך וואס ער פארהוילט צו טון- קען זיין עס איז דא מער אדער אפשר טאקע נישט..
די פוינט איז אז אונז זענען נישט געפערליכע ארעמעלייט אדאנק די לעק אוו עדיוקעישן.
איך דינג זיך גראדע נישט מיט די פוינט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך צו קענען א בעסערע ענגליש. אבער קריטיש וויכטיג איז דאס נישט, און אז די גאווערמענט שטעקט זיך אריין זייער נאז ווי עס פעלט נישט אויס מאכן זיי נאר מער שאדן. אזוי איז עס געווענטליך און וויירשיינליך איז דא אויך אזוי די קעיס.
און ער לאכט אפ פונעם היום אמר לו עשה כך.... בשעת זיי האלטן שוין "יעצט" אינמיטן פרעדיגן אין די פאבליק סקולס פאר קטנים שלא טעמו טעם חטא, וועגן געי און טרענס. און געוויסע סטעיטס מעג מען שוין אין די סקול אנפאנגען צו גיבן פיובערטי בלאקערס פאר מיינערס אהן די וויסן פון די עלטערן, און ער זאגט אז די סטעיט וויל בלויז ענגליש... יא יא.. זיי מיינען נאר אונזער גוטס... im from the government and im here to help... בשעת די גאנצע מידיא האט זיך איבערגעדרייט פונעם אזוי געריפענעם dont say gay ביל אין פלארידא. ווען די גאנצע סקאנדאל איז סך הכל באשטאנען פון אסר'ן סקול'ס צו לערנען די זאכן פאר קליינע פיצי קינדערלעך..
און ער לאכט פונעם היום אמר לו עשה כך...
ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך מער מאריך זיין.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
דאס איז זיכער אז רובא דמינכר פון אינגעלייט וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינקאם איז אדער ווייל זיי זענען פויל צו גיין ארבעטן נארמאל אדער ווייל זיי האבן בוחר געווען צו בלייבן ביים לערנען (...) אנשטאט גיין ארבעטן.
אבער נישט מכח א לעק אין עדיוקעישן, אויב עפעס א לעק אין פארשטיין די וויכטיגקייט פון מפרנס זיין די משפחה. (אנטשולדיגט פאר די ארימע לשון ”וויכטיג”..)
אבער נישט מכח א לעק אין עדיוקעישן, אויב עפעס א לעק אין פארשטיין די וויכטיגקייט פון מפרנס זיין די משפחה. (אנטשולדיגט פאר די ארימע לשון ”וויכטיג”..)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
ניין כ'האב נישט גערעדט פון קיין דאטא און כ'האלט נישט אז אונז האמער רעדן ארימקייט, אויך בין איך נישט איבעריג צופרידן אז די גאווערמענט איז דער וואס גייט מאכן די טויש.עצי שטים האט געשריבן:איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.שמעקעדיג האט געשריבן:דיסעגרי.פאליטיקאנט האט געשריבן:דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....
איי לאוו דיינע תגובות.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.
אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
מיט אזעליכע 'דאטא' ווער דארף פעיק נויז... אפשר א אינג מיידל וואס ווערט א טיטשער מאכט אזוי פיל... אבער איך ווייס נישט צו א מאן -אפילו ער פראבירט גאר שטארק- קען מאכן אזוי ווייניג. זאל ער נאר שטיין ביים רעדזשיסטער פון א גראסערי מאכט ער אסאך מער פון דעם.. יעדער ווייסט דאס, והמפורסם אין צריך ראיה. ער קומט מיט 'דאטא' פון די usa today אבער סיי ווער עס דרייט זיך דא, לאכט אין די פויסטן.New York: New Square
• Median household income: $23,924 (state: $62,765)
• Poverty rate: 64.4% (state: 15.1%)
• Median home value: $338,200 (state: $293,000)
• Population: 7,995
און די 64% אנעמפלוימענט.. אר יו קידינג מי... חוץ אויב זיי רעכענען די ווייבער וואס ארבייט נישט אלסט 50% דאן שטימט די נאך 14% כולל אינגעלייט (כילו האי ואולי.. אפשר דארף מען צילייגן די רבישע קינדער..) אבער אז נישט הייבן די נומערן נישט אהן צו קלעבן...
