וואלווי האט געשריבן:טאמבל סאס: מיר זעהט אויס פון די שמועס דא, אז הרב פכטר'ס מהלך נישט אן אישו פון צופיל אינקלוסיוויטי. די אינקלוסיוויטי קולט סינדראם (just made that up..) איז נאר ווייל די אינקלוסיוויטי ווערט א פארעם פון עקסקלוסיוויטי (קולט) כלפי די מוטער חסידות'ער, כמו דמצינו אצל ברסלב, חב"ד, וכדו'. ס'איז שטארק מצוי היינט ביי יונגעלייט וואס זוכן ארויס פון די צמצום און ווילן עקסעפטן יעדן, אז זיי זאלן רעזיסטען און דירעקט האסן די פרומע. איי ס'גייט אקעגן די אידילאגיע פון דייווערסיטי, עקוויטי, און אינקלוזשען (DEI)? נאר דא קומט אריין די עקסקלוסיוויטי פון די אינקלוסיוויטי (cult), אויב אזוי זענען מיר אלע אין די זעלבע געים, די זעלבע פלעיגראונד, נאר צוויי אנדערע טיעמס.
ס'קען זיין אז מ'דארף מבחין זיין וואס איז די שורש און וואס איז די תוצאה. למשל דיין עקזעמפל פון ראטה, וואס די שפיץ געדאנק באמת איז אינקלוסיוויטי צו אויסברייטערן די צוקוועטשטע געווארענע חסידות, און ממילא שאפט דאס אויך די אינקלוסיוויטי קולט, ווייל מ'וויל נישט געבן פלאץ פאר די DEI פון דער ערשטער עקסקלוסיוו פון ווי מ'לויפט אוועק. אלזא, ווילאנג ס'ווערט געבעלענסד איז עס אקעי און איינער קען עקסעפטן דעם צווייטן אן דארפן יענעם איבערמאכן.
קען זיין אז איך לערן נישט גוט אפ רב פכטר, אבער בינתיים זעה איך נישט פארוואס ס'מוז זיין אז ער קען אזוי שאטן און גורם זיין א מצב פון ערנסטע עקסקלוסיוויטי. ס'איז סך הכל די טיפיקעל ריסק בענעפיט באלאנס. אבי ווייס געט פלאץ פאר א קולט? די קאנסערוואטיווע און רעפארם באשאפן פלאץ פאר א קולט? זיי זענען אלע ארגענייזד רעליגיע, נישט א יעדע ארגענייזד רעליגיע באשאפט א קולט'ישע אטמאספערע. ארגענייזד קריסטליכע רעליגיע איז נישט די פלאץ שאפער פאר די LDS קולט, חוץ אז דיין כוונה איז בנוגע רעליגיע בכלל.
אפשר לגבי די עקסטרים אינקלוסיוו אזוי ווי ברלנד איז טאקע אזוי, ווייל די חורבן איז נישט סתם א תוצאה פון אינקלוסיוויטי. ס'איז באשאפן געווארן דא א עקסקלוסיוויטי בזכות עצמו. פארשוועכן די לעבן פון פרויען, אדער סיי וועלעכע רציחות, איז עקסקלוסיוויטי בהדרו. דאס איז נישט קיין תוצאה אדער סייד עפעקט. ס'איז א מסוכנ'דיגע מחלה וואס נעמט איבער אלעס. מ'דארף נישט צוקומען אז אינקלוסיוויטי זאל שאפן פלאץ פאר אן עקסקלוסיוויטי פון רציחה און גילוי עריות וואס איז א חורבן וואס ווארט נישט אויף אן איינלאדענונג.
איך האב נישט מגדיר געווען די נעיטשור פון די עצם קולטס. צו ברלנד איז אן אינקלוסיוו קולט אדער צו ראטה איז אן עקסלוסיוו קולט. גראדע מיין איך אז ביידע זענען אינקלוסיוו אפילו כלפי מענטשן פון זייער מוטער חסידות. אויכעט באציה איך מיך טאקע צו ארגענייזד רעליגיע זעלבסט; ווייל 'קולט' איז דאך אויך רעלאטיוו.
איך האב נאר געזאגט אז מיט'ן ארייננעמען מער מענטשן אונטער די דעפענישן פון 'מעשיות'דיגע רעליגיע' (און אגב, באתו צעד עקסלודן דרויסענדיגע אויף נאך א קריטירון, למשל די פעלקער ארום) ביסטו מרחיב די ספעיס פאר א קולט (אינקלוסיוודיגער אדער עקסקלוסיוודיגער - כ'ווייס נישט וועלכע) צו קענען באשאפן ווערן וואס זאל זוכן פאר YET שטרענגערע קריטריונים אויף וואס צו רע-דיפינירן וואס ס'מיינט צו זיין רעליגיעז און רעליגיעז במצות מעשיות. האב איך נאר נאכדעם אבזערווירט אז די טייפ אינקלוסיוונעס פון פכטר איז נאך עלול גורם צו זיין אזא קולט ווי ברלנד (און נאך מער מסוכנ'דיג) פונקט ווי די אינקלוסיוויטי פון דזשענערעל-ברסלב האט גורם געווען אזא קולט ווי אים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.