ועוד. דאס אז איינער וויל נישט ארבייטן און זיצט אין כולל איז עס זיין דעסידזשן. נישט קיין תוצאה פון א מאנגל און סעקולארע עדוקאציע וואס ערלויבט אים פשוט נישט צו ערייכן זיין וואונטש צו האבן א געהעריגע פרנסה.
סאיז אלעס ליצנות... איך זע נישט אין זיין גאנצע לאנגע תגובה וואו ער ענטפערט גוט מיין פוינט אז מען זעט נישט קיין געפערליכע 'ארעמקייט' ביי אונז מער ווי סיי וואו אנדערש. די דזשאב מארקעט איז ביי אונז די זעלבע ווי און רוב ניו יארק, אדרבה שלעפ ארויס א דזשאב ליסטינג און קוק וואס די אפערס זענען דא ווס. די אפערס אראפ די בלאק.
קען זיין אז די פארדינסטן זענען נישט געניג פאר אונז און אונז הייסן דערפאר ארעם. אבער דאס האט שוין ציטון מיט די אידישע חרדישע לעבנסשטייגער נישט מיט ענגליש. ער האט נישט אפגעענטפערט מיין דאטא וואו איך ברענג אז די עוורידזש פארדינסטן אין ניו יארק איז בערך 40k- 60k. סך הכל האט ער געמאכט אביסל ליצנות כאילו איך האב אמאל געזאגט אז אונז זענען אלע קים יאנג אן'ס מיט איזי ענגלענדערס... איך האב סך הכל געזאגט אז אונזער פארדינסטן מארדזשן איז ביילייפיג די זעלבע ווי גאנץ ניו יארק מיט זייערע הויכקלאסיגע פאבליק סקול עדיוקאציע. איבעראל איז דא עניים עשירים און מיטן קלאס פארדינער, און חרדישע אידן זענען נישט אנדערש. אכ"פ איינער וואס וויל ארבייטן און פארדינען וועט ער קענען מאכן בערך אזוי פיל וויפול ער וואלט פארדינט ווען ער גייט ווען אין פאבליק סקול. די ענגליש שטייט אים נישט אין וועג.
צו האבן אונז א העכערע פראצענט רייכע אין אונזער קאמיוניטי? יש אומרים אז יא. מען קען נעמען אונזער געמיינדע און פארגלייכן די פראצענטן פון עשירים ביי אונז און ביי אנדערע -נאך א זאך וואס ער פארהוילט צו טון- קען זיין עס איז דא מער אדער אפשר טאקע נישט..
די פוינט איז אז אונז זענען נישט געפערליכע ארעמעלייט אדאנק די לעק אוו עדיוקעישן.
איך דינג זיך גראדע נישט מיט די פוינט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך צו קענען א בעסערע ענגליש. אבער קריטיש וויכטיג איז דאס נישט, און אז די גאווערמענט שטעקט זיך אריין זייער נאז ווי עס פעלט נישט אויס מאכן זיי נאר מער שאדן. אזוי איז עס געווענטליך און וויירשיינליך איז דא אויך אזוי די קעיס.
און ער לאכט אפ פונעם היום אמר לו עשה כך.... בשעת זיי האלטן שוין "יעצט" אינמיטן פרעדיגן אין די פאבליק סקולס פאר קטנים שלא טעמו טעם חטא, וועגן געי און טרענס. און געוויסע סטעיטס מעג מען שוין אין די סקול אנפאנגען צו גיבן פיובערטי בלאקערס פאר מיינערס אהן די וויסן פון די עלטערן, און ער זאגט אז די סטעיט וויל בלויז ענגליש... יא יא.. זיי מיינען נאר אונזער גוטס... im from the government and im here to help... בשעת די גאנצע מידיא האט זיך איבערגעדרייט פונעם אזוי געריפענעם dont say gay ביל אין פלארידא. ווען די גאנצע סקאנדאל איז סך הכל באשטאנען פון אסר'ן סקול'ס צו לערנען די זאכן פאר קליינע פיצי קינדערלעך..
און ער לאכט פונעם היום אמר לו עשה כך...
ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך מער מאריך זיין.
אבער דאס איז בלויז צוויי נקודות, סאנטיאגא האט ארויסגעברענגט פילפאכיג בעסערע, שטערקערע און מערערע נקודות וואס דו האסט פשוט נישט געענטפערט.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
אין די נייעס היינט אז ניו יארק סטעיט האט געפונען ישיבה ערוגת הבושם צעהלים נישט צו זיין אין איינקלאנג מיט די סטעיט פארשריפטן איבער עדיוקעישן סטארדארטן. דאס קומט נאך א אנקלאגע פון יאפפעד פארזיצערין ביעטריס וועבער וואס האט עטליכע קינדער אין די מוסד. נאך עטליכע יארן וואס די אויספארשונג האט זיך געשלעפט, האט לעצטע חודש א ריכטער פארארדנט די סטעיט צוצוענדיגן די אויספארשונג. די מוסד האט זעכציג טעג צו אריינשיקן א פלאן ווי אזוי זיי גייען פארבעסערן די מצב, כדי נישט צו פארלירן זייער שטאנד אלס סקול.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
היינט איז אריינגעגעבן געווארן אן אנקלאגע געגן די ני״ס גיידליינס איבער פריוואטע סקולס דורך פיערל״ס. די עיקר דגוש איז איבער די פאקט אז די סטעיט לאזט צו אינסטרוקציע אין אנדערע שפראכן אין פובליק שולעס אבער נישט אין ישיבות. די איבריגע איז בעיקר איבער פרייהייט פון רעליגיע, אויסשפראך, און יושר׳דיגע פראצעדור .
מיין מיינונג איז אז זיי וועלן געווינען איבער די שפראך פון אינסטרוקציע, עס איז א שטארקע קעיס. די איבריגע זאכן איז נאר אריינגעלייגט געווארן פאר ווען עס וועט גרייכן די פעדעראלע סופרים קאורט לוינט זיך צו פרובירן זען אויב מען קען פארזיכערן מער רעכטן פאר פריוואטע שולעס, זיי האבן אבער שוואכע שאנסן איבער דעם.
מיין מיינוג איז אז די קאורט וועט נאר ארויסווארפן די שפראך פון אינסטרוקציע טייל פון די גיידענס און לאזן די איבריגע אין קראפט.
אפילו אויב די קאורט ווארפט ארויס די פולע גיידענס גייט עס נישט אפעקטירן די פראבלעמען פון צעהלימער ישיבה, ווייל די צעהלימער פרשה איז נישט געבויט אויף די נייע גיידענס נאר אויף אלטע סטעיט געזעץ.
מיין מיינונג איז אז זיי וועלן געווינען איבער די שפראך פון אינסטרוקציע, עס איז א שטארקע קעיס. די איבריגע זאכן איז נאר אריינגעלייגט געווארן פאר ווען עס וועט גרייכן די פעדעראלע סופרים קאורט לוינט זיך צו פרובירן זען אויב מען קען פארזיכערן מער רעכטן פאר פריוואטע שולעס, זיי האבן אבער שוואכע שאנסן איבער דעם.
מיין מיינוג איז אז די קאורט וועט נאר ארויסווארפן די שפראך פון אינסטרוקציע טייל פון די גיידענס און לאזן די איבריגע אין קראפט.
אפילו אויב די קאורט ווארפט ארויס די פולע גיידענס גייט עס נישט אפעקטירן די פראבלעמען פון צעהלימער ישיבה, ווייל די צעהלימער פרשה איז נישט געבויט אויף די נייע גיידענס נאר אויף אלטע סטעיט געזעץ.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
א שיינעם דאנק פארן פאדרייען מיינע ווערטער נאך אין די צווייטע שורה פון דיין ריפליי. (fallacy: strawman)עצי שטים האט געשריבן: איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
דו קענסט ענגליש? אנעמפלוימענט מיינט ארבעטסלאזיגקייט. דארט שטייט א צווייטע זאך אינגאנצן. די באריכט רעדט פון די פאווערטי לעוול אין יעדע סיטי וואס זיי ברענגען צו. זיי טייטלען אן אויף די ארימסטע סיטיס/טאונס באזירט אויף די מעטריק פון וויפיל פון אירע איינוואוינער פאלן ארויס פון די אפיציעלע פאווערטי ליין ד.מ. אין layman's terms - פאר ווער ס' פארשטייט נישט - די פעדעראלע threshold (שוועל) - אדער ווי אונז זאג מיר די גרעניץ - צו מעסטן ארימקייט. דער וואס איז אריבער די גרעניץ איז א מידל קלעס, און דער וואס איז פארן גרעניץ איז א לעגאלער ארימאן. קאפיש?
(עצה טובה: גוגל וואס די FPL איז פאר דו רופסט דיך אן, אדער נישט? ווייל ווער איז די רעגירונג מיר איינצוטיילן וואס ארים מיינט בכלל?) דאס מיינט צו זאגן אין אנדערע ווערטער: ס'איז דא א מינימאלע אינקאם וואס א מענטש דארף פארדינען פער פאמיליע מיטגליד אדער spouse יא אדער נישט צו הייסן אן עני. דאס מיינט אז אויב א מענטש וואוינט אליין און יענער מאכט אונטער $13,590 א יאר הייסט יענער א בלויטיגער ארימאן, אויב האט ער א פאמיליע פון צוויי דארף יענער פארדינען מער ווי $18,310 יעצט לייג צו נאך $4,720 פאר יעדע צוגעקומענע שטוב מענטש ווייב/מאן/קינד פאר די דאזיגע פאמיליע ווייטער צו פאלן אין די ארימעלייט קאטעגאריע. אזוי לויפט די חשבון, און ס'טוישט זיך אביסל לויט די עקאנאמיע וואוקס פון יאר צו יאר, אויב הועווער ס'איז די breadwinner (דאס מיינט די מענטש צו מענטשן וואס לייגן ברויט אויפן טיש זיך צו שפייזן און יעדער וואס איז אנגעוויזן אין זיי, נישט א מענטש וואס געווינט ברויט, איך טריי צו רעדן גענוג קלאר פאר דיר) פון דעם הויז פארדינט נישט כאטש $4,721 מער פער קינד פער יאר הייסט אזא פאמיליע ארימעלייט. אין אנדערע ווערטער אז א עמיצער אין סיי וועלכע שטאט מיט 7 נפשות פארדינט אונטער פופציג אלפים הייסט נאך אלס א עני ואביון לעגאל! נישט ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן זיבן חתונות א יאר א חילוק פון די פריערדיגע, נאר ווייל דאס הייסט אן ארימער אמעריקאנער בירגער בלויז אויף אינקאם, אפי' אויב מ'האט נאר צוויי קינדער און א הינטל, א פולע שטוב פון 7-10 אוודאי און אוודאי...
די באריכט טענה'ט אז אין יענע יאר זענען די צאל די ארימעלייט אין שטעטל סקווער געווען אויף די העכסטע שטאפל אין לאנד און אין די שטאט. ארגער פון די ארימסטע דארף אין ארקענסא אדער ווירדזשיניע ווי פוד סטעמפס ראטעס זענען היבש הויעך און יעדער דריטער וועם דו טרעפסט איז א טראק דרייווער, א קעשיר, א שעלף סטאקער, אדער א קוילן גראבער.
אבער דו האסט שוין פראקלאמירט מיט איין שמחה אז דאס איז פעיק ניוז. איי געס א שאד יעדע ווארט..
יעצט נאך דיין עטטעמפט צו דיסקרעדיטירן די דאטא פון יו עס עי טודעי וואס איך ברענג, די ווייניגסטע וואס איך ערווארט פון דיר איז ארויפצושטעלן דאטא ווי אויף די וועלט א קעשיר ארבעטער מאכט "סאאך מער" ווי 25-30 טויזנט, זאגן כ'קען איינעם וואס האט א שוויגער וואס האט א גראסערי הייסט נישט קיין דאטא.
=======
איך דערשרעק מיך נישט פון לאנגע דרשות, רעד ווילאנג דו ווילסט. אבער רעד אויף די ליניעס וואו די שמועס פארט 'צום ענין' וויאזוי דו ביזט עס מגדיר, נישט וואס ראן דיסענטעס טענה'ט וועגן עפעס א ביל אין א צווייטע סטעיט, אויף א צווייטע אישאו וואס קומט נישט דא אריין, האלט דיך דא אין די געגנט
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אודה ולא אבוש, כ'האב געמאכט א טעות. אם סארי סאנטיאגא, כ'האב נישט געטרייט צו פארדרייען דיינע ווערטער אדער בויען שטרוימאן ארגומענטן, כ'האב פשוט פארזען אז מען רעדט דא פון פאווערטי און עס פארטוישט אויף אנעמפלוימענט. אזא פנים האט עס ווען מען שרייבט א תגובה געיאגטערהייט ערב יו"ט.
זארג דיך נישט.. איך דארף נישט גאגעלען וואס פאווערטי מיינט.. איך שטיי און רעכן עס אויס יעדע אנהויב יאר, זיכער צו מאכן וויפיל מיין בעלעבאס זאל צאלן ווייס כדי צו קענען געניסן פון די אלע בענעפיטן וואס נאר די 'ארעמע' קענען געניסן דערפון...
אבער אז מען רעדט שוין, אין דיין שיינע הסברה "פאווערטי פאר דאמיס" האסטו גראדע געמאכט גאנץ א שטארקע קעיס פארוואס די פאווערטי נומערן ביי חסידים זענען מיסלידינג און ווייזט נישט אויף א שוואכערע אינקאם ווי אנדערע קאמיוניטיס. עס איז פשוט אז אונז האבן אסאך מער קינדער און צוליב דעם הייבט זיך די פאווערטי לעוול אפילו אונז מאכן די זעלבע ווי אנדערע קאמיניטיס מיט ווייניגער קינדער.
א גויאשע משפחה וואס האבן נאכנישט קיין קינדער, וואס דאס איז די פאל געווענטליך ביז זיי ווערן אביסל עלטער, דארף בלויז מאכן 18,310 א יאר צו ארויסגיין פונעם פאווערטי לעוול. און ווען זיי האבן שוין 2 קינדער דארפן זיי בלויז מאכן 27,750.
משא"כ די חסידישע אינגערמאן פון סקווירא מיט 10 קינדער וואס מאכט 56,000 א יאר איז נאכאלץ אינטער די פאווערטי לעוועל! ער איז ליגאל ארעם נישט ווייל ער האט באקומען א שוואכערע עדיוקאציע, נאר ווייל ער האט צען קינדער אנשטאט צוויי דריי.
דא ביסטו זיך אביסל סותר אין דיינע אייגענע ווערטער.
אגב, די כאפסט זיך ארויף אויף קעשיר'ס.. איך ווייס טאקע נישט די ראטעס אין די היימישע געשעפטן, אבער א קעשיר אין קאסקא קען מאכן מער ווי 30k א יאר, נישט קיין סקווירא 23k... ועוד, איינער וואס קוואלעפיצירט נאר צו ווערן א קעשיר ביי א היימישע געשעפט, וואלט נישט אנגעקומען ציפול ווייטער מיט פאבליק סקול עדיוקאציע... אבער לאמיר נישט פארפארן.. די ווילסט דאך איך זאל בלייבן דאהי אין די געגנט...
(ואגב סאיז זייער שטארק אריינגעקומען אינעם שמועס, צו צייגן אז דעם "היום אומר לו עשה כך" וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז גאר אן ערענסטער חשש. שוין איינמאל געווען צום ענין...)

אבער איך מיין אז די ביסט מודה אז עס האט מיט די קינדער, האסט פשוט נישט מדייק געווען דיינע ווערטער. אגב די פאווערטי לעוועל פאר א משפחה פון 7 נפשות איז 41,910, חוץ אויב די רעדסט פון קינדער "פלאס" די עלטערן וואס דאן איז עס טאקע העכער 50 אלפים.אין אנדערע ווערטער אז א עמיצער אין סיי וועלכע שטאט מיט 7 נפשות פארדינט אונטער פופציג אלפים הייסט נאך אלס א עני ואביון לעגאל! נישט ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן זיבן חתונות א יאר א חילוק פון די פריערדיגע, נאר ווייל דאס הייסט אן ארימער אמעריקאנער בירגער בלויז אויף אינקאם ,(אפי' אויב מ'האט נאר צוויי קינדער און א הינטל), א פולע שטוב פון 7-10 אוודאי און אוודאי...
אגב, די כאפסט זיך ארויף אויף קעשיר'ס.. איך ווייס טאקע נישט די ראטעס אין די היימישע געשעפטן, אבער א קעשיר אין קאסקא קען מאכן מער ווי 30k א יאר, נישט קיין סקווירא 23k... ועוד, איינער וואס קוואלעפיצירט נאר צו ווערן א קעשיר ביי א היימישע געשעפט, וואלט נישט אנגעקומען ציפול ווייטער מיט פאבליק סקול עדיוקאציע... אבער לאמיר נישט פארפארן.. די ווילסט דאך איך זאל בלייבן דאהי אין די געגנט...
(ואגב סאיז זייער שטארק אריינגעקומען אינעם שמועס, צו צייגן אז דעם "היום אומר לו עשה כך" וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז גאר אן ערענסטער חשש. שוין איינמאל געווען צום ענין...)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך זע אז מיין פרירעדיגע תגובה איז שיין רעדאגירט געווארן אהן מיין וויסן. דאס איז די ערשטע מאל וואס איך באמערק אזא זאך אין מיינע תגובות. האבן עס אנדערע אויך? איז דאס אן אפטע זאך דא אין שטיבל?
אפשר קען די @מנהל אויסקלארן.
אפשר קען די @מנהל אויסקלארן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים: אזוי האט זיך עס אנגעהויבן אין הייד פארק. און נאכדעם אין איי-וועלט. איינמאל מ'גייט אריבער די רויטע ליניע האט עס נישט קיין גבול. די מאטיווירונג קען זיין די בעסטע. א סאך פון מיינע תגובות זענען געמעקט געווארן אדער רעדאגירט מיט תירוצים שונים. ..."שלא מן העניין"...וכדומה. אבער די אונטערשטע שורה איז אידעאלאגיע. ווען א תגובה אדער קאמענטאר איז נישט אין איינקלאנג מיט די אפיציעלע ליניע ווערט עס געמעקט אדער רעדאגירט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
@טאמבל סאס די ביסט עס?מנהל האט געשריבן:עס איז דא א גבאי בבית מדרשינו וואס שטילערהייט איז ער מגיה תגובות פשוט צו פארבעסערן די שיינקייט און גראמאטיק. חן חן לו. אז ער וועט לייקן די תגובה וועל איך וויסן אז ס'גייט אים נישט אן אז כ'זאג זיין ניק.עצי שטים האט געשריבן:איך זע אז מיין פרירעדיגע תגובה איז שיין רעדאגירט געווארן אהן מיין וויסן. דאס איז די ערשטע מאל וואס איך באמערק אזא זאך אין מיינע תגובות. האבן עס אנדערע אויך? איז דאס אן אפטע זאך דא אין שטיבל?
אפשר קען די @מנהל אויסקלארן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
יא יא, אזוי הייבט זיך עס אן. אלס איז די מטרה לויטער און ריין פאר יענעם'ס / יעדעם'ס טובה אבער עס ענדיגט זיך געווענליך ווייט.מנהל האט געשריבן:עס איז דא א גבאי בבית מדרשינו וואס שטילערהייט איז ער מגיה תגובות פשוט צו פארבעסערן די שיינקייט און גראמאטיק. חן חן לו. אז ער וועט לייקן די תגובה וועל איך וויסן אז ס'גייט אים נישט אן אז כ'זאג זיין ניק.עצי שטים האט געשריבן:איך זע אז מיין פרירעדיגע תגובה איז שיין רעדאגירט געווארן אהן מיין וויסן. דאס איז די ערשטע מאל וואס איך באמערק אזא זאך אין מיינע תגובות. האבן עס אנדערע אויך? איז דאס אן אפטע זאך דא אין שטיבל?
אפשר קען די @מנהל אויסקלארן.
אויך קען די 'מגיה' שלעכט אויסטייטשן די ווערטער פון שרייבער און מיט'ן 'פאררעכטן' גאר פארדרייען וואס יענער שרייבט.
לכל הפחות זאל שטיין פון אונטן אז די תגובה איז רעדאגירט געווארן.
מיין קליינטשיגע מוח איז קעגן מעקן, פינטל (תקנות איז תקנות). טו מיר נישט קיין טובות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
מעקן מאן דכר שמי’? לכל היותר מגיה זיין.פאליטיקאנט האט געשריבן:
לכל הפחות זאל שטיין פון אונטן אז די תגובה איז רעדאגירט געווארן.
מיין קליינטשיגע מוח איז קעגן מעקן, פינטל (תקנות איז תקנות). טו מיר נישט קיין טובות.
אויב ביז היינט האט קיינער נישט באמערקט, אדער לכה”פ פארפירט אויפן מגיה זיין, איז עס די גרעסטע ראי’ אז די גבאי (טאמבל?) טוט א גאר גוטע זשאב.
לגבי פארדרייען כוונת הכותב, לפעמים דארף מען זיך ברעכן קאפ צו פארשטיין וואס איינער שרייבט, אלזא דארף מען מכיר טוב זיין אז מ’קלארט עס כאטש אויס אביסל..
גראדע לכשעצמי האלט איך אויך אז מ’זאל צושרייבן אז ס’איז רעדאגירט. (פשוט יענער זאל נעקסטע מאל אריינלייגן אביסל מער מחשבה אינעם תגובה פארן ארויסשיקן, צו מאכן זיכער אז ס’איז readable)
שוין, באלד וועט נאך @מנהל שרייען אז מ’פארדרייט די אשכול...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.